Skip to main content

Full text of "Sovetish Heymland 1963 1"

See other formats


: = 645 ,2 זי =6)כיס), ק ‏ 1 = 2 ; 
3 היהי יניא ייאהאף סטיעג 


3 |/ ײ ב א 6, ' : 


ר 
:905 : יי ןיי +ס' רנ א 
אָרגאן פון שרײַבער-פארבאנד פון פם םר 


דריטער יאָרגאנג 


יאנװואר פעװראל 


| 9 0 5 


פארלאג ;,סאָװעטסקי פּיסאטעל" 


ץ  .{‏ א 2 


אינהאסט 


מענדל ליפשיץ. יוגנט. -- האנט-אי"האנט. -- אין ואלד. -- ביז הונדערט צװאנציקיי 
די ליד (לידער) : יוט 

מאַזי קאַבריאנסקי. אינמיטן ועג (דערציילונג). יטירט פון מ. 4 אטוי : 

שמועל האלקין. װער זשע איז געװאָרן אלט? -- װאָס שטייסטו, קינד? -- געהיימע 
וועגן... -- אזוי דערקלערט מײַן זון . יי 

שירע גאַרשמאן. װאלידאָל. -- דער פעטער מיכײַ (דערציילונגען) . 

כאיִם גורעװויטש. אין מײַן ייִשעװ אף פאָלעסיע . 

זיאמע טעלעסין. א געשלעג 


סאטירע און הומאָר 


כאיִם זילבערמאן. װײַט פון מאָסקװע ף א 20 
מארק ראזומני. דער העלפאנד און די פרעמדע שמאכטעם. -- די אָפּטריניקע . 
מױני שולמאן. אונטערװעגנס 
שײַע זינגער. בערעלע באס 


טריבונע פון לעבן 


ז. װענדראָף. װי לאנג לעבט א מענטש : 
אלעקסאנדער גובניצקי. שאכטיאָרן 


ליטעראטור און קונסט 


יעשוע ליובאַמירסקי. שלוימע מיכאָעלס דער טעאַרעטיקער 
ריווקע רובין. דערהויבענע שטילקײַט : 
ליובע טשערניאק. דער שרײַבער און זײַגע העלון . 


זיכרוינעס. זײַן אַנדענק לעבט (װעגן ליב קװיטקאָ) . 
כראָניק 
נאָטיצן אפן קאלענדאר. 


לאָמיר זינגען נײַע לידער 


א ליד װעגן באמבוק-שטעקעלע. װערטער פון ש. דריז. מוזיק פון ר. באַיארסקאיא . 


הױיפּט-רעדאקטאָר א. ווערגעליס. 

רעדקאָלעגיע: א. גאַנטאר, ה. דאַבין, מ. טייף, ב. מילער, 
י. פאליקמאן, ס. פריי, ר. רובין. 

פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר מ. לעון. 


זײַט 


128 


סאאנצנשושענטקטלנגענמבורנגטאקהרמאבבננטלטצאאמאפננטעג- - ינב ונעמפאנטמואנערקרקגעלמהנוהאהאוהאטנבע 


מענדל ליפשיץ 


יוגנט 


יוגנט, מע דארף דיך ניט לױיבן און גלעטן, 

מע דארף דיך ניט רופן, זאָלסט קומען צו גיין. 
דו קומסט אומגערופן, דו קומסט אומגעבעטן, 

דו קומסט, װי דער יאָמטעװו פון פרילינג אליין. 


מע דארף דײַנע האָר מיט קיין בוימלען ניט שמירן, 
ס'איז דופטיק אָן דעם דײַן געקרויזלטער קאָפּ, 

און דאָס, װאָס דו זוכסט, קאָן ניט קיינער פארלירן, 
און װאָס דו געפינסט װוערט דער ליכטיקסטער גאָב. 


דײַן גרענעץ פארכאפן עס קאָן ניט קיין װאָפן. 
פארװאָס זשע באמערקן מיר שטענדיק דײַן ברעג 
מיט אויצרעס מיט גרעסטע, װאָס שפּיגלען זיך אָפן, 


נאָר דאן, ווען מיר גייען פון אים שוין אוועק? 


אָט דער פארדראָס -- ער פּײַניקט מיך און מאטערט, 
און אופגערעגט בין איך שוין בלויז דערפון: 

ווער זאָגט, אז איך בין עלטער פון מײַן טאטן? 

ווער זאָגט, אז איך בין עלטער פון מײַן זון? 


מיר כאָלעמען זיך אלץ נאָך אומרויקע פּלעצער, 
אף וועלכע דרייסט מײַן הייסע יוגנט וואכט. 
און װי מײַן טאטע, כ'קאָן דעם פרידן שעצן, 
וי בא מײַן זון, דאָס הארץ נאָך שטרײַטן גארט. 


ס'איז יונג דער קוואל פון ליכט אין מײַן שווארצאפּל, 
און װוי א זאָקן כ'היט א טראָפּן זון. 

ווער זאָגט, אז איך בין עלטער פון מײַן טאטן? 
ווער זאָגט, אז איך בין עלטער פון מײַן זון? 


האנט:אין:האנט 


איך װעל פאָרן קיין מאדריד, 
דאָרטן לעבט ביז הײַנט א שמיד; 
שמידט ער טעג און שמידט ער 
נעכט, 
און עס לעבט זיך אלץ אים שלעכט. 


איך װעל עפענען זײַן טיר 
און װעל זאָגן: קום מיט מיר. 


גאנצע טעג מײַן הארץ ניט רוט, 
װײַל עס לעבט זיך דיר ניט גוט. 


און מיר װעלן האנט-אין-האנט 
גיין אין אויסגעטרוימטן לאנד, 
גיין אהין דורך וויי און ווינד, 
װוּ די שמידן לעבט זיך גרינג. 


אין װאלך 


ס'איז מײַן שטיבעלע --- אין וואלד, 

הער איך, װי דער פרילינג שאלט, 
קנאָספּ, און בלאט, און גראָז, און בלום -- 
אלץ עס רײַסט זיך צו דער זון. 


פליט א פויגל פארבײַ מיר, 
עפן איך אים אוף די טיר, 
פליט ער אין מײַן שטוב ארײַן, 
זייער פײַן! 


שפּרינגט א העזעלע פארבײי, 
גריס איך אים מיט ליבן מײַ, 


ני! הונדערט 


צו זעכציק קומט די אלטקײַט, 

אזוי איז אנערקענט, 

און ס'הייסט, עס פאלט די גוואלד-קייט 
אף דײַנע פיס און הענט. 


צו זעכציק פעלט מיר זיבן, 
אינגאנצן זיבן יאָר, 
אינגאנצן זיבן נאָר? 

ניין, זיבן איז א ליגן... 


צו זעכציק פעלט מיר הונדערט, 
און עפּעס פעלט מיר נאָך, 


דרייט ער אויס צו מיר דעם קאָפּ, 
לאָזט זיך גיכער אין גאלאָפּ, 


איך פארגין דיר, וואלד און גראָז, 
שרעקסט פאר מיר אומזיסט זיך, האָז. 
כ'האלט בא זיך קיין יעגער-הונט, 

זי געזונט! 


כ'האָב א שטיבעלע אין וואלד, 
הער איך, וי דער פרילינג שאלט, 
און איך וויל, אז אף דער װעלט 
שטיל זאָל זײַן, װי אין מײַן צעלט. 


צוואנציק... 


איך װויל מיט װאָר און װוּנדער 
פארהיילן יעדן בראָך, 


פון הונדערט סעדער פיירעס 
זאָל זײַן אין מײַן רעשוס, 
פאר הונדערט שטומע דוירעס 
זיך אויסריידן איך מוז. 


פאר זיי, װאָס דורך אינגאנצן 
איז יוגנט אָן א פונק, 

איך מוז ביז הונדערט צוואנציק 
אף אָט דער ערד זײַן יונג. 


בי ייד 


שורעס זײַנען זעלנער בא דעם דיכטער, 
דיכטער זײַנען זעלנער בא דער ליד, 
זעלנער קאָן מען הארגענען אין שלאכטן, 
נאָר די ליד דערמאָרדן קאָן מען ניט. 


ס'האָט פון גליק געזונגען מענדל. 
איז פארבליבן א דערמאָנונג; 

ניי אויס בינען אף מײַן העמדל, 
אין מײַן הארצן האָב איך האָניק. 


ס'האָט דאָס לעבן זיך געביטן, 
מיט א האק איז דורך א רויבער, 


טוי און זאפט פון גרונטן -- איר יעניקע, 
און דאָס ערדישע דערקװיקט זי און דערנערט. 
און מיט אלץ, װאָס זוניק איז און מעכטיק, 

בלײַבט די ליד אומשטערבלעך אף דער ערד.. 


6 


כ'האָב אזויפיל דורכגעליטן, 
נאָר וי דאן מײַן הארץ איז זויבער. 


ס'איז בלויז צוגעקומען סינע 

אין דער ליכטיקער דערמאָנונג. 

אף מײַן העמדל ניי אויס בינען, 
אין מײַן הארצן האָב איך האָניק. 


מאָזי קאָבריאנסקי 


אינמיטן 
ועג 


ידער זײַנען די גאסן אײַנגעזונקען אין א שווארצן טהאָם. די געבראָכענע גרויזאמע 
שאָטנס פון די מויערן מאכן נאָך פינצטערער די נאכט, און עס דוכט זיך, אז די גאנצע 
1 שטאָט שטייט מיטן קאָפּ אראָפּ. דער הימל זעט אויס אזוי נידעריק, אז ווען איך קריך 
6 ארוף אפן דאך פון אונדזער הויז, װאָלט איך מיט א שטיין דערלאנגט צו די שטערן. 

א ווארעמע זומערדיקע נאכט. עס שמעקט מיט ליפע-צוויט, מיט בליִענדיקער אקאציע. א 
לײַכט פריש ווינטל בלאָזט פונעם דניעפּער. אף די גאסן זעט מען ניט קיין לעבעדיקן נעפעש. מע 
זיצט אין די הײַזער, פּונקט װוי עס װאָלט איצט געווען א ווינטערדיקע פראָסטיקע נאכט. די פענצ- 
טער זײַנען פארקלעפט מיט װײַסע פּאסן פאפּיר און פארמאסקירט. טאָמער גיט א שפּראָץ פון א 
שפארונקעלע א פּאסיקל ליכט, צעשרײַען מיר זיך אף א קאָל; 

-- לעשט אויס די שײַף לעשט אויס די שײַף 

איר װעט דאָך פרעגן, װוי קום איך, א ייַנגל פון דרײיַצן יאָר, זײַן א מעכוטן מיט דערוואקסענע 
באם האלטן די וואך אף די פינצטערע גאסן? איז, ערשטנס, פארבײַט איך די מאמע, װײַל דאָס 
שוועסטערל מײַנס איז שטארק שלאף; צווייטנס, מיט וועמען נאָך קאָן מען זיך אזוי שאפן, וי 
מיט אונדז, קליינווארג? אָט דארף מען ארופשפרינגען אפן פינפטן שטאָק, א רוף טאָן, מע זאָל 
גיין בײַטן די וואך. אָט דארף מען לויפן אָנשרײַען, מע זאָל בעסער פארמאסקירן דאָס פענצטער. 
און דעריקער האָט פּראָכאָר פּעטראָוויטש, דער הויף-וועכטער פון אונדזער הויז, געװאָלט שטעג- 
דיק האָבן לעבן זיך עטלעכע יאטן פון מײַן עלטער. פריִער האָט ער אונדז דאפקע ליב געהאט 
פונדערװײַטן. אונדזער פוטבאָל אין סאמע הויף איז אים געשטאנען, װי א ביין אין האלדז. עס 
האָט זיך ניט איין מאָל געמאכט, אז אונדזער פּילקע האָט אויסגעזעצט א טאפליע. 

איך אליין האָב שוין פון לאנג געפירט מיט פּראָכאָר פּעטראָװיטשן א געהיימע מילכאָמע. 
אָנגעהױבן האָט זיך עס דערפון, װאָס איך מיט קאָסטיען האָבן ווינטער ארופגעקײַקלט א שניי- 
קנויל אפן פינפטן שטאָק און נאָכדעם אים אראָפּגעלאָזט פון אלע טרעפּ. דערװוּסט זיך, אז דאָס 
איז מײַן ארבעט, האָט פּראָכאָר פּעטראָװיטש מיך געפאקט, עמעס, ער האָט מיר קיין קרום װאָרט 
ניט געזאָגט, נאָר גוט, באלעבאטיש אָנגעדרייט די אויערן. איך האָב געמוזט אָפּװישן די ליפּן און 
מאכן א שװײַג. נאָר די מאמע מײַנע האָט זיך שטארק דערשראָקן, זי האָט געמייגט, אז איך האָב 
אָפּגעפרוירן די אויערן. דערפאר האָב איך אפילע קיין פּיפּס ניט געטאָן, ווען זי האָט מײַנע אויערן 
געריבן מיט שניי און דערנאָך זיי אָנגעשמירט מיט בוימל. פון דעמלט אָן האָט זיך טאקע אָנגע- 
הויבן מײַן געהיימע מילכאָמע מיט פּראָכאָר פּעטראָוויטשן. איך פלעג אים ברעכן די לעמפּלעך 
אין פאראדנע, ער מיר --- מײַן ;סאמאָקאט". 


אָבער איצטער זײַנען מיר די בעסטע גוטעפרײַנט. אינצווייען 
זיצן מיר אף דער באנק, װאָס לעבן טויער, הערן זיך אײַן אין דער 
שטילקײַט, כאפּן א קוק אף פינצטערע פענצטער, צי מע זעט ניט 
קיין שפּארונעלע שײַן. װי ער װאָלט זיך אין עפעס דערמאָנט, 
טוט פּראָכאָר פּעטראָװיטש א ריר מיט זײַנע שווערע אקסל, רוקט 
ארײַן די ברייטע האנט אין קעשענע, נעמט ארויס אן עפּל און 
דערלאנגט אים מיר. קיין עפּל האָב איך נאָך הײַנטיקס יאָר ניט 
געגעסן. נאָר איך זאָג זיך אָפּ. פּראָכאָר פּעטראָװיטש װערט 
אָנגעבלאָזן און מאכט אומצופרידן: 

-- נו.. 

מוז איך טאקע נעמען דעם עפל. פּראָכאָר פּעטראָװויטש קוקט 
אף מיר פון הינטער זײַנע געדיכטע ברעמען מיט די קליינע 
בײַסיקע אייגלעך. אים טוט, װײַזט אויס, האנאָע, װאָס איך קוויק 
זיך מיט זײַן עפּל. 

מיר האָבן גאָר ניט געװוּסט, אז פּראָכאָר פּעטראָװיטש איז 
אזא מענטש. ערשט מיט עטלעכע טעג פאר דער מילכאָמע האָט 
ער פאר אונדז אָפּגעגרײזעט אין הויף אן עמעס פוטבאָל-פעלד. מיר אלע האָבן אים 
ארײַנגראָבן די דרענגלעך פון די טױערן. דארף אינמיטנדערינען היטלערן זיך פארגלו 
אָנהײבן א מילכאָמע. מיר האָבן אפילע ניט באויזן דורכפירן קיין איין מאטש אף א 

פוטבאָל-פעלד. די קאָמאנדע איז זיך צעפאלן, װײַל א סאך כעוורע האָבן זיך עוואקויַרט. מיר 

זײַנען געבליבן נאָר אינצווייען, איך און קאָסטיע. עך, װאָלט עס געווען בא אונדז אין הױף א 
קאָמאנדע! װאָס קאָן מען טאָן? א מילכאָמע, כאָטש נעם לייג זיך און 7 0 

די צײַט פון מײַן דעזשורסטווע האָט זיך פארענדיקט. איבערגעגעבן די גאזימאסקע דעם 
שאָכן, געזעגנט זיך מיט פּראָכאָר פּעטראָװיטשן, בין איך אוועק א ווילט זיך מיר ניט 
ארומבלאָנקען איינער אליין איבערן פינצטערן צימער. נעכטן אין דער צײַט איז נאָך דער טאטע 
געווען אין דער היים. אָבער איצטער? 

איך פּױעל בא זיך ארײַנגײן אף די שפּיצפינגער אין קליינעם צימערל. דאָ איז טאקע גוט, 
א מעכײַע, עס ברענט שײַן, די מאמע וויגט מירעלען אף די הענט. זי איז אָבער ניט צופרידן, װאָס 
איך האָב זיך ארײַנגעשטעלט אהער. די מאמע העכערט דעם ניגן פון דער וויגליד, װי זי זאָל 
ועלן זאָגן: װער האָט דיך אהער גערופן? נאָר מיר גלוסט זיך ניט פארלאָזן די הײימלעכקײַט, איך 
בין גרייט אפילע ארונטערקריכן אונטערן בעטל. איך פארזיכער די מאמע מיט א װוּנק, אז איך 
װעל דאָרטן ליגן, װי א סטאטעק, כ'וועל זײַן שטום. נאָר די מאמע קוקט אף מיר מיט ביזע 
אויגן און דרייט מיטן קאָפּ: איינמאָל ניין. דער צאָפּ האָט זיך בא איר צעבונדן און גענומען פּויזען 
איבער די אקסל. צוישן די פארשטשעמעטע ציין זינגט זי מיט א פארטײַעטן קאס: 

--- אײַליעליוליע, גאזלען, אײַליעליולע, ארויס פונדאנעף 

עס האָט מיר גאָרנישט ניט געהאָלפן. כ'האָב געמוזט פארלאָזן דאָס ליכטיקע, היימלעכע 
צימערל. 

מיינט ניט, אז די מאמע מײַנע איז אזא בייזע. זי ווייסט, אז וי נאָר מײַן שוועסטערל װעט 
מיך דערזען, צי דערפילן, אז איך בין דאָ, וװעט זי באלד וואכנדיק ווערן. מירעלע האָט שטארק 
ליב זיך שפּילן מיט מיר, און איך אליין קאָן זיך אויך ניט אײַנהאלטן, איך זאָל קיין קיצל ניט טאָן 
די קליינע שטיפערקע. איך האָב ליב, אז זי צעווארפט אירע הענטלעך און ציט זיך צו מיר מיט 
אלע אירע קויכעס. וויפל מאָל צאפּ איך איר דאָס בלוט: ווען זי װיל מיך אָנכאפּן, טרעט איך אָפּ, 
זי זאָל דערלאנגען צו מיר נאָר מיט די שפּיצפינגערלעך. אמאָל גיט זיך איר אײַן אָנכאפּן מיך פאר 
דער פּאטלע, אָבער מערסטנטייל צעדראפּעט זי מיר די נאָז, דערפאר כאפּט זי א פּאטש איבערן 
הענטל אויך. נאָר אָפּטמאָל פלעג איך איר פארשװוײַגן, װײַל ווען זי כאפּט מיך ארום באם האלדז 
און דריקט זיך צו מיר מיט איר ווארעם גופעלע, פארגעס איך אין אלע מײַנע ווייטעקן. 

שוין לאנג האָב איך אופגעהערט זיך בייזערן אף מירעלען, װאָס זי האָט אין שטוב פארנומען 
דעם אױבנאָן. מיך האָט אופגעהערט מאטערן דורך די נעכט דער געדאנק, אז טאטע-מאמע האָבן 
אָן מיר פארגעסן, מיך אופגעהערט ליב האָבן פון זינט מײַן שוועסטערל האָט זיך באוויזן אף 
דער וועלט. 

איך בין שוין געװווינט צו דער פינצטערניש פון אונדזער גרויסן צימער, איך פארטשעפע 
זיך שוין ניט פאר א בענקל, פארן טיש. איך גיי מיר ארום פראנק און פרײַי איבער דער שטוב, 
װײַל אײַנזיצן אף איין אָרט קאָן איך ניט. איך שטעל זיך אָפּ לעבן פענצטער און קוק ארויס אין 


מאָזי קאָבריאנסקי 


6 


דרויסן. די שויבן זײַנען צעפּאסעוועט מיט װײַסע סטענגעס פּאפּיר. מער זע איך גאָרניט. נאָר 
פאר די אויגן שטייט מיר די גאנצע שטאָט. די טאָפּאָלן אף דעם שעווטשענקאָ-בולוואר זײַנען װי 
אויסגעלאָשענע ליכט. דער באָטאנישער גאָרטן איז איצט פארגראָבן אזוי וי אין א גרוב, פינצטער 
איז דאָרטן, כאָטש נעם ארויס אן אויג. אָבער באטאָג איז דאָך אזוי גוט! וי אפצולאָכעס שטייען 
שיינע זוניקע טעג. ס'איז די סאמע צײַט אף באָדן זיך אין דניעפּער, דאָס וואסער פליסט שטילער- 
הייט, שפּיגלט אָפּ אין זיך דעם הימל. די גאסן זײַנען פארפלייצט מיט גרינס און זון. 

איך קוק אין דעם פינצטערן פענצטער און אין קאָפּ קומען מיר פארשיידענע געדאנקען: אז 
איך וויל, וואקסן בא מיר אויס פליגל און איך פלי מיר אוועק אין הימל; אז איך וויל, נעם איך א 
גרויסע האק און צעשפּאלט די װאָלקנס, א פײַערדיקער האָגל זאָל פאלן אף די אעראָפּלאנען מיט 
די שווארצע ציילעמס. מיך ארט ניט, איך זאָל אפילע פארוואנדלט וװוערן אין א שלאנג, אבי איך 
זאָל קאָנען צופּױיזען צו היטלערן און אים א ביס טאָן. אָבער פון װאָס איך זאָל ניט קלערן, גייט מיר 
דער טאטע ניט ארויס פון זינען. פריִער, ווען די מילכאָמע האָט זיך אָנגעהויבן, האָב איך אים 
אויך זעלטן געזען, װײַל טאָג און נאכט איז ער געוען פארנומען אין זאװאָד און געגראָבן 
אָקאָפּעס. דאָך האָב איך געװוּסט, אז ער וועט סײַװי קומען אהיים. איצט ווייס איך, אז ער װועט 
זיך אזוי גיך ניט אומקערן, דערפאר שטייט ער מיר די גאנצע צײַט פאר די אויגן, ניט אזא, וי 
אפן פּאָרטרעט, װאָס איז געווען אָפּגעדרוקט אין צײַטונג, נאָר אזא, װוי ער איז הײַנט געקומען 
צו לויפן, --- מיליטעריש געקליידט. 

וי נאָר ער האָט זיך באוויזן אף דער שװעל, האָב איך פארשטאנען, אז ער איז געקומען 
זיך געזעגענען מיט אונדז. א קנויל האָט זיך געשטעלט מיר אין האלדז, איך האָב ניט פארשטאנען, 
װאָס האָט ער עס אײַנגעטײַנעט מיט דער מאמען. װײַזט אויס, זי האָט אויך גאָרנישט ניט בא- 
נומען, זי איז געשטאנען, װוי א פארקלעמטע, און צאָרנדיק צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ. 

נאָכדעם איז דער טאטע ארײַן אין דעם קליינעם צימערל זיך געזעגענען מיט מירעלען. אויך 
מיר א געזעגענען זיך! געשטאנען איבערן וויגעלע א שװײַגנדיקער און געקוקט, געקוקט אף דעם 
שלאָפּנדיקן קינד. די מאמע האָט אים געהאלטן פארן עלנבויגן און געביסן זיך די ליפן. מיר האָט 
זיך געדוכט, אז מײַנע פיס זײַנען צוגעפרוירן צו דער שוועל. 

איך האָב זיך ניט געקאָנט דערווארטן, דער טאטע זאָל א קוק טאָן אין מײַן זײַט. פּלוצעם 
איז ער אויסגעוואקסן לעבן מיר, מיך אָנגענומען פאר די אקסל און אוועקגעפירט אין גרויסן 
צימער. דאָ האָט ער זיך אָפּגעשטעלט, גענומען קוקן אף מיר שװײַגנדיק און פארכידעשט, פונקט 
וי ער װאָלט מיך דאָס ערשטע מאָל געזען. ער האָט מיט נײַגער געזוכט עפּעס אין מײַנע אויגן, 
באטראכט מײיַן נאָז, װײַזט אויס, ער האָט אף מיר דערזען די סימאָנים פון מירעלעס נעגעלעך. און 
מיטאמאָל זיך אָנגערופן: 

-- בעניע, ווען ביסטו אזוי אויסגעוואקסן? 

איך האָב א קנייטש געטאָן מיט די אקסל. איך ווייס? װאָס בין איך שולדיק, אז מײַן טאטע 
האָט ניט באמערקט, ווען זײַן זון איז אויסגעוואקסן? 

-- בעניע, ביסט דאָך שוין א דערוואקסענער באָכער, -- האָט דער טאטע ניט אראָפּגעלאָזט 
די אויגן פון מיר, --- הערסטו, זוניו, דו וועסט דארפן אכטונג געבן אף מירעלען, אָפּהיטן די מאמע... 

דאָס ערשטע מאָל אין מײַן לעבן האָט דער טאטע זיך געװוענדט צו מיר מיט אזעלכע רייד. 
ער האָט קלוימערשט געשמייכלט, נאָר איך האָב גוט באמערקט די אָנגעלאָפּענע קײַלעכדיקע 
טראָפּנדלעך אין די ווינקלען פון זיַנע אויגן. אזוי װי א ביינדל װאָלט זיך פארטשעפּעט בא מיר 
אין האלדז --- איך װויל עס אראָפּשלינגען, עפּעס זאָגן, נאָר איך קאָן ניט, איך קאָן ניט, כאָטש 
נעם לייג זיך און לאך! 

-- איך אין דײַנע יאָרן, -- האָט דער טאטע װוײַטער גערעדט, -- אָהאָ... נאָר דו ביסט נאָך 
גאָר.א ייָנגל... 

פּלוצעם האָט ער מיך א נעם געטאָן אונטער די פּאכוועס, אופגעהויבן אין דער הייך, דערנאָך 
שטארק צוגעדריקט צו זיך, א קוש געטאָן אין די אויגן, אין שטערן. איך האָב אויך געװאָלט 
אים ענטפערן מיט א קוש, נאָר אין דער רעגע האָט דער טאטע אָפּגעקערעװעט דעם קאָפּ אין א 
זײַט און מײַנע ליפּן האָבן אָנגעטראָפן אין זײַן האלדז-אוןינאקן. דער טאטע האָט מיך אראָפּ- 
געלאָזט אף דער ערד, אין גוטן מוט א פאטש געטאָן אין געזעס: 

--- אײַ, בענעק, האָסט נאָך ניט פארגעסן דײַנע שטיק!.. --- מיט די דאָזיקע ווערטער איז ער 
האסטיק ארויס אין קאָרידאָר. 

איך געדענק ניט, וויפל צײַט איך בין געשטאנען פארגליווערט, דוכט זיך, אז איך האָב יאָ 
געהערט, װי דער טאטע האָט זיך געזעגנט מיט די שכיינים, װי ער האָט זיך צעקושט מיט דער 
מאמען. נאָר דערפילנדיק, אז ס'האָט זיך געעפנט די דרויסנדיקע טיר, בין איך פארציטערט 
געװאָרן, פון ערגעץ האָט זיך דערהערט א קאָל: 


--- װאָס שטייסטו, דער טאטע גייט דאָך אף דער מילכאָמע! 

איך האָב צעפּראלט די טיר פונעם גרויסן צימער, בין ארויס אין קאָרידאָר און װי ניט מיט 
מײַן קאָל אויסגעשריען: 

-- טאטע, ווארט א װײײַלע! 

און זיך געלאָזט לויפן מיט אויסגעשטרעקטע הענט. איך געדענק ניט אקוראט, צי איך האָב 
זיך אָן עפּעס פארטשעפעט, צי א ניטגוטער האָט מיך א שטופ געטאָן, איך ווייס נאָר, אז איך בין 
א פאל געטאָן צו זײַנע פיס... 

אין קאָרידאָר איז מיטאמאָל געװאָרן טויט-שטיל. װײַזט אויס, מע האָט געווארט, איך זאָל 
עפּעס זאָגן. נאָר ריידן האָב איך ניט געקאָנט. איך האָב געגלעט דעם טאטנס אָבמאָטקעס, די 
סאָלדאטסקע שיך. מיטאמאָל דערפיל איך, װי דער טאטע האָט מיך אונטערגעכאפט און אופגע- 
הויבן פון דער ערד. איך האָב אָבער בעשום-אויפן ניט געקאָנט קוקן אים אין פּאָנעם, איך האָב 
אָפּגעקערעװעט דעם קאָפּ אָן א זײַט און מיט גרויס ווייטעק קוים ארויסגעשטאמלט: 

-- פארװאָס האָט מען דיר קיין שטיוול ניט ארויסגעגעבן?.. 


2 


דאָס װאָיען פון א סירענע װעקט פּלוצעם אוף די באנאכטיקע שטילקײַט. באלד נאָך דעם 
הייבן אָן הודען די זאװאָדן און די לאָקאָמאָטיוון אף דער אײַזנבאן. 

עס װאָיעט און װאָיעט די גאנצע שטאָט. א גליק, װאָס עס געדויערט ניט לאנג, אניט װאָלט 
מען געקאָנט אראָפּ פון זינען. 

ס'דערהערט זיך א קלאפ אין טיר. איך לויף אוועק עפענען און קער זיך באלד אום צוריק 
אָנזאָגן די בסורע: 

-- פּראָכאָר אכ ימש איז ג; נעק ומען! 

די מאמע האָט צוגעלייגט א פינגער צו די ליפּן, געװאָרנט דעם ארײַנגעקומענעם, ער זאָל 
ניט ראשן: 

--- זי שלאָפט... מיר װעלן ניט גיין. 

פּראָכאָר פּעטראָװויטש האָט אומצופרידן א צוק געטאָן מיט די אקסל און שטיל, נאָר בייז 
ארויסגעשטאמלט: 

-- נו!.. 

הײַנט איז דער קעלער געווען אָנגעשטאָפּט מיט מענטשן. פּראָכאָר פּעטראָװיטש האָט גע- 

מאכט א וועג דער מאמען, װאָס האָט געהאלטן מירעלען אף די הענט. ער האָט געעפנט די שווערע, 
גראָבע, אײַזערנע טיר פון קינדער-צימער און דורכגעלאָזט אהין די מאמע מיט מירעלען. מיך 
האָט ער פארהאלטן. 

-- דו ביסט שוין ניט קיין פּיצל, דאָרטן װעט סטײַען אָן דיר, -- ער האָט פארהאקט נאָך 
זיי די טיר און גענומען זיך דורכשטופּן צוריק צום ארויסגאנג. מיר איז געװאָרן קאלעמוטנע אפן 
הארצן, ניט דערפאר, װאָס איך האָב מוירע בלײַבן אָן דער מאמען, נאָר װײַל איך װעל ניט זײַן 
צוזאמען מיט נעטען. 

דאָ, אין שטיינערנעם קעלער, האָב איך זי געקאָנט זען, אפילע שטיין נאָענט לעבן איר. ביז 
דער מילכאָמע האָב איך זעלטן-ווען געקאָנט א קוק טאָן אף איר, און נאָר פונדערװײַטן. נעטע 
האָט זיך געלערנט אין דער מוזיק-שול און אין הויף פלעגט זי זיך קימאט ניט באװײַזן. אז זי 
האָט זיך שוין יאָ באוויזן, איז זי געווען ניט אליין. אפילע אין שול ארײַן האָט מען זי געפירט. אָדער 
דער זיידע, אָדער די באָבע. מערסטנטייל האָב איך זי געזען שטיין אף זייער באלקאָן. קיינער זאָל 
מיך ניט באמערקן, פלעג איך זיך פארקלײַבן אפן דריטן שטאָק פון דער קעגניבערדיקער פא- 
ראדנע און פון דאָרטן זען זי, וויפל איך האָב געװאָלט. 

קיינער קאָן אזוי ניט הערן דאָס געזאנג פון די פייגל, װי נעטע. איר געזיכט איז דעמלט אזוי 
שיין, אז עס דוכט זיך --- זי אליין איז אײַנגעהילט אין מוזיק. דאָס אָנטאָן אף איר האָט געזונגען. 
די בלאָנדע האָר-גלעקעלעך האָבן געקלונגען. אזוי האָט זי אויסגעזען אין מײַנע אוגן, ווען איך 
פלעג, װי א צוגעשמידטער, שטיין הינטער איר טיר און זיך אײַנהערן אינעם שפּילן פונעם ראָיאל. 
ווען מיר װאָלט ניט געווען קיין ביזויען פאר די כעוורע, װאָלט איך טאָג און נאכט אזוי געשטאנען. 

ווען עס פלעגט זיך מאכן, אז נעטע האָט זיך באוויזן אפן באלקאָן און קיינער איז אין הויף 
ניט געווען, האָב איך זיך קיין אָרט ניט געקאָנט געפינען, איך האָב געװאָלט אָפּטאָן עפעס אזוינס, 
װאָס זאָל אויסנעמען בא איר. איך האָב געטאנצט אף איין פוס, זיך געשטעלט אף די הענט מיט 
די פיס ארוף. איך בין גרייט געווען קלעטערן אף די ווענט. איינמאָל בין איך ארוף אף דעם אלטן 
בארנבוים, װאָס שטייט בא אונדז אינמיטן הויף, געריסן די גרינע דיטשקעס און געשלײַדערט 


8 


זיי אין אלע זײַטן, געקלעטערט פון איין צװײַג אף דער צווייטער. איינע א צװײַג האָט ניט אויס- 
געהאלטן און איך האָב זיך געגעבן א טעלעבענדע אף דער ערד, װי א זאק קארטאָפל. איך ווייס 
ניט, װוּ האָבן זיך גענומען צו מיר קויכעס אופשטעלן זיך אף די פיס. כ'האָב געכאפּט א קוק אפן 
באלקאָן, נאָר נעטע איז גאָר דאָרטן ניט געווען. אזוי איז עפשער געווען בעסער. איך האָב פאר- 
שפּאָרט זיך שעמען צו פארקרימען דאָס פּאָנעם פון ווייטעק. עס האָט מיר שטארק פארקלעמט 
באם הארצן, ניט אזוי פון ווייטעק, וי פון פארדראָס. איך, דער אָפּגעריסענער נאר, האָב גע- 
מיינט, אז נעטע װעט אראָפּלופן א קוק טאָן, װאָס מיט מיר איז געשען, װײַזט זיך גאָר ארויס, 
אז זי האָט מיך אין זינען, וי דעם פאראיאָריקן שניי. 

װאָס פאר א װערט האָט בא מיר, אשטייגער, געהאט צוגיין צו א מיידל, א שנעל טאָן איר 
אין נאָז, צי א צופע טאָן פאר א צעפּל. איך האָב בעשום-אויפן ניט געקאָנט פארשטיין, װאָס פאר 
א קויעך האָט פארמאָגט אָט אָדדער שעד, די נעטע, װאָס האָט מיך געהאלטן אף טויזנט מײַל פון זיך. 

ס'האָט אָבער געמוזט נעמען א סאָף. איך האָב בא זיך פעסט באשטימט באפרײַנדן זיך 
נעענטער מיט נעטען. 

געקומען צו לויפן פון דער שול, האָב איך געזאָגט דער מאמען, זי זאָל מיר געבן דעם נײַעם 
אָנצוג, די נײַע שיך, װײַל איך דארף גיין אף א פּײַערלעכער פארזאמלונג אין פּיאָנערן-פּאלאץ. 

א פארפוצטער בין איך ארויס אף דער גאס. ס'איז געווען א זוניקער טאָג, א שטיל ווינטל 
האָט געטריבן איבער די טראָטוארן אראָפּגעפאלענע בלעטער; אויסגעשיילטע גלאנציקע קאש- 
טאנען האָבן זיך געוואלגערט אף שריט און טריט. איך האָב זיך באהאלטן הינטער א ביכער- 
קיִאָסק און פון דאָרטן גענומען נאָכשפּירן נאָך יעדן צוגעפאָרענעם טראמװוײַ. איך האָב געווארט 
מיט אומגעדולד. יעדע מינוט --- א יאָר. 

ענדלעך, האָט זי זיך באוויזן, נעטע. גרינג, װי א פעדערל, איז זי אראָפּגעשפּרונגען פון די 
טרעפלעך. איך בין אוועק נאָך איר. יעדער טראָט מײַנער -- א זעץ מיט א האמער אין הארצן. 
וי אין א כאָלעם האָב איך מיט אלע קויכעס געײַלט נאָך איר, נאָר אָניאָגן האָב איך זי ניט געקאָנט. 
ניט געקאָנט, כאָטש נעם לייג זיך און לאך. ערנװאָרט, איך בין גרייט געווען זיך אליין צערײַסן אף 
שטיקער. מע טאָר ניט הײַען קיין צײַט, זי װעט דאָך אוועקגיין. איך נעם זיך אָן מיט מוט און וויל 
זיך לאָזן לויפן, נאָר, אוי-וויי, א צאָרע, איך האָב דערהערט א באקאנט קאָל; 

-- בעניע, װאָס ביסטו אזוי פארקנאקט? דו גייסט אף אימענינעס? 

טאָמער דארפסטו דיר?! קאָסטיע איז אויסגעוואקסן לעבן מיר. פארװאָס ער איז געווען יאָמ- 
טעוודיק אָנגעטאָן, האָב איך ניט געװוּסט. די האָר זײַנע זײַנען אויך געווען אָנגענעצט און פאר- 
קעמט מיט א שרונט אף דער זײַט. קאָסטיע האָט געשפּאנט וואזשנע, מיט א פאריסענעם קאָפּ. 
דער הויכער קאָלנער פון זײַן נײַער גימנאסטיאָרקע איז געווען פארקנעפּלט מיט גאָלדענע קנע- 
פעלעך, דערפאר עפשער האָט דעמלט זײַן לאנגער, דארער האלדז אויסגעזען קירצער. קאָסטיע 
האָט ניט געווארט אף מײַן ענטפער, מיך איבערגעלאָזט און איז אוועק װײַטער. װײַזט אויס, אז אים 
האָט קיין איין האמער ניט א זעץ געטאָן אין הארצן. געוויינלעך, װי ער װאָלט עס געטאָן יעדן 
טאָג, האָט ער אָנגעיאָגט נעטען. 

איך בין געבליבן אן אָפּגעשמיסענער, זיך געפּלאָנטערט צווישן די אײַלנדיקע דורכגייער. 
ווער ס'האָט נאָר געװאָלט, האָט געקאָנט מיך א שטורכע טאָן. נאָר מיך האָט גאָרנישט ניט געארט, 
איך האָב פאר זיך גאָרנישט ניט געזען, די אויגן מײַנע זײַנען געווען אָנגעפילט מיט זשוקלעך, װאָס 
האָבן געשװוינדלט, געקיצלט און געביסן ביז ווייטעק... 

איצט זע איך זיך מיט נעטען אלע מאָל, ווען עס הייבט זיך אָן אן אליארעם. דער זיידע 
ברענגט זי אראָפּ אין קעלער צוזאמען מיט דער באָבען. אלע דרײַ פארנעמען זיי אין קינדער- 
צימער א האלבע באנק, װאָס שטייט בא דער וואנט. נעטעס באָבע איז א ברייטע, א װוּקסיקע, מוז 
זי אָן עפּעס אָנשפּארן איר װאָגיקן קערפּער. זי פארנעמט קימאט אליין די האלבע באנק. דער 
זיידע -- פארקערט, ער באנוגנט זיך מיט א קליין שטיקעלע אָרט. ער איז אליין אויך א קלייניטש- 
קער, א דארינקער, ווען ניט זײַן ציכטיק-װײַס בערדל און די גרויסע זילבערנע שעוועליורע, װאָלט 
ער אויסגעזען וי א ייִנגל, אזא, װוי איך בין. 

זיי ברענגען שטענדיק אראָפּ מיט זיך א קוישל עסנווארג, א טערמאָס טיי, װײַל וי נאָר עס 
הייבט זיך אָן די באָמבירונג, מוז די באָבע פאר נערװעזקײַט עפּעס נעמען אין מויל ארײַן. זי 
לאָזט ניט אראָפּ די דערשראָקענע אויגן פון דער סטעליע און קײַט, און קײַט אָן אופהער. טאָמער 
כאָלילע לאָזט זיך אויס די פּראָװיזיע איידער די בעהאָלע ענדיקט זיך, איז א גרויס אומגליק. די 
באָבע הייבט אָן שלוקערצן און יעדער שלוקערץ ענדיקט זיך מיט א דין קוויטשיקל, אז קינדער 
כאפּן זיך אזש אוף פון שלאָף. ס'איז א צארבאלעכאיִם צו זען, װי די אלטיטשקע מוטשעט זיך. 
דער זיידע קאָן זיך אויך קיין אָרט ניט געפינען. די אויגן זײַנע ווערן אומרויַק, דאָס גרינע קאפּע- 
ליושל פארדרייט זיך אין א זײַט, ער צופּט נערוועז מיט זײַנע לאנגע פינגער דאָס בערדל, דער 


9 


קנאָפּ אפן דארן האלדז הייבט זיך אָן באוועגן ארוף און אראָפּ און וועקט אוף דעם שווארצן ?באנ" 
טיק", װאָס זעט אויס, וי צוויי אָנגעשפּיצטע אויערלעך פון א קליין קעצל. 
לאָזט זיך אויס, אז אויך דעם דאָזיקן דרײַלינג האָט מען הײַנט ניט דורכגעלאָזט אין קינדער" 
צימער. אקוראט דעמלט, וען אין קעלער האָט זיך דערהערט דאָס מוירעדיקע הודען פון די 
אעראָפּלאנען און ווען דער אוילעם האָט פארטײַעט דעם אָטעם, האָב איך דערהערט דאָס בא" 
קאנטע קײַעןף 
איך האָב פארשטאנען, אז דאָ ערגעץ נאָענט געפינט זיך נעטע. ניט לאנג געטראכט, האָב 
איך זיך א ריס געטאָן פון אָרט, נאָר עמעצער האָט ווייטעקדיק מיך אָנגעכאפּט פאר די אקסלי 
--- שטיי אײַן, שלימאזל, -- האָב איך דערהערט א בייז קאָל. 
איך רײַס זיך ארויס פון די צעפּקע פינגער, בייג זיך אײַן אינדרײַען, און װי א וויון קריך 
איך צװישן אומצאָליקע פיס אלץ נעענטער און נעענטער צו דער באָבען. 
די ערשטע האָט מיך דערזען נעטע. 
--- ווּ ביסטו געווען? -- האָט זי מיך געפרעגט. 
-- איך ווייס ניט, --- ענטפער איך א צעטראָגענער. 
-- גוט, װאָס דו ביסט דאָ, -- זאָגט זי, און קוקט מיט אומרו אפן קוישל און אף דער 
באָבען. -- װאָס טוט מען, בעניע? עס ענדיקן זיך די בוטערבראָדן... װאָס טוט מען, -- בעט זי 
זיך בא מיר, --- ווען מיר קאָנען א שפּרונג טאָן צו אונדז אין שטוב... איך האָב אפילע פארגעסן 
מיטנעמען די וואלעריאנקע... זי קאָן נאָך אָנהייבן כאלעשן אויך... 
-- דעם שליסל האָסטו? 
-- איך האָב אָבער מוירע... 
-- נארעלע, אין איין רעגע זײַנען מיר הין און צוריק. קום, קום, -- איך נעם זי פאר א 
האנט און ביידע כאפּן מיר זיך ארויס פונעם קעלער. 
נעטע האָט, װײַזט אויס, זיך שטארק דערשראָקן פאר דער פינצטערניש. אָנגעכאפּט שטײַף 
מײַן האנט, האָט זי גענומען מיך שלעפּן אף צוריק. און כאָטש מײַנע קניַעס האָבן אָנגעהויבן פאר- 
כאלעשט װערן, האָב איך זיך מיט אלע קויכעס געשטארקט און מיט געמאכטער דרײסטקײַט 
געזאָגט: 
-- װאָס האָסטו זיך אזוי דערשראָקן? קום, האָב קיין מוירע ניט. 
דאָס ערשטע מאָל האָט נעטע מיך גענומען אונטער דער האנט און זיך צוגעטוליעט צו מיר. 
איך האָב טייקעף פארגעסן אָן דער שרעק. מיטאמאָל בין איך געװאָרן בא זיך שטארק, װי א 
מויער. איך האָב אפילע ניט געפילט, װי מיר זײַנען ביידע ארוף אפן צווייטן שטאָק. 
און אָט איז יענע טיר. די טיר, הינטער וועלכער איך פלעג אָפט שטיין און הערן איר שפילן. 
די זעלבע טיר, װאָס איז פאר מיר פארשפּארט געווען, װי מיר האָט זיך געדוכט, אף אײביק. איצט 
שפּאן איך מיט א קלאפּנדיק הארץ, מיט א פארטײַעטן אָטעם נאָך נעטען. איך שפּאן, װי אין א 
כאָלעם, וי אין א פינצטערן טאָל. 
נעטע האָט מיך איבערגעלאָזט אין גרויסן זאל און איז אליין אוועק אין צווייטן צימער זוכן 
די רעפוע. פון דאָרטן האָט זי גערעדט: 
-- בעניע, דערצייל מיר עפּעס, שװײַג ניט, װײַל איך האָב מוירע. 
-- אָהאָ, איך קאָן דיר אָנרײידן א פולן זאק, אבי דו זאָלסט קיין מוירע ניט האָבן... האָב קיין 
מוירע ניט, נעטע, האָב קיין מוירע ניט. האָב קיין מוירע ניט, נעטע, האָב קיין מוירע ניט... -- איך 
כאזער איבער איינס און דאָס זעלבע און קאָן ניט אָפּרײַסן די אויגן פונעם ראָיאל, װאָס שטייט 
אינמיטן זאל. איך קוק אף דער דעק, װאָס גלאנצט אין דער פינצטער, װוי א שפּיגל. צום פענצטער 
ציט זיך א שאָטן, װאָס זעט אויס, װי א טרונע, וועלכע מע האָט אראָפּגעשטעלט אפן דיל. ס'איז 
דאָ טויט-שטיל, די מוזיק-קלאנגען האָבן זיך באהאלטן אינעם גרויסן ראָיאל. מיטאמאָל דערהערט 
זיך גאָר אן אנדער מוזיק --- א נײַער עשעלאָן מיט אעראָפּלאנען רוקט זיך אָן אף דער שטאָט. 
-- האָב קיין מוירע ניט, נעטע, האָב קיין מוירע ניט.. 
דאָס רעווען פון די מאָטאָרן ווערט װאָס אמאָל שטארקער און שטארקער, די סטרונעס אינעם 
ראָיאל הייבן אזש אָן ציטערן. און איך רייד אלץ העכער און העכער: 
-- האָב קיין מוירע ניט, נעטע, האָב קיין מוירע ניט. 
דער ראָיאל לעבט אוף פון זיך אליין און הייבט אָן הודען, איך דערפיל, װי די האָר אף מײַן 
קאָפּ האָבן זיך אָנגעהױיבן רירן. מיר האָט זיך אויסגעדוכט, אז איך װועל באלד דערהערן א יאָמער 
פון אָנצאָליקע סטרונעס. א גרויל איז אדורך איבער מײַן לײַב. א פארטערפּעטער בין איך גע- 
שטאנען און געהערט דאָס ברומען. איך האָב אפילע קיין ציִטער ניט געטאָן, ווען ס'האָט א זעץ 
געטאָן דער ערשטער דונער. איך האָב ניט געפילט, װי די ווענט האָבן זיך געטרייסלט. איך בין 


10 


געקומען צו-זיך, ווען נעטע איז צו מיר צוגעלאָפן, געכאפּט מיך פאר די הענט און ניט מיט איר 
קאָל גענומען שרײַען: 

--- קום, קום פונדאנעןי 

איך האָב זי אָנגענומען פאר די אקסל און מיט א ציטעריק קאָל זי בארויקט: 

-- האָב קיין מוירע ניט, נעטע, האָב קיין מוירע ניט... 

ווען אין דרויסן איז אף א װײַלע שטיל געװאָרן און דער ראָיאל האָט א לעצטן ציטער געטאָן. 
האָט זיך פון ערגעץ גאָר נאָענט דערהערט א זשומען פון סטרונעס. איך האָב זיך ארומגעקוקט און 
דערזען -- לעבן פענצטער, בא דער וואנט, איז געשטאנען א װיַאָלאָנטשעל, זײַנע סטרונעס האָבן 
זיך אלץ ניט געקאָנט בארויַקן, זיי האָבן געהודעט, װי דראָטן אף די אומרויַקע וועגן. 


3 


מיר זײַנען שוין גרייט אין וועג. די מאמע האָט פארפּאקעוועט דעם טשעמאָדאן, צונויפ- 
געלייגט מײַנע זאכן אין רוקזאק. מיט דעם זעלבן רוקזאק האָב איך געדארפט פאָרן אין פּיָאָנערן- 
לאגער. איצט קומט ער צוניץ פאר גאָר אן אנדער רײַזע. מיר איז נאָר א שאָד, װאָס די מאמע 
האָט פון רוקזאק ארױיסגעװאָרפן מײַן ליזשע-קאָסטיום און די גליטשערס מיט די נײַע שיך. די 
מאמע האָט מוירע, אז ס'וועט מיר זײַן שווער צו טראָגן. אוואדע שווער... דאָ, אין דער היים, װאָלט 
מיר א סאך גרינגער געווען איבערטראָגן בערג, איידער נעמען אָט דאָס רוקזעקל און זיך לאָזן 
אין דער וועלט ארײיַן. 

און מירעלען איז אלציינס. זי דרייט זיך ארום איבער דער שטוב און זינגט אף א קאָל איר 
באליבט לידל: 


טוּווא טירלא, טוּװא טירלא, טילא טוּווא. 


באמערקט, אז איך קוק ניט אין איר זײַט, ווערט זי אין קאס. 
-- נו! נו! --- צעשרײַט זי זיך, לעמײַ איך העלף איר ניט זינגען: 


טוּװא טירלא, טוּווא טירלא, טילא טוּװא. 


זינגען מיר שוין ביידע. איך מיט א הייזעריק קאָל און מירעלע הילכיק. 

וי נאָר די מאמע קערט זיך אום פון קראָם, מאך איך די פלייטע, איך דארף זיך געזעגענען 
מיט נעטען. 

אף די טרעפ האָב איך באגעגנט קאָסטיען. ער האָט זיך אָפּגעשטעלט, מיך אָפּגעמאָסטן מיט 
א נאכלעסיקן בליק. איך בין זיכער געווען, אז ער קלערט צו א נײַע מייַסע וועגן דעם, ויַאזוי ער 
האָט אױיסגעשפּירט א דיווערסאנט, אים געפּאקט און א לעבעדיקן געבראכט צו פירן אין מיליציע. 
נאָר קאָסטיע האָט צונויפגעפּרעסט ביידע פויסטן און מיט ווייטעק געזאָגט: 

-- אונדזערע טרעטן אָפּ... טרעטן אָפּ און שויןײ! 

קאָסטיע האָט, װײַזט אויס, פארגעסן, אז ערשט נעכטן האָט ער מיר בעסאָד דערציילט, אז 
הינטער קֵיִעוו האָבן אונדזערע צוגעגרייט א פּאסטקע פאר די דײַטשן. זאָלן זיי נאָר פּרוּוון אָנהײיבן 
אן אָנגריף אף דער שטאָט, װעט זיך אן עפן טאָן די ערד און אלע טאנקען מיט די פאשיסטן 
איניינעם װעלן אײַנגעזונקען װערן, קיין זייכער װעט פון זיי ניט פארבלײַבן. אָבער זאלצן דיי 
װוּנדן קאָסטיען, אים דערמאָנען די דאָזיקע מײַסע װוילט זיך ניט. איך װאָלט א באלן געווען, ער 
זאָל מיר דערציילן עפּעס נײַס, אז בא אונדז ביידע זאָל אופלעבן א האָפענונג... 

קאָסטיע קוקט אף מיר מיט זײַנע כיטרע אייגלעך, טוט א שמאָרע מיט זײַן קאטשען נעזל. 
מיט די שיטערע ציינדלעך פארבײַסט ער די אונטערשטע ליפּ און מיט דער רעכטער פויסט טוט 
ער זיך א זעץ אין דער ברוסט: ֹ 

-- אָט װעסטו זען, אונדזערע װעלן קיִעוו ניט פארלאָזן, --- שרײַט ער, -- אויב איך זאָג א 
ליגן, האק מיר אָפּ דעם קאָפּ! 

-- איך ווייס אליין, --- זאָג איך און באהאלט דערביי די אויגן פון קאָסטיען. 

-- װאָס זשע שיקסטו אָפּ א זײַ-געזונט? זיך דערשראָקן, הא? 

-- די מאמע, מײַן שוועסטערל, -- שטאמל איך, נאָר קאָסטיע שלאָגט מיך איבער: 

--- זאָלן זיי זיך פאָרן, און דו בלײַב מיט מיר. 

איך האָב ניט פארשטאנען, פארװאָס איז קאָסטיע פּלוצעם געװאָרן צו מיר אזוי גוט, אז ער 
פלעגט גאָר שטענדיק זיך פּלײַסן אונטערשטעלן מיר א פיסל. ניט איין מאָל האָט ער געפּרוּווט 
מיך אנידערלייגן אף די לאָפּעטקעס, אלע כעוורע פון אונדזער הויף האָבן מוירע געהאט פאר אים 
איימאס-מאָוועס. נאָר מיך איינעם האָט קאָסטיע ניט געקאָנט בײַקומען. 

נאָך דעמלט, פריִער מיט צוויי יאָר, ווען מיר זײַנען אריבערגעפאָרן פון זשמערינקע אהער, 


11 


קיין קיעוו, און איך האָב זיך דאָס ערשטע מאָל באוויזן אין הויף, איז קאָסטיע גלײַך צו מיר צו- 
געשטאנען, אז ער וויל מיך שלאָגן. 

-- פּאָטשעמו? -- האָב איך געפרעגט, און דעם ,פּאָטשעמו?* האָב איך צעצויגן מיט א ניגן אף 
א גאנצן קילאָמעטער. קאָסטיע האָט מער ניט באדארפט, ער האָט מיך גלײַך געקרוינט מיט דער 
צונעמעניש ,פּאָטשעמו", אָבער שלאָגן האָב איך זיך ניט געלאָזט, און אײַנבאָרען מיך האָט ער 
אוואדע ניט געקאָנט. דערפאר עפשער האָט ער טיף אין הארצן געטראָגן אף מיר א פארדראָס 
און פאר יעדער קלײניקײַט זיך צו מיר געטשעפּעט, בא יעדער געלעגנהײַט זיך געסטארעט מיר 
אָפּטאָן א שפּיצל... 

איך לייג פאָר קאָסטיען, מיר זאָלן צולויפן אין שול א קוק געבן, װאָס טוט זיך דאָרטן. 

-- אהא, איך בין דאָרטן נאָרװאָס געווען. דעם שפּיטאָל עוואקוירט מען. אלע פארװוּנדעטע 
זײַנען שוין אפן װאָקזאל. 

-- און דו זאָגסט, אז אונדזערע װעלן קיַעוו ניט פארלאָזן... 

--- ווילסט ניט בלײַבן? האָסט מוירע? דאוויי פּאָבאָרעמסיא! 

-- טשעפּע זיך אָפּ פון מיר, -- פּרוּוו איך זיך אויסדרייען פון זײַנע הענט. נאָר קאָסטיע 
האָט זיך אײַנגעקלאמערט אין מיר, א הייב געטאָן און אראָפּגעטראָגן נידעריקער מיט א שטאָק. 

-- אָט דאָ װעט זײַן באקוועמער, -- אָטעמט ער שווער און לאכט מיט א קוויטשיקל, --- שוין 
זשע ביסטו טאקע אזא געזונטער? 

וי נאָר קאָסטיע האָט מיך געװאָלט א כאפּ טאָן פארן האלדז-און-נאקן, האָב איך אים א שטופ 
געטאָן פון זיך מיט אלע מײַנע קויכעס. פון אומדערווארטקײַט האָט ער מיך ארױיסגעלאָזט פון די 
הענט און מיט דער פּלײיצע זיך א זעץ געטאָן אין וואנט. דאָס בלוט איז אים ארײַן אין פּאָנעם, 
אין א װײַלע ארום האָט ער זיך א װאָרף געטאָן צו מיר. 

אונדזער ביידנס גליק, װאָס אף די טרעפּ האָט זיך באוויזן נעטע. קאָסטיע האָט מיך אָפּגעלאָזט 
און אופגעהויבן ביידע הענט אין דער הייך. 

-- איצטער גיב איך זיך אונטער! -- ער האָט ניט נאטירלעך הילכיק זיך צעלאכט און 
מאמזעריש א קוק געגעבן פריער אף נעטען, נאָכדעם אף מיר. צו נעטען האָט ער זיך געווענד 
גאָר אף אן איידעלען אויפן: 

-- קומט א ביסעלע נעענטער צו אונדז, מעדכען... 

נעטע שפּרינגט אראָפּ פון די טרעפּ א פריילעכע, זי איז צופרידן, װאָס איר קומען האָט גע- 
מאכט צװישן אונדז שאָלעם. זי שמייכלט צו קאָסטיען, פרעגט אים שפילעוודיק: 

-- שפּרעכען זי דויטש? 

-- אָ, ער קען אפילע א גוט-אויג אָפּשפּרעכן, -- מיש איך זיך ארײַן. 

-- איך שפּרעך, -- זאָגט קאָסטיע פריילעך, -- דו שפּרעכסט, ער שפּרעכט, מיר האָבן גע- 
שפּראָכן, זי האָבן געשפּראָכן, -- יעדעס געשפּרעך איז געווען ארױיסגעזאָגט מיט אן אנדער ניגן. 
נאָכדעם האָט ער ארײַנגערוקט ביידע הענט אין די קעשענעס פון זײַנע ברייטע הויזן, זיך א גייג 
געטאָן און פײַערלעך פארענדיקט: 

-- אף ווידערזען, מײַן ליבע מעדכען..- 

אין איין אויגנבליק איז קאָסטיע שוין געווען אפן פינפטן שטאָק. פונדאָרטן האָט זיך דערהערט 
זײַן געזאנג, א שטילס, װוי פאר זיך אליין. 

--- מײַן זיידע זאָגט, -- האָט נעטע טרוימעריש גערעדט, --- ווען קאָסטיע זאָל לערנען מוזיק, 
װאָלט ער געווען א גרויסער זינגער, נאָר וער װעט זיך איצט מיט אים פארנעמען... --- און נאָך א 
קורצן שװײיגן טוט זי בייז א קוק אף מיר: 

-- פארװאָס האָסטו אים געשלאָגן? -- נעטע באטראכט מיך פון קאָפּ ביז די פיס, גלײַך זי 
װאָלט געװאָלט אויסזוכן אלע מײַנע כעסרוינעס. דערפאר נעמט מיר טאקע אָפּ דאָס לאָשן 
און איך קען איר גאָרנישט ניט ענטפערן. נעטע הערט ניט אוף; 

-- פארװאָס זײַנען די הענט בא דיר אזוי שמוציק? 

איך באהאלט די הענט. זיי זײַנען ניט אזוי שמוציק, װי פארגעלט. דאָס האָב איך דער מאמען 
געהאָלפן שיילן קארטאָפּל. נעטע איז מיר דערגאנגען די יאָרן: 

-- פארװאָס האָסטו זיך ניט געוואשן? פארװאָס שװייַגסטו? 

עס צינדט זיך אָן אין מיר א פײַער, איך שטרעק אויס צו נעטען מײַנע געלע הענט און זאָג 
איר אי מיט פארדראָס, אי מיט ווייטעק: 

-- פארװאָס, פארװאָס? פארװאָס קאָן איך ניט זײַן קיין זינגער? --- און קערעווע זיך אָפּ, 
איך ויל, פּונקט װי קאָסטיע, פײַל-אויסן-בויגן ארופשפּרינגען צו זיך אפן פינפטן שטאָק, נאָר 
עס באקומט זיך בא מיר ניט. איך פארטשעפּע זיך און טו א פראל אף די טרעפּ. א דערשראָקענע 
איז נעטע צוגעלאָפן צו מיר, געװאָלט מיר העלפן זיך אופהייבן, איך שטויס זי אָבער אָפ: 
19 


-- גיל זיך, ‏ גללי. 

און ניט קוקנדיק אין איר זײַט, לאָז איך זיך גיין. נאָר מיך דעריאָגט נעטעס קאָל: 

-- בעניע, דו גייסט שוין אוועק? 

איך שטעל זיך אָפּ אף א װײַלע, כאפּ א קוק אראָפּ און זע, װי נעטע האָט זיך מיט ביידע 
הענט אײַנגעקלאמערט אין דער פארענטשע. 

-- בעניע, דו פאָרסט דאָך הײַנט אוועקי.. 

איך שװײַג, מײַן הארץ איז װי פארפרוירן, און נעטע רעדט צו מיר, האלטנדיק פאריסן 
דעם קאָפּ; 

--- און מיר קאָנען ניט פאָרן. דער זיידע האָט מוירע איבערלאָזן דעם ראָיאל, מיטנעמען 
דעם װיַאָלאָנטשעל קאָן מען אויך ניט, װײַל מע װעט אים צעברעכן. בלײַבן מיר דאָ, מיר קאָנען 
ניט פאָרן... 

נאָך א ביסל װאָלט איך איר געזאָגט: -- נו, איז װאָס, קאָסטיע דײַנער פאָרט דאָך אויך 
ניט. נאָר ווען איך האָב דערזען אירע אויגן, האָב איך געמאכט א שװײַג... אָבער מויכל זײַן איר 
האָב איך ניט געקאָנט. 

-- דו װעסט זיך אינגיכן אומקערן, איאָ, בעניע? דו װעסט מיר אָנשרײַבן? פארװאָס 
שװײיַגסטו? 

ווען איך בין ארוף אפן פינפטן שטאָק, האָב איך א לעצטן קוק געגעבן אף אראָפּ. נעטע איז 
נאָך אלץ געשטאנען מיט א פאריסענעם קאָפּ, זי האָט אויסגעזען איצט א װײַטע, גאָר א קליינינקע, 
נאָר די אויגן אירע האָב איך געזען, פּונקט זי װאָלט שטיין לעבן מיר. אין דער שטילקײַט האָט 
זיך ווידער דערהערט איר בעטנדיק קאָל: 

-- בעניע, בעניע, פארװאָס שװײַגסטו? 

איך בין פארציטערט געװאָרן. געװאָלט אראָפּלויפן צו איר, נאָר איך, דער ליימענער גוילעם, 
בין געלאָפן ארוף, אף די שמאָלע טרעפּלעך, װאָס פירן צו אונדז אפן בוידעם. איך האָב האסטיק 
אופגעריסן די בוידעם-דעק, זיך אָנגעכאפּט אין א קראָקװע, מיט אלע קויכעס זי ארומגענומען 
און זיך ביטער צעוויינט, מיט א כליפּערײַ, פּונקט וי אן אָנגעבלאָזענער אינדיק. 


4 


פּראָכאָר פּעטראָװיטש איז ארײַן צו אונדז מיט א טומל. ער האָט, װײַזט אויס, געמיינט, 
אז מיר האָבן אָנגעגרײט אָן א שיר פּעק. ביזוואנען ער האָט זיך ארומגעקוקט, האָב איך געכאפּט 
מײַן רוקזאק אף די פלייצעס. פּראָכאָר פּעטראָװיטשן איז געבליבן נאָר דער טשעמאָדאן מיט א 
קלומעקל עסנווארג. 

די מאמע איז געשטאנען װי א פארגליווערטע, געדריקט מירעלען צו דער ברוסט, פּונקט 
װי עמעצער װאָלט זיך געקליבן זי צונעמען בא איר. 

די מאמע האָט אלץ געטראכט, געװאָלט זיך, װײַזט אויס, דערמאָנען, צי האָט זי גאָרנישט 
ניט פארגעסן. פּראָכאָר פּעטראָװיטש טרײַבט אונדז ניט אונטער. ער קוקט אף אלעמען און 
שאָקלט באדויערנדיק מיטן קאָפּ. אף זײַן פּאָנעם האָבן זיך באוויזן עטלעכע טראָפּנדלעך שווייס. 
איך װאָלט א באלן געווען וויסן, װאָס קלערט איצט פּראָכאָר פּעטראָװיטש. פארװאָס אײַלט ער 
אונדז ניט אונטער? עפשער איז טאקע אן אוויירע איבערשלאָגן א מענטשן, ווען ער געזעגנט זיך 
מיט זײַן היים? 

אפילע מירעלע איז אויך געווען פארכאָלעמט. װײַזט אויס, איר הערצעלע פילט, אז מיר 
פארלאָזן די היים. זי טוט א שווערן זיפץ. דאָס האָט אונדז דערמאָנט, אז מע דארף זיך לאָזן אין 
וועג ארײַן. 

די גאס איז פוסט. אונדזערע טריט הילכן אָפּ אזוי וי אף א בריק. דוכט זיך, ערשט ניט לאנג 
איז דאָ געווען אזוי לעבעדיק, ראשיק, איבערהויפּט אינדערפרי, ווען די שילער שיטן זיך ארויס 
פון די הײַזער... פארטיפט אין מײַנע געדאנקען, האָב איך גאָר ניט געהערט, װי קאָסטיע האָט 
אונדז אָנגעיאָגט. ער האָט אראָפּגעשלעפּט פון מיר דעם רוקזאק און אים אײַנגעמאָסטעט צו זיך 
אף די פּלייצעס. 

ווען מיר זײַנען געקומען צום עשעלאָן, איז קאָסטיע דער ערשטער ארײַן אין דער 
טעפּלושקע. א צעהיצטער האָט ער פון דאָרטן געשריִען: 

--- װאָס פאר אן אָרט זאָל איך אײַך פארנעמען, אפן דיל, צי אף די נארעס?! 

-- אף די נארעס! -- האָט פּראָכאָר פּעטראָװיטש א ברום געטאָן און מיט די לאנגע הענט 
זיך געמאכט א וועג. װי נאָר דער אלטער איז ארײַן אין וואגאָן, האָבן זיך נאָך אים א שאָט 


13 


געטאָן פּעק, נאָכדעם איז געװאָרן א שטופעניש. ניט געקוקט דערוף, האָט קאָסטיע זיך אײַנ- 
געקלאמערט אין דער וואגאָן-טיר און אף א קאָל געשריען צו מיר: 

--- בעניע, דערלאנג א האנט! 

אינגיכן האָט זיך אלץ אײַנגעשטילט. נאָר דאָ, אינװיײיניק אין טעפּלושקע, האָט געווימלט, 
װוי אין א בינשטאָק. 

באם געזעגענען זיך האָט פּראָכאָר פּעטראָװיטש מיך א שטורכע געטאָן מיטן עלנבויגן: 

-- גיב אכטונג, מע זאָל גאָרנישט ניט צושלעפן, -- און צו קאָסטיען האָט ער א הוקע 
געטאָן: 

--- געגאנגען זאָל װוערן, היצעל! 

אין טעפּלושקע איז געװאָרן טונקל, עמעצער האָט זיך שוין צעקריגט פאר אן אָרט. אין 
דעם דאָזיקן טומל האָט קאָסטיע מיך אװעקגעשלעפּט אין א זײַט און געהיים געפרעגט: 

-- מיט נעטען האָסטו זיך געזעגנט? 

איך האָב אראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ און ניט געװוּסט װאָס צו ענטפערן. כ'האָב דערפילט, 
וי קאָסטיעס הענט שארן איבער מײַנע אקסל, ער נעמט מיך ארום און שעפּטשעט: 

-- מיר װעלן ביידע אף דיר ווארטן... 

אין דער פארטײַעטער שטילקײַט האָט זיך דערהערט א פײַפּערײַ און גלײַך נאָך דעם א 
װוײַט געשריי: 

-- פאָ וואגאָנאם! 

קאָסטיע האָט א ציטער געטאָן, זיך ארומגעקוקט און פארװוּנדערט געפרעגט: 

-- שוין? 

ווען די בופערס האָבן זיך דאָס ערשטע מאָל צעבוצקעט, איז קאָסטיע ארויסגעשפרונגען 
פונעם וואגאָן. מיר איז פּלוצעם מוירעדיק קאלט געװאָרן. איך בין צוגעלאָפן צו דער טיר און 
דערזען, װי די ערד האָט אָנגעהױבן זיך רוקן אף צוריק. קאָסטיע האָט אָנגעיאָגט אונדזער 
וואגאָן, נאָר, װײַזט אויס, מיך ניט געזען און דערפאר געשריִען צום דאך, אין דער וועלט ארײַן: 

-- פּאָטשעמו! בעניע, בעניע! 

-- אָט בין איך, קאָסטיע! 

ווען ער האָט מיך דערזען, האָט ער אופגעהויבן ביידע הענט אין דער הייך, זיך אָפּגעשטעלט 
אף א װײַלע, נאָכדעם ווידער זיך געלאָזט לויפן, נאָר דאָס מאָל האָט ער אונדז שוין ניט געקאָנט 
דעריאָגן. 

קאָסטיע איז שטיין געבליבן ערגעץ דאָרטן, הינטער אים האָט זיך אָנגערוקט די נאכט, א 
נאכט אָן איין פײַערל. 


5 


מיר פאָרן לאנגזאם, אלע װײַלע בוצקען זיך די בופערס, די טאָרמאָזן שיפּען, װי די 
גאזלאָנים. מיר האָבן זיך ניט שלעכט אײַנגעאָרדגט. איך ווייס נאָך ניט, װער זײַנען די שכיינים 
בא אונדז אפן צווייטן שטאָק. ס'איז פינצטער, כאָטש נעם ארויס אן אויג, דער דאך הענגט 
אונדז מאמעש אפן קאָפּ. אפילע מירעלע קאָן זיך ניט אױסגלײַכן. אין א ווינקל פון דער טעפּלושקע 
שטייט א לאמטערן, װאָס באלויכט טאקע נאָר דעם וינקל, װוּ עס האָט זיך אײַנגעאָרדנט א 
מישפּאָכע מיט צוויי קליינע קינדער. דעם יאט האָב איך גלײַך באמערקט. ער איז, װײַזט אויס, 
אין איינע יאָרן מיט אונדזער מירעלען, ער איז א זשוואווער, זיצט ניט אײַן אף אן אָרט. שוין ניט 
איין מאָל איז ער געקראָכן צו אונדז אף די נארעס, אויסגעווען אין אלע ווינקעלעך, איבערגעטאפּט 
דווּ א טשעמאָדאן, װוּ א פעקל. דאָס צווייטע קינד איז נאָך גאָר א פּיצל. עס ליגט די גאנצע צײַט 
בא דער מאמען אין שויס און האלט אין איין וויינען. טאָמער נעמט זי בא דעם צו די ברוסט, 
צעשרײַט עס זיך, פּונקט װי מע װאָלט עס װעלן קוילען. ארום דעם דאָזיקן געזינדל טאנצט ארום 
אן אלטיטשקע. 

אין דער טעפּלושקע איז שטיל, קיינער רעדט ניט ארויס קיין װאָרט, בלויז די רעדער 
קנאקן און קנאקן. יעדערער איז פארנומען מיט זײַנע געדאנקען. װײַזט אויס, יעדער איינער האָט 
דערפילט, אז ער האָט פארלאָזט זײַן היים. 

די טעפּלושקע אונדזערע האָט געסקריפּעט, זיך געטרייסלט, ביז מיר זײַנען שטיין געבליבן. 
אין דער זעלבער מינוט איז צו דער סטאנציע צוגעגאנגען נאָך א צוג. 

-- סאניטארני פּריביל! סאניטארני! -- האָט זיך דערהערט פון דרויסן. 

עס האָבן זיך דערטראָגן מאנצבלשע קוילעס, גלײַך איינער װויל איבערשרײַען דעם צווייטן. 
מע האָט גערופן: 


14 ' *ן 


-- קלימענקאָ דאריא, קלימענקאָ: 

-- טשיזשמא, טשיזשמא, סאָפיא קארפּאָוונא טשיזשמא! : 

-- ראכמאן, ראכמאן פון זשיטאָמיר! עפשער קען עמעצער ראכמאנען? 

די מאמע מײַנע האָט זיך האסטיק אופגעזעצט, איך כאפּ זי אָן פאר א האנט און פרעג א 
דערשראָקענער: 

--- וועמען רופט מען עס, מאמע, װוער שרײַט עס? 

--- ווער אנשוויגן, -- די מאמע האָט זיך אײַנגעהערט צום דרויסן. פון אלע ואגאָנען, 
פונעם גאנצן עשעלאָן האָבן געשריִען פרויען: 

-- קאָסטענקאָ װאָלאָדיא, קאָסטענקאָ! 

-- באביצקי! באביצקי! באביצקי! 

אין דרויסן איז געװאָרן א לױפּערײַ. נאָענט לעבן אונדזער טעפלושקע האָט עמעצער 
וויינענדיק געשריען: 

-- דאָס בין איך, טשיזשמא, סאָפיא קארפּאָװונא! 

אונדזער טיר האָט א סקריפּע געטאָן. איך האָב דערזען, װי די אלטיטשקע האָט ארויסגערוקט 
דעם קאָפּ אין דרויסן און אָנגעהױבן שרײַען אף א קאָל: 

-- טאקע געפונען דעם מאן? 

-- ניין, דעם זון, מײַן אויג אין קאָפּ! 

-- דעם זון? עפשער זײַנען מײַנע דאָ אויך פאראן צװישן די פארװוּנדעטע? -- די אלטיטשקע 
האָט ניט לאנג געטראכט און איז ארױיסגעקראָכן פון וואגאָן. איך האָב ערשט איצט פארשטאנען, 
װאָס דאָ קומט פאָר. איך שפּרינג אראָפּ פון די נארעס און לאָז זיך גלײַך צו דער טיר. 

-- װוּהין, בעניע?! -- האָט די מאמע מיר נאָכגעשריִען. 

-- באלד קער איך זיך אום! 

איך בין געלאָפן צוזאמען מיט אלע פרויען און געשריִען מיט אלע מײַנע קויכעס: 

--- גרובין! גרובין! יאקאָוו גרובין! 

די אלטיטשקע שטייט ניט אָפּ פון מיר. זי לויפט און אָטעמט שװער, זי דראָעט מיט די 
פויסטן און שרײַט אָן אן אופהער: 

-- מענדעלע, מוישע, קינדער מײַנע! מוישע, מענדעלע! 

צוליב װאָס איך האָב געדארפט ארײַנשפּרינגען אהער אין ואגאָן פונעם סאניטאר-צוג, 
ווייס איך ניט. עפּעס האָט מיך אהין א צי געטאָן. דאָ האָט מיר גלײַך א זעץ געטאָן אין דער 
נאָז א שארפער רייעך פון יאָדאָפאָרם, איבערגעמישט מיט צעיאטרעטע װוּנדן. אין לאמטערן, 
װאָס איז געהאנגען איבער דער טיר, האָט געברענט א ליכט. איך האָב דערזען מענטשן אף די 
פּאָלקעס. קיינער פון זיי האָט קיין ריר ניט געטאָן מיט קיין איין אייווער. זיי זײַנען געלעגן, 
װי די געליימטע, איבערגעדעקט מיט שינעלן. שינעלן האָבן אראָפּגעפּױזעט פון די פּאָלקעס און 
פאנאנדערגעדעקט האלב-נאקעטע מענטשן מיט אָפּגעהאקטע פיס. איך בין שטיין געבליבן און 
װײַטער שוין ניט געקאָנט גיין, מוירע געהאט זיך רירן פונעם אָרט. איך האָב באמערקט, וי 
אף אן אונטערשטער פאָלקע האָט זיך עמעצער א ריר געטאָן, פון אונטער א שינעל איז 
ארויסגעפאלן א האנט. מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז די דאָזיקע האנט האָט מיך א רוף געטאָן. 
איך נעם זיך אָן מיט מוט און גיי צו נעענטער, צוויי לאנגע פיס האָבן זיך אויסגעצויגן. די פיס 
זײַנען איבערגעוויקלט מיט אָבמאָטקעס און אָנגעטאָן אין סאָלדאטסקע שיך. אָבמאָטקעס מיט 
סאָלדאטסקע שיך... נאָך א ביסל און איך טו א געשריי: ;טאטע!? נאָר איך ווער אליין פארציטערט 
פון דעם דאָזיקן געדאנק. איך האָב גאָר ניט באמערקט, וי לעבן מיר איז אויסגעוואקסן א פרוי 
אין מיליטערישע קליידער. 

-- װאָס טוסטו דאָ? --- פרעגט זי. דערבײַ פאריכט זי דעם שינעל אפן פארװוּנדעטן. א 
ציטער לויפט מיר דורך, איך בין זיכער, אז באלד װעל איך דערזען דעם טאטן. נאָר איך האָב 
גאָר דערזען א קאָפּ פון א שניי-באבע... א גרויסן, װײַסן קאָפּ פון א שניי-באבע. --- ;/טאטע", -- 
שטאמל איך צו זיך אליין, און ביידע הענט מײַנע ציִען זיך צום מויל. די ציטעריקע פינגער 
טאנצן ארום די ליפּן. 

-- וועמען זוכסטו דאָ? --- פרעגט מיך די פרוי. --- וועמען? 

-- דעם טאטן... -- זאָג איך שטיל. 

-- װוער זשע איז דײַן טאטע? װי רופט מען אים? 

-- װי רופט מען אים? -- פרעג איך איבער. --- אוי ויי, װי רופט מען דעם טאטן? -- 
איך וויל זיך דערמאָנען און קאָן ניט, 

-- װאָס זשע שװײַגסטו? --- מינטערט זי מיך. 

איך שטיי פארקלעמט און קאָן קיין װאָרט ניט אויסריידן. איך קוק מיט דערשראָקענע אויגן 


15 


אפן פארװוּנדעטן, אף דער פרוי. צוביסלעך הייב איך אָן אָפּטרעטן אף צוריק און מיטאמאָל 
קערעווע איך זיך אויס און לאָז זיך לויפן פונעם וואגאָן. אָפּגעלאָפן א שטיק וועג לענגויס דעם 
צוג, האָב איך זיך מיטאמאָל דערמאָנט. איך האָב אָנגעהױבן שרײַען מיט אלע קויכעס: 

-- גרובין! גרובין! יאקאָוו גרובין! 

דערהערט מײַן געשריי, האָט זיך א שאָט געטאָן אן ענטפער פון אלע פענצטער: 

-- ניעט טאקאָװאָ, סינאָק, ניעט טאקאָוואָ: 


6 


מיר פאָרן און שטייען קימאט אף איין אָרט. פאר דער צײַט האָבן מיר שוין איבערגעלעבט 
צוויי באָמבארדירונגען. באנאכט, ווען מ'האָט באָמבירט די בריק, האָבן מיר געמוזט פארלאָזן 
דעם וואגאָן און לויפן אין וואלד ארײַן זיך באהאלטן. איר האָט עפעס ליב שלעפּן קליינע קינדער 
אינמיטן דער נאכט, ווען זיי שלאָפן געשמאק? נאָר װער האָט זיך צוגעהערט צו זייער געשריי, 
אז עס האָט אזוי געדונערט! בא דער בריק איז געווען ליכטיקער, װי באטאָג. אזא װײַסע, שארפע 
שײַן האָט געלויכטן פון די לאמטערנס, װאָס מ'האָט געװאָרפן פון די אעראָפּלאנען, אז ס'האָט 
געדוכט, די היטלעריסטן ווילן אויסזוכן װוּ א ווערעמל אף דער ערד און דאָס פארגיכטן. 

נאָר א מאקע! אין בריק האָבן זיי ניט געקאָנט טרעפן. אלע באָמבעס זײַנען געפאלן אין 
דניעפּער. דאָס וואסער האָט זיך געהויבן ביזן הימל, עס האָט געזאָטן, זיך געריסן פון די ברעגן. 
אונדזער אלטיטשקע האָט געזאָגט, אז די פאשיסטן וילן אויסקאשערן דעם דניעפער. װאָס 
הייסט אזוינס אויסקאשערן, ווייס איך ניט. אמער, איך פארשטיי ניט, ויאזוי קאָן עס א פרױ 
פארלירן א צאָפּ. נאָר בא אזא באָמבארדירונג, בא אזא פּײַער קאָן, װײַזט אויס, א מענטש פאר 
שרעק פארלירן דעם קאָפּ אויך. די גאנצע צײַט האָט איינע א פרוי, װאָס פאָרט מיט אונדז אין 
וואגאָן, געהריזעט דעם מאן אירן, לעמײַ יענער האָט אף איר ניט אכטונג געגעבן, לעמײַ ער האָט 
ניט באמערקט, וען זי האָט פארלאָרן דעם צאָפּ. זי האָט אלץ געטײַנעט צו אים: ,זוניע, וו 
זײַנען געווען דײַנע אויגן. א צאָפּ איז דאָך ניט קיין שפּילקע". 

איצט װעל איך שוין אָפּהיטן מײַן מאמען. װער פארמאָגט דען אזעלכע צעפּ, װי מײַן מאמע? 
איך האָב איר אפילע געייצעט, זי זאָל זיי בעסער צעפלעכטן און די האָר איבערבינדן מיט א טיכל. 
די מאמע מײַנע האָט דאָס ערשטע מאָל פאר דער גאנצער מילכאָמע א שמייכל געטאָן און מיר 
צוגעזאָגט, אז זי װעט אירע צעפּ קיינמאָל ניט פארלירן. 

מיר פאָרן און ווערן צוגעװווינט צו די באָמבארדירונגען --- װי זאָגט די אלטיטשקע, סארא 
אבראמאָוונא הייסט זי: ,מיט צאָרעס, אז מע שלאָפט איבער א נאכט, װוערט מען צו זיי געוווינט". 

אײַ, איז דאָס אן אלטיטשקע! א רירעוודיקע, א ציכטיקע. דאָס פּאָנעם צעפאסעוועט מיט 
קנייטשן, אָבער די אויגן זײַנען לוסטיקע, פול מיט לעבן. זיי פארלירן ניט דעם מוט, אזוי וי זי 
װאָלטן שטענדיק געזאָגט: ,ניט געדײַגעט". מיר דוכט, אז זי איז זשוואווער פון דער טאָכטער, 
װאָס ליגט די גאנצע צײַט אין ווינקל און זויגט דאָס פּיצל. איך האָב ניט געזען, אז סארא אברא- 
מאָוונא זאָל זיך צוזעצן אף איין מינוט. נאָכטאנצן איר עלטערן אייניקל --- דארף מען זײַן שטאר- 
קער פון אײַזן. דאָס איז א געפאקטער יאט. װען ער טוט א גוטן שלעפּ די באָבע פארן קליידל, 
װאָלט ער זי אומגעוואלגערט פון די פיס. װי נאָר ער עפנט די אויגן, הערט מען שוין זײַן קאָל; 
,שאמאט!? די באָבע ווערט צעטראָגן, כאפט זיך גרייטן פאר אים עסן, און רעדט וי צו זיך אליין: 

-- גאָדעלע, מײַן געדולע, װילסט שוין עסן? בא מײַן ייַנגעלע כאלעשט דאָס הערצעלע? 

גאָדיע עסט אלץ, װאָס מע גיט אים. די באָבע האָט אפן וועג אָפּגעקאָכט אן עמער קארטאָפל 
מיט דער שאָלעכץ און זי איז שוין אין איינע צאָרעס: 

--- די פּראָוויזיע טאָגט, װאָס װעל איך טאָן מיט מײַן היישעריק? 

סײַװוי זשאלעוועט זי ניט. ווען גאָדיע שטרעקט אויס א הענטל צום עמער קארטאָפליעס, 
זאָגט זי אים: 

--- נא, זוניו, פרעס, פרעס, געדולע מײַנע, פאר דײַן עסן מעג אונדז גאָט העלפן... 

גאָדיע איז מיט אלעמען געװאָרן א גוטערברודער. ער האָט שוין איבערגעפּרוּווט אלץ, װאָס 
יעדערער האָט מיטגענומען מיט זיך אין וועג. דערפאר איז ער אויך גרייט מיט אלעמען טיילן 
די קארטאָפליעס, װאָס ער באקומט פון דער באָבען. בלויז דאָס איינציקע פּאָרפאָלק, זוניע און 
די פרוי זײַנע, װאָס האָט פארלאָרן דעם צאָפּ, האָט גאָדיע פּײַנט באקומען פונעם ערשטן טאָג אָן. 
ווען זיי זעצן זיך עסן, קערעווען זיי זיך אָפּ אין א זײַט. נאָר גאָדיע איז נײַגעריק צו וויסן, װאָס 
באהאלט מען פון אים. איז ער ניט פויל און רוקט זיך צו צום פּאָרפאָלק. זוניע קאָן אָבער ניט 
פארלײַדן אזעלכעס, שיקט ער אָפּ דעם יאט אף זײַן אָרט און דערביי גיט ער אים, פאר גרויס 
ליבע, א קניפ אין הענטל. גאָדיע האָט אפילע קיין פּיפס ניט געטאָן, איז אוועק פונעם פּאָרפאָלק, 


1--+42 16 


אויסגעריטן פון דער באָבעס הענט א קארטאָפליע און א שלײַדער געטאָן זי זוניען אין 
פּאָנעם ארײַן. 

סארא אבראמאָוונא האָט פארשטאנען: אוב גאָדיע האָט א װאָרף געטאָן זײַן באליבט מײַכל, 
איז, װײַזט אויס, אים שוין גוט דערגאנגען צום הארצן. 

-- װאָס האָט מען דיר דאָרטן געטאָן, געדולע מײַנע? 

גאָדיע האָט פארקאטשעט אן ארבעלע און באויזן דאָס הענטל. 

די באָבע האָט א קוש געטאָן דעם סיניאק און גוטמוטיק געזאָגט: 

-- נישקאָשע, ביז דער כאסענע װעט זיך פארהיילן. --- און צו זוניען: --- יונגערמאן, איר 
האָט אמאָל געהאט קינדער? 

-- געהאט, געהאט. װאָס זשע, ניט געהאט? -- האָט זיך אָנגערופן זוניעס פרוי, און זוניע 
אליין איז צוגעגאנגען צו סארא אבראמאָוונען: 

-- װאָס קוקט איר אזוי אף מיר, ניט דערקענט? 

--- לעמיי זאָל איך זאָגן, איר שײַנט פונדערװײַטן, נאָר די הענט דארף מען האלטן אף 
שאבעס. איר מעגט מיר גלייבן, איך האָב אױסגעהאָדעװעט זעקס זין און צװיי טעכטער און 
קיינעם פון זיי אף מײַן לעבן ניט אָנגערירט מיט א פינגער. 

-- שלעכט האָט איר זיי געלערנט! 

-- גוט געלערנט, גוט! צוויי זין אינזשעניערן, א טאָכטער א דאָקטער. כ'האָב שוין אייניקלעך 
אין דער ארמיי. אלעמען געבראכט צו א טאכלעס. 

אין געשפּרעך האָט זיך ארײַנגעמישט א יונגע פרוי, װאָס איז די גאנצע צײַט געזעסן אף איר 
טשעמאָדאן נאָענט לעבן דער טיר. 

-- באבושקא... זאָגט אים, אז אוב עס בײַסן זיך אים די הענט, טאָ זאָל ער קנײַפּן דאָס 
װוייַב זײיַנס. 

מיט סארא אבראמאָוונא איז קיינמאָל ניט געווען אומעטיק, טאָמער פלעגט אף א װײַלע 
ווערן שטיל אין וואגאָן, האָט זי זיך באלד געלאָזט הערן: 

-- ניט געדײַגעט, מיר װעלן אימיירצעהאשעם אומקערן זיך אהיים. מיינט ניט, אז היטלער 
האָט שוין אָנגעכאפט גאָט בא דער באָרד. מיר האָבן שוין געזען אזעלכע... פּעטליורע האָט אויך 
געװילדעוועט, זיי האָבן מײַן מאן געהארגעט. די דעניקינצעס האָבן דעם טאטן פאר מײַנע אויגן 
געשאָכטן. צוויי ברידער זײַנען אומגעקומען נאָך אין יענער מילכאָמע. נו, און מאכנאָ האָט קארג 
געראבעוועט? געטריבן אונדז אין דער װעלט ארײַן, געמאכט טיל-טעל, נאָר מיר זײַנען דאָך 
װי די שאָף: מע שערט זיי, און די װאָל וואקסט װידעראמאָל אָן. און זיי, די אלע גאזלאָנים, 
ווייסט איר דאָך, האָבן געכאפּט א מאפאָלע. 

סארא אבראמאָוונא האָט, װײַזט אויס, פארשטאנען, אז זי האָט דערציילט א טרויעריקע 
מײַסע, האָט זי א נעם געטאָן גאָדיען פאר א הענטל און פריילעך א זאָג געטאָן: 

-- אנו, געדולע מײיַנע, װײַז נאָר, װאָס דו קענסט. ,קאראוויי, קאראװײַ, קאָװאָ ליוביש, 
וויביריי". 

גאָדיע שטעלט פיסלעך, הייבט די הענטלעך אין דער הייך, ער שמייכלט, און די כיין- 
גריבלעך אף די פארפלאמטע בעקלעך װערן גרעסער און טיפער. גאַדיע װוינקט צו מיט די אויגן, 
רופט, מע זאָל גיין מיט אים אין קאראהאָד. די ערשטע שטעלט זיך ארײַן אין קרײַז די יונגע 
פרוי, װאָס זיצט בא דער טיר. די סימכע איז אָבער באלד פארשטערט געװאָרן. 

א פאשיסטישער אעראָפּלאן האָט אָנגעיאָגט אונדזער עשעלאָן, ערגעץ גאָר נאָענט האָט 
אופגעריסן א באָמבע. אונדזער טעפּלושקע האָט א קרעכץ געטאָן. אין איין אויגנבליק זײַנען 
אלע געווען אף די פיס. די מאמע האָט פארשטעלט מירעלען מיט איר קערפּער. מיט מיר ווייסט 
זי ניט װאָס צו טאָן. זי װאָלט אונדז ביידן איַנשלינגען, אז קיין בייז זאָל אונדז ניט טרעפן. בלויז 
גאָדיע נעמט זיך ניט צום הארצן. ער רײַסט זיך ארויס פון דער באָבעס הענט און לאָזט זיך ווידער 
טאנצן. מיטאמאָל האָט װי א האָגל אָנגעהױבן זעצן אין אונדזער דאך. גאָדיע טוט זיך א שאָקל, 
צעשפּרײט די הענטלעך און פאלט אינמיטן וואגאָן. איך האָב געמיינט, אז באלד װעט ער זיך 
אופהייבן, נאָר אינגיכן האָב איך דערזען, וי לעבן זײַן קערפּערל האָט זיך באוויזן א קאליוזשקעלע 
בלוט. די יונגע פרוי האָט די ערשטע אים געכאפּט אף די הענט און ניט מיט איר קאָל אויסגע- 
שריִען: 

-- באָזשע מאָל 

סארא אבראמאָוונא האָט אראָפּגעריסן דאָס טיכל פון איר קאָפּ און זיך א לאָז געטאָן צום 
קינד. איך האָב פארמאכט די אויגן, מיט די פויסטן פארשטעלט די אױיערן. מיר האָט זיך געדוכט, 
אז באלד װעט זיך אופהייבן א געשריי ביזן הימל. 


17 


ווען איך האָב געעפנט די אויגן, האָב איך דערזען סארא אבראמאָוונען אינמיטן וואגאָן. זי 
איז געשטאנען און געהאלטן גאָדיען אף די אויסגעצויגענע הענט, די אויגן אירע האָבן געקוקט 
צו דער הייך... 


7 


מיר האָבן געמוזט פארלאָזן אונדזער עשעלאָן. די אײַזנבאן-ליניע איז געווען צעבאָמבירט, 
ווארטן ביז מע װעט זי אופשטעלן האָט ניט געלוינט, װײַל מע האָט גערעדט, אז אפן וועג צו 
כארקאָוו האָבן די דײַטשן אופגעריסן די בריק. עס איז געבליבן נאָר איין אויסוועג: גיין, און װאָס 
גיכער, קעדיי ניט ארײַנפאלן צו די פאשיסטן אין די הענט. אייניקע האָבן זיך געלאָזט לענגויס 
דער אײַזנבאן-ליניע, אנדערע זײַנען אוועק מיטן שאָסיי-װעג, עפשער װעט פאָרט אָנפאָרן א 
מאשין אָדער א פורל. 

צוערשט האָט מען זיך געהאלטן גרופּעסװײַז, נאָר צוביסלעך האָבן אייניקע אָנגעהויבן אָפ- 
שטיין, אנדערע זײַנען אוועק פאָרויס, איבערלאָזנדיק אפן וועג פעק מיט טשעמאָדאנעס. 

אונדז איז שװער געװען זיך שלעפּן מיט אלע זאכן, נאָר די מאמע האָט מיט אקשאָנעס 
געטראָגן אין איין האנט דעם טשעמאָדאן און אף דער צווייטער מירעלען. דאָס פּאָנעם איז בא איר 
באגאָסן מיט שווייס, פאסמעס האָר האָבן זיך צוגעקלעפּט צום נאסן שטערן. און, װי אפצולאָכעס, 
וויל מירעלע שלאָפן, א שלאָפּנדיקע איז נאָך שווערער צו טראָגן זי. איך מינטער מײַן שוועסטערל, 
מאכט זי פּיסקעס און וויל וויינען. 

-- טשעפּע זי ניט, -- זאָגט צו מיר די מאמע, און איך פיל אין דעם זאָגן, אז ס'איז איר 
נימעס די ליכטיקע וועלט. נאָר װאָס קאָן זי מיט אונדז טאָן? 

מיר שלעפּן זִיך און שלעפּן זיך, שוין אָפּגעשטאנען פון אלעמען, געבליבן זײַנען מיר נאָר 
אינדרײַען אינעם פּוסטן פעלד. די זון האלט בא פארגיין. אהין, צו דער פארגייענדיקער זון, פליָען 
ווילדע גענדז. װוּהין אײַלן זיי? עס איז דאָך נאָך ווארעם אין דרויסן. איצטער װאָלט אקוראט גוט 
געווען, די גענדז זאָלן, וי אין דעם מײַסעלע, זיך אראָפּלאָזן אף דער ערד, נעמען אונדז אף די 
פליגל און פּײַל-אויסן-בויגן אונדז אװעקטראָגן איבער פעלדער און וועלדער, איבער טײַכן און 
לאָנקעס, ברענגען אונדז אהין, װוּהין דער עשעלאָן האָט אונדז באדארפט ברענגען. 

די טרוימען װאָלטן מיך װײַט פארטראָגן, נאָר די צוויי פאסן פון דעם רוקזאק שנײַדן זין 
שטארק אײַן אין מײַנע אקסלען. איך בין צופרידן, װאָס די מאמע האָט זיך אָפּגעשטעלט אָפּרוען. 
זי האָט זיך צוגעזעצט אפן טשעמאָדאן, אנידערגעלייגט מירעלען אין שויס, אז די קליינע זאָל 
רויִק שלאָפן. אײַ; געפעלט מיר עפעס ניט מײַן שוועסטערלס שלאָפּן. װײַזט אויס, מירעלע איז 
פארשלאפט געװאָרן. וויי, וויי, װאָס װעלן מיר טאָן? 

די מאמע זאָגט, אז לאנג אָפרוען טאָר מען ניט, מע דארף גיין. 

מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז איך װעל קאָנען שפּאנען א גאנצע נאכט, נאָר איך האָב געהאט 
א גרויסן טאָעס. װידער האָבן די פאסן פונעם רוקזאק אָנגעהױבן דריקן די אקסל, איך סטארע זיך, 
די מאמע זאָל גאָרניט באמערקן, נאָר פאר זיך טראכט איך: ווען װעט שוין בעעמעס דער הימל 
זיך צונויפשליסן מיט דער ערד, ווען װעט דער דאָזיקער וועג זיך שוין ענדיקן. 

איך אָטעם שווער, דערשטיק אין זיך דעם ווייטעק און סטארע זיך טראכטן וועגן גאָר עפעס 
אנדערס. די אויגן מײַנע װערן אינגאנצן פארנעפלט. איך זע ניט דעם וועג. די פיס פּלאָנטערן 
זיך, װי בא א שיקערן, האקן זיך אונטער. מיט א שווערן זיפץ לאָז איך זיך אראָפּ אף דער ערד. 
באלד דערפיל איך, װי די מאמע שלעפּט אראָפּ פון מיר דעם רוקזאק. זי האָט געכאפּט א קוק צו 
מיר אונטערן העמדל און מיט וויי געזאָגט: 

-- װאָס זשע האָסטו געשוויגן, אומגליק מײַנער? 


8 


מײַן שוועסטערל איז פאר די לעצטע טעג װי עלטער געװאָרן. זי ווייסט, אז מע טאָר ניט 
וויינען, אניט װעט היטלער קומען צו פליַען. זי ווייסט, אז ס'איז ניטאָ װאָס צו בעטן מילך, װײַל 
קיין מילך איז ניטאָ. זי באנוגנט זיך אויך מיט א סעכער, װאָס די מאמע האָט אָנגעטריקנט אפן וועג. 

מירעלע איז אָנגעפּרינדעט אין הונדערטער מאלבושימלעך, נאָר זי איז, װײַזט אויס, גוט 
אין דער ארבעט. זי ברענט, װי א פּײַער. עס ווילט זיך איר וויינען, נאָר וויינען טאָר מען דאָך ניט, 
מאכט זי פּיסקעס און מיט דערשראָקענע אייגלעך כאפּט זי א קוק אמאָל אף מיר, אמאָל אף 
דער מאמען. 


18 


גענעכטיקט האָבן מיר אין א סקירדע שטרוי. מײַנע װוּנדן האָבן מיך ניט געלאָזט צומאכן 
מיט קיין אויג. אין דער באנאכטיקער שטילקײַט האָט זיך געהערט א װײַטע קאנאָנאדע. 

איך האָב געהערט, וי אפן שאָסײ האָבן געשפאנט סאָלדאטן. זי האָבן געײַלט אהין, װוּ באם 
האָריזאָנט האָט געברענט דער הימל. 

די מאמע איז געשלאָפן, און מירעלע האָט ניט געקאָנט אײַנליגן. דערזען, אז מײַנע אױגן 
זײַנען אויך אָפן, האָט זי זיך אויסגעקערעוועט צו מיר און גענומען זיך בעטן: 

-- בעניע, איך וויל... איך װויל א קאפעטשקעלע ויינען... 

ווען ס'האָט אָנגעהױבן שאריִען אף טאָג, זײַנען מיר שוין געווען אפן גרויסן שליאך. גאָר 
אינגיכן האָט אונדז אָנגעיאָגט א טשערעדע קי. בעהיימעס איינס אין איינס, אזוי וי איין מאמע 
װאָלט זיי געהאט. אלע שווארצע מיט װײַסע לאטעס אף די בײַכער. גרויסע, געזונטע, מיט שווערע 
אײַטערס. זיי האָבן געשפּאנט, שאָקלענדיק מיט די גרויסע קעפּ אף לינקס און אף רעכטס. מיר 
האָבן זיך אָפּגעשטעלט, קעדיי דורכלאָזן די טשערעדע. כ'האָב דערזען א רײַטער, װאָס איז געפאָרן 
בא דער זײַט װעג. הינטער דער טשערעדע האָבן זיך נאָכגעשלעפּט צויי פורלעך. וװען דאָס 
ערשטע פורל האָט זיך אױיסגעגלײַכט מיט אונדז, איז די מאמע צוגעלאָפן צום װאָגן און גענומען 
זיך בעטן באם אָנטרײַבער: 

-- זײַט אזוי גוט, העלפט אונדז, די קינדערלעך פירט אונטער א ביסל... 

דער אָנטרײַבער, א מענטש מיט א געדיכטער גרוילעכער באָרד, האָט זיך עטװאָס א ריר 
געטאָן, אויסגעקערעוועט דעם קאָפּ אין אונדזער זײַט, מיט די שטרענגע גיכע אויגן אונדז אלעמען . 


19 


ויה 


אָפּגעמאָסטן פון אויבן ביז אראָפּ און פארקרימט דאָס באוואקסענע פּאָנעם, וי ער װאָלט פּלוצעם 
דערפילט א גרויסן ווייטעק: 

-- נאָר דו האָסט קינדער? -- האָט א דונער געטאָן זײַן קאָל. --- אָהאָ, איך װאָלט שוין 
געקאָנט צונויפנעמען א גאנצן קינדער-גאָרטן אף מײַן פורל. 

-- איך װעל אײַך באצאָלן, -- איז די מאמע ניט אָפּגעשטאנען, און איך פארלויף אף פריער, 
אונטערווארפנדיק מירלען אף די פּלײיצעס. 

-- זיידעניו, מיר וועלן זיך נאָר האלטן לעבן אײַך, איניינעם ועט זײַן היימלעכער... 

דער אלטער קאָן מיר ניט קוקן אין די אויגן. ער טוט א הוקע אף די פערד און אף מיר 
צעשרײַט ער זיך בייז: 

--- אפן קאָפּ אײַך נעמען? אז ס'איז ניטאָ װוּהין, מיר פאָרן דאָך אויך אין א װײַטן וועג. 

ביידע פורן זײַנען טאקע געווען פול אָנגעפאקט מיט בידאָנעס מילך, מיט זעק קארטאָפל און 
מאקוכע, געפרעסטע פּעקלעך הי און סנאָפּעס שטרוי. איך האָב גאָר ניט באמערקט, וי לעבן 
דער מאמען איז אויסגעוואקסן דער רײַטער, זיך אָנגעבויגן און אראָפּגעשלעפּט פון איר דעם 
טשעמאָדאן. די מאמע איז א דערשראָקענע געבליבן שטיין און ניט געװוּסט װאָס צו טאָן. די 
טשערעדע איז זיך אוועקגעגאנגען, די פורלעך זײַנען אוועקגעפאָרן און מיר האָט זיך אזוי ניט 
געװאָלט אָפּשטײן פון דער טשערעדע. 

ווער האָט זיך געקאָנט ריכטן, אז דער אלטער מיט די בייזע אויגן און מיט דעם אומצופרי- 
דענעם געזיכט זאָל פּלוצעם אָפּשטעלן די פערד, אראָפקריכן פונעם װאָגן און מיט אײַליקע טריט 
זיך לאָזן אונדז אנטקעגן. ער האָט געקנאלט מיט דער בײַטש איבער זײַנע גרויסע, יוכטענע פאר- 
דארטע שטיוול, װאָס זײַנען געווען אָנגעשמירט מיט דזעגעכץ און באדעקט מיט שטויב. ס'האָט 
זיך געדוכט, אז דער דאָזיקער מענטש איז נאָרװאָס ארויסגעקראָכן פון אן אש-גרוב. 

-- זי שטייט, כאָטש נעם און מעלק זי אויס.. װאָס האָסטו זיך פארקרימט? -- האָט ער 
געדונערט אף דער מאמען, און צו מיר א װוּנק געטאָן, --- לויף צום װאָגן, נו, רירעװודיקער! 

דער אלטער האָט בא מיר צוגענומען מירעלען פון די הענט. אין זײַנע יאָדאיִם האָט זי 
אויסגעזען, װי א ליאלקע. מירעלע קוקט מיט דערשראָקענע אויגן אָפן אלטן, װויל שוין אָנהײבן 
וויינען. נאָר דער זיידע צעשמייכלט זיך, טוט א קנאק מיט דער צונג און א הייב מיטן קאָפּ; 

-- האלושקי אילא?1 -- פרעגט ער גוטמוטיק, 

ווער איז איצט צו מיר גלײַך! מיר פאָרן, און די מאמע גייט לעבן אונדז באם װאָגן. באנאנד 
מיט איר שפּאנט כאריטאָן איוואנאָוויטש, אזוי האָט מען גערופן דעם אלטן. ער שפּאנט, פאר- 
װאָרפן די בײַטש אף די אקסל, פונקט װי ער װאָלט געטראָגן א ביקס. אָפּגעגאנגען א שטיקל וועג, 
האָט ער געפרעגט: 

--- נו, און אויסמעלקן א בעהיימע קענסטו? 

--- ניין, איך קען ניט... 

-- אַבער עסן קענסטו? 

די מאמע האָט געשויגן. 

-- װאָס לערנט מען אײַך דאָרטן, אין דער גרויסער שטאָט, װאָלט איך א באלן געווען וויסן? 

-- איך האָב זיך געלערנט וועבן. געארבעט אף א פאבריק, געמאכט געוואנט. 

--- אהא, געוואנט, א וואזשנע זאך געוואנט. שוין אלץ געווען אין די קראָמען: געוואנט, ציץ, 
לײיַוונט... מ'האָט געקאָנט פּײַן לעבן. דארף דיר אף דער װעלט געבוירן װערן אזא דושעהוב, 
האָט ער ניט באדארפט אויסגערונען װערן בא דער מאמען אין בויך? -- און פּלוצעם האָט 
כאריטאָן איוואנאָוויטש א ריר געטאָן מיט זײַנע געדיכטע פאטלאטע ברעמען, א װאָרף געטאָן 
מיטן קאָפּ אין דער רעכטער זײַט און הילכיק א דונער געטאָן: 

-- קודא פּאָשלא? 

דער רײַטער האָט פארשטאנען כאריטאָן איוואנאָװויטשן אפן װוּנק. ער איז טייקעף אוועק 
פארנעמען די קו, װאָס האָט פארקערעוועט אין פעלד ארײיַן. : 

א מאָדנער מענטש, אָט דער רײַטער. די גאנצע צײַט זיצט ער שװײַגנדיק אין זאָטל. עס 
דוכט מיר, אז ער נעמט זיך אירער מיט זײַן געקרײַזלטן שווארצן קאָפּ האָר, מיטן טשוב, װאָס 
קוקט ארויס פון אונטערן גלאנציקן דאשעק. דער רויטארמיישער קארטוז זיצט בא אים אף 
א זײַט -- דערלאנגט קימאט ביזן רעכטן אױיער. זײַנע ברייט-צעעפנטע שווארצע אויגן קוקן 
פארכידעשט אף דער גאָרער וועלט. פּונקט ער װאָלט נאָרװאָס געבוירן געװאָרן. אין זאָטל זיצט ער, 
וי א צוגעזאָטענער. 


ג -- האלעשקעס האָסטו געגעסן! 


20 


ערשט שפּעטער האָב איך זיך דערװוּסט, אז דער רײַטער איז א שטומער, און רופן רופט 
מען אים דזיגא. 

כאריטאָן איוואנאָוויטש איז אין איינע צאָרעס: די ,, מעיוכעסטע? איז עפּעס ניט מיט אלעמען. 
זי שטייט א פארזאָרגטע, זשמורעט די אויגן, אונטער די פיס איז אזא גוטע פּאשע, און זי וויל 
אפילע ניט אָנבײגן דעם קאָפּ. מע װעט דאָך לאנג דְאָ ניט קאָנען שטיין, פארװאָס זשע עסט זי 
ניט? דער אלטער שטייט לעבן איר, גלעט איר דעם רוקן, דעם בויך. ערשט פריִער א ביסל האָט 
ער דערציילט: די ,מעיוכעסטע* איז בא אים פון די ערשטע, זי האָט געבוירן א גאנצן דאָר, זי 
האָט שוין אייניקלעך, װאָס גיבן צו דרײַ עמער מילך א טאָג. מע קאָן זאָגן, אז פון איר האָט זיך 
אָנגעהױבן די פערמע. איצט איז ער געשטאנען איבער איר און גערעדט, װוי צו א מענטשן: 

-- קאָנסט ניט זאָגן, װאָס עס טוט דיר וויי? נעכבעניצע, צי עפשער וילסטו פארזאָרגן די 
וועלט? נישקאָשע, אלטע קלאווטע, מע דארף זיך שטארקן... מיר וועלן נאָך דערלעבן אומקערן זיך 
צוריק אהיים אויך. נישקאָשע, דער הימל איז נאָך ניט בא דער ערד... 


9 


מיר פאָרן שוין צוויי מעסלעס. איך טרינק מילך, װי וואסער, און מירעלע, װאָס האָט פריער 
אזוי ליב געהאט ,מאָניע", װיל איצט עס ניט נעמען אין מויל ארײַן. איר גלוסט זיך נאָר ליגן, 
ס'איז איר איצט אלציינס, װער עס האלט זי אף די הענט, איך צי די מאמע. זי האָט אפילע ניט 
דערװוידערט, ווען כריסטיע, די פּױערטע, װאָס פאָרט אין צווייטן פורל, האָט זי אנידערגעלייגט 
צו זיך אין פּעלענע. די אלטע האָט לאנג געקוקט אף מײַן שוועסטערל און סאָפּקאָלסאָף געװאָרפן 
א טרויעריקן בליק אף דער מאמען. איצט װאָלט זיך מירעלע געקאָנט פארגינען וויינען, האָט זי 
קיין קויעך ניט. אפילע דער שטומער דזיגא האָט פארשטאנען, אז מיט מײַן שוועסטערל איז נגיט 
גוט. ער האָט געבראכט א פעלצל, גערעדט מיט די הענט, עפּעס געפלאָכטן מיט די פינגער. איך 
האָב ניט פארשטאנען, װאָס ער מיינט. שוין לאנג האָב איך אופגעהערט מוירע האָבן פארן שטומען. 
ער איז א גוטער מענטש. בא אים זײַנען אזעלכע ווארעמע, פארװוּנדערטע אויגן. מיך פונדעוועט 
ער מיט אלטגעבאקענע פּלעצלעך. הײַנט װער איז צו מיר גלײַך געװען, װען ער האָט מיך 
ארײַנגעזעצט אין זײַן זאָטל און אליין געלאָפן באנאנד מיט מיר, געטריבן דאָס פערדל. װײַזט 
אויס, ער האָט מוירע געהאט, איך זאָל ניט אראָפּפאלן. 

כאריטאָן איוואנאָוויטש האָט זיך מיט מיר דאפקע ניט געצאצקעט. דאָס האָט ער מיר גע- 
הייטן אָנהאקן מאקוכע און צעווייקן אין וואסער, צוגרייטן א מײַכל פאר דער ,מעיוכעסטע", דאָס 
האָט ער מיר באפוילן אויסשפּאנען די פערד. װאָס טוט מען, אז איך האָב גאָר מוירע צוגיין צו 
זיי! כאריטאָן איוואנאָוויטש האָט זיך געבייזערט. נאָך ערגער איז געווען, ווען ער האָט מיר געהייסן 
פּענטען די פערד. איך האָב געהאלטן די פּוטעס אין די הענט, זיך ארומגעדרייט ארום די פערד. 
נאָר ויָאזוי קריכט מען עס אונטער צו די פיס, אז זיי קאָנען מיך צעטרעטן, מאכן פון מיר 
טיל-טעל? אָבער דאָ האָט מיר געהאָלפן דזיגא. כאריטאָן איוואנאָוויטש האָט געװאָלט, איך זאָל 
זיך לערנען טאָן אלץ אליין, נאָר אליין. 

-- עס װעט דיר צוניצקומען, -- האָט ער געדונערט. 

אינגיכן האָב איך צו די פערד זיך צוגעװוינט. דער אלטער האָט אָבער געװאָלט, איך זאָל 
זיך אויך אויסלערנען מעלקן. ס'איז מיר געווען א ביזויען מיט א ווייטעק. עפּעס האָב איך מוירע 
געהאט זיך צורירן צו די אײַטערס. ויי, וויי, וויפל נערעקעס איך האָב ארײַנגעכאפּט פון די 
בעהיימעס, נאָר עס האָט מיר גאָרנישט ניט געהאָלפן. בעסער װאָלט מען מיר געהייסן אָט די-אָ 
קו נעמען אף די אקסל, איידער זיך אנידערזעצן אונטער איר בויך. 

אָפּגעטאָן אלע מײַנע ארבעטן, בין איך ארוף אפן װאָגן א ביסל אָפּרוען, ביפראט, אז כארי- 
טאָן איוואנאָוויטש איז הײַנט צופרידן מיט מיר און האָט מיר אליין א װוּנק געטאָן, איך זאָל 
קריכן אפן װאָגן. 

איך האָב זיך שוין געװאָלט אײַנמאָסטען הינטער דער מאמעס פּלײיצעס און כאפּן א דרעמל, 
נאָר דאָ האָב איך באמערקט, וי פון הינטער דער מאמעס פּעלצל קוקט ארויס מירעלעס א נאקעט 
פיסל. אוי וויי, שוין זשע פילט עס ניט די מאמע, װאָס טראכט זי זיך? איך קריך צו אף אלע פיר, 
וויל ארופרוקן דעם זאָק, אָבער וי נאָר איך ריר זיך צו צום קאלטן פיסעלע, לויפט מיר דורך א 
גרויל איבערן לײַב. איך האָב פארשטאנען, איך האָב באלד פארשטאנען... 

--- מאמע! -- טו איך א געשריי. נאָר די מאמע שװײַגט, די מאמע הערט ניט, זיצט, װי א 
געליימטע, און ווייסט פון גאָרניט. איך שאר זיך אֶפּ אף צוריק, איך וויל אָנהייבן גוואלדעווען, 
נאָר איך קאָן ניט. איך מאך מיט די הענט צו כאריטאָן איוואנאָוויטשן און ער פארשטייט מיך ניט. 


21 


טו איך זיך א װאָרף פונעם װאָגן, איך קאָן ניט אײַנשטײן אף די פיס, סע ציט מיך צו דער ערד. 
כאריטאָן איוואנאָוויטש האָט מיך אונטערגעכאפּט און אָנגעהױבן מינטערן: 

-- װאָס איז געשען? 

איך כאפּ זיך אָן אָנעם אלטן און שטאמל, פונקט װי מע װאָלט מיר מיט א שטריק איבער- 
געבונדן דעם האלדז: 

--- מײַן שוועסטערל! מײַן שוועסטערל איז אויסגעגאנגען... און די מאמע וייסט ניט. די 
מאמע וייסט ניט... 


6 ס 9 


מיר זײַנען אָפּגעפאָרן פונעם אָרט, װוּ מיר האָבן באהאלטן אונדזער מיידעלע. איך האָב שוין 

אף מײַן לעבן באוויזן זען טויטע, נאָר מיר האָט זיך אלץ געדוכט, אז זיי וװועלן ווען-ניט-איז צוריק 
עבעדיק וערן. ביז איצט גלייב איך ניט, אז גאָדיע איז אפדערעמעסן געשטאָרבן. עפשער דוכט 

זיך עס מיר דערפאר, װאָס איך האָב קיין איינעם פון די געהארגעטע ניט געזען, מע זאָל אים 
באגראָבן. 

איצט האָב איך מיט מײַנע אייגענע אױגן געזען, װי דער שטומער האָט געטראָגן מײַן 
שװועסטערל אף די הענט און כאריטאָן איוואנאָוויטש איז נאָכגעגאנגען מיט א לאָפּעטע. מײַנע 
אויגן האָבן געזען, װי זיי האָבן אױסגעגראָבן א קייווער לעבן אן אלטן דעמב. מײַנע אויגן האָבן 
געזען, װי מע האָט מירעלען אראָפּגעלאָזן אין גרוב און זי פארשאָטן... 

מײַן מאמע איז שטארקער פון אײַזן. װאָלט זי כאָטש ארויסגעלאָזט א טױער. מײַן מאמע קאָן 
ניט וויינען, קאָן ניט, כאָטש נעם לייג זיך און לאך. אפילע כאריטאָן איוואנאָוויטש, אָט דער 
הארבער מענטש, האָט אויך געלאָזט א טרער, װאָס האָט זיך לאנג געהאלטן אין זײַן באָרד, װי 
א טראָפּן טוי. און דער שטומער האָט זיך אופגעזעצט אף זײַן פערד און אוועק װײַט אין פעלד. 
איך האָב דאָס ערשטע מאָל געהערט, װי א שטומער יאָמערט. 

איצט איז שוין נאָך אלעמען. מיר פאָרן װײַטער, און דער װעג האָט קיין סאָף ניט. מיך 
מוטשעט איין געדאנק: װאָס װעל איך זאָגן דעם טאטן? 

מיר האָבן געמוזט אָפּקערעװען פונעם גרויסן שליאך. א דורכגייער, װאָס איז אונדז אָנגע- 
קומען אנטקעגן, האָט געזאָגט, אז אף דעם וועג טאָר מען ניט פאָרן, װײַל דאָרטן אין דאָרף זײַנען 
שוין די דײַטשן. כאריטאָן איוואנאָוויטש האָט מיר אָפּגעגעבן די ווישקעס. מע האָט באדארפט פאר- 
נעמען די טשערעדע אף לינקס, בארג-ארוף. די בעהיימעס האָבן ניט געפאָלגט. דער אלטער האָט 
א צעקאסטער געשמיצט מיט דער בײַטש און געדונערט אפן גאנצן קאָל: 

--- קודי, צאָב, צאָבע... 

אלע זײַנען אוועק פארקערעווען די טשערעדע. די מאמע, כריסטיע און דער שטומער. און 
איך בין געשטאנען אין װאָגן, געהאלטן די לייצעס, איך האָב הויך געשריַען: ,,צאָב, צאָבע". 

שווער איז געווען זיך שלעפּן ארוף א בארג. אין דער רעכטער זײַט צום וואלד-צו האָבן 
געשפּאנט רויטארמייער. װײַזט אויס, זיי זײַנען אָפּגעטראָטן פונעם דאָרף, װאָס די דײַטשן האָבן 
פארנומען. 

ווען ס'איז צוגעפאלן די נאכט, האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט לעבן א יונג וועלדל. כאריטאָן 
איוואנאָוויטש האָט באפוילן אויסמעלקן די קי. אלע האָבן זיך גענומען צו דער ארבעט. דער 
אלטער האָט אונטערגעײַלט. מײַנע פינגער זײַנען אָנגעריבן ביז בלוט, נאָר איך שטעל זיך ניט אָפּ. 
איך קריך פון איין קו צו דער צווייטער. קאליוזשעס מילך זײַנען אזוי װי פארזאָטן געװאָרן מיט 
א שוים און זיך געבלאָזן אף דער שווארצער ערד. ארום און ארום האָט אזוי געשמעקט מיט מילך, 
פּונקט וי ס'װואָלט געגאנגען א מילך-רעגן. 

אָפּגעטאָן די ארבעט, האָט כאריטאָן איוואנאָוויטש באפוילן אָפּרוען. קימאט די גאנצע טשע- 
רעדע איז געווען אויסגעלייגט. נאָר איינצלנע בעהיימעס האָבן געדרעמלט שטייענדיק. 

איך האָב זיך געהאלטן לעבן דער מאמען, נאָכגעקוקט נאָך איר, װי נאָך א קליין קינד. 
אויסגעבעט אונטערן װאָגן דעם קול שטרוי, האָב איך זי גענומען פאר א האנט און זי צוגעפירט 
צום געלעגער. די מאמע איז מיר נאָכגעגאנגען, װי א בלינדע. זי האָט געטאָן אלץ, װאָס איך 
האָב איר געהייסן. ווען זי האָט זיך אנידערגעלייגט, האָב איך זיך צוגעשפּארט לעבן איר. ביידע 
האָבן מיר זיך ארומגענומען. כ'האָב געװאָלט כאָטש אף א רעגע פארבײיַטן מײַן שוועסטערל. ווען 
איך בין אנדרעמלט געװאָרן, האָב איך דערפילט, וי אף מײַן פּאָנעם האָבן געקאפּעט טראָפּנט... 

קאיאָר האָב איך דערהערט דעם אלטנס קאָל: 

-- רושאטי טרעבא, רושאטייג 


ג -- מע דארף זיך לאָזן אין װעג! 


29 


ס'איז גוט צו זאָגן ;רושאטי". אופהייבן א טשערעדע, װאָס האָט זיך ארויסגעשלאָגן פון די 
קויכעס, דארף מען קענען. און כאָטש מיר אלע האָבן זיך א נעם געטאָן, נאָר אופשטעלן די בע- 
היימעס אף די פיס האָבן געקענט נאָר כאריטאָן איוואנאָװויטש און דער שטומער. זי האָבן גע- 
שמיצט מיט די בײַטשן און געשטורכעט מיט די פיס, און אז ס'האָט ניט געהאָלפן, האָבן זיי גע- 
נומען דרייען די וויידלען בא די בעהיימעס. איינע האָט זיך אופגעשטעלט און די אנדערע האָט 
זיך אנידערגעלייגט. 

כאריטאָן איוואנאָוויטש איז ווילד געװאָרן. ער האָט געשמיצט מיט דער בײַטש אף רעכטס 
און אף לינקס און געשריען, װי ניט מיט זײַן קאָל. 

מיט גרויס מאטערניש האָט מען אופגעהויבן די טשערעדע. איין קו, די ,מעיוכעסטע*, איז 
געבליבן ליגן און ניט געקאָנט. אופשטיין. 

ווען דזיגא האָט שוין געהאט אוועקגעטריבן די טשערעדע, איז כאריטאָן איוואנאָוויטש נאָך 
אלץ געשטאנען איבער דער אלטער קו, געשטאנען מיט ברייט צעשטעלטע פיס, א גרויער, א 
פארשטויבטער. עס האָט געדאכט, אז דער דאָזיקער מענטש איז געווען אויסגעהאקט פון שטיין. 
די ,, מעיוכעסטע" האָט שווער געקרעכצט, אלע װײַלע געעפנט די אויגן און זיי צוריק צוגעמאכט. 
איך האָב דאָס ערשטע מאָל געזען, וי א בעהיימע וויינט. אזעלכע גרויסע טרערן, גרויסע, וי האָגל, 
זײַנען געפאלן פון אירע אויגן. 

-- אז זי פארשטייט, װי א מענטש.. -- האָט דער אלטער געברומט און געקרימט דאָס 
פּאָנעם, געריבן מיט דער האנט די באָרד. --- אז זי... -- זײַן קאָל האָט פּלוצעם א ציטער געטאָן, 
ער האָט מיט בייזע אויגן א קוק געטאָן אף מיר און זיך צעשריִען: 

-- װאָס שטייסטו, קאָלאָם זאָלסטו שטיין, לויף צו די פערד! 

ווען איך בין שוין געזעסן אין װאָגן, איז כאריטאָן איוואנאָוויטש נאָך אלץ געשטאנען איבער 
דער ,מעיוכעסטע". איך האָב געזען, װוי ער האָט זיך אָנגעבױגן צו איר, נאָכדעם זיך אױסגעגלײַכט 
און זיך געלאָזט גיין. עטלעכע מאָל האָט ער זיך אומגעקוקט, געװאָרפן עפּעס מיט די הענט. 
כאריטאָן איוואנאָװויטש האָט איצט אויסגעזען, װי א ווינטמיל, װאָס שטייט איינע אליין אין 
פּוסטן פעלד. 

דער וואלד איז געבליבן הינטער אונדז. שטיקער אָפּגעריסענע נעפּלען האָבן געשװעבט 
נידעריק בא דער ערד, אזוי וי א רויך געשפּרײט זיך צװישן די ביימער. דאָרטן, לעבן דעם 
וואלד, האָבן זיך געזאמלט רויטארמייער. זיי האָבן ניט גערוט, מ'האָט געגראָבן אָקאָפּעס, מיט 
צװײַגן פארמאסקירט די טאנקען און הארמאטן. קליינע טאנקעטקעס האָבן ארומגעיאָגט איבערן 
פעלד, אופהייבנדיק א געדיכטן שטויב. 

די טשערעדע האָט זיך געשלעפּט לאנגזאם, אראָפּגעלאָזט די קעפּ צו דער ערד, פון די 
פײַכטע פּיסקעס האָבן זיך געצויגן פעדעמלעך סליונע, װאָס האָבן געבלישטשעט אף דער זון. די 
טשערעדע האָט זיך געשלעפּט, וי זי װאָלט מוירע געהאט זיך אָפּשטעלן. די קי פארשטייען, װײַזט 
אויס, װוי די מענטשן, װאָס פאר א סאקאָנע עס דראָעט. 

אלע גייען נאָך דער טשערעדע, אפילע דזיגא איז אראָפּ פונעם פערד און שפּאנט באנאנד 
מיט די בעהיימעס. נאָר איך זיץ אין װאָגן. 

פּלוצעם האָט זיך דערהערט א געהויל פון אעראָפּלאנען. זיי האָבן זיך געדרייט איבערן וואלד. 
די ערד האָט גענומען ציטערן פון די אופרײַסן. די פערד האָבן פאריסן די קעפּ, אָנגעשפּיצט די 
אויערן. די טשערעדע איז געװאָרן אומרויַק. איך האָב זיך געװאָלט אײַנרײדן, אז די אעראָפּלאנען 
וועלן אונדז ניט טשעפּען, נאָר איך האָב געהאט א גרויסן טאָעס. אינגיכן האָט זיך איבער אונדזערע 
קעפּ באוויזן אן אעראָפּלאן. ער האָט געמאכט א קרײַז און פלוצעם, װי עס װאָלט מיט אים א װאָרף 
געטאָן א קאדאָכעס, זיך אראָפּגעלאָזט גאָר נידעריק מיט אזא געװאָי, פּונקט די אומשולדיקע 
בעהיימעס װאָלטן אים געהאט פארטשעפּעט מיט די הערנער. 

אוי, מאמע מײַנע! א פײַערדיקער האָגל האָט זיך א שאָט געטאָן אף דער טשערעדע. דערזען 
בלוט, האָבן די בעהיימעס אָנגעהויבן רעווען, ווארפן מיט די קעפּ, די אויגן זײַנען זיי מאמעש 
ארויסגעקראָכן. װוּ איז אהינגעקומען זייער מידקײַט. עטלעכע בעהיימעס האָבן זיך א װאָרף געטאָן 
אָן א זײַט און אָנגעהױבן שפּרינגען, װי קעלבלעך, מיט פאריסענע וויידלען. אנדערע האָבן זיך 
געלאָזט לויפן אף צוריק, צום וואלד. 

כאריטאָן איוואנאָוויטש האָט זיך מיט ביידע פויסטן א זעץ געטאָן אין קאָפּ, נאָכדעם פאריסן 
די הענט צום אעראָפּלאן און געשריִען אף צעריסן װערן: 

-- דושעהובי, מיט װאָס האָט די סקאָטינע געזינדיקט? 

די פערד האָבן זיך צעפּאָלאָשעט און מיך געטראָגן פריער אף רעכטס, נאָכדעם אף לינקס. 
איך האָב זיך אופגעשטעלט אין װאָגן און מיט אלע קויכעס אָנגעצױגן די לייצעס, געװאָלט זיך 
אָפּשטעלן, א קוק טאָן, װוּ איז די מאמע, נאָר װער, װאָס, -- די פערד האָבן מיך ניט געפאָלגט, 


28 


וו ווו 


זי האָבן זיך געטראָגן איבערן פעלד. דער אעראָפּלאן האָט זיך באוויזן איבער מײַן קאָפּ, איז אוועק 
פאָרויס און באלד זיך אומגעקערט צוריק. ער איז געגאנגען מיר אנטקעגן, גאָר נידעריק. נאָך 
פונדערװײַטן האָב איך געהערט, װי עס שטעפּט זײַן קוילנווארפער. און דאָ האָבן די פערד האסטיק 
א קערעווע געטאָן צום ריוו, ס'האָבן א טרישטשע געטאָן די פּאָסטראָמקעס, און מיך האָט עפעס 
פּלוצעם א הייב געטאָן, נאָכדעם א שלײַדער געטאָן, און איך בין ניט געסטײַעט, װי כ'װאָלט 
באגראָבן געװאָרן טיף-טיף אין דער ערד... 


10 


ווען איך האָב זיך אופגעכאפט, איז די מאמע געזעסן לעבן מיר. איך ווייס ניט, װאָס זי האָט 
מיט מיר געטאָן. איך האָב קוים-קוים געהערט, װאָס זי האָט גערעדט. זי האָט מיך געפרעגט, צי 
איך װעל קאָנען גיין. זי איז גרייט געווען מיך נעמען אף די הענט. 

פארנאכט בין איך געקומען צו-זיך, כאָטש ס'האָט מיר נאָך וויי געטאָן יעדער אייווער, פונקט 
וי איך װאָלט נאָרװאָס אראָפּגעפאלן פון אונדזער בארנבוים. 

דער רועך האָט מיך ניט גענומען. הינקענדיק, נאָר מיט אקשאָנעס, האָב איך געשפאנט 
באגלײַך מיט דער מאמען. 

--- װוּ איז כאריטאָן איוואנאָוויטש? װוּ איז דזיגא? װאָס איז מיט דער טשערעדע? -- האָב 
איך געפרעגט. די מאמע האָט א מאך געטאָן מיט דער האנט: 

-- בעסער פרעג ניט. 

קאיאָר האָבן מיר זיך דערשלעפּט צו א סטאנציע. אונדזער גליק איז געווען, װאָס מיר האָבן 
באוויזן אָניאָגן א לעצטן עשעלאָן מיט עוואקוירטע. 

מיר זײַנען געגאנגען לענגויס די טעפלושקעס און געזוכט, ווהין זיך פּריטוליען. פון אן 
עטװאָס אָפּענער טיר האָט אונדז אָנגעיאָגט א באקאנט קאָל; 

-- הערט נאָר, שכיינים, וועמען זוכט איר עס? קומט נאָר אהער. איר זעט, אז מע לעבט, 
טרעפט מען זיך. 

איר קאָל האָט מיר גלײַך דערמאָנט אינעם לידל ,קאראװײַ-קאראװײַ?. אוי, ס'איז דאָך 
סארא אבראמאָזונא... 

דער קאָמענדאנט פון דער סטאנציע האָט אונדז קוים ארײַנגעשטופּט אין א פּאסאזשיר-וואגאָן, 
װאָס איז, דוכט זיך, געווען דער איינציקער אינעם גאנצן עשעלאָן. 

ארײַנגיין אינװייניק אין וואגאָן איז געווען אומעגלעך, בין איך מיט דער מאמען געבליבן 
דערװײַל אין טאמבור. די טיר פון טאמבור האָט זיך ניט צוגעמאכט. אָט איז מען געגאנגען זיך 
וואשן, אָט איז מען געקומען רייכערן. אלע האָבן זיך געסטארעט האלטן זיך װאָס װײַטער פון 
אונדז, מעגלעך דערפאר, װאָס מײַן צעפליקטער הילעך איז געװען באדעקט מיט בלאָטע, דורכ- 
געזאפּט אף דורך און דורך מיט פארטריקנטן שווייס. די מאמע האָט אויסגעזען, װוי א ציגײַנערטע, 
װאָס וואלגערט זיך אף פארשטויבטע וועגן. א פארדעמפּטער רייעך האָט געטראָגן פון אונדז ביידן. 

אין טאמבור באװײַזט זיך עפּעס א פרוי, טוט א קוק אף אונדז און לויפט אוועק אף צוריק. 
װאָס דארף זי, פארשטיי איך ניט. סײַדן זי ויל זיך אױספּײַנען מיט דעם, װאָס זי איז אויסגעפוצט 
און אפילע מיט אָנגעפארבטע ליפן. איך האָב געמיינט, אז סאָפּקאָלסאָף װעט איר נימעס ווערן דאָס 
ארומלויפן הין און צוריק, האָב איך א טאָעס געהאט, זי האָט נאָך געבראכט מיט זיך צו פירן א 
מאנצבל אויך. יענער האָט אף אונדז אָנגעשטעלט א פּאָר אויגן דורך די גאָלדענע ברילן, און דאָס 
שוועבעלע, מיט וועלכן ער האָט געקאלופּעט די ציין, איז געבליבן װי פארגליווערט אין זײַנע 
פליישיקע ליפּן, די נאָזלעכער פון זײַן אָדלערשער נאָז האָבן זיך צעבלאָזן און ער האָט, װוי צו זיך 
אליין, געזאָגט: 

-- ממ-דא, זי קאָנען דאָ פארשפּרייטן א טיפוס אויך... 

וי נאָר זיי זײַנען ארויסגעגאנגען פונעם טאמבור, בין איך צוגעלאָפן צו דער טיר און מיט 
קאס זי פארהאקט נאָך זיי. 

ענדלעך, האָט זיך דער עשעלאָן גערירט פון אָרט, און גאָר אינגיכן האָבן די רעדער אָנגע- 
הויבן רעגלמעסיק צו קלאפּן. 

פאר די אוגן האָבן געשווינדלט צעשפּאָלטענע ביימער, איבערגעבראָכענע, מיט אָפּגע- 
פליקטע קרוינען. פונדערװײַטן איז אנטקעגן געלאָפן א יונג וועלדל, נאָר אומגעריכט האָט זיך 
דער צוג פארדרייט אין א זײַט און דאָס וועלדל איז פארשווונדן געװאָרן. 

איך זע, די מאמע מײַנע איז צו אלעמען און צו אלץ גלײַכגילטיק. אָפּטמאָל, ווען זי טוט אף 
מיר א קוק, דוכט זיך מיר אויס, אז זי זעט מיך ניט. 

שפּעטער א ביסל האָט זיך צו אונדז אין טאמבור ארײַנגעשטעלט א נײַער פּארשוין. ער 


24 


האָט מיט זײַנע גראָבע געקניפּטע פינגער גענומען פארדרייען א ציגײַער מאכאָרקע. דער גרויסער 
קאָפּ האָט זיך געבויגן צו דער ערד, און צוליב די געדיכטע ברעמען האָט מען קימאט קיין אויגן 
ניט ארויסגעזען. ווען ער האָט אָבער א לעק געטאָן מיט דער צונג דאָס צײַטונג-פּאפּירל, קעדיי 
פארקלעפן דעם ציגײַער, האָבן זיך די ברעמען א רוק געטאָן ארוף צום שטערן, און איך האָב 
דערזען קליינע, דורכזיכטיק-גרוילעכע אויגן. זי האָבן געקוקט אף דער דרויסנדיקער טיר, װאָס 
האָט די גאנצע צײַט געקלאפּט און געקלאפט. 
דער ארײַנגעקומענער האָט באטראכט די טיר, נאָכדעם אָנגעהױבן זי באטאפּן מיט זײַנע 
שווערע, מעשונע-גרויסע הענט. איך וייס ניט װאָס ער האָט דאָרטן געטאָן, נאָר די טיר האָט 
אופגעהערט קלאפן און אין טאמבור איז געװאָרן ווארעמער. 
פארענדיקט רייכערן, איז עױ אוועק צוריק אין וואגאָן און אין א צײַט ארום װוידעראמאָל זיך 
אוויזן. ער האָט מיט זיך געבראכט א גרויסן טשײַניק און עפּעס א פּעקל. איך האָב פארשטאנען, 
ז ער גייט זיך ארומוואשן, נאָר אזוי וי זײַנע הענט זײַנען געווען פארנומען, האָב איך אים גע- 
זאָלפן עפענען די טיר. דער אלטער האָט מיט א װוּנק מיר באוויזן, איך זאָל גיין מיט אים. איך 
האָב געמיינט, אז ער ויל, איך זאָל דאָרטן אים אויך עפּעס העלפן. נאָר אנידערגעשטעלט דעם 
טשײַניק אפן דיל און פארקייטלט די טיר, האָט ער צו מיר געזאָגט: 
-- אנו, גוטערברודער, טו זיך אויס. נאָר אזוי, װי די מאמע האָט דיך געהאט... 
איך שטיי און קוק אים אָן. 
-- האָסט מיך אוואדע ניט דערקענט, הע? שאבע רופט מען מיך. און אָט דער דאָזיקער 
שאבע װועט דיר באלד מאכן אזא באָד, אז דו װועסט זיך מעכײַע זײַןיי 
איך געדענק שוין ניט די צײַט, ווען איך האָב זיך געוואשן מיט ווארעמען וואסער און מיט 
זייף. שאבע האָט מיך געקאשערט, זײַנע הענט האָבן געריבן מײַן לײַב, אזוי װי מיט ריב-אײַזנס, 
איך בין װי אפסנײַ געבוירן געװאָרן. אפילע די מאמע מײַנע האָט מיך אויך ניט גלײַך דערקענט. 
עמעס, שאבע האָט מיך איבערגעטאָן אין אזא אָנטאָן, װאָס איז א ביסל אראָפּ פון דער מאָס. פּליו- 
דערן, װאָס קאָנען ארײַנעמען אין זיך צוויי אזעלכע, וי איך. דער סוויטער האָט געהאט אזעלכע 
ארבל, װאָס האָבן געקאָנט דערלאנגען ביזן עק עשעלאָן. זאָגן, אז עס כאָלעמט זיך מיר? ניין, עס 
האָט זיך מיר ניט געכאָלעמט, מע האָט מיך אפדערעמעסן אָנגעהאָדעװעט, און דערנאָך ערשט האָט 
שאבע מיך אונטערגעשטופּט אף דער דריטער פּאָלקע. איך האָב זיך אנידערגעלייגט אף אן אויס- 
געבעט געלעגער און, דוכט זיך, כ'האָב ניט באוויזן פארמאכן די אויגן, בין איך שוין געשלאָפן, 
וי א געהארגעטער. 
איך בין, װײַזט אויס, געשלאָפן א טאָג מיט א נאכט. ווען איך האָב זיך אופגעכאפּט, איז 
אין דרויסן געווען גרויסער טאָג. די מאמע איז געזעסן אף דער אנטקעגנדיקער דריטער 
פאָלקע. אָ, איצט איז די מאמע א ביסל ענלעך אף זיך. די צעפּ פארפלאָכטן --- זיי גלאנצן, װי 
זײַדענע. זי איז איבערגעטאָן אין א ריין קליידל. נאָר די אויגן זײַנען בא איר סײייַװוי פול מיט 
טרויער. 
-- שלאָף. שלאָף נאָך, --- האָט די מאמע געשעפּטשעט. 
דאָס אײַנשלעפנדיקע קלאפן פון די רעדער פארוויגט מיך, און איך הייב אָן דרעמלען. 
ווען איך האָב ווידער געעפנט די אויגן, איז אף דער מאמעס אָרט געלעגן א מיידעלע. מיט 
ברייט צעעפנטע קײַלעכיקע און פארווונדערטע אייגלעך האָט זי געקוקט אף מיר. ווען אונדזערע 
בליקן האָבן זיך באגעגנט, איז זי געװאָרן רויט, װי א בורעק, די פולע ליפּן האָבן זיך עטװאָס 
צעעפנט און פון מויל האָבן ארויסגעקוקט צוויי שיטערע לאָפּאטע-ציינדלעך, דורך וועלכע מ'האָט 
געקאָנט דורכפאָרן מיט א װאָגן. איך האָב געמאכט אן אָנשטעל, אז זי גייט מיר ניט אָן, און זיך 
אויסגעדרייט צו איר מיט דער פּלײצע. אָבער איך פיל גוט, װי אירע בליקן קריכן איבער מיר, 
װײַזט אויס, זי איז פארכידעשט פון מײַנע ברייטע פליודערן, פונעם צעפאָרענעם קאָלנער. איך 
דריי זיך צונויף אינדרײַען, קעדיי זי זאָל װאָס װינציקער זען מײַן הילעך. 
פּלוצעם האָט עמעצער זי א רוף געטאָן: 
-- ליאָליע, װוּ ביסטו, ליאָליע? 
דאָס מיידעלע האָט זיך אופגעכאפּט און איז אראָפּ פון דער פּאָלקע. 
אונדזער צוג האָט זיך אָפּגעשטעלט לעבן א סטאנציע. פון דרויסן האָב איך דערהערט: 
-- שטעלט אויס די קינדער! די קינדער שטעלט אוס! 
איך האָב דורכן פענצטער דערזען, װי לעבן אונדזער וואגאָן זײַנען געשטאנען צוויי פרויען 
אין װײַסע כאלאטן. זיי האָבן געהאלטן אין די הענט א גרויסע קאסטריוליע מיט קאשע און א קויש 
מיט אָנגעשניטענעם ברויט. 
כ'האָב גאָר ניט געװוּסט, אז אזויפיל קינדער פאָרן בא אונדז אין וואגאָן. פון אלע זײַטן האָט 
א שאָט געטאָן קליינווארג. מ'איז געלאָפן צום טאמבור מיט שיסעלעך, טעלערלעך און טעפּלעך. 


זן 24 


1 


29 


ליאָליע האָט זיך אויך געשטופּט צװישן די קינדער. ויָאזוי איז איר ניט קיין ביזויען, אזא גע- 
זונטע מויד... 

צו מיר געהערט דאָס ניט, פארשטייט זיך. איך װאָלט מיט די אויגן אופגעגעסן א טעלער 
קאשע און א פריש שטיקל ברויט, נאָר איך פארשטיי, אז ס'איז פאראן בילכערע פון מיר, איך 
בין ניט קיין פּיצל, און בלײַב מיר ליגן אף דער אייבערשטער פּאָלקע. 

איך האָב געהערט, װי מע פרעגט די מאמע, װוּ בין איך אהינגעקומען, נאָר איך האָב זיך 
געמאכט ניט וויסנדיק, זיך פארוקט אף דער פאָלקע, מע זאָל מיך ניט דערזען. 

פאר מיר איז די בעסטע זאך שטיין אין טאמבור און ארויסקוקן אין דרויסן. מאכט זיך אָבער 
זייער אָפט, אז ליאָליעס מאמע מיט יענעם, אין די גאָלדענע ברילן, אָסקאר מאָיסײעװויטש הייסט 
ער, פארנעמען מײַן אָרט און קאָנען דאָרטן אָפּשטײן א גאנצן טאָג. אפילע באנאכט, ווען אלע 
שלאָפן, כאפּן זיי זיך אויך ארויס אהינצן... 

איך קאָן ניט פארשטיין, װי אלט איז אָט דער אָסקאר מאָיסײיעװיטש. אמאָל װײַזט זיך מיר 
אויס, אז ער איז שוין אן עלטערער מענטש, און אמאָל, איבערהױפּט, ווען ער האלט זיך לעבן 
ליאָליעס מאמע, באָכערט ער זיך, גלײַכט אויס די אײַנגעהױקערטע פּלייצע און דאָס בײַכל ווערט 
בא אים אײַנגעשרומפּן. ער שײַנט, שמייכלט, כאָכמעט זיך, טאָקט אויס יעדעס װאָרט, װאָס ער 
ברענגט ארויס פון מויל. א שטעל האָט ער, װי עפעס אן אקטיאָר. לאָזט זיך גאָר אויס, אז ער איז 
א יוריסט. ווען איך בין אף זײַן אָרט, װאָלט איך זיך ניט פארנומען מיט אזעלכע נארישקײַטן און 
װאָלט זיך ניט געשלעפּט אין עוואקואציע מיט אלטע לײַט, איך װאָלט בעסער אוועק אפן פראָנט. 

ליאָליע קאָן אים ניט פארלײַדן. און אָסקאר מאָיסײעװיטש באמיט זיך אונטערכאנפענען צו 
איר. איך האָב אליין געהערט, וי ער האָט איר געמאכט א קאָמפלימענט: 

--- ליאָליע, דו וועסט אונטערוואקסן, װעסטו זײַן א קראסאוויצע. 

ליאָליע איז, װײַזט אויס, אין איינע יאָרן מיט מיר און עפשער ייַנגער מיט א יאָר. איך זע, 
אז זי װיל מיט מיר פארפירן א שמועס, און איך אפצולאָכעס מאך זיך ניט וויסנדיק. 

ווען אין וואגאָן קלײַבט זיך עמעצער פרישטיקן, גיי איך ארויס אין טאמבור. באם אוילעם 
האָבן זיך אױיסגעלאָזט אלע פּראָדוקטן. ברויט האָט מען געהאלטן נאָר פאר די קליינע קינדערס- 
וועגן. הײַנט אינדערפרי האָט סארא אבראמאָוונא אונדז געבראכט קימאט א האלב לעבל ברויט 
מיט א שטיקל געזאלצענער ברינזע. איך האָב געװאָלט, אז די מאמע זאָל אויך עסן, נאָר זי האָט 
עס מיר צעטיילט אף עטלעכע טעג. װאָס פאר א װערט האָט געהאט בא מיר א שטיקל ברויט, אז 
איך האָב געקאָנט אופעסן א קאלב. איך וויל ניט טראכטן פון עסן. נאָר דאָס הארץ קלעמט און 
די קני האקן זיך אונטער. 

לאָזט זיך אויס, עמעצער האָט טאקע באמערקט, אז איך באקום ניט קיין קאשע מיט ברויט. 
דאָס איז געווען אנא פּעטראָוונא, די זעלבע, װאָס האָט געגעבן דער מאמען א קליידל מיט א קאָפטל. 

אנא פּעטראָוונא איז שוין אן עלטערע פרוי מיט אונטערגעשוירענע גלאטע גראָווע האָר. די 
גרויסע גרינבלעכע אויגן אירע קוקן שטרענג, נאָר ווארעם. אלץ באמערקט זי און קאָן ניט פאר- 
לײַדן קיין אוולעס. ווען זי האָט מיר אָפּגעגעבן די קאשע מיטן ברויט, האָט זי אי שטרענג, אי מיט 
גוטן געזאָגט: 

-- דו האָסט זיך ניט װאָס צו שעמען. דו נעמסט ניט קיין פרעמדס, די מעלוכע זאָרגט פאר 
אײַך, קליינווארג... 


11 


ליאָליעס מוטער איז געװאָרן פרײַנטלעך מיט מײַן מאמען. זי טרעט אָפּ די אונטערשטע 
פּאָלקע און אלע מאָל, ווען די מאמע לייגט זיך אנידער, זעצט זי זיך צו צו איר און דערציילט איר 
עפּעס. פון דער דריטער פּאָלקע זע איך, וי זי האָבן זיך אײַנגעמאָסטעט, איך הער, וי ליאָליעס 
מאמע דערציילט, אז איר מאן איז א מאיאָר און זי האָט באוויזן פארן עוואקויָרן זיך באקומען זײַן 
אטעסטאט. אָט די אלע מײַסעס דארף אויסהערן אויך אָסקאר מאָיסייעוויטש. ער שטייט איבער די 
פרויען, די עלנבויגנס אָנגעשפּארט אין ביידע אייבערשטע פּאָלקעס, דערבײַ באטראכט ער פון 
קאָפּ ביז די פיס מײַן מאמע. איך בין גרייט צעפּאטלען זײַנע שיטערע הערעלעך, מיט וועלכע ער 
פארמאסקירט קונציק די ליסינע זײַנע. 

ליאָליע גייט מיר נאָך פוסטריט. זי שטייט מיט מיר אָפּ לעבן פענצטער אין טאמבור שאָענ- 
װײַז און רעדט ניט אויס קיין איין װאָרט. מיך ארט עס ניט, זאָל זי זיך שטיין. 

ווען שאבע האָט אונדז ביידן דערזען, האָט ער א היקע געטאָן: 

-- טאָמער דארפסטו דיר די אנדערע טעג יאָמטעװ. נאָך א פּאָר פון גאָט. 

איך האָב ניט קיין מוירע פאר שאבען. פארקערט, איך בין צופרידן, ווען ער קומט אהער צו 
גיין. איך טרעט אָפּ א ביסל און מאך אים אן אָרט באם פענצטער. 


26 


דער אלטער רייכערט, קרעכצט, זײַן פּאָנעם ווערט נאָך מערער איבערגעקרייצט מיט טיפע 
קנייטשן. 

-- הע, א וועלט מיט קליינע וועלטעלעך, -- זאָגט ער, -- װאָס אָט אָדדי ערד פארמאָגט, 
דו האָסט דען אן אנונג, וי גרויס זי איז? -- א רויכל פון זײַן ציגײַער ציט זיך ארוף און דער- 
לאנגט צו זײַנע פארזשמורעטע אויגן. 

-- די וועלט, -- זאָגט ער, -- האָט קיין גרענעץ ניט, װײַל די ערד איז קײַלעכיק און א 
מענטש וייסט ניט קיין ענדע פון זײַנע האסאָגעס. װער עס האָט ניט געהאט צו טאָן מיט קיין 
אײַזן און שטאָל, מיינט, אז קיין שטארקערס איז אף דער װעלט ניטאָ. בלאָטע... איך האָב אלע 
מײַנע יאָרן זיך געבאָרבלט מיט דעם דאָזיקן מאטעריאל. אז מע האָט באדארפט, האָב איך אויס- 
געקאָװעט א פּאָדקעווע, און אז מע האָט באדארפט, האָב איך אױסגעקאָװעט אן אקער... 

איך הער מיט נײַגער, װאָס שאבע דערציילט. עמעס, איך פארשטיי ניט אלץ, נאָר מיר איז 
טשיקאווע אים אויסהערן. 

-- ווען היטלער זאָל מיך פרעגן, װאָלט איך אים געגעבן צו פארשטיין, אז דער שטארק- 
סטער מאטעריאל אין דער וועלט איז א מענטש. ניט קיין אײַזן און ניט קיין געווער, נאָר א מענטש. 
וועסט אומוואלגערן איינעם, װועט אופשטיין א צווייטער... 

דאָס ערשטע מאָל האָב איך באנאכט דערזען אזא גרויסע סטאנציע, װאָס איז באלויכטן מיט 
עלעקטרישער שײַן. די פענצטער זײַנען דאָ ניט פארטונקלט און ניט איבערגעקלעפּט מיט קיין 
פּאפירענע סטענגעס. 

דער אוילעם איז עפּעס אופגערעגט, טראכט גאָר ניט לייגן זיך שלאָפן. מע רעדט, אז מע 
װעט אונדז דאָ ארויסזעצן. אָסקאר מאָיסייעוויטש איז אוועק אויסשמעקן, װאָס װעט מען מיט 
אונדז טאָן. 

געקומען זײַנען מיר קיין טשעליאבינסק. די סטאנציע איז פארפלייצט מיט מענטשן. הײַפלעכ- 
װײַז זיצט מען אף די פעק, אײַנגעהױקערטע, מע כאפּט דעם עמעסן ציטער. װײַזט אויס, דאָ האָט 
זיך שוין געענדיקט דער יש 

אָסקאר מאָיסײעװויטש האָט זיך אומגעקערט מיט עפּעס א נײַס, נאָר ער האָט זי באהאלטן 
טיף אין קעשענע. ער האָט קיינעם גאָרנישט ניט געזאָגט און גלײַך אָנגעהױבן צונויפלייגן זײַנע 
זאכן. קוקנדיק אף אים, האָבן אנדערע געטאָן דאָס זעלבע. מע האָט זיך אָנגעהױיבן פּאקעווען. 
אינגיכן האָט דער גאנצער וואגאָן שוין געװוּסט, אז דעם עשעלאָן װועט מען אָפּפירן אף א הונדערט 
קילאָמעטער פון טשעליאבינסק און אלע עוואקויַרטע װעט מען צעשיקן אין די קאָלװירטן, 

-- איך האָב טאקע מײַן גאנץ לעבן געטרוימט זיך באזעצן אין א דאָרף, --- האָט אָסקאר 

מאָיסײעװיטש געכויזעקט און מיט אימפּעט געפאקעוועט זײַנע זאכן. אײנצײַטיק האָט ער גע- 
טײַנעט צו ליאָליעס מאמען: 

-- סימא װאָלפאָוונא, איך האָב אײַך געזאָגט, און איר קאָנט טאָן, וי איר פארשטייט... 

סימא װאָלפאָוונא איז צעטומלט. אָט נעמט זי פּאקעווען אירע זאכן, אָט צעבינדט זי זיי. אלע 
מאָל קוקט זי ארויס פון פענצטער און טײַנעט צו אָסקאר מאָיסייעוויטש 

-- קומט אהער, טוט א קוק, װאָס עס טוט זיך. װוּ ועט מען אהינטאָן א מענטשן? 

נאָר אָסקאר מאָיסײעװיטש האָט אפילע ניט געװאָלט הערן: 

-- סימא װאָלפאָוונא, איך האָב אײַך געזאָגט... 

װי נאָר אָסקאר מאָיסייעװויטש האָט גענומען זײַנע זאכן און געלאָזט זיך ארויסגיין, האָבן 
זיך אייניקע געלאָזט נאָך אים. 

בא דער ארויסגאנג-טיר האָט זיך באוויזן אנא פּעטראַוונא. 

--- װווּהין גייט איר? די שטאָט איז איבערפולט, מענטשן וואלגערן זיך אין די סקווערן.. 
באטראכט זיך. אונדז װעט מען ברענגען אף אן אָרט. מע וועט אונדז דאָרט באזאָרגן מיט וווינוג- 
גען און מיט ארבעט... 

-- נו, איז בלײַבט אײַך דאָ געזונטערהייט, -- האָט אָסקאר מאָיסייעװויטש א בורטשע גע- 
טאָן. נאָך אים האָבן זיך געשלעפּט סימא װאָלפאָוונא און נאָך אייניקע עוואקוירטע. ליאָליע האָט 
געקוקט אף מיר מיט בעטנדיקע אויגן, זי האָט קוים אײַנגעהאלטן דאָס געוויין. נאָר װאָס האָב 
איך איר געקאָנט העלפן? 

די מערהײַט איז געבליבן אין וואגאָן. ס'האָט לאנג ניט געדויערט, און יענע, װאָס זײַנען 
אוועק נאָך אָסקאר מאָיסייעװויטשן, האָבן גענומען שלעפּן די פעק אף צוריק. 

ליאָליע איז ארײַן אין וואגאָן א שײַנענדיקע. זי האָט אזש פארגעסן אין דער מאמען אירער, 
װאָס האָט זיך געטאסקעט מיט אלע אירע פּעק. סארא אבראמאָוונא האָט איר געהאָלפן ארײַנטראָגן 
די זאכן אין וואגאָן און דערבײַ גערעדט סימען אין דער גאל ארײַן; 

-- ביסט א מייוון, אין שטאָט האָט זיך איר פארגלוסט... טעאטערס גייען איר אָפּ... 


27 


אין וואגאָן איז געװאָרן שטיל. נאָר ווער האָט געקאָנט פארשטיין ליאָליעס פרייד. ערשטנס, 
איז זי צופרידן געווען, װאָס זי האָט זיך אומגעקערט צוריק צו אונדז. און צווייטנס: פּאָטער וערן 
פון אזא בלאָטער, וי אָסקאר מאָיסײעװיטש, איז דאָך אויך עפּעס וערט. 


12 


קאיאָר האָט אונדזער עשעלאָן א סקריפּע געטאָן מיט די רעדער, ס'האָט זיך דערהערט א 
לאנגער פּײַף פונעם לאָקאָמאָטיוו, און ווידעראמאָל האָט זיך אָנגעהױבן דאָס זעלבע לידל: דער 
צוג איז אוועק. 

די דאָזיקע נאכט איז דער אוילעם ניט געשלאָפן. סימא װאָלפאָוונא האָט זיך קיין אָרט ניט 
געקאָנט געפינען. אָט האָט זי זיך אופגעהויבן פון געלעגער, אָט זיך װידער געלייגט. זי האָט זיך 
אפילע געלאָזט גיין אין טאמבור, נאָר באלד זיך אומגעקערט צוריק. פון נעכטן אָן האָט זי ניט 
אויסגעלייגט דעם כאָכליק אירן, אפילע פארגעסן אונטערפארבן די ליפּן. פאר וועמען זאָל זי זיך 
אױיספּייַנען, סײַדן פאר מיר? 

ווען אין דרויסן איז שוין געווען גרויסער טאָג, האָט אונדזער עשעלאָן זיך אָפּגעשטעלט 
אינמיטן פעלד. קיינער האָט ניט געגלייבט, אז מיר זײַנען שוין געקומען צו פאָרן, װײַל קיין 
סטאנציע האָט מען אינערגעץ ניט געזען. ארום און ארום -- הוילער סטעפּ. 

פּלוצעם האָט זיך דערהערט א געשרי: 

--- פּריִיעכאלי! װיגרוזשײַס!ג 

דאָס ערשטע, װאָס איך האָב דערזען פאר מײַנע אויגן, זײַנען געווען די פורלעך. אָן א שיר 
פורלעך זײַנען געשטאנען ניט װײַט פון דער אײַזנבאן-ליניע. די פערד האָבן אָנגעשפּיצט די 
אויערן, די אָנטרײַבער האָבן אָנגעשטעלט אף אונדז די אויגן. א צײַט האָבן ביידע צדאָדים ניט 
גערירט זיך פונעם אָרט. אונדזער אוילעם איז געבליבן שטיין מיט ביידע פיס אף דער ערד. . 

ענדלעך, איז אונדז אנטקעגן געגאנגען איינער פון די, װאָס זײײַנען געקומען אונדז באגעגענען. 
ער האָט זיך אָפּגעשטעלט, הויך אף א קאָל באגריסט אונדז און פארבעטן זיך אויסזעצן אף די 
פורלעך. צוערשט איז דאָס אויסזעצן זיך געגאנגען װי עס באדארף צו זײַן, נאָר װאָס װײַטער, איז 
אוועק א שטופּעניש און א געפילדער. איך מיט דער מאמען און סארא אבראמאָוונא האָבן ניט 
װאָס צו אײַלן. מיר זײַנען דאָך פון די גרינגע פּאסאזשירן. סימא װאָלפאָוונא האלט זיך אויך לעבן 
אונדז. 

איך האָב באמערקט, אז די גאנצע צײַט שפּירט אונדז נאָך אן אָנטרײַבער, א כעוורעמאן פון 
א יאָר פערצן-פופצן, איבערהויפּט כאפּט ער אלע װײַלע א קוק מיט זײַנע שמאָלע שווארצע אייג- 
לעך אף ליאָליען, װאָס שטייט אין א זײַט און כליפּעט אונטער. זי האָט ארײַנגעכאפּט ניט איין 
שטורכאטש פון איר מאמען. סימא װאָלפאָונא האָט אױסגעלאָזט איר ביטער הארץ צו איר 
טעכטערל. 

--- וויי, וויי, װוּהין מע האָט אונדז געבראכט.. 

-- וויי מײַנע סאָנים, -- איז סארא אבראמאָוונא אופגעטראָגן געװאָרן. -- זעץ זיך שוין 
אוף, אניט װעסטו בלײַבן דאָ אין סטעפ מיט אלע דײַנע בעבעכעס. 

סימא װאָלפאָוונא האָט זיך אױיסגעשאָלטן און זיך צעוויינט, װי א קליין קינד. 

דער אָנטרײַבער, װאָס האָט נאָך אונדז נאָכגעשפּירט, איז צוגעלאָפן מיט צעשפּרײטע הענט: 

-- זאטשעם פּלאקאל? לאָשאדקא יעסט, פּאָדװאָדא, אײַ, אײַ, כאָראָט?, --- האָט ער צו אונדז 
אלעמען א װוּנק געטאָן מיט זײַנע פלינקע שווארצע אויגן, געכאפּט א טשעמאָדאן און הילכיק, 
מיט א זינגענדיק קאָל געזאָגט: 

--- פּאָסלא, פּאָסלא...3 

דאָס פערדל --- עפּעס א פארזעעניש, איך ווייס גאָר ניט, װיָאזוי עס האלט זיך זײַן גרויסער 
אָנגעבלאָזענער בויך אף די דארע דינע פיסלעך. דערפאר אָבער איז די גריווע איבערגעפלאָכטן 
מיט רויטע סטענגעס און דער גאנצער שפּאן איז באפּוצט מיט גרינע צװײַגלעך און פעלד-בלומען, 
פּונקט וי דאָס דאָזיקע פורל װאָלט געקומען נאָך געסט אף א כאסענע צי גלאט אף א יאָמטעו... 

מיר פאָרן. פאָרויס שפּרײט זיך א לאנגער טראקט. פון ביידע זײַטן וועג ציִען זיך קאנא- 
וועס, פארוואקסענע מיט בוריאן. די סטעפּעס האָבן, דוכט זיך, גאָר קיין סאָף ניט. 

די פורלעך איז געווען אומעגלעך איבערצוציילן. איך האָב נישט געזען ניט קיין אָנהייב און 
ניט קיין סאָף. מיר האָבן זיך געטרייסלט און געטרייסלט. א בייז ווינטל האָט דערלאנגט ביז די 


ג -- געקומען! טראָגט אראָפּ די זאכן! 
2 -- װאָס װיינסטו? א פערד איז פאראן, א פור א גוטע. 
5 -- קום, קום... 


28 


ביינער און װי אפצולאָכעס האָבן שווערע װאָלקנס פארשטעלט די זון. דער זומער האָט זיך דאָ 
שוין געענדיקט. דאָס זעט מען אין די אָנטרײַבערס. אלע זײַנען זי אָנגעטאָן אין וואטאָווע פופיי- 
קעס, ווארעמע לײַביקעס, אייניקע עלטערע מענטשן זײַנען אפילע געווען אָנגעטאָן אין פּעלצלעך 
און אין פּוישטן. 

מיר, די גרינגע פאסאזשירן, כאפּן דעם עמעסן ציטער. איבערהויפּט פרירן בא מיר די קני. 

אונדזער אָנטרײַבער האָט זיך אויסגעקערעװועט צו אונדז מיטן פּאָנעם. ארויסגענומען פון 

קעשענע א טאָרבעלע מיט מאכאָרקע און פארייכערט א ציגײַער. ער האָט גערייכערט און בא- 

טראכט אונדז יעדערן באזונדער. פון זײַנע אויגן זײַנען געבליבן נאָר צוויי שמאָלע שפּעלטעלעך, 
וועלכע זײַנען פארגאָסן געווען מיט שווארצן פּעך. 

-- װאָס אזוי פארזאָרגט? דאָ װוינט מענטש... איַ, אײַ, אײַ, גוטער מענטש. -- רעדט ער צו 
אונדז און כאפּט דערװײַל א קוק פאָרויס. ער טוט אלע מאָל א פּײַף און יאָגט אונטער דאָס פערדל 
אף זײַן אויפן. 

-- האטיא! בא אונדז דאָ זייער גוט. שיין, אײַ, שיין. וואלד געדיכטער... פעלדער גרויסע... 
אײַ, לופט. זיס, װוי האָניק זיס... 

-- נו, און װינטער? -- פרעגט טארא אבראמאָוונא. --- ווינטער קאָן מען דאָ פארפרוירן װערן? 

-- ווינטער פרוירן? -- צעשמייכלט זיך דער אָנטרײַבער. די אויגן זײַנע זעט מען שוױן 
אינגאנצן ניט. --- ווינטער גוט, אײַ גוט, פראָסט שטארקער, ווינטעלע -- שא. ווינט ניטאָ. נאָר 

וואלינקעס דארף. פעלצעלע דאָ, שפּײַ אף פראָסט. 

סאר אבראמאָוונא טוט באדויערנדיק א שאָקל מיטן קאָפּ. 

-- נו, װאָדען, מיט אים איז אזוי וי מיט יענעם נאָגיד. א ראָסלפלײיש מיט א פרישן קוילעטש 
איז דען קיין עסן ניט? 

מיר אלע צעלאכן זיך און דער אָנטרײַבער, קוקנדיק אף אונדז, קײַכט אויך פאר געלעכטער, 
באװײַזט זײַנע לאנגע װײַסע שפּיצעכיקע ציין. פלוצעם װערט דער אָנטרײַבער ערנסט, עפנט 
ברייט די אויגן און דראָעט מיט דער בײַטש. 

-- מילכאָמע שטארקער פון פראָסט, אײי, אײַ, אײַ, מילכאָמע. מײַן טאטקע איבראגים אוועק 
אף דער מילכאָמע. שיסן, אײַ, אײַ, אײַ, שיסן. -- ער קלאפּט זיך מיטן פויסט אין דער ברוסט. -- 
אילדוס פארשטיי, אילדוס פארבײַט טאטע איבראגימקע. 

ווען פונדערװײַטנס האָט זיך באוויזן א דאָרף, האָט אילדוס, װאָס איז מיט אונדז שוין גע- 
װאָרן היימיש, געהאלטן אין איין טײַנען, מיר זאָלן דאָ ניט בלײַבן, מיר זאָלן פאָרן צו אים אין 
דאָרף, קיין באָבאָווקע, צו טאראס אנטאָנאָװיטשן. 


13 


אינעם ראיאָן-צענטער האָבן מיר זיך לאנג ניט פארהאלטן. אָפּגעגעסן, האָבן מיר זיך געלאָזט 
קיין באָבאָװקע. באלד נאָכן דאָרף האָט זיך אָנגעהױבן א געדיכטער וואלד. הויכע יעלן האָבן 
דערלאנגט שיר ניט ביזן הימל. זיי האָבן פארשטעלט די זון. דער וועג האָט זיך ארײַנגעשניטן, 
וי אין א טונעל. װײַט הינטער אונדז האָבן אָפּגעהילכט דאָס צאָקען פון די פערדישע טלאָען און 
דאָס קנאקן פון די רעדער. 

אילדוס האָט גאדלעסדיק א קוק געגעבן אפן וואלד, װוי ער װאָלט װעלן פרעגן, װי געפעלט 
עס אײַך עפּעס? און מיטאמאָל האָט ער זינגעװודיק אויסגעשריען: 

-- האטיא! האטיא! 

זײַן קאָל האָט זיך אװעקגעקײַקלט איבערן וואלד און א לאנגע צײַט געבלאָנדזשעט מיט 
אן אָפּהילך. 

מיר זײַנען געפאָרן די ערשטע. אילדוס האָט זיך געװאָלט אױיספּייַנען מיט זײַן פערדל. ער 
האָט עס געטריבן, דערבײַ ניט אופגעהערט לויבן דאָס דאָרף באָבאָװקע און דעם פאָרזיצער פון 
קאָלװירט טאראס אנטאָנאָװיטש. ער האָט דערציילט, אז ער האָט אליין געזען, װי טאראס אנטאָ- 
נאָװיטש האָט אף זײַן ;אוראלעץ", אפן פערד הייסט עס, געבראכט אין דאָרף א לעבעדיקן װאָלף. 

-- טאראס אנטאָנאָװיטש שטרענג, װי א בארג, נאָר גוטער מענטש, אײַ, אײַ, זיס, װי האָניק. 

דער וואלד האָט זיך געענדיקט. מיר האָבן אָנגעיאָגט די פארגייענדיקע זון. אילדוס איז אזוי 
געווען פארטיפט אין זײַנע רייד, אז ער האָט ניט באמערקט, וי צוויי פורלעך האָבן אונדז איבער- 
געיאָגט. דעם אָנטרײַבער אונדזערן האָט עס בלוטיק פארדראָסן. ער האָט זיך אופגעשטעלט מיט 
די פיס אף ביידע האָלאָבליעס, א קערעווע געטאָן אין א זײַט און ס'האָט זיך אָנגעהױבן א יאָגע- 
ניש. די אָנטרײַבערס האָבן געשריִען, געשמיצט די פערד, נאָר פונדעסטוועגן האָט אונהועה פורל 
מיטן פערדל דעם קליינעם פארזעעניש איבערגעיאָגט אלעמען. 


29 


פּלוצעם האָט זיך דערהערט א געשרי: 

--- אילדוס, טשאפּײַ, טשאפּײַ: 

אילדוס איז פארציטערט געװאָרן. ער האָט אײַנגעהאלטן דאָס פערד, מיט דערשראָקענע 
אויגן זיך ארומגעקוקט און טייקעף אראָפּ פונעם װאָגן. 

וי פון אונטער דער ערד האָט זיך באוויזן א רײַטער. ער האָט זיך געלאָזט איבערן פעלד, 
קעדיי איבערשנײַדן אונדז דעם וועג. די אָנטרײַבער זײַנען אראָפּ פון די פורלעך. ער ס'האָט 
פאריכט דעם כאָמעט אפן פערד, װער עס האָט אונטערגעצויגן דעם רוקן-רימען. אילדוס האָט 
גאָרנישט ניט באוויזן צו טאָן. דער רײַטער האָט לעבן אים אָפּגעשטעלט זײַן פערד, אלע פור- 
לעך זײַנען שטיין געבליבן. 

-- אזוי, אזוי, --- האָט דער רײַטער א ברום געטאָן זיך אין די װאָנצעס און מיט זײַנע 
שווארצע שארפע אויגן געכאפט א קוק אף די נאסע פערד. ער האָט מיטאמאָל זיך אופגעהויבן 
אין זאָטל, אראָפּגענומען דעם קארטוז מיטן גלאנציקן דאשעק און עטװאָס א נייג געטאָן דעם 
צעפאטלטן קאָפּ: : 

-- א גוט-העלף אײַך! געקומען... זייער גוט, זייער גוט. 

זײַן שווארץ פערד איז ניט אײַנגעשטאנען אף אן אָרט, נאָר װען דער רײַטער איז אראָפּ 
אף דער ערד און פארװאָרפן די צוים דעם פערד אפן האלדז, איז דער אָגער שטיין געבליבן, װי 
אן אײַנגעגראָבענער. 

טאראס אנטאָנאָװיטש איז געשטאנען מיט ברייט צעשפּרײטע פיס, א הויכער, א דארער, 
הוט און ביין, די שארפע סוקעוואטע אקסלען האָבן ארויסגעסטארטשעט פון אונטער דעם אָפּגע- 
בליאקעוועטן קיטעל. ער האָט זיך געקליבן עפּעס זאָגן, נאָר, װײַזט אויס, איבערגעטראכט, אוועק 
צו אונדזער פערד, מיט דער האנט ארײײַנגעקראָכן אונטערן כאָמעט, אָנגענומען א זשמעניע מילענ- 
קעס און זי אונטערגעטראָגן אילדוסן: 

-- נא, נעם, װועסט קומען אהיים, װועסטו האָבן, מיט װאָס זיך ארומוואשן. 

אילדוס האָט ארײַנגעצױגן דעם קאָפּ אין די אקסלען און ניט געװוּסט װאָס צו זאָגן. 

--- שװײַגסט? -- האָט טאראס אנטאָנאָװויטש א דונער געטאָן מיט זײַן געדיכט קאָל, א שמיר 
געטאָן מיט די מילענקעס אילדוסעס נאָז און איז אוועק לענגויס די פורלעך. ער האָט געדראָעט 
מיט א פויסט די אָנטרײַבערס, געדרייט מיטן קאָפּ. ענדלעך איז ער שטיין געבליבן און צעשפּרײט 
די לאנגע הענט: 

-- ווען די פערדלעך זאָלן קאָנען ריידן, װאָלטן זיי אײַך געזאָגט, אז בארג-ארוף איז שווער 
צו שלעפּן. איר װעט דאָך פארפרוירן ווערן צו זיצן אף איין אָרט... 

דער אוילעם האָט אָנגעהױיבן אראָפקריכן פון די פורלעך און סארא אבראמאָוונא האָט צו 
אונדז אלעמען א װוּנק געטאָן, װי זי זאָל װועלן זאָגן: זײַט זיך מאטריעך. זי האָט דערבײַ שווער 
א זיפץ געטאָן: 

--- איי, אײַ, א גוטער מענטש. זיס, וי האָניק, נאָר צום סאָף א ביסעלע ביטערלעך... 

טאראס אנטאָנאָװויטש האָט זיך געלאָזט אף צוריק. ווען זײַן אָגער האָט געװאָלט א שטשיפע 
טאָן א גרעזל, האָט ער גענומען צו אים טײַנען, װי צו א מענטשן; 

-- ביסט א נאכאל. קארג זיך אָנגעפרעסן מיט האָבער? 

גייענדיק נאָכן װאָגן, האָב איך א פרעג געטאָן בא אילדוסן: 

-- פארװאָס לאָזט ער ניט דאָס פערד זײַנס נעמען אין מױיל עטלעכע גרעזלעך, ער 
זשאלעוועט, צי װאָס? 

אילדוס האָט א מאך געטאָן מיט דער האנט -- איך פארשטיי, הייסט עס, גאָרניט. 

--- ,,אוראלעץ? איז אזא פערד, װאָס טאָר ניט עסן קיין פריש גראָז. אניט װעט עס פּאטערן 
זײײַן פיגור, 

טאראס אנטאָנאָװיטש האָט אויך געשפאנט צופוס באגלײַך מיט אלעמען. זײַן ;אוראלעץ" 
איז אים נאָכגעגאנגען פוסטריט, 

איך פארשטיי, אז אילדוסן איז איצט גוט אָנגעזאָלעט אפן הארצן. פון זײַן ,זיסן מענטשן" 
וועט ער, װײַזט אויס, ארייַנכאפּן דעם עמעסן פּסאק אין דער היים. מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז 
אילדוס האָט א טאָעס מיט זײַן טאראס אנטאָנאָװיטשן. דאָס דארף זײַן א דימענט, װאָס קאָן 
שנײַדן גלאָז... 


25 30 


14 


שוין באלד א װאָך צײַט, אז מיר װווינען אין באָבאָװוקע. דאָס דאָרף באשטייט פון עטלעכע 
גלײַכע געסלעך. כוץ דעם, זײַנען בא די ברעגן טײַך צעװאָרפן באזונדערע שטיבלעך. פונדער- 
װוײַטן זעען זי אויס, וי קליינע הילצערנע פּאלעצלעך, װאָס זײַנען אויסגעמאָלט אין די קינדערשע 
מײַסע-ביכלעך. דאָס גאנצע דאָרף איז ארומגערינגלט מיט א וואלד. אין דער רעכטער זײַט, 
אקוראט אנטקעגן אונדזערע פענצטער, זעט זיך א גרויסער בארג, װאָס איז ענלעך אף א ליגנדיקן 
קעמל: צוויי הויקערס מיט א מעשונע לאנגן האלדז. פונעם בארג רינט אראָפּ דאָס טײַכל, װאָס 
שלענגלט זיך אין דער נידער און שנײַדט איבער דאָס דאָרף אף צוויי העלפטן. 

די באלעבאָסטע פון אונדזער שטוב האָט זייער גוט אונדז אופגענומען. אָפּגעטראָטן אונד 
דאָס צימער און אליין זיך אריבערגעקליבן מיט איר צווילינג -- קינדער פון א יאָר דרײַ -- אין 
קיך ארײַן. עמעס, די קיך איז קימאט צוויי מאָל גרעסער פונעם צימער; דער רוסישער אווון 
אליין פארנעמט האלב אָרט. די ,,פּאָלאטיעס? ציִען זיך אונטער דער סטעליע פון דער ארייַנגאנג- 
טיר ביזן עק אויוון. 

גאנצענע טעג איז אונדזער באלעבאָסטע, פעקליא איװאנאָוונא, פארטאָן אין דער ארבעט. 
קאיאָר שטייט זי אוף און הייצט אײַן דעם אויוון, פּאָרעט זיך לעבן דער בעהיימע, לעבן די שאָף. 
ערשט נאָכדעם גייט זי אװועק אף ארבעט אין קאָלװירט. אפדערנאכט, וען זי קערט זיך אום 
צוריק, נעמט זי ערשט וואשן וועש און דעריקער דעם דיל. וויפל מאָל די מאמע מײַנע האָט ניט 
אויסגעוואשן די ברעטער, איז פעקליא איװואנאָוונען ניט געפעלן געווען. זי האָט ערשט אפסנײַ 
אָנגעווארעמט וואסער, געשאָבן די ברעטער מיט א מעסער, געשײַערט מיט א שײַערקע און מיט 
א בעזעם. נאָר װאָס הייסט געשײַערט! געריבן מיט איין פוס, נאָכדעם מיטן צווייטן, זי האָט זיך 
אזש אָפּגעגאָסן מיט שוייס. ביז די ברעטער האָבן ניט געגלאנצט, ניט געװאָרן געל, װי א 
געלעכל, האָט זי ניט אופגעהערט. ס'איז אן אוויירע געווען צו שטעלן א פוס אף אזא אויסגע- 
שײַערטן דיל. דערפאר טאקע איז דאָ אײַנגעפירט אױסטאָן די שיך אין פירהויז לעבן דער 
ארייַנגאנג-טיר. מע האָט געדארפט ארײַנגײן אין שטוב אין איינע שקארפעטקעס. די ערשטע צײַט 
פלעג איך פארגעסן אין דעם און זיך לאָזן גלײַך מיט מײַנע שקראבעס אין שטוב ארײַן. 

איינמאָל האָט געטראָפן, אז מײַנע שיך האָבן דורכגענעצט און איך האָב אפילע ניט געפילט, 
אז די שקארפּעטקעס זײַנען געווען פיטש-נאס, און װי אפצולאָכעס האָט פעקליא איואנאָוונא 
נאָרװאָס געהאט אָפּגעוואשן דעם דיל. 

איר קאָנט זיך גאָר ניט פאָרשטעלן, װאָס האָט זיך געטאָן, אז זי האָט דערזען די סימאָנים 
פון מײַנע ראגלאיַם אף די אױסגעשײַערטע ברעטער! צוערשט האָב איך ניט פארשטאנען, צו 
וועמען זי שרײַט דאָרטן אין קיך. אפריַער האָט זי אָנגעפּאטשט איין קינד, נאָכדעם דאָס צווייטע. 
װאָס איז געווען שולדיק דער צווילינג, ווייס איך ניט. 

פון דעם טאָג אָן האָט פעקליא איוואנאָוונא זיך אָנגעהױבן בלאָזן אף מיר. זי האָט אלץ 
געטײַנעט, אז די עוואקויַרטע זײַנען ניט קיין צוכטן... 

די מאמע איז געווען אין איינע צאָרעס. און איך האָב זיך אויך קיין אָרט ניט געקאָנט 
געפינען. איך האָב בא זיך פעסט געפּױעלט -- אָפּװואשן דעם דיל אזוי, אז דער באלעבאָסטע זאָל 
געפעלן ווערן. 

ווען קיינער איז אין שטוב ניט געווען, האָב איך באלייגט דעם צווילינג אף די פּאָלאטיעס 
שלאָפן און זיך גענומען צו דער ארבעט. איך האָב אָפּגעזוכט דאָס גאנצע קלאפּערגעצײַג, מיט 
װאָס די באלעבאָסטע שײַערט דעם דיל: א מעסער, א שײַערקע, װאָס איז צונויפגעדרייט פון 
דראָט, א וויכעט און א געדיכטע לײַוונטענע שמאטע. 

איך האָב אף מײַן לעבן קיין דילן ניט געוואשן און אוואדע ניט געשײַערט אזוי, װוי מע טוט 
עס דאָ, אין באָבאָװקע. נאָר איך בין גרייט געװען שאָבן די ברעטער מיט די ציין, אבי זי 
אויסוואשן אזוי, אז דער באלעבאָסטע זאָל געפעלן װערן. איך בין געבליבן אָן הענט, דער רוקן 
האָט געבראָכן, דערפאר אָבער בין איך צופרידן געבליבן פון דער ארבעט. איצט בין איך גרייט 
געווען בעסער שפּאנען איבער דער סטעליע, איידער זיך צורירן מיט די פיס צו די אױסגעשײַערטע 
ברעטער. 

מיט אומגעדולד האָב איך געווארט, אז פעקליא איוואנאָוונא זאָל זיך אומקערן פון קאָלװירט. 
כ'װאָלט שוין זײַן א באלן וויסן, װאָס װעט זי זאָגן אף מײַן ארבעט. אייגנטלעך, װויל איך ניט, 
אז זי זאָל וויסן, אז דאָס האָב איך געטאָן. זאָל זי בעסער מיינען, אז ס'איז די מאמע. וי אפצולאָכעס 
האָט פעקליא איוואנאָוונא זיך פארהאלטן. די מאמע איז געקומען פריער. דערזען, אז די דילן 
זײַנען שוין אָפּגעוואשן, האָט די מאמע מיך געפרעגט, צי די באלעבאָסטע איז שוין אין דער היים. 
כ'האָב גאָרנישט ניט געענטפערט. 


31 


-- דו פרעגסט מיך אפילע ניט, מיט װאָס בין איך געקומען? 

װאָס זאָל איך פרעגן? איך װוייס, אז דער װאָיענקאָמאט קאָן נאָך ניט האָבן קיין ענטפער, 
װוּ דער טאטע געפינט זיך. די מאמע װײַזט מיר צוויי ברויט-קארטלעך: 

-- מיר ביידע װעלן איצט באקומען אכט הונדערט גראם ברױט, -- זאָגט זי און ויל 
מיך צוטוליען צו זיך. --- נו, װאָס װעט װײַטער זײַן? -- פרעגט זי. -- עס גייט דאָך אזא ווינטער, 
און מיר זײַנען הויל און בלויז. װאָלסט דאָך באדארפט גיין אין שוֹליי. 

-- עט, -- מאך איך, --- ניט געדײַגעט, דאָ איז קיין אכטער קלאס סײַװי ניטאָ, איך װעל 
נאַָך באװײַזן זיך לערנען. 

אינדערעמעסן האָט מיר גוט פארקלעמט באם הארצן. ליאָליע האָט שוין פון לאנג אָנגעהױבן 
לערנען. עמעס, זי גייט אין זיבעטן קלאס, נאָר סײַװי בין איך איר שטארק מעקאנע. די מאמע 
קוקט מיר גלײַך ארײַן אין די אויגן: 

--- ווי מיינסטו, זוניו, פונעם טאטן וועלן מיר באקומען א בריוו? 

װאָס עפּעס פּלוצעם אזא פראגע, פארװאָס זאָלן מיר ניט באקומען קיין בריוו? די טיר 
האָט א סקריפּע געטאָן, איך קוק מיט שרעק אף דער מאמען: 

--- פעקליא איוואנאָוונא איז געקומען... 

-- נו, איז װאָס? 

איך לויף צו דער טיר און קוק ארויס דורך א שפארונע: פעקליא איוואנאָוונא שטייט אף 
דער שװעל און קוקט זיך אײַן אין די ברעטער. אף איר פארברוינט פּאָנעם באװײַזט זיך א 
שמייכל. זי כאפט א קוק מיט אירע גרויע אויגן אף אונדזער טיר און זאָגט שטיל, נאָר שפּילעודיק: 

-- סאָפא, ביסט אין דער היים? קום נאָר אהער, נאָר גיכער. 

דערזען די מאמע, פארווארפט פעקליא איוואנאָוונא די הענט אף די לענדן: 

-- װאָט עטאָ פּאָדמאָיעמוז, -- זי טוט א נייג דעם קאָפּ און זאָגט פּײַערלעך: -- א גרויסן 
דאנק דיר, סאָפא. 

די מאמע שטייט און ווייסט ניט, װאָס צו זאָגן. פעקליא איוואנאָוונא קוקט אף דער מאמען 
און שאָקלט מיטן קאָפּ: 

-- זע נאָר, זי מאכט זיך ניט וויסנדיק. דו האָסט דאָך אזוי אױסגעשײַערט דעם דיל, אז מע 
דארף דיר אויסקושן יעדן אייווער. 

איך וואקס אויס לעבן דער מאמען. איך שלעפּ זי פארן קליידל, זי זאָל א קוק טאָן אף מיר. 
איך װויל אפן װוּנק איר װײַזן, אז זי זאָל זאָגן יאָ, דאָס האָט זי געוואשן. נאָר די מאמע שלײַדערט 
אָפּ מײַן האנט מיט קאס און זאָגט צו דער באלעבאָסטע: 

-- װאָס איז מיט אײַך, פעקליא איוואנאָוונא, איך האָב קיין שום דיל ניט געוואשן. 

-- װער זשע דען האָט געוואשן? דער דאָמאָװיק סײַדן? -- קײַכט פעקליא איואנאָוונא 
פאר געלעכטער. 

האקלאל, איך מוז זיך מוידע זײַן: 

-- דאָס האָב איך, פעקליא איוואנאָוונא, -- שטאמל איך קוים ארויס. 

מײַן פעקליא איוואנאָוונא טוט אזש א שלוקערץ. זי לויפט צו צו מיר, נעמט מיך ארום און 
הייבט מיך אוף, װי א שפּענדל: 

--- שלימאזל מײַנער, די הענט זאָלן דיר גאָרניט ויי טאָן! -- זי דריקט מיך צו זיך און 
טוט מיך א קוש. 

פון דעם טאָג אָן בין איך געװאָרן דער איינציקער דילן-וואשער. פעקליא איוואנאָווגא האָט 
מיר אפילע פארגלייבט האָדעװען די בעהיימע, אויסראמען די שטאל. װאָס דארפט איר מער, איך 
בין געװאָרן א ניאנקע באם צווילינג. אײי, זײַנען דאָס צוויי טײַערע ייִַנגלעך, פּעטקע און פעדקע. 
צוויי װײַסע קעפלעך, צוויי קורנאָסע נעזלעך, באשאָטענע מיט קאָרענע קלײַען. טאָמער נעם איך 
איינעם אף די הענט, וויל דער צווייטער אויך. און די כעוורע מײַנע זײַנען, קיין אײַנהאָרע, שווער. 
מע דארף צו זיי האָבן שטארקע הענט. א גליק, װאָס זיי לאָזן זיך ניט בעטן עסן. די דאָזיקע 
ארבעט האָבן זי דאפקע ליב. איינעם װײַזט זיך אלעמאָל אויס, אז איך גיב דעם צווייטן א גרעסער 
שטיקל ברויט. הייבט זיך אוף א געשריי, א גוואלד ביזן הימל. אז עס זאָל זײַן שטיל, גיב איך זי 
אָפּ מײַן כיילעק. אז איינעם פארגלוסט זיך פּלוצעם שפילן מיט מײַן נאָז, װיל דער צווייטער אויך. 
איר שטעלט זיך פאָר, װאָס איך דארף אויסשטיין, אז אין מײַן נאָז טשעפּען זיך אָן צוויי פּאָר 
הענטלעך, צען פּאָר פינגערלעך מיט נעגל, װאָס קאָנען א קאָטער צעדראפּען. נאָר װאָס זאָל איך 
טאָן מיט זיי, אז זיי זײַנען פּונקט אזוי וי מײַן שוועסטערל, װוי מירעלע... 

איך בין אזוי פארנומען מיט שטוב-ארבעט, אז איך האָב אפילע ניט קיין צײַט צולויפן אין 


1 -- אָט אזוי געפעלט מיר. 


2--09 39 


לייענשטיבל איבערלייענען די סװאָדקעס. נאָר בעסער װאָלט איך הײַנט ניט געגאנגען. איך האָב 
זיך דערװוּסט, אז אונדזערע האָבן פארלאָזט קיעוו. וויי, וויי, װאָס װעט עס זײַן? און פון מײַן טאטן 
איז קיין בריוו ניטאָ און ניטאָ. 

ליאָליע קומט אָפּט צו גיין, װאָלט זי כאָטש מיר מיט עפעס געהאָלפן, לייגן זיך איר די 
הענט ניט צו קיין שום ארבעט. זי האָט אײינמאָל געפּרוּווט איבערוואשן צוויי טעלערלעך, האָט 
זי איינס ארױסגעלאָזט פון דער האנט און ס'איז צעקנאקט געװאָרן אף פּיצ-פּיצלעך. פעדקע 
האָט אופגעהויבן א גוואלד, אז ס'האָט זיך צעבראָכן פּעטקעס טעלערל, און פעטקע שרײַט, אז 
זײַן טעלערל איז געבליבן גאנץ. גיי ווייס, אז ביידע טעלערלעך זײַנען אלציינע. די כעוורע זײַנען 
מיר דעמלט אזוי דערגאנגען צום הארצן, אז איך האָב אױיסגעלאָזט צו ליאָליען אלע מײַנע צאָרעס. 
זי איז אוועק אן אָנגעבלאָזענע און עטלעכע טעג אינגאנצן ניט געקומען, אָבער זי איז בעסער 
געװאָרן. 

באזונדערס גוט איז מיר, ווען אילדוס קומט צו גיין. ער טרעפט אָבער אלע מאָל, ווען ליאָליעצ 
איז בא מיר. אילדוס דערציילט פארשיידענע מײַסעס: ויאזוי ער האָט אָפּגעפירט מאָביליזירטע 
אין װאיענקאָמאט און אף צוריקוועגס געבראכט נײַע עוואקויַרטע. הײַנט האָט ער אונדז דערפרייט 
מיט א נײַס: אז ער איז געפאָרן אין מיל און אָפּגעמאָלט ווייץ פאר די עוואקוירטע. 

אלע מאָל באגלייט אילדוס ליאָליען אהיים. איך זע דורכן פענצטער, װי דער יאט מאכט 
עפעס מיט די הענט, דערציילט און דערציילט, און ליאָליע שפּאנט זיך, װי א פּאווע, און טוט 
אפילע ניט קיין קוק אין זײַן זײַט. זי באמערקט אפילע ניט, ווען אילדוס בלײַבט שטיין הינטער 
איר. ער שטייט לאנג, ביז זי סטײַעט ניט פון זײַנע אויגן. 

אז איך דערהער דאָס שפּילן פון דער הארמאָשקע, ווייס איך שוין, אז דאָס באגלייט מען א 
נײַע קאָמאנדע אין װאיענקאָמאט. פון דעם דאָזיקן שפּילן איז גאָר ניט פריילעך אפן הארצן. וו 
נאָר די פורלעך, אָנגעלאָדענע מיט מענטשן, רירן זיך פון אָרט, אזוי הייבן אָן די פרויען קלאָגן 
און יאָמערן. איך בין גרייט ערגעץ פארשטופן דעם קאָפּ, פארשטעלן די אויערן, איך זאָל גאָרנישנ; 
ניט זען און ניט הערן. 


15 


הײַנט אין אָװנט האָט מען אלע עוואקוירטע צונויפגערופן אף א פארזאמלונג. דאָס לייענ- 
שטיבל איז געװען פול געפאקט. אף דער קלינינקער בינע איז געשטאנען א שמאָלער טיש. 
באדעקט מיט א רויטן סעדוועט, און באם טיש איז געזעסן אנא פּעטראָוונא און רעגיסטרירט דעם: 
אוילעם. 

ווען טאראס אנטאָנאָװויטש איז געקומען, האָט אנא פּעטראָוונא גלײַך געעפנט די פארזאמלונג. 
און געגעבן א װאָרט דעם פאָרזיצער פון קאָלװירט. 

טאראס אנטאָנאָװיטש האָט אָפּגערוקט פון זיך דאָס גאזילעמפּל, מיט דער דלאָניע פארשטעלטי 
די שײַן, זי זאָל אים ניט שנײַדן אין די אויגן. אף דער וואנט האָט זיך ארופגעדראפּעט א גרויסערי 
שאָטן -- ברייטע גאליפע-הויזן און סוקעוואטע אקסלען. דער קאָפּ איז ערגעץ פארקראָכן אף 
דער סטעליע. אין לייענשטיבל איז געװאָרן שטארק שטיל. אפילע די קינדער האָבן זיך פארטײַעט. 
צי עפשער גאָר זיך דערשראָקן פארן שאָטן, װאָס האָט אויסגעזען, װוי א מעשונע גרויסער פויגלי 
מיט שווערע פליגל. 

איך האָב געמיינט, אז טאראס אנטאָנאָװויטש װעט אנידערלייגן א רעדע אף עטלעכע שאָ. 
נאָר ער האָט גאָר דערציילט אין עטלעכע װערטער וועגן דער לאגע אף די פראָנטן, נאָכדעם 
געגעבן צו פארשטיין, אז קיין מאנצבלען זײַנען אין קאָלװירט קימאט ניט געבליבן, אלע זײַנען 
אוועק אף דער מילכאָמע. דאָס ברויט האָט מען ניט באוויזן אראָפּנעמען, די קארטאָפּל דארף 
מען אויך אױסגראָבן און קיין הענט סטײַען ניט. מע טאָר איצט ניט הײַען קיין צײַט, װײַל עס 
קאָנען א נעם טאָן די פרעסט. דער שניי קאָן פארשיטן אלץ אין איין שיינעם טאָג. אזא קלימאט 
איז דאָ. און ער װאָלט געהאט צו אונדז אלעמען א באקאָשע: ער ס'איז בעקויעך, ווער עס קאָן, 
דער זאָל ארויסגיין אף ארבעט אין קאָלװירט. 

ער האָט ניט באוויזן פארענדיקן, װי פון ערגעץ האָט זיך דערהערט א קאָל: 

-- װאָס זשע, איר האָט געווארט ביז מיר װעלן קומען? װאָס האָט איר ביז אהער געטאָן? 

די בענק האָבן א סקריפּע געטאָן, מע האָט געזוכט דעם רעדנער, נאָר אין דער פינצטער 
האָט מען אים ניט געקאָנט געפינען. 

סימא װאָלפאָוונא האָט זיך אופגעהויבן פון אָרט. איר כאָכליק איז לעבעדיק געװאָרן, זי האָט 
אָפּגעמאָסטן מיט א בליק דעם אוילעם, נאָכדעם א קוק געטאָן אף אנא פּעטראָוונא און אף טאראס 
אנטאָנאָװויטשן און הילכיק אָנגעהױבן: 


38 


-- וועמען ווילט איר שיקן אף ארבעט אין פעלד? טוט א קוק אף די אומגליקלעכע פרויען. 
דואָס זײַנען זי ווערט? שלאפע, אויסגעמאטערטע, אלטע, ס'איז טאקע דאָ אף וועמען זיך פארלאָזן? 
שלאָגט זיך ארויס פון קאָפּי קארג, װאָס אונדזערע מענער זײַנען דאָרטן אפן פראָנט, דארפן 
מיר אויך דאָ... קיינער װעט אף אזא ארבעט ניט גייןף 

איך האָב ניט אויסגעהאלטן. די דאָזיקע װוערטער האָבן מיך א הייב געטאָן פון אָרט. איך 
בין צוגעלאָפן צו דער בינע, גאָר פארגעסן, אז איך בין אף א פארזאמלונג פון דערוואקסענע, 
און אויסגעשריען אף אלע קוילעס: 

-- ס'איז א ליגף א ליגף 

אין לייענשטיבל איז געװאָרן טויט-שטיל. איך אליין האָב זיך דערשראָקן פאר דער 
שטילקײַט און ניט געװוּסט, װאָס װײַטער צו זאָגן. איך האָב מיט די אויגן געזוכט די מאמע, זי 
איז דאָך געזעסן ערגעץ לעבן סימא װאָלפאָוונא. װוּ זשע איז זי אהינגעקומען? זי ניט געפונען, 
האָב איך אויסגעשטרעקט א האנט צו אנא פּעטראָוונא. 

-- איך קאָן ארבעטן, מײַן מאמע אויך. מאמע, װוּ ביסטו ערגעץ, װאָס שװײַגסטו? 

די מאמע האָט זיך אופגעהויבן, זיך גענומען דורכשטופּן צוישן אוילעם. נאָר אין דער צײַט 
איז סארא אבראמאָוונא אויסגעוואקסן אף דער בינע, זי האָט װוי צו זיך אליין א שמייכל געטאָן: 

-- עמעס, איך בין אן אלטע, לעמײַ זאָל איך זאָגן, -- האָט זי גוטמוטיק אָנגעהויבן. -- 
א קוק טאָן אף מיר, בין איך עפשער גאָרנישט ניט ווערט. נאָר איך בין ניט קיין אומגליקלעכע. 
עמעס, איך האָב פארלוירן א טאָכטער מיט צוויי אייניקלעך, גאָט ווייסט, צי איך װעל זיי געפינען, 
נאָר איך פארליר ניט די האָפענונג. בא אײַך זײַנען די מענער אף דער מילכאָמע, בא מיר --- צוויי 


א שאנד דארף זײַן די מענטשן, װאָס װעלן אין אזא צײַט זאָגן ,מאָיא כאטא ס'קראיו". אלע ביז 
:איינעם, קליין און גרויס דארפן פארשטיין... איך זאָג אײַך, װי א מאמע, לאָמיר אלע ביז איינעם 
ארויסגיין אף דער ארבעט. ס'ועט פון קיינעם גאָרנישט ניט אָפפאלן. --- זי האָט זיך 
אויסגעקערעוועט צום טיש און הילכיק צוגעגעבן: -- פארשרײַבט מיך די ערשטע! 

וע האָט אָנגעהויבן אפּלאָדירן. 

טאראס אנטאָנאָװיטש האָט זיך אױסגעגלײַכט, באגלייט סארא אבראמאָוונען מיט א גוטן 
:בליק. מײַן מאמע איז צוגעגאנגען צום טיש: 

--- װאָס זוכט מען זיך טערוצים? מע וויל ניט קאליע מאכן דעם מאניקיור... אלע דארפן גיין 
;אין פעלד, אלע ביז איינעם. 

אנא פּעטראָוונא האָט א קלאפּ געטאָן מיטן בלײַשטיפט אין טיש: 

-- אלע האָבן געזען, װאָס פאר א גערעטעניש מיר האָבן איבערגעלאָזט. פונוואנען זשע װעט 
זיך נעמען ברויט? אונדזערע שלאכטלײַט גייען אָפּ מיט בלוט, זאָלן זיי א שטיקל ברויט אויך זײַן 
זשעדנע? יעדער איינער פון אונדז דארף העלפן דעם פראָנט מיט װאָס נאָר ער קאָן. 

גייענדיק אהיים, האָט סימא װאָלפאָונא די גאנצע צײַט געשויגן. זי האָט אָבער ניט 
אויסגעהאלטן, צעשנירעװועט אירע ליפּעלעך און א שטאָך געטאָן: 

-- איך ווייס ניט, װאָס איז דיר אזוי גרויס אין די אויגן מײַן מאניקיור... 

די מאמע האָט איר גאָרנישט ניט געענטפערט. 


16 


ווי אפצולאָכעס האָבן מײַנע שיך צעעפנט די מײַלער. דער רעכטער האָט אפילע ארויסגע- 
שטעקט א צונג. איך האָב זיך געשראָקן, אז מע קאָן א קוק טאָן אף מײַן הילעך און ניט װעלן מיך 
נעמען אין פעלד. נאָר ניט געזאָרגט. איך האָב געפונען אן אויסוועג. אָפּגעדרײט עטלעכע שטיקלעך 
דראָט פון פעקליא איװואנאָוונעס שײַערקע, האָב איך אזוי אײַנגעקרעמפעװעט די פּאָדעשװעס, אז 
מײַנע שקראבעס האָבן באקומען א מענטשלעך אויסזען. 

נאָר פעקליא איוואנאָוונא האָט מיך סײַװי אײַנגערעדט, איך זאָל ניט פאָרן, געשראָקן מיך, אז 
איך װעל פארפרוירן ווערן אין אזא-אָנטאָן. מע קאָן זיך דאָרט באגיין אָן מיר אויך, האָט זי אײַג- 
געטײַנעט, נאָר איך האָב הערן ניט געװאָלט. פארשטאנען, אז עס װעט איר גאָרניט העלפן, האָט 
זי אראָפּגענומען פון די פּאָלאטיעס אן אלטע פופּײַקע מיט צעדריפעטע ארבל און זי אָנגעמאָסטן 
אף מיר. די פופײַקע איז אף מיר געווען ;אױסגעגאָסן", פונקט װי מײַנע פּליודערן, נאָר װער קוקט 
הײַנט אף מאָדעס? 

ווען ס'איז נאָך גצווען גוט טונקל אין דרויסן, בין איך מיט דער מאמען ארויסגעגאנגען פון 
שטוב. ערגעץ װײַט האָט געטומלט דער וואלד, די װאָלקנס אפן הימל האָבן זיך נאָרװאָס אופגע- 
כאפּט פון דרעמל און װוי א טשערעדע שאָף גענומען קריכן. איינס אפן אנדערן. 


4 


דער קאָלװירט-הויף איז שוין געווען פול מיט מענטשן. די היגע פּױערטעס האָבן געהאלטן 
אף די אקסל קאָסעס, סערפּן, פארוויקלט אין פּעלישקעס. בלויז די עוואקויַרטע זײַנען געשטאנען 
מיט הוילע הענט. אייניקע האָבן געטראָגן װינטערדיקע מאנטלען, אנדערע זײַנען געווען אָנגע- 
פּרינדעט מיט אלערליי אָנטועכצן -- מאנצבלשע רעקלעך, סוויטערס און פוטערנע זשילעטן 
עטלעכע פרויען האָבן זייערע שליאפּקעס איבערגעבונדן מיט טיכלעך. קימאט בא אלעמען זײַנען 
די שיך געווען אויסגעדרייט און צעטאָפּטשעט. 

אונדזער בריגאדירשע, נאָך גאָר א יונגיטשקע, האָט אונדז אלעמען אָפּגעמאָסטן מיט א שפּאָ- 

טישן בליק און פארשײַט א װוּנק געטאָן צו אירע כאווערטעס. 

מיך האָט זי באקוקט פון אלע זײַטן, אָנגעשטעלט אירע פּײַערדיקע אייגלעך און מיט א גע- 
לעכטערל זיך אָנגערופן: 

-- זע נאָר, א קאוואלער איז דאָ אויך פאראן. ע, דו, בראווער סאָלדאט שווייק, װי קומסטו 
אהער? 

די בריגאדירשע אונדזערע, ליובאשע הייסט זי, איז א געפּאקטע, ניט קיין הויכע, נאָר א 
זשוואווע, א רירעוודיקע, די פלייצעלעך אירע ריידן אזש, זיי רוען ניט קיין איין מינוט, דאָס פּאָנעם 
פארפלאמט אזש ביזן שטערן, יעדעס װאָרט, װאָס זי רעדט ארויס, באגלייט זי מיט א געלעכטער, 
מיט אזא געדיכט געלעכטער, װאָס קײַקלט זיך ארויס טיף פון דער סאמע ברוסט. 

דערזען שאבען, האָט ליובאשע אנידערגעלייגט איר האנט אף זײַנע אקסל: 

-- אָט דאָס ביסטו אונדזער קאָװעל? מיר װעלן זען, ויאזוי װועסטו שארפן די קאָסעס... 

-- זײַ זיכער, זיי װעלן זײַן פונקט אזוי שארף, וי דײַן צינגל. 

ליובאשע האָט זיך ארומגעקוקט, א מאך געטאָן מיט דער האנט און הילכיק אױיסגעשריען: 

-- באבי, פּאָ קאָניאם! 

דאָס האָט געהייסן, מע זאָל זיך אויסזעצן אף די פורלעך. 

אנא פּעטראָוונא האָט אָפּגעזוכט די מאמע, זי אָפּגעפירט אין א זײַט און אף גיך געזאָגט: 

-- עפשער װאָלסטו ניט געפאָרן? 

-- װאָס רעדט איר, אנא פּעטראָוונא, --- די מאמע האָט זיך אויסגעדרייט פון אירע הענט און 
אוועק זיך זעצן צו ליובאשען אפן פורל. 

סימא װאָלפאָוונא האָט מיט אונדז ניט געװאָלט פאָרן, זי איז אוועק צו א צווייטן װאָגן. נאָר 
ווען זי האָט דאָרטן באמערקט סארא אבראמאָוונען, איז זי אוועק צו א דריטן װאָגן. 

ליובאשע האָט גענומען די ווישקעס אין די הענט, זיך אופגעהויבן א קוק טאָן, צי אלע האָבן 
זיך אויסגעזעצט, און מיט א הילכיק-מענעריש קאָל אוסגעשריען: 

= טאָפּײ! 

א צײַט זײַנען מיר געפאָרן שװײַגנדיק. ליובאשע האָט פריילעך געטריבן די פערד: -- האטיא, 

האטיא! -- זי האָט א פײַף געטאָן, וי א ייַנגל, און געשמאק זיך צעלאכט. 

פאר שאבען האָט ליובאשע געהאט דערעכערעץ, נאָר פונדעסטוועגן האָט זי אים פארטשעפּעט: 

-- דו לעבסט נאָך, גווארדיאן? עפעס פיל איך דיך ניט. װאָלסט כאָטש א קיצל געטאָן מײַנע 
װײַבלעך, זאָלן זיי א ביסל קװאָליען 

-- נעם שוין אײַן שטומעניש, -- האָט שאבע זיך געבייזערט. 

-- באלד פלי איך. לעבן מײַן מאן האָב איך זיך ניט באוויזן אָנווארעמען, ווילסטו, איך זאָל 
אפילע מיט דיר קיין גוט װאָרט ניט אויסריידן... האטיא! --- האָט זי הילכיק א לאך געטאָן. 

ווען מען איז געקומען אפן אָרט, זײַנען אלע געווען דערפרוירן. עמעצער האָט צעלייגט א 
שײַטער, אייניקע זײַנען אוועק אין שטיבל, װאָס איז געשטאנען אינמיטן פעלד. נאָר דאָרט, אין 
שטיבל, איז, דוכט זיך, געװען נאָך קעלטער. די אײַזערנע הרובקע האָט מען שוין א לאנגע צײַט 
ניט געהייצט. ארום די ווענט, א ביסל נידעריקער פון די פענצטערלעך, זײַנען געווען אויסגעשטעלט 
ברייטע נארעס, פארוואלגערטע מיט פאראיאָריקער שטרוי. שאבע האָט זיך געמאכט אן אָרט לעבן 
פענצטערל, צעלייגט זײַנע העמערלעך, די שארפשטיינער. א קלעצל מיט אן אײַזערנער באבקע 
אף קלעפען די שנײַד-אײַזנס איז דאָ געװען. גאָר אינגיכן האָט זיך דערהערט א קלונג פון א 
העמערל -- שאבע האָט זיך געשטעלט צו זײַן ארבעט. 

ליובאשע האָט צו יעדער קאָסארקע צוגעפעסטיקט צוויי עוואקוירטע. די טוװוּע האָט מען גע- 
שניטן, נאָר בינדן סנאָפּעס האָט קימאט קיינער ניט געקענט. בא קיינעם האָבן זיך ניט געלייגט 
די הענט אף צונויפדרייען א ,, פּערעוועסלע". ליובאשע האָט עטלעכע מאָל געוויזן, וי דאָס צו טאָן. 
בא איר אין די הענט האָט עס אויסגעזען פּאָשעט, נאָר נאָכטאָן איר איז געווען שווער. 

סארא אבראמאָוונא האָט געטײַנעט, אז זי דארף זיך נאָר דערמאָנען. זי האָט אמאָל, אין 
דזשאנקאָי, ניט איין סנאָפּ געבונדן. בא דער אלטיטשקער האָט זיך טאקע אינגיכן באקומען. ווען זי 
האָט צונויפגעבונדן דעם ערשטן סנאָפּ, האָט ליובאשע אים אופגעהויבן אין דער הייך און אים א 


35 


װואָרף געטאָן אף דער ערד. דער סנאָפּ איז זיך ניט פאנאנדערגעפאלן. נאָר סארא אבראמאָוונא איז 
דאָך איינע. עפשער זײַנען פאראן נאָך צוויידרײַ, װאָס קענען בינדן. און די איבעריקע עטלעכע 
און צוואנציק מענטשן?.. דרײַ טעג דורכאנאנד האָבן ליובאשע און סארא אבראמאָוונא זיך געמו- 
טשעט מיט אונדז, ביז מיר האָבן ווי-ניט-איז זיך אויסגעלערנט בינדן. אין פעלד האָבן זיך באוויזך 
קאָפּנעס, װאָס האָבן אויסגעזען װי קליינע שטיבלעך. 

וי נאָר ס'איז צוגעפאלן די נאכט, האָבן א סאך ניט געווארט ביז די וועטשערע װעט פאר- 
טיק ווערן, מידע זיך א וואלגער געטאָן אף די נארעס און אנשלאָפן געװאָרן, װי געהארגעטע. 

איך הייץ מיר די אײַזערנע הרובקע. די צװײַגלעך טרישטשען. די בלעכענע טרויבן הודען. 
פונקט אזוי וי מײַנע הענט. איך װאָלט אויך שוין געשלאָפן, דארף איך אכטונג געבן אף מײַנע שיך, 
װאָס טריקענען זיך בא דער הרובקע. 

די ערשטע צוויי טעג האָט מען געבונדן מאָגערע סנאָפּעס. נאָר הײַנט, ווען אלע האָבן זיך 
שוין אויסגעלערנט די מעלאָכע, בינדט מען סנאָפּעס שווערע, װי די רוכעס. ביז איך שלעפ צו א 
סנאָפּ צום אָרט און ביז איך מאָסטע אים אײַן, קריכן מיר ארויס די אויגן פונעם קאָפּ. און װי אפ- 
צולאָכעס זײַנען די פינגער צעטרעסקעט געװאָרן, די הענט צעדראפעט. איך האָב גאָרניט געוווסט. 
אז אן איבערגעבראָכענע שטרוי קאָן א שטאָך טאָן, װי א נאָדל, און א דראפע טאָן די הויט אזוי. 
אז מע זאָל דערזען די באָבע פון יענער-וועלט. 

די מאמע קלאָגט זיך אויך אף די הענט. איך זע, װוי אלע מאָל כאפט זי זיך אוף פון שלאָף. 
ליגנדיקערהייט הייבט זי אוף די הענט אין דער הייך, פאָכעט מיט זיי אינדערלופטן, נאָכדעם 
זעצט זי זיך אוף און בלאָזט אף זיי, װי אף הייסע קארטאָפליעס. מײַנע הענט העלפט ניט קייך 
בלאָזן, זיי שמארצן און בראָטן, װוי איך װאָלט זיי געהאט געזשארעט אף א סקאָוורעדע. איך האָב 
לעבן זיך אנידערגעשטעלט אן עמער וואסער און אלע מאָל טונק איך אײַן די הענט. עס ווערט 
טאקע א ביסל גרינגער, נאָר װי זיי טריקענען זיך אויס, הייבן זיי ווידעראמאָל אָן שמארצן 
און בראָטן. 

ליובאשע האָט מיך געװאָלט מאכן פאר א קאשעוואר. איך בין קוים פּאָטער געװאָרן פון מײַנע 
שטוב-ארבעטן בא פעקליא איואנאָוונא, וויל זי, איך זאָל ווידער שיילן קארטאָפליעס, וואשן שיס- 
לען. איך, א מאנצבל, זאָל באדינען די װײַבער. אז איך לייג צונויף די סנאָפּעס, ווייס איך, אז פון 
יעדן סנאָפּ וועט מען אָנמעלײצען א גוט מעסטל ווייץ. נו, און ווייץ איז דאָך ברויט. ברויט דארף 
מען פאר די שלאכטלײַט. און די קארטאָפליעס, װאָס איך וועל שיילן, און דעם קאָנדיאָר, װאָס איך 
װעל קאָכן, -- ווער װעט אים פרעסן? די װײַבער! ליובאשע טײַנעט אירס. זי דארף, אז די קאשע- 
זוארקע זאָל ארבעטן אין פעלד און איך זאָל קאָכן. נאָר איך שטיי אף מײַנס -- אײינמאָל ניין און 
ניין! און מײַן ליובאשע ווערט אין קאס, טוט א טופע מיט דעם פוס און צעשרײַט זיך אף מיר: 

-- צו וועמען רייד איך? 

איך בין מעװוּלװל געװאָרן. ס'האָט מיר אזש פארקלעמט באם הארצן. נאָך א ביסל צעוויין איך 
זיך פאר אלעמען אין די אויגן. ליובאשע נעמט מיך אָן פאר די פּלייצעס, טוט מיט מיר א טרייסל 
און קרימט מיך איבער: 

-- ע, ע, ע, עך מיר א סטודענט. איך האָב געמיינט מיט אים שפילן א ליבע, און ער 
רעוועט גאָר... 

עס װערט א טומל, מע קײַכט פאר געלעכטער.יאיך פרוּוו אויך א שמייכל טאָן, נאָר עס 
באקומט זיך ניט. פאר די אויגן זע איך גאָרניט. איך באמערק נאָר, װי ליובאשע וינקט צו אירע 
װוײַבלעך: 

-- ווען ער איז כאָטש עלטער מיט א יאָר דריַ-פיר... 

איך האָב קיינמאָל ניט געװאָלט זײַן קיין דערוואקסענער, נאָר איצט װאָלט איך אָפּגעגעבן 
א האלב לעבן, איך זאָל זײַן אין איינע יאָרן מיט ליובאשען. נאָר װאָס נעמט זי זיך אזוי איבער? 
איך בין קימאט איין הייך מיט איר. און זי מאכט פון מיר כויזעק. אָט רופט זי מיך ,יעדינסטוועני 
מוזשטשינא", ,קאוואלער", ,סטודענט", און אז זי וויל, בין איך גאָר ,בראווי סאָלדאט שווייק". 
ס'װאָלט מיר, װײַזט אויס, ניט געהאָלפן, איך װאָלט געמוזט ווערן א קאשעוואר, װײַל בא ליובאשעך 
פויעלט מען ניט, װאָס מע וויל. נאָר דאָ איז געשען אזא זאך. 

איינע פון די עוואקוירטע, א װוּקסיקע דארלעכע פרוי, װאָס האָט די גאנצע צײַט געשוויגן. 
זיך אף גאָרנישט ניט געקלאָגט, זי איז אפילע ניט אָפּגעשטאנען פון קיינעם, פלינק געבונדן די 
סנאָפּעס, האָט אָפּגעארבעט הײַנט עטלעכע שאָ און מיטאמאָל זיך אױסגעגלײַכט, אָנגעכאפּט זיך 
מיט די הענט פאר די לענדן און װי ניט מיט איר קאָל אױסגעשריִען: 

-- אז איך קאָן מער ניט, איך קאָן ניט: -- זי האָט זיך פּאװאָליע אראָפּגעלאָזט אף דער ערד 
און זיך ביטער צעוויינט. 


36 


מע האָט זי טייקעף אוועקגעפירט אין שטיבל און מער זי ניט געלאָזט ארבעטן אין פעלד. 
אָט זי איז טאקע געװאָרן די קאשעווארקע. 

די הרובקע הייצט זיך און איך ווארף אלע מאָל אונטער צװײַגן, איך דארף נאָך גיין אָנהאָדע- 
װוען די פערד, זיי אָנפּאָיען, נאָר עס גלוסט זיך ניט אװעקגיין פון דער הרובקע. און דאָ וועלן 
באלד פארטיק וערן די ריפּטלעך קארטאָפּל, װאָס באקן זיך אף די טשוהונענע רעדלעך פון דער 
הרובקע. איך בין א ביסל הונגעריק, װײַל מײַן פּײַקע ברויט האָב איך אופגעגעסן נאָך בייס דעם 
ווארמעס. עס שלאָפט זיך זייער שלעכט, וװוען עס נאָגט אונטערן לעפעלע. די ריפטעלעך קאר- 
טאָפל זײַנען פארברוינט, װי לאטקעלעך, כאָטש זיי רײַסן א ביסל אין האלדז און שטשיפּען די 
:צונג, נאָר עס מאכט ניט אויס, איך קאָן זיי עסן אָן א שיר. 

איך שלעפ ארוף אף די פיס די אָנגעווארעמטע שקראבעס און גי ארויס פון שטיבל. אין 
דרויסן איז פינצטער, כאָטש נעם ארויס אן אויג. מע זעט ניט קיין הימל און מע זעט ניט קיין 
ערד. פון צײַט צו צײַט באװײַזט זיך א שטיקל לעװאָנע, װי א צעבראָכן טעלערל. מיטאמאָל 
שווימט זי ארויס אינגאנצן און װוערט וידער אנטרונען. עס שמעקט מיט געשניטענער טוװוּע, 
מיט פײַכטער שטרוי. 

מײַנע פערד קײַען געשמאק דאָס אונטערגעװאָרפענע היי. קיין וואסער האָבן זיי קימאט ניט 
;געטרונקען. בלויז איין פערד האָט א זופּ געטאָן א פּאָר מאָל, נאָכדעם גענומען קײַען דאָס וואסער 
;אין מויל און עס צוריק ארױסגעלאָזט אין זשאָלאָב. 

לעבן מיר איז אויסגעוואקסן ליובאשע, מיך א נעם געטאָן פאר די פּלייצעס און צוגעטוליעט 
:צו איר ווארעמען גוף. 

-- ס'איז קאלט! -- זאָגט זי. -- װועסט זיך נאָך צוקילן. -- זי האָט מיך עטלעכע מאָל 
;איבערגעװאָרפן פון איין האנט אין דער צווייטער און מיטאמאָל אָפּגעשטופט פון זיך. 

--- אנטלויף פונדאנען, זאָגט מען דיר, קאפעליוש, וועסט זיך נאָך צוקילן, מער פעלט מיר ניט. 

אָט האָסטו דיר, מיט א נײַער צונעמעניש מיך געקרוינט! װאָס פאר א קאפּעליוש בין איך 
:איר? איך גיי צום שטיבל און קוק זיך אום. ליובאשע טוט א טופע מיטן פוס, איך זאָל פאר- 
'שווינדן, נאָר איך באהאלט זיך הינטער דער וואנט און שפּיר זי נאָך. צוערשט האָב איך געזען 
בלויז א געדיכטן שאָטן, נאָר ווען די לעװאָנע איז ארויס אפן הימל, האָב איך דערזען, וי ליובאשע 
ישטייט אנטקעגן ווינט מיט צעשפרייטע הענט, דעם קאָפּ פארהייבן, דער ווינט רײַסט פון איר 
ישטיקער, שויבערט די האָר. דער ווינט ברענגט צו טראָגן צו מײַנע אויערן איר שעפּטשען: 

--- סעריאָגא מאָי... 

ליובאשע װוערט ווידער פארוואנדלט אין א שווארצן שאָטן. מיר דוכט, אז זי װאָיעט נאָך 
:דעם ווינט. ניין, זי וויינט גאָר. װאָס טוט איר ויי? זי ארבעט דאָך אזוי גרינג און ווערט גאָר 
יקיינמאָל ניט מיד. װאָס זשע קומט עס פאָר מיט ליובאשען? 

אין שטיבל איז נאָך פינצטערער, וי אין דרויסן. איך עפן דאָס טירל פון דער אײַזערנער 
!הרובקע. א שמאָל סטעזשקעלע טונקל-רויטע שײַן שפּרײט זיך אויס אפן דיל. דאָרטן, אין ווינקל, 
:אפן בערגל שטרוי שלאָפט שאבע. אונדז, די צוויי מאנצבלען, האָט מען אָפּגעטײלט דעם דאָזיקן 
װוינקל. 

-- וועסט אמאָל זיך אנידערלייגן? -- זאָגט שאבע מיט א פארלעגערט קאָל. 

דעם אלטן שלאָפט זיך ניט. איך טו אס די שקראבעס און גי זיך אנידערלייגן. שאבע 
דעקט מיך אײַן מיט א פּאָלע פון זײַן מאנטל. עס שמעקט פון אים מיט מאכאָרקע. איך װאָלט 
אנשלאָפן געװאָרן, האקט מיר אָבער אין רוקן, די ליטקעס טוען וויי. 

-- הערסטו, -- זאָגט שאבע, -- איך האָב נאָרװאָס גערעדט מיט גאָט. 

איך שפּיץ אָן מויל און אויערן. װאָס רעדט שאבע, ער איז אױיװוערבאָטל, צי װאָס? 

-- װאָס לאכסטו, נאר איינער? עס רעדט זיך אזוי. איך האָב געװאָלט באם אייבערשטן 
אויסנעמען א טנײַ... נו, שליסן מיט אים א קאָנטראקט... איך האָב אים פאָרגעלייגט: ,נעם צו 
מײַן נעשאָמע ווען דו ווילסט, אבי לאָז לעבן מײַן איטשען... מײַן איינציקן זון". מאכט ער: ,װאָס 
פאר א ווערט האָט דײַן לעבן? דו ביסט אלט, דו דארפסט סײַװוי אָנלײיגן מיטן קאָפּ. ,װאָס זשע 
ווילסטו זאָל איך דיר נאָך געבן?? -- פרעג איך אים, -- ;עפשער מיינסטו מײַן אלטע?" ,פאר 
וועמען זשע וועסטו האלטן טשוּווע?? -- זאָגט ער. --- ;נו, און יוישער, װוּ איז נאָך דאָ אזויפיל 
ייוישער, װי בא גאָט?* אָט דאָ האָט ער מיך שוין ארויסגעבראכט פון די קיילים. איך האָב אים גע- 
װאָלט זאָגן: א רועך אין דײַן גאָטס טאטן ארײיַן, וי קאָן מען זיך פארלאָזן אף דיר, אז דו זעסט, װאָס 
יעס טוט זיך אף דער װעלט און שװײַגסט.. 

אין דרויסן ווייעט א ווינט. א ווינט מיט א רעגנדל קלאפּט אין פענצטער, װי מיט א נאסער 
ישמאטע. מײַנע אויגן מאכן זיך צו. איך הער שוין ניט, װאָס שאבע רעדט. צו מיר דערטראָגט 
זיך פון װײַטן דאָס קלאפּן פון זײַן העמערל. 


37 


אין שטוב קומט ארײַן ליובאשע. זי עפנט דאָס טירל פון דער הרובקע, ווארפט אונטער 
עטלעכע צװײַגן, און עס פלאמט אוף א פּײַער. איך רײַס אוף די אויגן און קוק אף איר באלויכטן 
פּאָנעם. א מין שיין פאָנעם בא ליובאשען! נאָר פארװאָס זײַנען אירע אויגן אזוינע טרױעריקע? 


6 6 5 


איך שטעל זיך גאָרניט פאָר, ווען װעט מען ענדיקן די ארבעט. הײַנט זײַנען מיר איבער- 
געגאנגען אף א נײַעם מאסיוו. דאָ, לעבן בערעזעווע וועלדל, האָט זיך אנידערגעלייגט אזא שטיק 
פעלד מיט טװוּע, אז מע זעט גאָר קיין ברעג ניט. מאמעש א יאם כוואליעט זיך. עס װײַזט זיך אויס, 
אז די זאנגען װועלן זיך אזוי לאנג מאָרדעװען, ביז זיי װעלן ארופשפרינגען אהין, אפן הימל. 
יעדעס מאָל טוט א זיפ א רעגנדל און הערט אוף. אָפּשטעלן זיך טאָרן מיר ניט. טאראס אנטאַנאָד 
וויטש האָט געזאָגט, אז קיין בעסערער װעטער װעט שוין ניט זײַן. 

שווער, ביז גאָר שווער צו קאָסען. די שניטערס שטעלן זיך אלע מאָל אָפ, קעזיי אָנצושארפן 
די קאָסעט. גאנצע טעג קלאפט שאבעס העמערל, קלאפּט גלײַכמעטיק, װי א זייגער. 

װאָס אמאָל שנײַדן מיר זיך אײַן טיפער און טיפער אין דעם ראכװועסדיקן פעלד. אונדזער 
אוילעם האָט אָנגעהױבן איבערבינדן די דלאָניעס מיט פילקעלעך. סימא װאָלפאָװונא האָט אכוץ 
דער דלאָניע יעדן פינגער באזונדער איבערגעוויקלט מיט דינע סטענגעלעך. עס איז זי ניט צו דער- 
קענען. דעם כאָכליק באהאלט זי שוין אונטערן שאלעכל. װײַזט אויס, זי האָט מוירע, ער זאָל ניט 
פארנעצט וערן אפן רעגן. נאָר ווען טאראס אנטאָנאָװיטש קומט צו פאָרן, שלעפּט זי אראָפּ די 
פּילקעלעך פון די פינגער און שטעלט ארויס דעם כאָכליק אירן. זי װויל זיך ווארפן אין די אויגן 
דעם פאָרזיצער, און ער קוקט אפילע ניט אין איר זײַט. סימא װאָלפאָוונא ארבעט ניט שלעכט. 


עמעס, זי האָט די ערשטע אָנגעהויבן בורטשען, מע זאָל די בריגאדע לאָזן א פּאָר טעג אָפּרוען-- 


מיר איז קאלט געװאָרן אינװייניק, ווען זי האָט איבערגעלייענט: ,די בלוטיקע פאשיסטישע האָר- 


דעס קריכן צו די לעבנס-צענטרען פון אונדזער היימלאנד, רײַסן זיך צו מאָסקװע"... איך האָב 
געזען, װי שאבע האָט אָפּגערוקט דאָס שיסעלע עסן אין א זײַט. אנא פּעטראָוונא האָט געלייענט 
די סװאָדקעס און געגעבן צו פארשטיין: 

--- אונדזער היימלאנד איז אין א סאקאָנע... דאָס גאנצע פאָלק װעט זיך אופהייבן אף פאר- 
טיידיקן די הױיפּטשטאָט... מיר װעלן דאָ אויך ניט זיצן מיט צונויפגעלייגטע הענט... 


6 : 8 


דער ווינט האָט זיך געביטן. עס האָט אָנגעהױיבן נעמען א פרעסטל. אין דער לופט האָבן 
זיך באוויזן װײַסע פליטערלעך. אף דער ערד זײַנען אויסגעוואקסן בערגעלעך ציכטיקער שנײ. 
א בײַסיקער ווינט האָט געשמיסן אין פּאָנעם. אין די הענט זײַנען פארגאנגען זאשפּערעס. מי 
האָבן געמוזט צעלייגן שײַטערס. קאָן מען דען אָנהײצן א דרויסן? נאָר פונדעסטוועגן צולויפן 
אף א רעגעלע אָנווארעמען די הענט איז אויך ניט שלעכט. 

מענטשן זײַנען געפאלן פון די פיס. אייניקע, װאָס האָבן אף א װײַלע צוגעזעצט זיך אָנװוא- 
רעמען לעבן שײַטער, זײַנען אזוי זיצנדיק אנדרעמלט געװאָרן. אנא פּעטראָוונא האָט ניט געלאָזט 
שלאָפן -- מע קאָן זיך נאָך צוקילן. זי האָט פאָרגעלייגט בעסער גיין אין שטיבל אָפּרוען, נאָר 
קיינער איז פון פעלד ניט אוועקגעגאנגען. עס האָט געדראָעט, די טווּעס זאָלן פארשאָטן ווערן 
מיט שניי. טאראס אנטאָנאָװיטש האָט איבערגעװאָרפן אהער נײַע מענטשן און נײַע פורלעך. 
ס'האָט זיך אָנגעהויבן אן עמעסער שטורעם אף אונדזער ;שלאכטפעלד". 

די ערשטע , פארוװווּנדעטע" איז געווען סארא אבראמאָוונא. איך האָב באמערקט, וי זי פּלאָנ- 
טערט עפעס מאָדנע מיט די פיס. אלע מאָל שטעלט זי זיך אָפּ, אָטעמט שווער, בייגט זיך ווידער 
צו דער ערד, נאָר זי ארבעט ניט אזוי פלינק, װי פריִער. די פּערעוועסלעס פאלן ארויס פון אירע 
הענט. מיר דוכט זיך, דאָס גופעלע אירס איז געװאָרן קלענער, אײַנגעהױקערט. זי האָט זיך 
אָנגעבױגן צו דער ערד און מער זיך ניט אופגעהויבן. 

איך בין צוגעלאָפן, אונטערגעהויבן איר דעם קאָפּ: 

-- װאָס איז מיט אײַך, סארא אבראמאָוונא? 

זי עפנט די אויגן, קוים װאָס זי פּלאָנטערט מיט די געשװאָלענע צעטראסקעטע ליפּן; 

-- גאָרניט. ס'וועט באלד דורכגיין. מאך נאָר ניט קיין טראסק. איך װעל א מינוטקעלע 
אָפּרוען. 

איך פיל אָבער, אז דער קאָפּ אירער ווערט שווערער און שווערער, זי פארגלאָצט די אויגן- 


38 


איך רײַב איר די הענט, כוקע אף זיי, נאָר זיי זײַנען, װי שטיקלעך אײַז. די קאלטע הענט אירע 
דערמאָנען מיר אין מײַן שוועסטערלס טויטע פיסלעך. איך הייב אוף א געשריי. מען איז זיך 
צונויפּגעלאָפן, צוגענומען בא מיר די אלטיטשקע, און זי, ווען זי איז שטיין געבליבן אף די פיס. 
האָט גאָר געװאָלט אליין זיך לאָזן גיין, נאָר דאָ איז אויסגעוואקסן טאראס אנטאָנאָװויטש. ער האָט 
זי א נעם געטאָן אף די הענט און װי א פּיצל קינד אװעקגעטראָגן צום שטיבל. 

מיינט איר, אז סארא אבראמאָוונא איז לאנג געלעגן? װער-װאָס: וי נאָר זי איז געקומען 
צו-זיך, אזוי האָט זי זיך שוין אָנגעהױבן וויצלען. זי האָט געטײַנעט, אז עמעצער האָט איר 
געגעבן א גוט-אויג. 

אומגעריכט איז מײַן נאָז געשװאָלן געװאָרן, װי א בארג. מיט יעדן טאָג װוערט זי גרעבער 
און גרעבער. ליובאשע מאכט פון מיר כויזעק: 

--- אויב דו װעסט נעמען וואקסן, וי דײַן ניאָניע, װועסטו אינגיכן ווערן אן עמעסער 
קאוואלער. 

נאָר דאָס זײַנען אלץ קלײניקײַטן. ערגער איז, װאָס מײַנע שיך וערן אינגאנצן צעפאלן. 
וויפל איך קרעמפּעווע זיי ניט מיט שטריקלעך, העלפט ניט. אז די סטערניע איז אזוי ווי דראָט. 
זי קאָן צעפיצלען אײַזערנע שיך. בא סימא װאָלפאָוונא זײַנען די באָטן אויך אינגאנצן צעפליקט 
געװאָרן. זי האָט אף זיי אָנגעצויגן א פּאָר אלטע זאָקן, נאָר װאָס האָט עס געהאט פאר א מאכט? 

עס פרירן מיר שטארק די פיס. אמאָל ווילט זיך ארײַנשטופּן זיי אין שײַטער און שוין... 

שאבע זאָגט, אז די נאָז איז בא מיר געשװאָלן דערפאר, װאָס די פיס פרירן. א מאָשל: די 
פיס זײַנען אין איין עק שטאָט, און די נאָז אין אן אנדערן, דעריבער גייען קאטשקעס באָרוועס. 
ווען אילדוס האָט מיך דערזען, האָט ער א פליעסקע געטאָן מיט די הענט: --- אײַ, אײַ, אײַ, קאקאיא 
טי קדאסאוויצא! 

טאקע אין דעם זעלבן טאָג, ווארמעס-צײַט, האָט אילדוס געבראכט צו טראָגן א זאק, אים 
בעשניטן אף צוויי גרויסע אָנעטשעס און ארומגעוויקלט מײַנע פיס איניינעם מיט די שיך. ערשט 
נאָכדעם זיי ארומגעבונדן מיט שטריקלעך און רימענדלעך. דוכט זיך, ער איז מאקריוו געווען 
מיט זײַן בײַטש. ס'איז מיר געװאָרן ליכטיק אין די אויגן. איצט הער איך דעם פּראָסט, װי דעם 
פאראיאָריקן שניי. עמעס, דער וינט דערגייט די יאָרן. ער וואלגערט פון די פיס. אופהייבן א 
סנאָפּ איז אומעגלעך. דער ווינט רײַסט אים ארויס פון די הענט, אָדער ער וואלגערט דיך אום 
איניינעם מיט אים. און אז איך טו א פאל, גלוסט זיך גאָר ניט אופהייבן זיך פון דער ערד. כ'װאָלט 
אזוי געלעגן און געלעגן. נאָר מע דארף דאָך ארבעטן. מע מוז ראטעוען די טװוּעס. אנא 
פּעטראָוונא זאָגט, אז אונדזער אוקראיַנע, די ברויט-געבערן, איז קימאט אינגאנצן בא די דײַטשן 
אין די הענט. דארף מען דאָ צונויפנעמען די גערעטעניש ביז איין זאנג. די רויטע ארמײי זאָל 
האָבן װאָס צו עסן. 

און דער טאָג איז פאָרט געקומען. מיר האָבן אופגעראמט אין פעלד װוּ ערגעץ א זאנג 
און זיך געזעגנט מיטן שטיבל, מיט דעם פּוסטן פעלד, מיט דער סטארטשענדיקער סטערניע. 
שווארצע פּליאמעס זייַנען געווען צעזייט איבערן גאנצן סטעפּ. דאָס זײַנען סימאָנים פון אונדזערצ 
שײַטערס. און אפן פריש-צעאקערטן שטיק פעלד, אף די שווארצע הרודעס, האָבן זיך פארהאלט 
בערגעלעך שניי. פונדערװײַטנס האָט געדוכט, אז דאָ ליגן אָן א שיר קליינע גרויע שעפעלעך. 


17 


פעקליא איוואנאָוונא האָט ארופגעזעצט אף א שליטעלע איר צווילינג, גענומען אף א שטריקל 
די קו און זיך איבערגעקליבן צו איר מוטער, װאָס װוינט טאקע דאָ אין עק דאָרף. די באלעבאָסטע 
זאָגט: ס'איז שווער באהייצן די שטוב און אז די קינדערלעך זײַנען בא איר װוי פארװאָרלאָזטע. 

איך מיט דער מאמען זײַנען געבליבן די באלעבאטים פון דער גאנצער שטוב. אין צימער 
שטייט בא אונדז א קליין אײַזערן הרובקעלע. ווען מע הייצט, איז ווארעם. הערט מען אוף הייצן, 
איז כאָטש נעם און טרײַב דאָ הינט. װי צו אלע עוואקויַרטע, האָט מען אונדז געבראכט א פורל 
האָלץ. נאָר אף וויפל קלעקט עס? אז ס'איז דאָ אזא בייזער ווינטער. די מאמע האָט שוין עטלעכצ 


מאָל געבראכט צװײַגן פון וואלד. איך װאָלט אויך געגאנגען מיט איר, איז װאָס זשע טוט מען אָן 


אף די פיס און קיין פּעלצל האָב איך אויך ניט. 

אונדז ביידן האָט מען ארויסגעגעבן איין פּאָר װאָליקעס און איין פּעלצל. האָט די מאמע, 
מיט װאָס צו גיין אף דער ארבעט. זי ארבעט אין קאָלװירט. איך װעל, דוכט זיך, מעשוגע װוערן פון 
זיצן און גאָרנישט ניט טאָן. אז איך האָב זיך שוין צוגעוווינט ארבעטף ווען מע גיט מיר עסן, וו 
עס דארף צו זײַן, װאָלט איך געקאָנט איבערקערן בערג. און אזוי װאָס? איך זיץ אין שטוב און 
קוק ארויס דורכן פענצטער, איך ווייס שוין די שאָ, ווען שאבע קערט זיך אום מיט זײַן שליטן און 


39 


וו 


ן|  |‏ װ) 


מיט זײַן פערדל פון ראיצענטער. דער אלטער קאָן ניט זיצן מיט קיין צונויפגעלייגטע הענט, איז 
ער געװאָרן דער פּאָטשטאר. ער פאָרט יעדן טאָג נאָך דער פּאָטשט. שאבע ווייסט, אז איך קוק אף 
אים ארויס. וי נאָר ער פאָרט פארבײַ אונדזער פענצטער, דרייט ער אויס צו אונדזער שטוב דעם 
קאָפּ, צעשפּרײט די הענט, דאָס הייסט: ;ניטאָ קיין בריוו, ניטאָ". 

ניטאָ קיין בריוו פונעם טאטן. די מאמע לויפט אין װאָיענקאָמאט און אלע מאָל קומט זי מיט 
גאָרנישט. מיר האָט זי אופגעהערט דערמאָנען וועגן דעם פאָטער, פונקט װי ער װאָלט גאָר אף 
דער װועלט ניט געוען. נאָר איך פארשטיי גוט, װאָס עס טוט זיך בא איר אין הארצן. ניט איין 
מאָל האָב איך געהערט, וי זי וויינט באנאכט. 

אלע טאָג, גייענדיק פון שול, כאפּט זיך צו אונדז ארײַן ליאָליע. זי לויפט גלײַך צום הרוב- 
קעלע אָנווארעמען די הענט. הײַנט איז זי ארײַן אין שטוב מיט א געלעכטער און גענומען דער- 
ציילן, אז אילדוס איז אף א שליטעלע געקומען צו פאָרן נאָך איר אין שול. , אײַ, אײַ, אײַ, קאל- 
טעלע", -- האָט זי אים איבערגעקרימט. ;כאפ א זעץ שליטעלע, דיך אָפּטראסקען אהיים". ליאָליע 
לאכט און קוקט מיר אזעסדיק אין פּאָנעם. 

-- זאָג מיר נאָר, ליאָליע, --- מאך איך צו איר, -- קליינערהייט ביסטו ניט ארויסגעפאלן 
פונעם וויגעלע? 

-- איך ווייס ניט, װאָסי דען? 

--- מיר װײַזט אויס, אז דו האָסט אמאָל געכאפּט א קלאפ אין דער פּאָטיליצע און דערפאר 
פעלט דיר א קליעפּקע.. 

ליאָליע האָט א קוק געגעבן אף מיר מיט אזא בליק, וי זי װאָלט װעלן מיך דוירעס זײַן. 
נאָר באלד האָט זי זיך אויסגעקערעװועט צו דער וואנט און זיך צעוויינט. 

טאקע אין דער מינוט האָט זיך אן עפן געטאָן די טיר און אין שטוב איז ארײַן אילדוס -- 
א צעהיצטער, א לוסטיקער, די שווארצע אויגן זײַנע האָבן געפינקלט. דערזען ליאָליען א פאר- 
וויינטע, האָט ער זיך פארלוירן, און דאָס אָנגעשטאָפּטע זעקל, װאָס ער האָט געבראכט מיט זיך, 
איז ארויסגעפאלן פון זײַנע הענט. 

-- ליאָליע וויינט? אלעמײי וויינט-וויינט? -- רעדט ער און קוקט אף מיר מיט בייזע אייגלעך. 

-- גאָרניט... איך בעט בא איר די װאָליקעס, וויל זי מיר ניט געבן... 

-- װאָליקעס? אײַ, אײַ, אײַ, װאָליקעס... -- צעשמייכלט ער זיך און טוט א טרייסל דאָס 
זעקל, פון זעקל פאלן ארויס א פּאָר װאָליקעס מיט א פּעלצל. 

-- אָט, אילדוס געבראכט בעניען א װאָלינקעלע, א פעלצעלע, אײַ, אײַ, אײַ, ווארעם 
װאָלינקעלע. : 

איך גלייב ניט מײַנע אויגן, איך האָב אפילע מוירע זיך צורירן צו די זאכן. און ער, אילדוס, 
שמייכלט, הייבט אוף די װאָליקעס פונעם דיל און דערלאנגט זיי מיר. 

-- גענומען. הא, גענומען... דיר געבראכט. װאָלינקעס טאטקע איבראגימקע. פּעלצעלע -- 
מײַנס. אײַ, אײַ, אײַ, שיין. 

װער איז צו מיר גלײַך! איך האָב אָנגעטאָן אן עמעסע פאָר װײַסע װאָליקעס מיט נײַע 
קאלאָשן. א ווארעם פעלצל -- א מעכײַע. פּונקט מײַן מאָס. ‏ / 

צום אלעמערשטן האָב איך זיך אָפגערעדט מיט ליאָליען מאָרגן קאיאָר זיך לאָזן אין וואלד 
נאָך צװײַגן. נאָר די מאמעס אונדזערע זאָלן דערפון ניט וויסן. 

אין וואלד איז געווען מאָדנע שטיל. איך זע, ליאָליע האָט זיך דערשראָקן פאר דער דאָזיקער 
שטילקײַט. זי קוקט זיך אום, האָט מוירע, מיר זאָלן ניט פארבלאָנדזשען. איך בין זיך מוידע, אז 
אויך מיר האָבן אָנגעהױבן 'ארומגיין קעץ אין בויך: אז די יעלן זײַנען, וי איין מאמע װאָלט זי 
געהאט: הויכע, שטרענגע, די קרוינען פארשאָטן מיט שניי און מיט פינקלענדיקע שטערנדלעך. 
דאָ האָט מען קיין ווינטל ניט געפילט, נאָר דער פראָסט האָט מאמעש געברענט. 

איך זע ניט, עס זאָלן זיך ערגעץ וואלגערן צװײַגן. איך פארשטיי, אז מע דארף גיין װײַטער. 
ליאָליע שטעלט זיך אָפּ, קוקט זיך אום מיט דערשראָקענע אויגן. זי וויל, מיר זאָלן זיך אומקערן 
צוריק. נאָר איך פאָלג זי ניט און גיי װײַטער. אינגיכן האָט זיך באוויזן א קליינע לאָנקע. באם 
ראנד, א ביסל אין א זײַט, זעט מען אומגעוואלגערטע ביימער, צעװאָרפענע צװײַגן. מיר זײַנען 
אוועק אהין. 

ליאָליע קאָן נאָר העלפן מיט א קרעכץ. זי שלעפּט דינע ריטעלעך און ווייסט ניט װאָס צו 
טאָן מיט זיי. : 

מיט מאטערניש האָב איך צונויפגענומען צוויי בינטלעך. זיך האָב איך געמאכט א גרעסערס. 
ליאָליע האָט מיר צוגעהאָלפן ארופנעמען דאָס בינטל אף די פּלייצעס, דערנאָך האָב איך איר 
דערלאנגט דאָס קלענערע בינטל. זי האָט זיך א שאָקל געטאָן און אָנגעהױבן שווער סאָפּען. אקשאָ- 
נעסדיק שפּאנט ליאָליע פאָרױס -- אײַנגעבױגן אינדרײַען, דער קאָפּ אירער װעט אָט-אָט דער- 


0 


= אט 


לאנגען דעם שניי. איך זע, וי דאָס בינטל קאטשעט זיך בא איר פון איין זײַט אף דער צווייטער, 
און מיר װײַזט זיך אויס, אז די ביימער האָבן זיך אָנגעהױבן שאָקלען. 

אָפּגעגאנגען א פּאָר צענדליק שפאן, גלײַכט ליאָליע זיך אויס און לאָזט ארויס דאָס בינטל. 
זי טרייסלט מיט די הענט, שלעפּט מיט די ציין אראָפּ די הענטשקעס און שטופּט די פינגער אין 
מויל ארײַן. 
: האָט עפּעס הילכיק א זעץ געטאָן אין שטאם פון דער יעל, לעבן וועלכער מיר 
האָבן זיך אָפּגעשטעלט. פון די צװײַגן האָט זיך אף אונדז א שאָט געטאָן שניי, װי פון א זאק. 
ליאָליע האָט זיך אָנגעכאפּט אין מיר, גענומען ציטערן מיט אלע אייוורים און זיך צעשריִען אף 
א קאָל. איר האָט עפעס ליב שרײַען אין א וואלד? 

--- שא, ווילדע בריִע, -- צעגוואלדעווע איך זיך נאָך העכער, ניט אזוי פאר קאס, וי פאר 
דערשרעק. איך קוק זיך אום און דערזע, וי פון אונטערן פארשנייטן קוסט רוקט זיך ארויס 
עפעס א שווארצס. פריַער באװײַזט זיך א היטל, נאָכדעם א װײַס קעלנערל און באלד וואקסט 
אויס פאר אונדזערע אױגן א מידל. זי שטייט אף ברייט צעשטעלטע ליזשעס, אָנגעשפּארט 
מיט ביידע העגט אף צוויי שטעקנס. איך האָב געמעגט שװערן, אז דאָס איז ליובאשע! א פאר- 
פלאמט פאָנעם, שפיזיקע אויגן, װאָס קוקן אף מיר שפּאָטיש. 

-- װאָט טוט איר דאָ? -- פרעגט זי מיט א געדיכט קאָל. 

-- גאָרניט. -- ענטפער איך. 

גאָרניט?.. -- טוט זי א לאך, פּונקט וי ליובאשע, אָבער זי ווערט באלד ערנסט. 


-- ווער האָט אײַך דערלויבט שלעפּן פונדאנען צװײַגן? 

--- קיינער ניט... 

-- אנו, טראָג זיי נאָר אָפּ אף צוריק, אָבער די מינוט! 

-- און אז ניט װאָס װעט זײַן? 

--- הונדערט רובל שטראף. 

-- מער קענסטו ניט ציילן? 

דאָס מיידל שלײַדערט אָפּ די ליזשע-שטעקנס אין א זײַט, קריכט ארויס פון די ליזשעס, גייט 
צו מיר צו נאָענט און קוקט מיר ארײַן אזעסדיק אין די אויגן. 

-- הער נאָר, דו, סאָליסט מיט די שווארצע װאָנצעלעך, װעסט זיך דאָ לאנג כאָכמענען? -- 
רעדט זי צווישן די ציין. אומדערווארט כאפט זי ארויס מײַן העקל, װאָס איז געווען פארוקט אין 
רימען, און שרײַט אויס הילכיק: 

--- מיט קיין העק דערלויבט זיך ניט ארומגיין איבערן וואלד! 

איך טו זיך א װאָרף צו איר, נאָר זי דרייט זיך פלינק אויס. אָבער איך האָב זי סייווי אָנגע- 
יאָגט, אָנגעכאפט די טאָפּאָריסקע: איך שלעפּ צו זיך די האק, און יענע לאָזט זי ניט ארויס פון 
די הענט. ליאָליע איז אונטערגעלאָפּן הינטן-ארום, געװאָלט זי אָנכאפּן פאר די פּלייצעס, נאָר 
גלײַך געכאפּט א שטויס און אומגעפאלן אין שניי. מיט אלע קויכעס רײַס איך דאָס העקל און זי, 
דאָס מיידל, שפּארט זיך אָן מיט די קני מיר אין בויך און לאָזט ניט. פון קאס רײַס איך אראָפּ 
פון איר דאָס היטל. אף אירע אקסל פאלן אראָפּ א פּאָר מעשענע צעפּ. איצט װעל איך זיך שוין 
מיט איר ספראווען. צו מיידלעך מיט צעפ האָב איך א זיכער מיטל. און טייקעף טו איך טאקע א 
כאפ א צאָ, וויקל אים אָן אף דער האנט און בייג זי צו דער ערד. דאָס מיידל צעשרײַט זיך 
אף א קאָל: 

-- אילדוס, אהער, אילדוס! 

ווען אילדוס איז געקומען צו לויפן אף זײַנע ליזשעס, איז דאָס העקל שוין געווען אין מײַנע 
הענט. אָבער וי נאָר דאָס מיידל האָט אים דערזען, האָט זי זיך נאָכאמאָל א װאָרף געטאָן אף מיר 
און מיט ביידע פויסטן מיך גענומען נעריקן. 

-- גרוניא, װאָס טוסטו?! -- אילדוס האָט זי קוים אָפּגעריסן פון מיר. --- אײַ, אײַ, בעניע, 
אײַ, אײַ, ליאָליע. 

גרוניע האָט א קוק געגעבן אף אונדז ביידן. װײַזט אויס, אילדוס האָט איר וועגן אונד 
שוין געהאט דערציילט, נאָר סײַװי האָט זי מיט קאס געזאָגט: 

-- כאפט זיי דער רועך. זאָלן זיי אנידערלייגן די צװײַגן אף אן אָרט. 

-- אײַ,. אײַ, אײַ, זאָלן זיי נעמען. האָלץ ניטאָ,, קאלט, אײַ, אײַ, אײַ, קאלט. גרוניע דארף 
באקענען, באקענען.יי 

-- ער דארף זיי? -- זי האָט אף מיר א קוק געגעבן מיט פײַערדיקע אויגן, וי זי זאָל מיך 
װאָרענען: ווארט, ווארט, דו װעסט מיך נאָך האָבן צו געדענקען. 

--- זייער גליק, װאָס דו שטעלסט זיך אײַן פאר זיי. -- זי האָט געכאפּט די שטעקלעך און 
ארײַנגעקראָכן אין די ליזשעס. אין דעם היטל האָט זי, װײַזט אויס, פארגעסן. איך האָב עס אופ- 


41 


געהויבן, עטלעכע מאָל א טרייסל געטאָן, און אזוי װי די הענט אירע זײַנען געווען פארנומעך. 
האָב איך געװאָלט עס אליין איר אָנטאָן אפן קאָפּ. זי האָט אָכער ארויסגעלאָזט דאָס שטעקל פון 
דער רעכטער האנט, מיט קאס ארויסגעריסן בא מיר די אושאנקע און מיט אלע קויכעס מיר א 
שמיץ געטאָן מיט דעם אין פּאָנעם ארײַן. און... רוף זי קנאקניסל. 

אילדוס האָט נאָר א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ. 

-- אײַ, גרו, גרו. פּײַער מיט אָליען... טאטקע אירער מילכאָמע, היט זי דעם וואלד. אײַ, 
אײַ, אײַ, היט. 


18 
מיט יעדן טאָג װערט די מאמע צו מיר אלץ צארטער און צארטער. פּלוצעם קאָן זי צוגיין 
צו מיר, מיך ארומנעמען און א קוש געבן. איך ער רױט, װי א בורעק. איך געדענק גאָר ניט, 


אז אין דער היים זאָל די מאמע געווען קוקן אף מיר מיט אזא ליבשאפט. ס'איז ניטאָ די נאכט, 
זי זאָל ניט צוגיין צו מײַן געלעגער און מיך ניט אײַנדעקן. עמעס, זי פילט, אז איך קאָן ניט 
אנשלאָפן װוערן. איך הער אויך, װי זי דרייט זיך אפן געלעגער. װאָס לאָזט אונדז ביידן נימ 
שלאָפן? ניטאָ קיין בריוו פונעם טאטן.. 

איך האָב באמערקט א דין קנייטשעלע בא דער מאמען אפן שטערן. אונטעו אירע אױגן 
אָבן זיך באוויזן טונקעלע רייפעלעך. אָבער דעם כיין אירן האָט די מאמע גיט פארלוירן. פונ- 
דעסטוועגן איז זי נאָך א שיינע. דורך די נעכט טראכט איך מיר: --- װאָס עס זאָל ניט געשען מיטן 
טאטן, װעל איך די מאמע אָפּהיטן, װי דאָס אויג אין קאָפּ. 

שאבע האָט זיך הײַנט עפעס פארהאלטן מיט דער פּאָטשט. איך בין אוועק אים באגעגענען. 
געגאנגען בין איך לאנגזאם, די צײַט זאָל גיכער דורכגיין. ארום און ארום איז שטיל, קיי לֹקן 
זעט מען ניט אפן הימל, נאָר די זון שײַנט אויך ניט. זי איז אזוי וי פארפּאָראָשעט אט טו 

מעל. דער שניי סקריפעט אונטער די פיס בייז, װי ער װאָלט ניט װעלן לײַדן, װאָס מע 

אים. די שטיבלעך זײַנען אײַנגעזונקען אין שניי. װוּיניט-װוּ קוקט ארויס א דאך מיט א קוימ 

העט װײַט אפן טראקט דערזע איך שאבען. ער שפּאנט נאָך זײַן שליטן, דעם קאָפּ אראָפּגע- 
בויגן, אזוי װוי בא זײַן פערד. פונעם פערדט נאָזלעכער זעצט א פּארע, די פעל איז פארצויגן מיט 
א פרעסטל. שאבען איז גאָר ניט צו דערקענען. דער שמויסענער קאָלנער זײיַנער איז אופגעשטעלט 
און איבערגעבונדן מיט א טיכל. דאָס היטל אראָפּגערוקט איבער די אויגן. מע זעט נאָר ארויס 
די געדיכטע ברעמען, װאָס זײַנען באדעקט מיט פראָסט-טוי, און די װאָנצעס -- באחאנגענעט מיט 
דינע אײַזיצעפעלעך. 

דערזען מיך, האָט שאבע א ריר געטאָן מיט די אקסל און יי געזאָגט: 

-- ביסט א מייוון, װי פונעם שטיין. ניט דיר, ניט מיר -- ניטאָ קיין בריוו. 

לעבן לייענשטיבל האָט זיך שוין צונויפגעקליבן אן אוילעם, װאָס האָט געווארט אפן פּאָטש- 

טאר. דערזען שאבען מיטן פורל, איז מען אוועק אים אנטקעגן. ווען דער אלטער שלעפט א ראָכּ 
דאָס זעקל בריוו פונעם שליטן און לאָזט זיך אין לייענשטיבל, טוט דער אױלעם א וואלגער 
נאָך אים. 

איך נעם די לייצעס און פאָר אוועק אױסשפּאנען. 

ווען איך קער זיך אום צוריק, איז אין לייענשטיבל שוין קיינער ניטאָ. שאבע צעלייגט די 
איבערגעבליבענע בריוו, װאָס מע דארף אָפּטראָגן. איך כאפ א קוק אין דער צײַטונג --- איך דארף 
דאָך וויסן, װאָס עס טוט זיך אף די פּראָנטן, װײַל אין װאָס פאר א שטוב איך װעל ניט ארײַנ- 
קומען מיט א בריוו, װעט מען זיך נאָכפרעגן אף גוטע נײַס. נאָר די סװאָדקעס זײַנען דערװײַל 
ניט קיין גוטע. 

יעדן טאָג זאָג איך צו, אז ניט הײַנט-מאָרגן װעט זיך אָנהייבן אן אָנגריף פון אונדזער 
ארמיי. און דאָ קריכן די פאשיסטן װידעראמאָל און קיין מאפּאָלע קומט אף זיי ניט. 

אפן הארצן איז מיר אָנגעזאָליעט. ווען ס'איז דאָ גוטע נײַס, װאָלט איך גאָר מיט אן אנדער 
כיישעק געטראָגן די בריוו, װײַל איך ווייס, אז יעדע שטוב ווארט אף א בריוו און אף גוטע נײַס. 

אָבער דער געגארטער טאָג איז סאָפּקאָלסאָף געקומען. קאיאָר בין איך אוועק אין לייענשטיבל 
הערן די לעצטע נײַס דורך ראדיאָ. עס האָט זיך דערטראָגן דאָס באקאנטע קאָל פונעם דיקטאָר. 
יעדעס װאָרט האָט ער הײַנט ארױסגעזאָגט באזונדערס דערהויבן: ;אין דער לעצטער שאָ! די 
מאפּאָלע פונעם דײַטשישן מיליטער הינטער מאָסקװע". 

דעם גאנצן טאָג בין איך געלאָפן פון שטוב צו שטוב, מיט בריוו און אָן בריוו, און אָנגע- 
זאָגט די גוטע בסורע. איך האָב די סװאָדקע שוין געװוּסט אף אָױסװײניק, איך האָב אויסגערעכנט 
אפילע די טראָפײיען, װאָס אונדזער ארמיי האָט פארכאפּט. 

סאָף טאָג איז מיר געבליבן אָפּצוטראָגן איין בריוו אין סאמע עק דאָרף. איך קום צו לויפן 


זען. 


42 


צו דער הײַזקע, שפרינג ארוף אפן גאנעקל, קלאפ אָפּ דעם שניי און ערשט דאן עפן איך די טיר. 
דאָ װוינט אונדזער קאשעווארקע. זי װייסט שוין פון דער נײַס. כ'האָב זי געזען גאנצפרי אין 
לייענשטיבל. די קאשעווארקע שטייט לעבן דער פּליטע און זשארעט קארטאָפל-לאטקעס. דרי 
קינדער שטייען ארום איר און ווארטן מיט אומגעדולד, עס זאָל פארטיק װוערן דאָס מײַכל. דער 
סאמע קלענסטער, א ייִנגעלע פון א יאָר צוויי, אין איין העמדל, ציט זיך מיט די הענטלעך אֹף 
ארוף און קלאפּט דערבײַ אומגעדולדיק אונטער מיט א באָרװעס פיסל. 

-- װאָס זשע שטייסטו בא דער טיר? קום ארײַן, זעץ זיך אנידער. 

-- איך האָב אײַך געבראכט א בריוו, --- זאָג איך. 

-- א בריוו? --- טוט זי זיך א כאפּ, לאָזט איבער האקל-פּאקל און טוט זיך א לאָז צו מיר. 
זי כאפט דעם בריוו, רײַסט אוף דעם קאָנװערט... פּלוצעם שטרעקט זי אויס ביידע הענט צו מיר 
און טוט א הארצרײַסנדיק געשריי: 

!!וותו80 ,ווו אל 0286 -- 

איך בין געבליבן שטיין א פארטערפּעטער. די צוויי מיידלעך זײַנען צוגעלאָפן צו דער 
מוטער, זי ארומגעכאפּט ארום די פיס. אלע דרײַ האָבן מיט א געיאָמער זיך אראָפּנעלאָזט אפן 
דיל. דאָס ייִנגעלע איז צוגעלאָפן צו מיר מיט צוויי צונויפגעדריקטע פויסטלעך, א טופּע געטאָן 
מיטן פיסל און מיט קאס דרײַ מאָל אױסגעשפּיגן: 

--- טפו! טפו! טפו!.. 

א לאנגע צײַט איז מיר דער יאָמער נאָכגעגאנגען פוסטריט. ער האָט מיך געװעקט פון 
שלאָף. איך האָב געזאָגט שאבען, ער זאָל מיר אזעלכע בריוו מער ניט געבן. ער האָט באדויערנ- 
דיק א שאָקל געטאָן מיט זײַן גרויסן קאָפּ; 

-- איך װאָלט אוואדע ניט געװאָלט, עס זאָלן אָנקומען אזעלכע בריוו, נאָר ס'איז דאָך א 
מילכאָמע, גוטערברודער. אדעראבע, זאָג מיר, װוּ זאָל איך זיי אהינטאָן? 


19 


אין איינעם אן אפדערנאכט האָב איך געטראָפן בא אונדז אין שטוב סימא װאָלפאָוונא. זי איז 
געווען אויסגעפוצט.. דער כאָכליק אויסגעלייגט, די ליפּעלעך אָנגעפארבט. זי האָט אײַנגערעדט 
די מאמע, זי זאָל אָנטאָן דאָס קאָפטל, װאָס זי האָט איר געבראכט. װאָס איז עס הײַנט פאר א 
ט אָמטעװ?: עפשער איז איר מאן געקומען, טראכט איך. זע איך אָבער אין ליאָליעס זויערער מינע 
אז ס'איז עפּעס ניט דאָס. אפן װוּנק פרעג איך בא דער קליינער, װאָס קומט דאָ פאָר. מאכט זי 
אוועק מיט דער האנט און בלאָזט זיך אָן, װי אן אינדיק: 

-- אָסקארטשיקן האָט דער רועך אראָפּגעבראכט. 

אזוי?.. איז װאָס זשע פאר א שוטעף איז דאָ מײַן מאמע? 

אומבאמערקט שאר איך זיך ארויס פון שטוב, לויף אריבער אין צווייטן הויף און כּאפּ א קוק 
אין פענצטער. יאָ, ער איז דאָ, דער פוקס. ער שטייט זיך בא דער הרובע און רעדט צו איינעם, װאָס 
זיצט צו מיר מיט דער פּלייצע. א פּלײצע, אף וועלכער מע קאָן ארופלייגן צוויי זעק וייץ. א 
דער דאָזיקער פּלײיצע זיצט א גרויסער קאָפּ מיט א פליך, װאָס גלאנצט, װי אן אָפּגעשײלטע 
ציבעלע. אפן טיש זײַנען אָנגעשטעלט פלעשער, באנקעס קאָנסערוון, א װײַסע בולקע און נאָך 
עפּעס, אײַנגעװיקלט אין פּאפּירן, װאָס די ברייטע פּלייצע פארשטעלט פון מיר. 

מײַן מאמע לאָזט זיך ניט אײַנרײידן. זי שמייכלט צו סימא װאָלפאָוונא מיט א שולדיקן שמייכל 
און דרייט מיטן קאָפּ אף ניין. 

-- װאָס ארט דיך, מיר װעלן א ביסל זיצן, נײַע מענטשן, מע קאָן דאָך דאָ מעשוגע וערן, --- 
טײַנעט סימא װאָלפאָוונא. -- דו ווייסט, ער זי זײַנען? יענער איז דער הופּט-רעװיזאָר פון 
אָבלפאָטרעבסאָיוז און אָסקאר מאָיסײיעװיטש איז דאָרט דער הויפּט-בוכהאלטער. זיי װעלן דאָ 
מאכן א רעוויזיע, זיי װעלן א טרייסל טאָן די ברויט-קארטלעך. -- סימא װאָלפאָוונא נעמט אָן 
די מאמע פאר א האנט און בעט זיך בא איר: 

-- נו, קום, ניט אף לאנג. מײַן ערנװאָרט, מיר איז ניט אָנגענעם. איך האָב צוגעזאָגט, אז 
דו טי ארײיַנקומען. 

, מײַן מאמע איז, דוכט זיך, מאסקים... 

די מאמע כאפּט ארוף דאָס פּעלצל אף די אקסל, גייט דורך פארבײַ מיר און זאָגט אפילע 
קיין װאָרט ניט. דערפאר טוט סימא װאָלפאָוונא א זאָג: 

-- באלד װעל איך אײַך ברענגען אזעלכע געשמאקע זאכן, אז איר װעט לעקן די פינגער, --- 
זי טוט א קנאק מיטן צינגל און פארשווינדט. 


1 -- גאָט מײַנער, דערהארגעט! 


43 


איך האָב אפילע פארגעסן אראָפּנעמען פון זיך דאָס פּעלצל, פארגעסן, אז איך בין הונ- 
געריק, װי א הונט. מיך פארדריסט, װאָס ליאָליע זיצט אף מײַן טאָפּטשאן און סאָפּעט, װי אן 
איבערגעהאָדעוועטע גאנדז. זי כאפּט אלע װײַלע א קוק אף מיר פון אונטער די ברעמען, װײַזט 
אויס, זי האָט מוירע זיך באגעגענען מיט מײַנע אויגן. זי פארשטייט, אז איך קאָן איצט אױסלאָזן 
צו איר אלע מײַנע צאָרעס. אף זיך בין איך אין קאס, לעמײַ איך האָב אינדערפרי אופגעגעסן דעם 
גאנצן פאיאָק ברויט. וויפל מאָל איך האָב זיך שוין געגעבן דאָס װאָרט ניט צו טאָן אזא נאריש- 
קײַט, איז װי אפצולאָכעס דאָס ברויט הײַנט געווען אזוי פריש... איך האָב זיך ניט באוויזן ארומ- 
קוקן, וי ס'האָט ניט געסטײַעט. איצט קאָן איך נאָר פארבײַסן מיט דער צונג. 

אומבאמערקט שארט זיך צו ליאָליע. זי הייבט אָן צעשפּיליען מײַן פעלצל און קוקט מיר 
דערבײַ ארײַן גלײַך אין פּאָנעם. 

-- גי עסן, -- זאָגט זי 

אפן טיש ליגט א ריפטל ברויט, עטלעכע געקאָכטע קארטאָפּליעס און א ביסעלע זאלץ אין 
א פּאפירל. 

--- װאָס איז גאָר אינמיטנדערינעז? -- זאָג איך. --- איך בין גאָר ניט הונגעריק. 

ליאָליע טוט אף מיר א גלאנץ מיט די אויגן, וי זי װאָלט זאָגן: ;וועמען דערציילסטו מײַסעס?* 

-- דײַן מאמע האָט דאָך צוגעזאָגט ברענגען געשמאקע זאכן, -- זאָג איך מיט פארדראָס. 

-- און איך װעל ניט עסן, -- ענטפערט ליאָליע. 

-- װועסט אויסהאלטן? 

ליאָליע שטעלט זיך צו צו מיר נעענטער: 

-- לאָמיר אלעמען אפצולאָכעס זיך ניט צורירן צו זייערע ,, געשמאקע זאכן?, גוט, הא? 

ליאָליע האָט באקומען גאָר אן אנדער כיין אין מײַנע אויגן. 

די טיר האָט א קלאפּ געטאָן. אין שטוב איז ארײַן סימא װאָלפאָוונא און גלײַך ארויסגעלייגט 
אפן טיש א שטיק קאָלבאס, אָנגעשניטענע ריפטעלעך כאזער-שמאלץ, א גרויסן אָקרײַעץ ברויט, 
און אפילע צוקערקעס אין בונטע פאפירלעך. 

-- עסט, עסט, איך װעל ברענגען נאָך, --- האָט זי צופרידן גערעדט. 

מיר האָבן ביידע זיך ניט גערירט פון אָרט. סימא װאָלפאָוונא קוקט אונדז אָן פארווונדערט. 
ליאָליע מאכט א שפּאן און זאָגט מיט אן אײַנגעהאלטענעם קאס: 

--- מיר װועלן ניט עסן! 

-- איר זײַט מעשוגע, צי װאָס? -- סימא װאָלפאָוונא האָט אזש א טרייסל געטאָן מיט די 
אקסל, אונדז אָפּגעמאָסטן מיט א בליק פון אויבן ביז אראָפּ: --- איר װועט אימיירצעהאשעם בעסער 
ווערן, -- האָט זי געזאָגט און איז ארויס פון שטוב. 

מיר קוקן ביידע אפן טיש. באטראכטן דעם קאָלבאס, די װײַסינקע שטיקעלעך כאזער-שמאלץ. 
איך פיל, אז באלד װעל איך פלאצן, אויב איך װעל עפעס ניט נעמען אין מויל ארײיַן. נאָר ליאָליע 
טוט אף מיר אזא קוק, אז איך קערעוע זיך אָפּ פונעם טיש, גיי צו צום פענצטער און זאָג 
גלײַכגילטיק: 

-- אז איך האָב גאָר ניט ליב קיין קאָלבאס. 

-- און איך האָב אים אין דער היים קײנמאָל ניט געגעסן, -- טוט ליאָליע א זיפץ. 

-- נו, און קאלטע כאזערישמאלץ מיט קנאָבל האָסטו ליב? -- קער איך זיך אום צוריק 
נעענטער צום טיש. 

--- סײַווי וועסטו מיך ניט אײַנרײדן. איך האָב ליב קאָלבאס, איך האָב ליב כאזער-שמאלץ 
מיט קנאָבל, נאָר איך װועל סײַװי ניט עסן, איך װעל ניט עס 

איך װוער אין קאס, שאר אָפּ אין א זײַט די געשמאקע זאכן און צעלייג דאָס שטיקל ברויט 
מיט די געבאקטע קארטאָפליעס, װאָס ליאָליע האָט צוגעגרייט. איך עפן אונדזער שאפקעלע, נעם 
פון דאָרט ארויס א קווערטל מילך, א שיסעלע מיט קארטאָפליעס און שטעל אנידער אפן טיש. 

-- ניט געזאָרגט, ליאָליע. מיר װעלן באלד מאכן מיט דיר אזא סודע, אז דער רועך װעט 
זיי דאָרטן נעמען. 

ליאָליע צעשנײַדט דאָס ברויט אף צוויי גלײַכע שטיקלעך און מיר זעצן זיך אנידער צום טיש. 

-- עס, ליאָלינקע, --- זאָג איך, --- זאָל זיך דיר אױיסװײַזן, אז דו קײַסט קאָלבאס, כאזער- 
שמאלץ, -- איך רוק צו איר צו דאָס מילך, -- טרינק, דו האָסט דאָך ליב מילך. און איך האָב 
ליב קארטאָפליעס. זונטיק בולבעס, מאָנטיק בולבעס... --- איך קײַ אף ביידע באקן. ליאָליע רירט 
זיך ניט צו צו דעם קווערטל, זי באהאלט דאָס פּאָנעם אין ביידע הענט, פאלט צו מיטן קאָפּ צום 
טיש. איך זע, װי אירע פלייצעלעך הייבן אָן ציטערן. 

אונדזער סודע איז, פארשטייט זיך, פארשטערט געװאָרן. איך כאפּ א קוק אין דרויסן. בא 


44 


ליאָליען אין שטוב לויכטן די פענצטער. איך ווארף ארוף אף זיך דאָס פּעלצל און גיי ארויס. אין 
דרויסן האָב איך דערהערט אָסקארס קעלעכל: 
...2813 1181116/1 וווות 106 וטוותס 1688 ,גקדס1טטן 


עך, האָט זיך מיר געװאָלט א שלײַדער טאָן א שטיין אין יענע פענצטער! 

ווען איך בין ארײַן אין שטוב, איז ליאָליע געלעגן אף מײַן מאמעס געלעגער, דער לאָמפ 
האָט געהאלטן אין אויסגיין. איך האָב אראָפּגעװאָרפן דאָס פעלצל און זיך צוגעלייגט אף מײַן 
טאָפּטשאן. איך ווייס ניט, ליאָליע שלאָפט, צי ניט, איך ליג מיט אָפענע אויגן און קוק אף דער 
סטעליע. באלד האָט עמעצער פארהאקט די קיך-טיר ‏ -- די מאמע איז ארײיַן אין צימער. זי איז 
א װײַלע געשטאנען מיט דער פלייצע צוגעשפארט צו דער וואנט, פארהייבן דעם קאָפּ אף ארוף 
און שווער געאָטעמט. אין דרויסן האָט זיך דערהערט א טופען ארום אונדזער שטוב, און פּלוצעם 
האָט אין פענצטער זיך באוויזן א צורע. די מאמע איז צוגעלאָפן צום טיש און פארלאָשן דעם 
לאָמפ. פון יענער זײַט פענצטער האָט זיך דערהערט: 

-- סאָפּא אררראָנאָוונא, מאָזשנאָ וואס נא מינוטאָטשקולג 

ווען ס'איז שטיל געװאָרן, בין איך אוועק צום פענצטער א קוק געבן, װאָס טוט זיך אין 
דרויסן. דער פרעמדער איז געשטאנען בא סימען אפן גאנעקל, הינטער דער טיר, געקלאפּט א 
פוס אָן א פוס און מיט די פויסטן גענעריקט אין טיר ארײַן. קיינער האָט אים ניט געעפנט. די 
פענצטער זײַנען דאָרטן אויך געווען אױיסגעלאָשן. 

ווען איך האָב זיך צוריק אנידערגעלייגט אפן געלעגער, האָב איך דערהערט א געשרי: 

-- אָסקאר, מעדוזא טשאָרטאָוואיא, אָטקראָי!2 


20 


איך האָב באמערקט, אז שאבע קאָן מיר עפּעס הײַנט ניט קוקן אין די אויגן. ווען איך בין 
אים אָנגעקומען אנטקעגן, האָט ער אָפּגעקערט דעם קאָפּ אָן א זײַט. איך פרעג אים גאָרניט. שאבע 
קרימט דאָס פּאָנעם, רעדט אין דער װועלט ארײַן: 

-- ביסט א מייוון אף דער קעלט, הא? -- ער קלאפּט איין האנט אין דער צווייטער, וויל א 
ריר טאָן מיט דער שװערער פּלייצע, נאָר זי איז אזוי װוי פארגליווערט. מיר װײַזט זיך גאָר אויס, 
אז דער פראָסט איז הײַנט לינדער. מענטשן קוקן שאבען אין די אויגן, ווארטן אף א גוטער בסורע 
און ער באהאלט דעם בליק אונטער די געדיכטע ברעמען. 

וי אלע מאָל, בין איך אוועק אויסשפאנען דאָס פערד. ווען איך האָב זיך אומגעקערט, איז 
שוין, כוץ שאבען, קיינער ניט געווען אין לייענשטיבל. ער האָט איבערגעלייגט די בריוו פון איין 
אָרט אפן צווייטן, צעטראָגן זיך ארומגעקוקט. װאָס האָט ער אזא ציטער געטאָן, ווען איך האָב 
געעפנט די טיר? װי ער װאָלט זיך דערשראָקן פאר עפּעס. מיך דערזען, האָט ער צוגענומען די 
הענט פונעם טיש און ניט געװוּסט, װוּ זיי אהינטאָן. אז איך בין צו אים צוגעגאנגען, האָט 
ער מיר געזאָגט: 

-- נעם, קלײַב אָפּ דײַנע בריוו, כ'וועל באלד ארײַנגײן. 

אף די בריוו האָב איך אפילע ניט א קוק געטאָן, זיך נאָר צוגעהערט צום אָפּהילך פון 
שאבעס טריט. אומרויק הילכן אָפּ זײַנע טריט. איך ווארף א בליק אפן טיש און באמערק באלד א 
בלוילעכן קאָנװערט, אף וועלכן ס'איז אָנגעשריבן מײַן פאמיליע. איך בין פארקילט געװאָרן, ניט 
געקאָנט א ריר טאָן מיט קיין אייווער. איך האָב ווילד אױיסגעשריִען: 

-- שאבע! 

-- וויי איז מיר, -- האָב איך דערהערט שאבעס א זיפץ. ער איז געשטאנען אף דער שוועל 
און מיט די צעשפּרײטע הענט זיך געהאלטן בא דער טיר. 

איך האָב גענומען דעם קאָנװערט אין די הענט. מיר האָט געדוכט, אז ער איז א שווערער, 
דער דאָזיקער קאָנװערט, א הארטער, וי בלעך. עס ווארגט מיך אין האלדז. מײַנע אויגן בלאָנדזשען 
איבער די ווענט. 

איך בלאָנקע ארום איבערן לייענשטיבל. די פיס זײַנען אזוי װי ניט מײַנע. גאָר פרעמדע 
פיס. איך בין שטיין געבליבן לעבן שאבען. 

-- דער מאמען... -- מער קאָן איך ניט ריידן. איך פארבײַס ביז בלוט די ליפּן און דריי 
מיטן קאָפּ אף ניין. 

אין דרויסן האָט גענומען שיטן א שניי. ער דרייט זיך, אזוי וי אין א קאראהאָד, טאנצט. 


1 -- סאָפּא אראָנאָונא, קומט ארויס אף א רעגע. 
? -- אָסקאר, מעדוזע װאָס דו ביסט, עפן אוף! 


45 


אים איז פריילעך. אים איז גוט. און איך קאָן ניט גיין אהיים. װאָס װעל איך זאָגן דער מאמען? 
ווען איך קאָן אויסהאלטן דעם ערשטן בליק פון אירע אויגןי. 

די ביימער שטייען גלײַכגילטיקע. טוט דער װינט א װוייע שטארקער, שאָקלען זי זיך. 
איך גיי מיט די הויפן, קעדיי ניט קומען גלײַך אהיים. ווען איך קאָן פארוואנדלט ווערן אין שניי.. 
ווען איך קאָן ווערן א בוים... 

איך קום צו צו אונדזער הויף און גיי אוועק צוריק. איך בין שוין אינגאנצן פארשנייט. דער 
ווינט פאטשט אין פאָנעם און מיר טוט ניט ויי. נאָר מע מון דאָך פאָרט גיין אהיים. מע דארף 
בא זיך פויעלן. אין פירהויז קלאפ איך הילכיק אָפּ דעם שניי פון די פיס, זאָל די מאמע הערן, אז 
איך בין דאָ. נאָכדעם עפן איך אוף די קיך-טיר און שריי: 

-- מאמע, קום, מיר װעלן אָנזעגן א ביסל האָלץ. זע, װאָס עס טוט זיך אין דרויסן. 

מיך דערזען, טוט די מאמע א פּליעסקע מיט די הענט: 

-- װוּ ביסטו געווען? זע, װי דו ביסט פארווייעט... 

-- עט, בלאָטע, -- זאָג איך און רײַס אראָפּ פון זיך דאָס פּעלצל. איך טרייסל עס און 
און טרייסל. די מאמע צעשרײַט זיך אף מיר: 

-- װאָס טוסטו? עס װעט דאָך װוערן א נעץ אין שטוב. 

די מאמע קוקט אף מיר מיט דערשראָקענע אױגן. איך קערעווע זיך אויס צו דער טיר און 
בעט זיך בא איר: 

-- קום, לאָמיר אָנזעגן א ביסל האָלץ. -- איך האלט ניט אויס און לויף ארויס פון שטוב. 
די מאמע שרײַט מיר נאָך: 

-- נו, און עסן? 

איך ענטפער גאָרנישט, לויף ארײַן אין שטאל. אין עטלעכע מינוט ארום קומט ארײַן די 
מאמע. גוט, װאָס דאָ איז פינצטער. איך כאפּ א קלעצל און ווארף עס ארוף אף די קאָזלעס. א 
גראָב קלעצל, מע זאָל דארפן לאנג זעגן. 

די מאמע אָטעמט שווער, די זעג גרילצט, גרילצט און איך שלעפּ זי מיט אלע קויכעס. 

אָפּגעטאָן די ארבעט, גייען מיר ארײַן אין שטוב. די מאמע גרייט מיר צו א שיסל וואסער אף 
ארומוואשן זיך. זי האָט דערלאנגט צום טיש, װי פאר א דערוואקסענעם, פאר א מענטשן מיט 
ווירדע, א בארדאס. נאָר איך קאָן זיך צו גאָרנישט ניט צורירן: 

-- פארװאָס עסטו ניט? 

--- איך וויל ניט... איך הָאָב געגעסן בא שאבען, -- ענטפער איך. 

די מאמע שאָקלט מיטן קאָפּ און קוקט אף מיר מיט אויגן, פולע מיט װויי: 

-- דו האָסט זיך ערשט הײַנט דערװוּסט, זוניו? איך ווייס שוין פון לאנג. 

װאָס זאָגט איר אף מײַן מאמען? דארף זי ניט זײַן שטארקער פון אײַזן?.. 


21 


הײַנט האָב איך זיך גיך אָפּגעפארטיקט מיט דער פּאָטשט. מיר איז געבליבן נאָך איין בריוו. 
נאָר טראָגן דארף איך אים װײַטלעך, ערגעץ פון יענער זײַט פּאָסקאָטינע, לעבן וואלד. און וי 
אפצולאָכעס איז א ברענענדיקער פראָסט. אזוי איז מיר ווארעם, נאָר דאָס פּאָנעם שמארצט, 
די ליפּן װערן װי הילצערנע, דער ווינט שמײַסט, שנײַדט דאָס לײַב. איך גיי און קערעווע זיך 
אלע מאָל אויס מיט דער פּלײיצע צום ווינט. פארשטעל איך מיט די הענט דאָס פּאָנעם, קריכט 
דער פראָסט ארײיַן אין די הענטשקעס, און די הענט װוערן וי שטיקער אײַז, אז עס פארקוועטשט 
אזש דאָס הארץ. און מע דארף נאָך גיין און גיין. איך דערמאָן זיך אילדוסעס ווערטער: 
;פרעסטעלע -- שטארק, ווינטעלע -- שא". א שיינער ;שא"! עס וואלגערט פון די פיס! איך 
בייג זיך אײַן אינדרײַען און שפּאן מיט אקשאָנעס װײַטער. 

ענדלעך, בין איך געקומען. אפן טױער הענגט א בלעכן שילדל -- דער נאָמען מיט דער 
פאמיליע פונעם באלעבאָס. אן איינציק שטיבל אין וואלד --- און האָט דאָך א נומער. 

וװוײַזט אויס, דער הונט, װאָס איז געלעגן אין בודקע, האָט זיך געפוילט מיך צו באגעגענען. 
מעשוגע דארף מען זײַן, אין אזא פראָסט בילן. איך גיי ארײַן אין שטוב. מע זעט דאָ ניט קיין 
לעבעדיקן נעפעש. ווארעם איז, װי אין אן איער. אין דער נאָז האָט א זעץ געטאָן א 
רייעך פון קעז, סמעטענע און פרישע געבעקסן. פּלוצעם פאלט אראָפּ פון דער פּאָלאטיע עפּעס א 
בוך. איך טו א קוק -- לערמאָנטאָוו. דאָס בוך ליגט אף דער ערד מיטן פּאָרטרעט ארוף. איך 
האָב נאָר באוויזן אופהייבן אים פון דיל, דערזע איך --- פון, די פּאָלאטיעס הענגען אראָפּ א פּאָר 
נאקעטע פיס, און טאקע באלד וואקסט פאר מיר אויס אין איר גאנצער גרייס א מיידל. זי כאפּט 
אוועק בא מיר דאָס בוך און טוט אזא קוק, אז עס װערט אין מיר פארקילט דער מאמעס מילך. 


3* 46 


אוי, ס'איז דאָך גרוניע. איך דערקען די פּײַערדיקע קוקערס אירע. איך שטיי, װי א טאם, און 
פּינטל מיט די אויגן. 

--- װאָס דארפסטו דאָ? -- פרעגט זי מיך שטרענג. 

איך קאָן גאָרנישט ניט ענטפערן. גרוניע טוט א טרייסל מיטן קאָפּ און ווארפט אריבער די 
צוויי האלב-צעפלאָכטענע צעפּ פון דער פּלײצע אף דער ברוסט. וײַזט אויס, זי האָט אף איר 
אויפן פאוישטאנען מײַן בליק. זי בײַסט די אונטערשטע ליפּ מיט אירע װײַסע ציינדלעך און די 
אויגן אירע ווערן נאָך בייזער. 

--- װאָס ביסטו געקומען, פרעגט מען דיך? 

-- איך האָב אײַך געבראכט א בריוו, -- שלעפּ איך אראָפּ מיט די ציין די הענטשקעס. 
שטופ די הענט אין קעשענע, נאָר זיי זײַנען װי שטיקער האָלץ און פאָלגן מיך ניט. 

-- װאָס זשע שװײַגסטו? װײַז אהער. 

איך קאָן נאָך אלץ ניט ארויסנעמען דעם בריוו. גרוניע האלט ניט אויס און שטופּט אליין 
ארײַן איר האנט צו מיר אין קעשענע, כאפּט ארויס דעם בריוו און לויפט אוועק צום פענצטער. 
איך זע, זי ציטערט אזש. פּלוצעם שרײַט זי אויס: 

-- פונעם טאטן, פונעם טאטף.. -- זי האָט זיך פארטיפט אין בריוו און אָן מיר אינגאנצן 
פאויגעסן. איך מעג שוין גיין. נאָר עס גלוסט זיך ניט פארלאָזן די ווארעמע שטוב. ביז זי װעט 
ענדיקן לייענען, װעל איך דאָ שטיין. נאָר גרוניע כאפּט אף מיר א קוק, מיר האָט זיך אויסגעוויזן, 
אז זי װויל מיר זאָגן, איך זאָל זיך פארנעמען פונדאנען. איך לאָז זיך צו דער טיר און טו א 
שטאמל: 

-- א גוטן-טאָג. 

-- װוהין? --- דערהער איך גרוניעס קאָל. -- אוי, ס'ארא ליימענער גוילעם! דערפרוירן, 
זוי א צוציק, און האָט קיין צײַט ניט. ער אײַלט, ער פליט! 

זי גייט צו מיר צו, צעשפּיליעט מײַן פעלצל, שלעפּט עס אראָפּ און טוט מיך א שטופּ 
צום טיש. 

-- גיי, זעץ זיך. דערווארעם זיך א ביסל. --- אין דער זעלבער צײַט דריקט זי צו דעם בריוו 
צום הארצן, פארגלאָצט א פּאָר אויגן צו דער סטעליע און זאָגט, װוי צו זיך אליין: 

-- אוי, ווען די מאמע זאָל וויסן, װאָלט זי געקומען צו פליִען, װי א ווינט. -- זי האָט א 
קוש געטאָן דעם בריוו און אװעקגעטראָגן אים אין צווייטן צימער. ווען זי האָט זיך אומגעקערט 
און מיך דערזען שטיין אינמיטן שטוב, האָט זי א פליעסקע געטאָן מיט די הענט: 

-- זע נאָר, זע, א נעבעכל! אין וואלד ביסטו גאָר ניט געווען אזא שעמעוודיקער. 

איך זעץ זיך צום טיש אפן שפּיץ בענקל. טוט מיך גרוניע א שטורך מיט די קני. 

-- זעץ זיך, װי א מענטש! -- זי שלעפט אראָפּ דאָס װײַסע טיכל פון שיסל געבעקס און 
באפוילט מיר: 

-- פרעס! -- און נאָך א קורצן שװײַגן זאָגט זי צו מיר: -- װאָס קוקסטו אזוי אף מיר? --- זי 
לויפט אוועק צום אויוון און ברענגט באלד צו טראָגן א שיסל קרעפּלעך. כ'האָב ניט געװוּסט, פון 
װאָס פריִער אָנצוהייבן. } 

גרוניעס בליק איז געװאָרן ווארעמער, היימלעכער. 

-- עס, עס, -- האָט זי אלץ איבערגעכאזערט. 

דאָס מויל איז בא מיר אָנגעשטאָפט מיט קרעפּלעך, און גרוניע שארט מיר אונטער שאָניש- 
קעס. זי באטראכט מײַן פּאטלע. צוערשט שמייכלט זי, נאָכדעם שיסט זי אויס א געלעכטער: 

-- אז א באָכער זאָל זיך פארלאָזן װאָנצעלעך!:. 

איך האָב קיין שום װאָנצעס זיך ניט פארלאָזט. װאָס וויל זי? און גרוניע הערט ניט אוף: 

-- זיי פאסן דיר, װי דעם יאָזש א שטרויענע שליאפּע. 

איך קאָן שוין מער ניט עסן. נאָר גרוניע רוקט מיר אלץ אונטער פרישע קראליקעס, איך 
זאָל זיי אומבאדינגט פארזוכן. פלוצעם טוט זי זיך א כאפּ: 

-- אוי, כ'האָב גאָר פארגעסן! דו האָסט דאָך הײַנט בא מיר פארדינט. --- זי לויפט אוועק 
אין פירהויז און ברענגט צו טראָגן עפּעס אין א מעשענער קװאָרט. זי גיסט מיר אָן אין א גלאָז 
און ווינקט מיט אן אייגל: גִּ 

-- טרינק בראזשקע. ס'איז געשמאק. 

די בראזשקע צעטראָגט איבער דער גאנצער שטוב א רייעך פון האָניק. 

-- נעם, האָב קיין מוירע ניט. מײַן טאטע האָט זי ניט באוויזן אויסטרינקען. טרינק, װועסטו 
בעסער עסן. 
5 אק טרינק אויס אין איין אָטעם א גאנצע גלאָז בראזשקע און גרוניע גיסט גלײַך אָן א 
צווייטע. כ'נעם זיך נאָכאמאָל צום עסן און זי קוקט אף מיר מיט האנאָע. איך טרינק אויס די 


47 


צווייטע גלאָז און דערפיל א ווארעמקײַט אין אלע אייוורים. די װענט האָבן אזוי װי גענומען 
אָטעמען. עס האָט זיך מיך אָנגעהויבן טאָפּלען אין די אויגן. איך האָב פאר זיך געזען צוויי גרוניעס. 
נאָר איך שרעק זיך ניט. פארקערט, עס פארשאפט מיר פארגעניגן. איך וויל זיך אופהייבן פון 
טיש און קאָן ניט. די פיס זײַנען בא מיר אזוי װי די שטיינער. עס געפעלט מיר דאפקע. איך 
הייב אָן לאכן. גרוניע װײַזט אף מיר מיט א פינגער און שטיקט זיך אויך פאר געלעכטער. 

-- אוי, קאקאָי טי סמעשנאָייג 

איך וויל שוין ווערן ערנסט, פּלוצעם דערפיל איך, װוי גרוניע האָט מיך אָנגעכאפּט פאר דער 
פּאטלע. זי קוקט מיר ארײַן אין פּאָנעם און רייצט זיך מיט מיר: 

-- א, גוט אזוי? מיך האָסטו געמעגט טאסקען פאר די האָר? -- זי לאכט און זאָגט 
װוײַטער, -- דעמלט האָסטו מיט דײַנע קוקערלעך מיך געװאָלט אופעסן. איצט זאָג מיר, ס'איז 
גוט אזוי? גוט אזוי? : 

מיך ארט ניט, זאָל זי רײַסן פון מיר שטיקער. מיר איז אזוי גוט. איך נעם אָן גרוניעס הענט 
און קוק איר ארײַן אין צעהיצטן פּאָנעם: 

-- מיר װעט קיינער קיינמאָל ניט ברענגען קיין בריוו פונעם טאטן, מײַן טאטן האָט מען 
דערהארגעט. פארשטייסט, גרוניע, דערהארגעט... -- איך פיל, וי מײיַנע אויגן װוערן פול מיט 
טרערן, איך צעוויין זיך טאקע אזוי געשמאק. גרוניעס פּאָנעם ווערט פארקרימט, זי לייגט אני- 
דער מײַן קאָפּ אף איר אקסל און גלעט די פאטלע מײַנע. 

-- מע דארף ניט וויינען, מע דארף ניט... 

א פארשעמטער ויש איך אפגיך אויס די אויגן און נעם זיך אָנטאָן. גרוניע שטופט דערװײַל 
מיר אין די קעשענעס שאָנישקעס און קראליקעס. 

-- מע דארף ניט, מע דארף ניט, -- שרײַ איך. 

-- װער פרעגט עס בא דיר.. 

אין פירהויז האָט זי פון א פּאָליצע אראָפּגעכאפּט א שיסל און פון איר ארויסגעטרייסלט א 
פארשגייטן שטיק מילך-אײַז. זי האָט עס פלינק אײַנגעװיקלט אין א צײַטונג און ארונטעדגעשטופט 
מיר דאָס קאלטע פּעקעלע אונטערן אָרעם. 

ווען מיר זײַנען ארויס פון הויף, האָט גרוניע אָפּגעלאָזט דעם הונט פון דער קייט. זי איז 
ארײַנגעקראָכן אין די ליזשעס, געכאפּט די שטעקלעך און אוועק מיט מיר צוזאמען. 

מיר גייען ביידע שװײַגנדיק. זי קוקט אפן װײַסן שניי און זשמורעט די אויגן. אלע װײַלע 
ווארפט זי א בליק אף מיר. ארויסגעפירט מיך פון וואלד, האָט זי זיך אָפּגעשטעלט: 

-- איצטער װעל איך גיין באגעגענען די מאמע. -- זי הייבט אוף א פוס צוזאמען מיט דער 
ליזשע, פארווארפט זי אף רעכטס און דורך דער פּלייצע טוט זי הויך א זאָג: 

-- קום צו גיין נאָך צװײַגן. כ'האָב צוגעגרייט גוטע שפּענער. מיט א שליטעלע קום... 

וי א וויכער האָט זי זיך א ריס געטאָן פונעם אָרט, זיך געלאָזט בארג-אראָפּ. אונטער איר 
אײַנגעבויגן קליין קערפּערל האָט זיך אופגעהויבן א שניי-שטויב און זי איז פארשוונדן פון 
מײַנע אויגן. 

איך לויף אהיים. איצטער שמײַסט דער ווינט אין דער פלייצע. מיר איז גוט אפן הארצן. 

די מאמע און ליאָליען װעל איך אָנהאָדעװען מיט שאָנישקעס און קראליקעס. 

אפילע צו סימא װאָלפאָוונא װעל איך ארײַנשיקן א פּאָר געבעקסלעך. און מיטן שטיק 
אײַז, װאָס גרוניע האָט מיר געגעבן, װעל איך זיי װײַזן א קונץ, װי א קישעפמאכער, -- פאר- 
וואנדלען שניי אין מילך. 

איך בין אזוי פארטיפט געווען אין מײַנע געדאנקען, אז איך האָב ניט באמערקט, ווען איך 
בין געקומען אין דאָרף און זיך אָפּגעשטעלט לעבן דער קאשעווארקעס שטוב. פון זינט איך האָב 
אהער געבראכט די ,פּאָכאָראָנע", האָב איך זיך געסטארעט אױסמײַדן דאָס דאָזיקע הויז. איצט 
האָב איך א טראכט געטאָן: װאָס װאָלט, אשטייגער, געווען, איך זאָל אף א װײַלע ארײַנלויפן אהער. 
איך האָב דאָך פאר די קינדער אזעלכע גוטע זאכן. איך שפּרינג ארוף אפן גאנעק, וויל אָנקלאפן, 
נאָר די טיר איז גאָר אָפן. 

ווען איך בין ארײַן אין שטוב און די קינדער האָבן מיך דערזען, זײַנען זיי זיך צעלאָפן, 
װי די מײַזלעך. די עלטערע איז ארוף אף די פּאָלאטיעס, דאָס אנדערע מידעלע האָט זיך 
ארופגעכאפּט אפן אויוון, און דאָס ייַנגעלע האָט אופגעהויבן א גוואלד, געריסן די הענטלעך צום 
אויוון, דאָס שוועסטערל זאָל אים נעמען צו זיך. ער האָט געקוקט אף מיר מיט דערשראָקענע 
אייגלעך און געשריִען אף א קאָל, װי איך װאָלט אים װעלן קוילען. איך האָב אים אופגעהויבן און 
אונטערגעזעצט אפן אויוון. דער יאט האָט זיך דאָרטן פארוקט אין א ווינקל און איז שטיל געװאָרן. 


ג -- אוי, װי קאָמיש דו ביסט! 


3--02 28 


-- װוּ איז די מאמע? -- פרעג איך. 

--- ניט דײַן אייסעק, גיי פונדאנען. ׂ 

-- טוט א קוק, װאָס איך האָב אײַך געבראכט. -- איך נעם ארויס פון די קעשענעס עטלעכע 
געבעקסלעך און לייג זיי ארויס אפן טיש. די קינדער ווילן אפילע ניט קוקן אין מײַן זײַט. אין 
שטוב איז דאפקע ווארעם. עס הייצט זיך נאָך די פּליטקע און דער דיל איז אױסגעשײַערט, װי 
בא פעקליא איוואנאָוונא. 

אין א װײַלע ארום האָט זיך פונעם אויוון אראָפּגעהאנגען א קעפל מיט צוויי לאנגע צעפּלעך, 
צוויי בלויע אויגן האָבן זשעדנע געקוקט אפן טיש. 

די ערשטע איז אראָפּ אפן דיל די קליינע, װאָס האָט זיך באהאלטן אף די פּאָלאטיעס. זי 
איז צוגעלאָפן צום טיש און א פארװוּנדערטע זיך אליין געפרעגט: 

-- װאָס האָבן מיר זיך דאָ דערשראָקן? 

נאָך איר איז אראָפּגעשפּרונגען די בלוי-אויגיקע. 

-- פארזוכט, ס'איז געשמאק, -- האָב איך זיי אונטערגעגעבן כיישעק. 

וי נאָר די צוויי שוועסטערלעך האָבן אָנגעהױבן קײַען, האָט דאָס ייַנגעלע זיך גענומען שארן 
איבערן אויוון. ווען איך כאפ אים ניט אונטער, װאָלט ער געוויס אראָפּגעפאלן.. דער יאט איז 
ארופגעקראָכן אפן טיש מיט אלע פיר און מיט די הענטלעך אָנגעהויבן צונויפשארן אלץ, װאָס 
איז נאָך פארבליבן. 

מײַן געבעקס האָט געקלעקט די כעוורע אף איין צאָן. איך האָב אראָפּגענומען אן אליומיני- 
פענדעלע, װאָס איז געהאנגען אף דער וואנט, ארײַנגעלײגט אהין דעם שטיק אײַז און אוועקגע- 
שטעלט אף דער פליטע ווארעמען. װי נאָר כעוורע האָט דערזען, אז ס'איז מילך, זײַנען אין 
זייערע הענט אויסגעוואקסן קווערטלעך. 

איך האָב אױסגעלײידיקט ביידע קעשענעס. צעטיילט אלץ, װאָס איז בא מיר נאָך געבליבן, 
דאָס מילך צעגאָסן אין די קווערטלעך אלעמען פול וי אן אויג. מײַן מאמע און ליאָליע וועלן 
מוזן מיר מויכל זײַן. 

ווען איך האָב זיך שוין געקליבן גיין אהיים, האָט דאָס עלטערע מיידעלע מיר געזאָגט: 

--- דו ווייסט, װוּ די מאמע איז? זי האָט גענומען איר װײַס קאָפּטעלע מיט די שווארצע 
פּינטעלעך און אוועק אױסבײַטן עס אף קארטאָפל. 


22 


דער רועך האָט מיך הײַנט ארױיסגעיאָגט פון שטוב פריער װי אלעמאָל. איך האָב געװאָלט 
צולויפן צו אנא פּעטראָוונא, זיך דערוויסן וועגן דער יוגנט-פארזאמלונג, װאָס זי קלײַבט זיך דורכ- 
פירן, פרעגן, צי האָב איך אויך א שײַכעס צו אזא פארזאמלונג. איך אליין ווייס ניט, צי דארף 
איך זיך רעכענען פאר א יוגנטלעכן. 

װי נאָר כ'האָב געפרוווט פארקערעווען אין געסל, איז מיר אנטקעגן אָנגעקומען אן אל- 
טיטשקע. דערזען מיך נאָך פונדערװײַטן, האָט זי זיך אָפּגעשטעלט און אײַנגעגעסן זיך מיט די 
אויגן אין מײַן פּעלצל און אין די װאָליקעס. זי האָט אויסגעווארט, ביז איך האָב זיך דערנעענטערט 
צו איר, און מיט דער האנט א װײַז געטאָן, איך זאָל װײַטער ניט גיין. איך בין שטיין געבלֵיבְן. די 
אלטע איז ארומגעגאנגען ארום מיר און מיט ציטעריקע ליפּן גענומען שטאמלען: 

--- וויי איז מיר, וויי איז מיר! -- טוט זי א פּליעסקע מיט די הענט. -- אוי, אָט כאלעש איך... 
מײַן איבראגימקעס װאָליקעס. אונדזער פּעלצל! 

זי טרייסלט מיטן קאָפּ און גוואלדעוועט, װײַזנדיק מיט די הענט אף די װאָליקעס. 

--- ווּ האָסטו זיי גענומען?! אײַ, אײַ, אײַ, װוּ האָסטו גענומען? 

אין דעם , אײַיאײַ-אײַ? האָב איך פארשטאנען, אז דאָס האָט עפעס א שײַכעס צו אילדוסן, 
און זאָג איר טאקע גלײַך: 

-- אילדוס האָט מיר געבראכט. 

אז זי טוט מיט ביידע פויסטן זיך א קלאפּ אין קאָפּ, אז זי צעשרײַט זיך עס: 

-- א ליגן! אײַ, אײַ, אײַ, געגאנװועט: אילדוס -- גאנעוו, דו -- גאנעוף -- זי האָט זיך אײַג- 
געקלאמערט אין מיר, אָנגעהױבן מיך טרייסלען און ניט אופגעהערט שרײַען: 

-- שוין זאָלסטו אױסטאָן: מענטשן, ראטעװועט: ראטעװועט! -- זי טוט מיך א שטופּ מיט 
אן אומדערווארטן קויעך און וואלגערט מיך אום אין שניי. מיט קאס שלעפּט זי פון מיר אראָפּ 
די װאָליקעס און איז שוין גרייט זיך נעמען צום פּעלצל אויך, נאָר איך טו זי א שטויס אָפּ פון 
זיך, שלעפּ אליין אראָפּ דאָס פּעלצל, טו עס איר א שלײַדער אין פּאָנעם ארײַן. 

א הוילער, לאָז איך זיך לויפן. פאר די אויגן זע איך גאָרניט. איך הער נאָר, װי די אלטע 


49 


גוואלדעוועט און רופט מענטשן. אף דער גאס װוערט א טומל. דוכט זיך, עמעצער לויפט מיר נאָך, 
נאָר איך טראָג זיך, פיל די ערד ניט אונטער זיך. מיר איז אלציינס, װוּהין איך לויף, אבי ניט 
הערן דאָס געשריי. מיר װײַזט זיך אויס, אז מע גוואלדעוועט פון אלע זײַטן. איך שפּרינג אריבער 
א נידעריקן פּלױט, לויף אוועק מיטן פארשנייטן גאָרטן צום טראקט צו. דאָס גאנצע דאָרף איז אף 
די פיס. מע האָט פון אלע זײַטן געשריִען, מע זאָל מיך כאפּן, מיך ארײַנשלעפּן אין א שטוב, אניט 
װעל איך דערפרוירן װערן. נאָר איך שטעל זיך ניט אָפּ. איך לויף, װי א געטריבענער הונט, איך 
וויל פארקערעווען אין וואלד, נאָר א שליטן שנײַדט מיר איבער דעם וועג. איך פארקערעווע 
רעכטס און לאָז זיך צום טײַך. דאָ דערהער איך טאראס אנטאָנאָװיטשעס געשריי: 

--- שטיי, שטייי 

ניין, איך װעל זיך ניט אָפּשטעלן, איך װעל זיך ניט אָפּשטעלן! איך לויף צום טײַך... 

פלוצעם האָב איך דערפילט, װי עמעצער האָט מיך א שטופּ געטאָן. אָפּגעלאָפן נאָך עטלעכע 
שפּאן, בין איך אומגעפאלן. לעבן מיר איז א פארסאָפּעטער געשטאנען טאראס אנטאָנאָװיטש. 

-- ווילדע בריַע! --- ער האָט מיך א נעם געטאָן אף די הענט און ארײַנגעװאָרפן אין שליטן, 
מיך איבערגעדעקט מיט זײַן פּעלץ און הײַדא. 

טאראס אנטאָנאָװויטש האָט מיך געבראכט צו זיך אהיים. איך זיץ אף דער באנק און בעט 
זיך בא אים, ער זאָל מיך אָפּפירן אהיים. צעשרײַט ער זיך אף מיר: 

-- וועסט אמאָל אנשוויגן װוערן? -- און דער באבקע זײַנער באפוילט ער: 

-- טראָגט ארײַן א שיסל שניי, נאָר גיכער, און הייצט אײַן די באָד. 

טאראס אנטאָנאָװויטש האָט געריבן מײַנע פיס מיט שניי, געריבן מיט אלע קויכעס. די פיס 
ברענען, װי מע װאָלט זיי אָנגעשמיסן מיט קראָפּעװע. 

נאָך דער באָד האָט די באבקע מיך באלייגט אין בעט, מיך אָנגעפּועט מיט הייסן מילך 
מיט האָניק. דערנאָך האָט זי מיר אײַנגעריבן דאָס לײַב מיט עפּעס א שמעקנדיקער פּליסיקײַט. 
מע האָט מיט מיר געטאָן, װאָס מע האָט נאָר געװאָלט, און איך האָב געמוזט שװײַגן. איך האָב 
מוירע געהאט א קוק געבן אף טאראס אנטאָנאָװויטשן, װאָס איז אלע מאָל צוגעגאנגען צו מײַן בעט. 
ער איז געווען בייז און אָנגעכמורעט, וי א װאָלקן. 

אפדערנאכט, ווען איך האָב זיך אופגעכאפּט פון שלאָף, האָט אפן טיש געברענט א לעמפל. 
אף מײַן געלעגער איז געזעסן די מאמע. איך האָב א שלײַדער געטאָן פון זיך די קאָלדרע און זיך 
אופגעזעצט: 

--- מאמע, -- זאָג איך, --- דו ווייסט דאָך, אז איך האָב ניט געגאנוועט. זאָג עס טאראס 
אנטאָנאָװיטשן. 

--- ליג דאָרטן אײַן, --- האָב איך דערהערט טאראס אנטאָנאָװיטשעס קאָל. ער איז געזעסן אף 
אונטערגעבויגענע פיס און געלאָזט דעם רויך פון זײַן ציגײַער אין דעם אָפענעם טירל פון דער 
ברענענדיקער הרובע. 

די מאמע האָט מיך אנידערגעלייגט און אײַנגעדעקט מיט דער קאָלדרע. זי האָט געטאפּט 
מיט דער האנט מײַן שטערן און שטיל געשעפּטשעט: 

-- שלאָף, שלאָף. 

כ'האָב צוגעמאכט די אויגן, נאָר שלאָפן האָב איך ניט געקאָנט. איך הער, וי טאראס אנטאָ- 
נאָװויטש זאָגט דער מאמען, אז אינדערפרי װעט ער שיקן נאָך א דאָקטער. װײַזט אויס, איך בין 
טאקע פארשלאפט געװאָרן, מיר טוט גאָרניט וויי. נאָר אין קאָפּ זשומעט, וי איך װאָלט זיך אָנ- 
געטרונקען מיט בראזשקע. 

איך ווייס ניט, צי איך בין געשלאָפן, צי ניט. דער לאָמפּ איז אײַנגעדרײט. אף דער סטעליע 
ציטערט א קליין רעדעלע שײַן. די מאמע איז שוין לעבן מיר ניטאָ. װייַזט אויס, זי איז אוועק 
אהיים. פון קיך דערטראָגט זיך טאראס אנטאָנאָװיטשעס הוסטן. איך ער װאָס אמאָל גרינגער 
אין װאָג און לופטיקער. מיר װײַזט זיך אויס, אז איך בין לײַכט, װי א שנייעלע. דאָס קלענסטע 
זוינטל װעט מיך אופהייבן און אװעקטראָגן. און אָט שוועב איך טאקע איבער װועלדער, איבער 
טאָלן. פון ערגעץ דערטראָגט זיך דאָס שפּילן פון א ראָיאל... איך לויף איבער אונדזערע טרעפּ. 
איך לויף צו דער טיר א קוק טאָן, װער עס שפּילט. נאָר עס זײַנען אויסגעוואקסן אזויפיל טרעפּ, 
עפשער אף הונדערט שטאָק דארף איך ארופקלעטערן, ביז איך װעל זיך דערקלײַבן צו נעטעס 
טיר. אָבער הערן הער איך בוילעט יעדער קלאנג. די מוזיק טראָגט מיך אװעק אין א גרויסן 
סטעפּ. אנטקעגן מיר יאָגט נעטע מיט אויסגעשטרעקטע הענט. אוי, נעטע, איך האָב דיך אזוי לאנג 
ניט געזען. דו לעבסט? און זי רוימט מיר אײַן א סאָד: -- איך לעב, איך לעב. איך האָב זיך 
אויסבאהאלטן אינעם זיידנס װיַאָלאָנטשעל. מיר איז אלציינס, אבי זי לעבט. איך לויף מיט איר אין 
פעלד און װײַז איר די אויסגעשטעלטע קאָפּנעס. איך זאָג איר, אז דאָס האָב איך זיי צונויפגעלייגט. 
צי ווייסט זי כאָטש, וויפל ווייץ מע װעט אָנמעלײצען פון די קאָפּנעס. פלוצעם דערהער איך א 


50 


הודען פון אעראָפּלאנען. זיי פליען אזוי נידעריק, אז די שאָטנס פון די שווארצע ציילעמס האָבן 
שווארץ געמאכט די גאנצע ערד. ס'האָבן זיך א שאָט געטאָן באָמבעס. מײַנע שטרויענע שטיבלעך 


זי זאָל מיך הער: 

-- האָב קיין מוירע ניט, נעטע, האָב קיין מוירע ניט. 

אינמיטנדערינען דערפיל איך דער מאמעס הענט אף מײַן קאָפּ. זי ועקט מיך מיט א דער- 
שראָקן קאָל: 

--- װאָס איז מיט דיר, בעניע, װאָס שרײַסטו? 

אוי, גוט, װאָס עס איז בלױז א כאָלעם. די קאָפּנעס זײַנען ניט פארברענט געװאָרן. מיר 
האָבן אזויפיל ווייץ אָנגעדראָשן. איך אליין האָב דאָך די טװוּע געפירט אף דער סטאנציע, אף 
מײַנע פּלײיצעס געטראָגן די קליינע, שמאָלע זעקלעך. איבעראיאָר װעל איך שוין קאָנען טראָגן 
גרויסע אויך. 

ס'האָט א סקריפּע געטאָן די טיר, אף דער שװעל האָט זיך באוויזן ליאָליע: 

-- סאָפא אראָנאָוונא, איך האָב געבראכט דעם גראדוסניק. 

איך האָב באמערקט, אז הינטער דעם פענצטער דרייט זיך עמעצער ארום. מיר דוכט זיך, 
אז ס'איז אילדוס. ער האָט, װײַזט אויס, מוירע ארײַנגיין. זײַן שאָטן לויפט ארום איבער דער 
סטעליע הין און צוריק. איך זעץ זיך אוף און צעשרײַ זיך אף א קאָל: 

-- אילדוס, קום ארײַן! -- און צו ליאָליען זאָג איך מיט קאס: --- װאָס שטייסטו, גיי ברענג 
אים אהער. 

ליאָליע איז ארױסגעלאָפן פון שטוב. אין עטלעכע רעגעס ארום איז פאָרזיכטיק, אף די 
שפיצפינגער, ארײין אילדוס. ער איז געבליבן שטיין בא דער שוועל, די אייגלעך זײַנע האָבן זיך 
קיין אָרט ניט געקאָנט געפינען. מיטאמאָל האָט ער זיך אויסגעקערעװועט צו דער טיר, פארשטעלט 
דאָס פּאָנעם מיט ביידע הענט און אָנגעהויבן צוקן מיט די אקסל. 

-- א... א... מאכשייפע מײַן באָבע. אײַ, אײַ, אײַ, א מאכשייפע. 

די מאמע האָט אים אָנגענומען פאר די אקסל און געסטארעט זיך אים בארויַקן: 

-- נו, גענוג, מע דארף ניט, אילדוס. 

ער האָט זי אַנגעכאפּט פאר ביידע הענט און מיט טרערן אין די אויגן געטײַנעט: 

-- מײַן מאמע דערלויבט... איך געבעטן זי, אײַ, אײַ, אײַ, געבעטן... דערלויבט, יאָ, די 
מאמע מײַנע. די באָבע א מאכשייפע, די באָבע... 


ווען טאראס אנטאָנאָװיטש האָט געבראכט דעם דאָקטער, האָט מען אילדוסן מיט ליאָליען . 


ארויסגעשיקט פון צימער. דער דאָקטער האָט געווארעמט די הענט בא דער הרובע און ניט 
אראָפּנעלאָזט די אויגן פון מײַן געזיכט. ווען ער איז צוגעגאנגען צו מיר, האָט זײַן בערדל א 
ציטער געטאָן און ס'האָט זיך דערהערט א דין קעלעכל: 

-- אנו, צירקאטש, באװײַז זיך נאָר. װאָט טאק. 


23 


איצטער בין איך וי אפסנײַ געבוירן געװאָרן. עמעס, איך ליג נאָך צו בעט, נאָר איך בין 
שוין א מענטש. ווען מע לאָזט מיך, גיי איך אראָפּ פון געלעגער. 

די מאמע זאָגט, אז ווען טאראס אנטאָנאָװיטש װאָלט ניט געווען געפאָרן קיין טשעליאבינסק 
און ניט געבראכט קיין סולפידין, ווייסט זי ניט, װאָס עס װאָלט מיט מיר געווען. נאָר אילדוס 
דערציילט, אז גרוניע האָט גאָר געבראכט א רעפוע, װאָס איר מאמע האָט צוגעגרייט פון גע- 
וויקסן, און די דאָזיקע רעפוע האָט געהאָלפן. איך גלייב בעסער אילדוסן. 

מע דערציילט מיר אויך, אז דאָ זײַנען געווען אנא פּעטראָוונא, שאבע און סארא אבראמאָוונא. 
סימא װאָלפאָוונא איז עטלעכע נעכט אָפּגעזעסן לעבן מײַן בעט איניינעם מיט דער מאמען. און 
איך ווייס פון גאָרניט. איך מיין, אז איך בין ערשט נעכטן פארשלאפט געװאָרן. 

איך האָב אָנגעהױבן באמערקן, אז טאראס אנטאָנאָװיטש איז געװאָרן צו היימיש מיט מײַן 
מאמען. עס מאכט זיך, אז ער לייגט פאָרזיכטיק ארוף זײַן האנט אף איר אקסל, דעמלט הייבט די 
מאמע אוף אף אים א פּאָר אויגן, קוקט אף אים, פּונקט װי זי װאָלט דערזען א שטראלנדיקע 
זון. אזוי האָט זי פריער געקוקט נאָר אף מיר. עס מאכט זיך, ווען איך כאפּ זיך אוף פון שלאָף, 
באמערק איך, אז די מאמע איז ניטאָ אף איר געלעגער, זי זיצן גאָר ביידע אין קיך. די טיר איז 
צוגעמאכט, נאָר א שמאָל פאסיקל שײַן קריכט ארײַן צו מיר אין צימער. זי ריידן שטיל, היטן 
זיך אופוועקן די באבקע, װאָס שלאָפט אפן אויוון. זיי סטארען זיך, װײַזט אויס, אויך, אז איך 
זאָל ניט הערן. נאָר טאראס אנטאָנאָװויטשעס קאָל ברומט סײַװי, פּונקט װי א גראָבע סטרונע. 


1 


הײַנט האָב איך ניט אויסגעהאלטן, בין אראָפּ פון בעט און אף די שפּיצפינגער זיך צוגע- 
גאנוועט צו דער טיר. זי זיצן ביידע באם טיש, איינס אנטקעגן אנדערן, אפן טיש ליגט א גרויסע 
גלאנצנדיקע ציבעלע. ליגט א ציבעלע, זאָל זי זיך ליגן. איז ניין, פריִער נעמט די מאמע זי אין 
די הענט, שארט איבערן טיש, און ער, טאראס אנטאָנאָװיטש, פאָרט מיט זײַן לאנגער האנט אלץ 
נעענטער און נעענטער און נעמט צו בא איר די ציבעלע. דעמלט פירט אֶפּ די מאמע איר האנט 
אין א זײַט. טוט טאראס אנטאָנאָוויטש א קײַקל די ציבעלע צו דער מאמען. נעמט זי װוידער די 
ציבעלע, טרייסלט זי אונטער אף דער דלאָניע, װי זי זאָל װעלן וויסן, וויפל זי וועגט. װי די 
קליינע קינדער שפּילן זיי זיך. סאָפּקאָלסאָף לייגט טאראס אנטאָנאָװיטש אוועק זײַן שווערע האנט 
אף דער מאמעס האנט און פארפּרעסט זי אין זײַן פויסט צוזאמען מיט דער ציבעלע. די מאמע 
לאָזט אראָפּ דעם קאָפ, נאָר די האנט נעמט זי ניט צו. ווען איך קאָן, צעברעקל איך די מיַעסצ 
ציבעלע, עס זאָל זיי פארגיין אין די אויגן, אז זי זאָלן ניט קאָנען אזוי קוקן איינס אפן צווייטן, 

אף מאָרגן האָב איך אָנגעהױבן פאָדערן, די מאמע זאָל מיך נעמען אהיים. איך וויל דאָ מער 
ניט זײַן. 

די מאמע האָט מיך אָפּגערעדט, --- איך טאָר נאָך ניט אראָפּגײן פון בעט. 

אפן צווייטן טאָג האָט ליובאשע מיר געבראכט א פּעלצל מיט א פּאָר װאָליקעס. זי האָט 
געזאָגט, אז דאָס האָט די בריגאדע מיך פּרעמירט. נאָר איך האָב גוט פארשטאנען, אז דאָס איז 
טאראס אנטאָנאָװיטשעס ארבעט. גלײַך װי ליובאשע איז אװעק, האָב איך געזאָגט: 

-- איצטער װעל איך טאקע קאָנען גיין אהיים. 

טאראס אנטאָנאָװיטש האָט מיך אָפּגעמאָסטן מיט זײַן בליק װי גרויס איך בין, און ארײַנ- 
געזאָגט אזוי װי ער קע 

-- ניע באלוּי. אָט דאָ װעט זײַן דײַן היים. 

ס'האָט מיך אזש א טראָג געטאָן פון בעט. כ'האָב א שלײַדער געטאָן פון זיך די קאָלדרע, 
אראָפּ פון געלעגער. מיט אלע קויכעס האָב איך צונויפגעפּרעסט די פויסטן און אױיסגעשריַען 

-- קיינמאָל ניט: קײינמאָל אין דער וועלט ניט! 

די מאמע איז צוגעלאָפן צו מיר, מיך ארומגענומען מיט ציטעריקע הענט, און שטארק 
צוגעדריקט צו זיך: 

-- בארויָק זיך. וויאזוי איז דיר ניט קיין ביזויען? 

טאראס אנטאָנאָװיטש איז געװאָרן בלייך און 


גע : יבן שטיין מיט אן א גק קאָפ. 
איך בין צוריק ארײַנגעשפּרונגען אין בעט און זיך אי 1 


ערגעדעקט מיט דער קאָלז דרע 


איצט בין איך שוין אין דער היים. דאָ פיל איך זיך א סאך בעסער. 

באטאָג איז צו מיר געקומען שאבע. ער איז געשטאנען בא דער הרובקע און געווארעמט 
די הענט. 

-- איך בין שוין אויס פּאָטשטאר, -- זאָגט ער, -- איך װעל זיך ווידער שטעלן צו דער 
ארבעט אין קוזניע. װאָס זשע, ס'איז פאר מיר א זאך האָבן צו א מיט די קאָנװוערטלעך? -- ער 
איז צוגעגאנגען צו מײַן טאָפּטשאן, געקוקט א װײַלע און געפרעגט 

-- וי פילסטו זיך עפעס, הא, בעניע? צײַט א טראכט טאָן וועגן א טאכלעס. פארשטייסט, 
א מענטש, װאָס קען האלטן א האמער אין דער האנט, װעט אינערגעץ ניט פארפאלן ווערן. 

-- איך װעל דען קענען? 

-- װאָס הייסט קענען? קאָװעלס װוערן דען געבוירן? איך װעל דיך לערנען. טאראס אנטאָ- 
נאָוויטש האָט שוין אוועקגעשיקט אף דער סטאנציע פינף פורלעך נאָך קוילן. א וואזשנער באלע- 
באָס אָט דער פאָרזיצער. ס'איז טאקע שוין צײַט זיך נעמען צום רעמאנענט. װאָס זשע זאָגסטן. 
בעניע, מיר װעלן זיך נעמען צו דער ארבעט? 

-- פארשטייט זיך, --- זאָג איך. 

-- און ער, -- טוט שאבע א מאך מיט זײַן גרויסן קאָפּ, -- טאראס אנטאָנאָװיטש, זאָגט 
מיר: נעם צו זיך בעניען, ער איז א פארשטאנדיקער כעוורעמאן... הע, ער דארף מיר דערציילן.. 
יאָ, דו ווייסט, װאָס ער זאָגט צו? יעדן טאָג געבן א קילאָ ברויט דעם, ער עס װעט ארבעטן אין 
קוזניע. 

אלץ איז גוט: אי װאָס שאבע וויל מיך לערנען פאר א קאָװעל, אי דאָס באקומען א קילא 
ברויט. נאָר פארװאָס דארף עפּעס טאראס אנטאָנאָװיטש זיך זאָרגן פאר מיר? 


2 


4 


24 


ס'איז שוין אָנהײב פרילינג, נאָר גאנצפרי איז די לופט נאָך פראָסטיק און שמעקט, פּונקט 
דוי א צעשפּאָלטענער קאלטער צײַטיקער קאוון. 

דער שניי זעצט זיך, און די שטיבלעך וערן װאָס אמאָל גרעסער. אין א זוניקן טאָג באװײַזן 
זיך קליינע קאליוזשקעס, אין זי שפּיגלען זיך גאנצע שטיקער הימל, אָבער באלד װי די זון 
קערעוועט זיך אָפּ אין א זײַט, אזוי ווערן זיי גלײַך פארגלאָזט און טרעשטשען אונטער די פיס, 
דוי גלאָז. 

שוין דער דריטער כוידעש, אז איך ארבעט אין קוזניע. נאָר מיר װײַזט זיך אויס, אז ערשט 
נעכטן בין איך געקומען אהער. דעמלט האָט געווייעט א בוראן, דער ווינט האָט געוואלגערט פון 
די פיס און איך מיט שאבען האָבן געײַלט צום עק דאָרף, צו דער קוזניע. פארווייעט און פארטראָגן 
איז געווען דער וועג, שניי ביזן האלדז, די קוזניע איז געווען פארשאָטן ביזן דאך. מע האָט בא- 
דארפט אָפּווארפן א גאנצן בארג שניי, קעדיי זיך דערקלײַבן צום ארײַנגאנג. װאָס האָבן מיר גע- 
קאָנט טאָן מיט דעם דאָזיקן בארג, אז מיר האָבן אפילע קיין לאָפּעטעס ניט געהאט? 

-- נו, װאָס טוט מען, הא? אז מע האָט קיין סייכל ניט... 

דערפאר האָט קיין סייכל ניט געפעלט טאראס אנטאָנאָװיטשן. אומגעריכט איז צו דער 
קוזניע צוגעפאָרן א פולער שליטן מיט װײַבער, מע האָט געבראכט מיט זיך לאָפּעטעס און אלע 
האָבן זיך א נעם געטאָן אָפּווארפן דעם שניי. 

וי נאָר שאבע איז ארײַן אין קוזניע, איז ער געװאָרן גאָר אן אנדער מענטש. ער האָט זיך 
אױסגעגלײַכט, געװאָרן העכער. ניט לאנג געטראכט, האָט ער אראָפּגעװאָרפן דעם מאנטל, ארופ- 
געכאפט אף זיך דעם לעדערנעם פארטעך, װאָס איז געהאנגען אפן סלופּ, און א ברום געטאָן: 
צעלייגן פּײַער! אינגיכן האָט פונעם האָרן א זעץ געטאָן א רויך. מיט פארגעניגן האָט שאבע 
אייַנגעזאפּט אין זיך דאָס גערוך פון קוילן. באטראכט דאָס געצײַג, האָט ער אומצופרידן א דריי 
געטאָן מיטן קאָפּ, מיט כשאד א קוק געטאָן אף עפּעס א האמער און אים אָפּגעװאָרפן אין א זײַט. 
ניין, ס'איז ניט פאר אים אזא האמער. טייקעף האָט ער אָפּגעזוכט אינעם אײַזןזברוך א קוואדראטן 
שטיק שטאָל און עס ארײַנגערוקט אין האָרן. בלאָזנדיק דעם זאק, האָט ער דערזען איינעם פון 
די קלענערע האמערס, װאָס האָבן זיך געוואלגערט אף דער ערד, און באפוילן מיר אים נעמען 
אין די הענט. 

מײַן קלאפּן מיטן האמער איבער דעם צעגליטן שטיק שטאָל האָט ניט געטויגט, און שאבע 
האָט זיך אָפּגעזאָגט פון מײַן הילף. איך האָב אָפּעטעמען ניט געקאָנט. מיט פארדרוס האָב איך 
אָפּגעשלײַדערט דעם האמער, װאָס האָט מיר שיר ניט ארויסגעריסן די הענט. שאבע האָט געארבעט 
מיט האנאָע, געקרעכצט פון פארגעניגן, געקלאפּט מיטן האמער, אז פונקען זײַנען געפלויגן. 

ווען מיר האָבן צונויפגעלייגט דאָס געצײַג און אופגעראמט, איז אין קוזניע געװאָרן ליכטי- 
קער און ווארעמער, כאָטש די גרויסע טיר, װי א טויער די ברייט, איז געווען צעפּראלט. 

אפן צווייטן טאָג האָט זיך אהער ארײַנגעשטעלט ניקאנאָר דער האמער-קלאפער. מײַסע- 
באלעבאָס האָט ער זיך ארומגעקוקט, באטראכט, װאָס איז דאָ פאָרגעקומען אין זײַן אָפּװעזנהײַט, 
נאָכדעם א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ צו אונדז ביידן און מיט א פארטויבט קאָל געזאָגט: 

-- א גוטהעלף. 

ניקאנאָר איז טויב, װי די וואנט. אז מע רעדט צו אים, שטעלט ער אָן א פּּאָר שווארצע, 
קײַלעכיקע אויגן, קוקט גלײַך אין מויל ארײַן. לוט די באוועגונגען פון די ליפּן פארשטייט ער, 
װאָס מע רעדט צו אים. 

ניקאנאָר איז א סוטולעוואטער, נאָר א ברײטפּלײציקער און װוּקסיקער מענטש. די שווארצ- 
לעכע באָרד זעט אויס, װי א זאסטעפּ. פון אָנהײיב איז ניקאנאָר געווען ניט צופרידן, װאָס שאבע 
האָט זיך גענומען איבערמאכן דאָס געצײַג. נאָר צוגעקוקט זיך צום אלטנס ארבעט, ויאזוי דער 
קאָװעל גיט אונטער היץ דעם האמער-קלאפּער ניט נאָר מיטן קלונג פון זײַן האנט-העמערל איבער 
דער קוּוואלדע, נאָר אויך מיט א שאָקל פונעם קאָפּ און א װוּנק מיטן רעכטן אויג, האָט ניקאנאָר 
פארשטאנען, װאָס פאר א באלמעלאָכע שאבע איז, און מער שוין גאָרנישט ניט דערווידערט. 

ווען דער פריילעכער קלאנג פון דער קוזניע האָט זיך צעטראָגן איבערן דאָרף, איז געקומען : 
צו לויפן טאראס אנטאָנאָװויטש. ער האָט דערלאנגט שאבען א האנט און צו אונדז אלעמען געזאָגט: 

-- אין א גוטער שאָ. 

טאראס אנטאָנאָװיטש האָט זיך נאָכדעם באגריסט מיט ניקאנאָרן, מיר האָט ער אויך אויס- 
געשטרעקט א האנט, באטראכט פון קאָפּ ביז די פיס, גאָרנישט ניט געזאָגט און מער שוין אף 
מיר ניט געקוקט. 

מײַן ארבעט האָט געדארפט זײַן בלאָזן דעם זאק. נאָר איך האָב באוויזן ניט מער, װוי ארויס- 


3 


גראָבן פון שניי די באָראָנעס מיט די אקערס, װאָס זײַנען געווען אָנגעוואלגערט הינטער דער 
קוזניע. איך פלעג קומען צו לויפן פריַער פון אלעמען, קעדיי צעלייגן פּײַער אין האָרן. אף שאבען 
האָט מיך פארדראָסן: אבי ער האָט צוגעזאָגט, אז ער װעט מיך לערנען. דער אלטער האָט בא א 
געלעגנהײַט געגעבן מיר אָנצוהערן: 

-- אז איך בין אָנגעקומען צום קאָװעל פון אונדזער דאָרף פאר א לערניינגל, האָב איך א 
גאנץ יאָר געטראָגן וואסער אין שטוב ארײַן און געניאנטשעט די קינדער. ערשט נאָכדעם... 

עס איז טאקע געקומען דער טאָג, װען שאבע האָט מיך אוועקגעשטעלט צום ווארשטאט, 
אף וועלכן ס'זײַנען געווען צוגעפעסטיקט די באָר-מאשין און די קלאמערן. ער האָט ארויסגעלייגט 
דרײַ פײַלן -- א קײַלעכיקע, א דרײַעקיקע און א פלאטשיקע, -- א זובילע מיט א האמער 
און געזאָגט: 

-- אָט דאָס איז דײַן געצײַג. װועסט עס אָפּהיטן, וועט עס דיר געטרײַ דינען. -- דערבײַ האָט 
ער מיך געװאָרנט, איך זאָל זיך ניט דערשרעקן, װען איך װעל כאפּן א נערעק מיטן האמער 
איבער די פינגער -- פון אזא קלאפּ שטארבט מען ניט. 

פארשטייט זיך, איך בין ניט געשטאָרבן, נאָר אז איך האָב געכאפט מיטן האמער א זצץ 
אינעם ביינדל פונעם װייַזפינגער, האָב איך דערזען די באָבע פון יענער-וועלט און עס האָט מי 
באגאָסן א קאלטער שווייס. וויי, וויי, וויפל נערעקעס עס האָט ארײַנגעכאפט מײַן לינקע האנט! 
זי איז געווען אינגאנצן באפארבט מיט סיניאקעס. קעדיי די מאמע זאָל ניט זען מײַן צעקאליץ- 
טשעטע האנט, פלעג איך זי באהאלטן אונטערן טיש. 

די מאמע האָט געמיינט, אז איך האָרעװע זיך איבער אין קוזניע. נאָר געהאָרעװעט אינדער- 
עמעסן האָט זי. גאנצע טעג פירן הני, צי פארהאלטן דעם שניי אף די פעלדער איז ניט פון די 
גרינגע זאכן. װאָס פאר א וװוערט אָבער האָט געהאט מײַן ארבעט, אז איך האָב ניט געקענט װי 
געהעריק אָפּפײַלן אפילע א הײַקע. איך פלעג פּײַלן אזוי לאנג, ביז שאבע פלעגט א זאָג טאָף 

-- גענוג שוין. װעסט נאָך צעפײַלן די לאָך. 

אז ער האָט באמערקט, ויַאזוי איך האלט דעם האמער, פלעגט ער אָנהייבן שרײַען: 

--- קוועטש ניט אזוי, ועסט נאָך דערווערגן דעם האמער. 

מיט יעדן טאָג איז מיר אָבער געװאָרן גרינגער. איך האָב שוין געקענט פון א גראָבן שטיק 
בלעך אויסהאקן א שארניר פאר דער זייעלקע, אים צופּײַלן, צופאסן און מיט דער באָר-מאשין 
אויסבויערן די לעכלעך. 

אין א צײַט ארום האָט שאבע ספּעציִעל פאר מיר געמאכט א האמער, א / זאָל קאָנען 
קלאפּ געבן איניינעם מיט ניקאנאָרן. קעדיי אָפּציֶען א לעמעך אָדער אָפּקאָווען א נײַעם, האָט מען 
באדארפט א מעלייצע טאָן אינדרײַען. איך פלעג קלאפן, ביז ס'פלעגט מיר פינצטער ווערן אין די 
אויגן. אין יענע טעג בין איך נאָך דער ארבעט געגאנגען אהיים, װי א שיקערער, מיר האָט זיך 
אפילע עסן ניט געװאָלט. מײַן איינציקער באגער -- װאָס גיכער זיך אנידערלייגן שלאָפן. 

איצט איז גאָר עפּעס אנדערס. יענע ווינטערדיקע טעג זײַנען פארבײַי. איך קוק אף די אָפגע- 
רעמאָנטירטע אקערס, באָראָנעס און זייעלקעס, װאָס זײַנען אויסגעשטעלט לעבן דער קוניע, 
גרייט אָנהײבן די ארבעט אין פעלד, און איך האָב פארגעניגן, װאָס איך עס ניט אומזיסט דעם 
קילאָ ברויט מיטן ליטער מילך. מײַנע הענט זײַנען געװאָרן קרעפטיק, װי דער אָנקומענדיקער 
פרילינג, װאָס פרעסט אוף דעם שניי, פרישט אָפּ די ערד, ווארעמט די לופט. 

די טעג װערן גרעסער. נאָך דער ארבעט כאפּ איך זיך ארײַן צו דער קאשעווארקע. פארן 
ווינטער זײַנען אלע דרײַ קינדערלעך אָפּגעשוואכט געװאָרן. דאָס קליינע ייִנגעלע, װאָס פלעגט 
די לעצטע צײַט מיך באגעגענען מיט פרייד, ליגט איצט קראנק אפן אויוון און האָט אפילע קיין 
קויעך ניט אױסציִען צו מיר זײַנע דארע הענטלעך. אז איך באװײַז זיך נאָר אף דער שוועל, ווערט 
אין שטוב א יאָמטעװ, זיי ווייסן, די כעוורע, אז איך קום צו זיי ניט מיט קיין ליידיקע הענט. נאָר 
װאָס פאר א װערט האָט בא זיי דער האלבער ליטער מילך, װאָס איך פלעג פאר זיי אָפּשפּאָרן 
דאָס שטיקל ברויט, װאָס איך פלעג זיי ברענגען! די קאשעווארקע דרייט זיך ארום איבערן שטוב 
מיט אױיסגעלאָשענע אויגן. װײַזט אויס, אז זי איז נאָך ביז איצט צו-זיך ניט געקומען, פון זינט 
דער מאן אירער איז אומגעקומען. 

און איך האָב פארטראכט דורכריידן זיך מיט טאראס אנטאָנאָװיטשן וועגן דער קאשעווארקע. 
עמעס, ס'איז איצט ניט אזוי לײַכט צו פאקן אים. אָט איז ער אװעקגעפאָרן אין דער מאשין- 
טראקטאָרישער סטאנציע, אָט האָט ער אװעקגערײַט אף דער נאפט-באזע, צי אין ראיקאָם. איך 
האָב געפּױעלט בא זיך גיין צו אים אהיים, 

ווען איך בין ארײַן, האָט טאראס אנטאָנאָװויטש זיך אופגעהויבן פון בעט, אוועקגעשטעלט 
אפן פענצטער די פלאש הייסן וואסער, מיט וועלכער ער האָט געווארעמט דעם בויך, און געבעטן 
מיך זעצן זיך. איך האָב באמערקט, אז ער איז געװאָרן אומרויִק. ער האָט זיך איבערגעזעצט 


א 
א 


4 


שז" 


פון איין אָרט אפן צווייטן, פארגעסן ארײַנשטעקן די באָרװעסע פיס אין די װאָליקעס, ניט פאר- 
שארט דעם געקרײַזלטן טשוב, װאָס האָט אויסגעזען, װי א גרײַצער און איז אראָפּגעהאנגען 
קימאט ביזן מויל. 

איך נעם זיך אָן מיט מוט און זאָג; 

-- טאראס אנטאָנאָװיטש, די קאשעווארקע, די קינדער אירע, האָבן ניט װאָס צו עס. -- 
מער האָט מיר קיין לאָשן ניט געקלעקט. 

טאראס אנטאָנאָװויטש איז אופגעשטאנען פון אָרט און גענומען ארומשפּאנען א באָרװעסער 
איבערן שטוב. ער האָט געשפאנט לאנגזאם און נאָכדעם זיך אָפּגעשטעלט לעבן מיר. 

-- ניט גוט, ברודערקע, ניט גוט. ערשט פאראכטאָגן האָב איך איר אויסגעשריבן צוויי פּוד 
קארטאָפל. און אנא פּעטראָוונא האָט, דוכט זיך, איר אָפּגעטראָגן א ביסל גרױיפּן. 

איך האָב שוין געמיינט, אז איך װעל אוועקגיין מיט דעם, מיט װאָס איך בין געקומען, נאָר 
פלוצעם האָט טאראס אנטאָנאָװיטש ארופגעשריען צום אפן-אויוון: 

-- באבוסיא, דו שלאָפּסט? מאָרגן אינדערפרי װעסטו ארופנעמען א פּאָר עמער קארטאָפל 
פונעם קעלער, בעניע װעט ארײַנקומען נאָך זיי. דו הערסט, װאָס איך רייד צו דיר? 

די באבקע האָט עפעס א בורטשע געטאָן, דערנאָך הילכיק אָנגעהױבן קרעכצן. צו מיר האָט 
טאראס אנטאָנאָװיטש געדראָעט מיט א פינגער: 

-- געדענק, האיאָר דארפן אלע עואקויירטע זעצן גערטנער. ערד װעלן מיר אויסטיילן. 
איבעראיאָר װעט זײַן נאָך שווערער. אז עס איז פאראן קארטאָפל, איז די שטוב זאט. די קאשע- 
ווארקע האָט א גוטן גאָרטן לעבן שטוב, אף פארזייען על איך איר באזונדער אױסשרײַבן 
קארטאָפל. 

ווען איך האָב זיך שוין געקליבן אוועקגיין, האָט ער געזאָגט, אז ער װעט הייסן יעדן טאָג 
ארויסגעבן א ליטער מילך פאר אירע קינדער. 

אין א פּאָר טעג ארום האָט מען פון קאָלװירט טאקע געבראכט דער קאשעווארקע קאר- 
טאָפל-זוימען. איך האָב איר געהאָלפן זיי צעשנײַדן, נאָר אז ס'איז געקומען די צײַט צו זעצן דעם 
גאָרטן, איז בא דער קאשעווארקע אפילע קיין סימען ניט געבליבן פון די צעשניטענע קארטאָפל. 

נאָכאמאָל גיין בעטן טאראס אנטאַנאָװיטשן האָב איך ניט געקאָנט. װאָס זשע טוט מען פאָרט? 
דעם גאָרטן מוז מען דאָך פארזייען. 

איך האָב באשטימט זיך האלטן אן אייצע מיט אילדוסן. ער האָט מיך אויסגעהערט און גע- 
קנייטשט מיט די פּלײיצעס. ווען ניט די באָבע זײַנע, װאָלט ער בא זײַן מאמען געקראָגן א פּאָר 
עמער קארטאָפל, נאָר אז די באָבע, די מאכשייפע, היט זײַנע טריט! 

טאקע דעם זעלבן אָװנט איז אילדוס געקומען צו לויפן. ער איז געפאלן אף א געדאנק. 
ער וויל, איך זאָל אים נאָר אויסהערן מיט קאָפּ. הײַנטיקן פרילינג װעלן דאָך אלע פערד זײַן פאר- 
נומען אין פעלד. דער קאָלװירט װעט ניט קאָנען העלפן צעאקערן די גערטנער. לייגט ער פאָר, 
אז מיר ביידע זאָלן זיך פארדינגען גראָבן די גערטנער, און פאר דער ארבעט נעמען קארטאָפל. 
אילדוס איז מאמעש אנציקט פון זײַן פּלאן, ער האָט שוין אפילע א באשטעלונג. איינע אן אל- 
טיטשקע גיט פאר אױסגראָבן א גאָרטן פון פופצן סאָטקעס אכט עמער קארטאָפל. 

-- װאָס הייסט פופצן סאָטקעס? --- פרעג איך. 

-- עט, -- מאכט ער, -- פופצעלע שפּאן אהער, פופצעלע שפאן אהין, א גערטעלע גרויס, 
װי א גענעץ. 

אילדוס איז אוועק שליסן דעם קאָנטראקט. מאָרגן, שאבעס, װעלן מיר אָנהייבן פון האלבן 
טאָג און זונטיק פארענדיקן. א קלײניקײַט, פארדינען אכט עמער קארטאָפּל. פאר דער קאשע- 
ווארקע װעט עס שוין קלעקן. 

גוט אָפגעשארפט אונדזערע זאסטעפּעס אין קוזניע, זײיַנען מיר אינצווייען אוועק צום גאָרטן. 
אז איך האָב דערזען די פופצן סאָטקעס, ,א גערטעלע גרויס, װי א גענעץ", װי אילדוס האָט מיר 
דערציילט, איז מיר געװאָרן קאלעמוטנע אפן הארצן. גרינג צו זאָגן פופצן שפּאן, אז ס'איז גאָר 
א פעלד, ניט קיין גאָרטן. נאָר װאָס זאָל מען טאָן? אומזיסט קיין אכט עמער קארטאָפל גיט מען ניט. 

אראָפּגעװאָרפן פון זיך די פופײַקעס, האָבן מיר זיך גענומען צו דער ארבעט. די ערשטע 
האלבע שאָ בין איך נאָכגעגאנגען נאָך אילדוסן, נאָר נאָכדעם אָנגעהױבן אָפּשטײן. דער טאָג 
ארבעט אין קוזניע האָט זיך געלאָזט פילן. 

--- שווער? אײי, אײַ, אײַ, שװער! 

פּונקט וי אים װאָלט געווען גרינג. 

-- באלד, באלד, װועט זײַן דיר גרינגער... 

פארװאָס װעט מיר באלד וװערן גרינגער, ווייס איך ניט. נאָר אינגיכן האָב איך פארשטאנען, 
װאָס ער מיינט. אומגעריכט האָט אין הויף זיך באוויזן גרוניע. מיט א בלאנקענדיקן גראָב-אײַזן, 


פפ 


פארװאָרפן אף די אקסל, האָט זי געשפּאנט צו אונדז. זי האָט אף א װײַלע ארײַנגעשטעקט דעם 
זאסטעפּ אין דער ערד, קעדיי פארבינדן די צעפּ, זיי זאָלן איר ניט שטערן. 

מיט גרוניען איז די ארבעט אוועק גאָר אנדערש. ביז ס'איז צוגעפאלן די נאכט, האָבן מיר 
צעגראָבן קימאט א האלבן גאָרטן. 

כ'האָב זיך קוים דערשלעפט אהיים. לעבן אונדזער שטוב איז געשטאנען טאראס אנטאָנאָי 
וויטשעס וע עגעלע. איך האָב פארשטאנען, אז ער איז בא אונדז. נאָך גוט, װאָס ליאָליע איז מיר 
אָנגעקומען אנטקעגן, אנדערש װאָלט איך צו אים אױסגעלאָזט, װאָס בא מיר אפן הארצן איז. 

--- פארװאָס האָסטו מיך ניט מיטגענומען גראָבן דעם גאָרטן? --- איז זי צוגעשטאנען צו 

מיר. -- אז ער האָט גרוניען, װיל ער שוין פון קיינעם ניט וויסן... 

טאָמער דארפסטו דיר: ליאָליע וויל שוין, דוכט זיך, לאָזן א טרער. 

= נארעלע, -- בארויק איך זי, -- מאָרגן אינדערפרי על איך דיך מיט פארגעניגן 
מיטנעמען. 


25 


דער טאָג איז געװאָרן גרעסער, נאָר סײַװי ארבעטן מיר ביז זון-פארגאנג. שאבע 
מיט ניקאנאָרן גייען אהיים עסן ווארמעס, און איך כאפּ איבער דאָ אפן אָרט, װוײַל די מאמע איז 
אף דער ארבעט. נאָכן עסן לייג איך זיך אנידער אין גראָז אנטקעגן דער זון. ארום און ארום איז 
שטיל, נאָר דער וואלד לאָזט זיך הערן מיט א פאו = א שעפּטשען. די גרינע בלעטלעך ציטערן, 
פרייען זיך, װאָס זיי זײַנען געבוירן געװאָרן אף דער שיינער וועלט. 
די אויגן מאכן זיך צו און אפן זינען קומט מיר 6 װוּ איז זי איצט? נאָר פלוצעם דערפיל 
איך, וי עמעצער האָט בא מיר צוגענומען די ווארעמקײַט פון דער זון. א שאָטן האָט זיך אנידער- 
געלייגט אף מײַן געזיכט. איך עפן אוף די אויגן. אף מײַן ערנװאָרט, עס האָט מיר אָפּגענומען 
הענט און פיס. נאָך א ביסל און איך שרײַ אויס: ,נעטע, װי קומסטו אהער?* איך טו זיך א כאפּ 
און דערזע -- גרוניע שטייט איבער מיר. איך שמייכל צו איר און זי טוט אפילע ניט קיין פּינטל 
מיט קיין אויג. זי קוקט פארװוּנדערט מיט ברייט-צעעפנטע אויגן. שוין זשע ווייסט זי, װאָס איך 
האָב געטראכט? אף איר איז אלץ צו גלייבן. מיטאמאָל לאָזט זי זיך אראָפּ אין גראָז, רעדט עפעס 
אזוי געהיים: 
-- אָט װעסטו זען, ווען דו וועסט אויסוואקסן, װעסטו זײַן ענלעך אף לערמאָנטאָװן... 
--- פונוואנען ווייסטו? דו האָסט אמאָל געזען לערמאָנטאָוון? 
-- װאָס זשע, איך האָב ניט געזען? 
איך קוק זי אָן און גלייב זיך ניט, אז דאָס איז גרוניע. אין דער מיגוט איז זי געװאָרן גאָר 
אן אנדערע. אירע אויגן זשמורען זיך עטװאָס, נאָר זיי בלישטשען מיט פּײַערדיקע לעבעדיקע 
שטערנדלעך. וי צו זיך אליין שעפּטשעט זי, און באלד אף א קאָל; 
 ָׂ,0‏ 1:006תצ דוו02א1300 
,6282 816/108עוססקח סגעצת 3 


,זמהווס 281111810116 ,זוה.ס1מא 110 
...02082 104צא/ :1 זעטאטאג 1628 


פּלוצעם האָט זי זיך א וואלגער געטאָן אף דער ערד, באהאלטן דאָס פּאָנעם אין גראָז, צע- 
שפּרײט די הענט, װי זי װאָלט ועלן לאָזן זיך שווימען. איך האָב זיך צוגעשארט נעענטער צו אי 
זי האָט עטװאָס אונטערגעהויבן דעם קאָפּ און געפרעגט: 

-- און דיר ווילט זיך קײינמאָל ניט צוטראכטן קיין לידער? 

--- איך ווייס ניט. 

-- ער זשע ווייסט? אָט הער זיך אײַן, -- זאָגט זי שטיל. 

איך לייג זיך אנידער באנאנד מיט גרוניען, שטרענג אָן דאָס געהער, נאָר מײַנע אויערן 
זײַנען טויב. גרוניע קוקט אומרויק צום וואלד, פּונקט וי זי זאָל ווארטן, אז אָט באלד װעט עפּעס 
שרעקלעכס דאָרט געשען. זי שעפּטשעט געהיים: 

-- דו הערסט די שטילקײַט? צו דער שטילקײַט הערט זיך אײַן יעדעס גרעזעלע, יעדער 
בוים. דו ווייסט, וועגן װאָס עס טראכטן די ביימער? זי האָבן מוירע, מע זאָל זיי ניט אויסהאקן. 
דו הערסט? דו הערסט? א צװײַגל האָט זיך אופגעכאפּט פון דרעמל, אָנגעשפּיצט די נאָדלען, װײַל 
א וועווערקע קלעטערט אפן שטאם, קלעטערט גיך און שטעלט זיך אָפּ. דעם צװײַגל איז שרעקלעך, 
די נעגל פון דער וועווערקע זאָלן עס ניט צעדראפּען, ניט לאָזן דעם קיין בלוט... 

איך הייב זיך אונטער און קוק זיך ארום. פארװאָס הער איך גאָרנישט ניט? און גרוניע 
פרעגט ווידער: 


56 


-- האָסט געהערט? 
איך שאָקל מיטן קאָפּ אף ניין. ווערט גרוניע אין קאס, טוט בערויגעז א װאָרף: 


ויבע 

עס פארדריסט מיך ביז ווייטעק, װאָס איך פארשטיי זי ניט. איך רוק זיך אָפּ א ביסל װײַטער, 
איך זאָל איר ניט שטערן. מײַנע אויגן פארמאכן זיך, דורך די אויגן-הײַטלעך שלאָגן זיך דורך די 
זון-שטראלן און עס צעגיסט זיך אין זיי א בלענדנדיקע ווארעמע פליסיקײַט. 

פלוצעם האָב איך דערפילט א שטארקן ברי אינעם רעכטן אױער. כ'האָב זיך אופגעכאפּט 
פון אָרט מיט א געשריי. און זי, גרוניע, שטייט איבער מיר מיט א שטיק קראָפּעװע אין דער 
האנט. אין דער רעגע בין איך גרייט געווען זי צערײַסן אף שטיקער. איך האלט זיך מיט דער 
האנט באם אוער און פיל, אז ער װערט אָנגעבלאָזן, װי א ווארעניק. און איר, גרוניען, טוט 
האנאָע, װאָס איך קאָרטשע זיך און קרים זיך פון ווייטעק. 

איך טו זיך פּלוצעם א װאָרף צו איר, זי טוט א קוויטש און צעלאכט זיך הילכיק. איך כאפּ 
זי אָן פאר א פוס. זיצנדיק, שלעפּ איך זי צו זיך און זי טאנצט אונטער, רײַסט זיך פון מײַנע 
הענט. נאָר לאנג זיך האלטן אף איין פוס קאָן זי ניט. פאלט זי אום און איך טו זיך נאָכאמאָל א 
װאָרף צו איר. כ'װואָלט איר װעלן טאָן עפּעס אזוינס, עס זאָל איר וויי טאָן, און זי שטעלט מיר 
אונטער איר פּאָנעם און מאכט רייצנדיק: 

-- נא, נא, װאָס װועסטו מיר טאָן? נו, װאָס? ביסט אין קאס? 

װאָס זאָל איך טאקע טאָן מיט איר? 

מיר שטייען אף די קני איינס אנטקעגן אנדערן, װי די הענער. מיר אָטעמען שווער און אָפט. 
מײַנע אויגן האלטן ניט אויס איר אקשאָנעסדיקן בליק. מײַן קאָפּ לאָזט זיך אליין אראָפּ --- װאָס 
זאָל איך טאָן מיט אזא דיבעק? זי שארט זיך צו צו מיר נעענטער, כאפּט מיך אָן בא דער פּאטלע: 

-- ביסט איידל געפּאצקעט, -- זאָגט זי 

פאָרזיכטיק רירט זי זיך צו מיט א פינגער צו מײַן אוער און הייבט אָן בלאָזן אף אים. איך 
שפּאר צו מײַן קאָפּ צו איר אקסל און זי בלאָזט אזוי צארט, אז די קילקײַט צעגייט זיך אין יעדן 
אייווער. איצט װאָלט מיך ניט געארט, זי זאָל מיר אָפּבריִען אויך דעם צווייטן אויער. איך הייב 
אונטער א ביסל דעם קאָפּ, אירע ליפּן ווערן אזוי נאָענט צו מיר, אז זיי טוליען זיך מאמעש צו 
מײַן אויער, נאָר גרוניע זאָגט אומצופרידן: 

--- קאָנסט אײַנזיצן? --- און אין א װײַלע ארום פרעגט זי: -- נו, עס טוט נאָך וויי? 

-- יאָ, עס טוט שטארק וויי... 

-- א ליגן, א ליגף -- שרײַט זי אויס, און שטופּט אָפּ פון זיך מײַן קאָפּ, וי עפּעס א היפּטל 
קרויט. 


-- טויבע לאָך! 
3 


27 


-- פארװאָס זאָלסטו זאָגן א ליגן? -- שטעלט זי אָן אף מיר א פּאָר אויגן און כאפט זיך אוף, 
געפינט דאָס שטענגל קראָפּעװע און הייבט אָן שמײַסן זיך איבער די נאקעטע פיס. 

-- נא, זע, מיך בריט עס גאָר ניט, -- זי האָט א שלײַדער געטאָן די קראָפּעװע און אין 
אנטלאָפן. 


26 


דאָס גאנצע דאָרף איז אײַנגעהילט אין גרינס. אלע סטעזשקעלעך זײַנען פארוואקסן. אפילע 
די שווארצע אלטע ברעטער פון די פּארקנס זײַנען באדעקט מיט לאטעס מאָך, װאָס זעען אויס 
פונדערװײַטן, װי שטיקער גרינער סאמעט. ארום די הײַזער וואקסט בוריאן, קראָפּעװע און 
פּאָלין. אין די גערטנער האָט זיך באוויזן װײַסער צוויט אף די קארטאָפּל-קוסטעס. 

איך מיט שאבען האָבן פונעם היי-שניט זיך אומגעקערט צו דער ארבעט אין קוזניע. ניקאנאָר 
איז דערװײַל נאָך געבליבן פארענדיקן סקירדעווען דאָס היי. איך בין אים מעקאנע. דאָרט איז 
אזוי גוט! איך האָב זיך אויסגעלערנט קאָסען. און עס האָט זיך שטארק ניט געגלוסט אומקערן זיך 
אין קוזניע, כאָטש אָפּפאָכען א טאָג מיט דער קאָסע איז װײַט ניט גרינגער, וי אָפּמעלײצען א טאָג 
מיטן האמער. 

די לעצטע טעג בין איך אין דער היים אליין. די מאמע דארף אויך הײַנט-מאָרגן אומקערן זיך 
פונעם היי-שניט. מיר איז אומעטיק, נאָר װאָס קאָן מען טאָן? 

הײַנט האָב איך זיך געלייגט שלאָפן, ווען אין דרויסן איז נאָך געווען גוט ליכטיק. איך האָב 
געמיינט, אז איך װעל א דרעמל טאָן און נאָכדעם אופשטיין זיך מאכן וועטשערע. נאָר ווען ניט 
ליאָליע, װאָלט איך אזוי אָפּגעשלאָפן די גאנצע נאכט. אין שלאָף האָב איך דערהערט, װי זי 
וויינט. געהערט עס בוילעט, נאָר ניט געקאָנט אופרײַסן די אויגן. איך בין געווען אין קאס אף 
איר, װאָס זי װעקט מיך ניט אוף. ענדלעך, עפן איך די אויגן, זעץ זיך אוף און פרעג א פאר- 
שלאָפענער: 

--- װאָס וויינסטו, ליאָליע? 

יאָמערט זי נאָך מער. 

איך לייג ארוף מײַן האנט אף איר אקסל, וויל זי בארויִקן, פאלט ליאָליע צו מיטן קאָפּ צו 
מײַן ברוסט און רעדט דורך טרערן: 

-- די מאמע מײַנע װויל אריבערפאָרן קיין טשעליאבינסק... 

-- אָט דאָס איז אינגאנצן? װאָס עפעס מיצקע-דרינען? 

ליאָליע הייבט אוף דעם קאָפּ און קוקט מיר ארײַן אין פּאָנעם: 

-- זי זאָגט, אז די דײַטשן רײַסן זיך צו דער װאָלגע. זי זאָגט... זי זאָגט... אז פון אָט דער 
לאָך װעט שער זײַן זיך ארױיסקלײַבן, יל זי באצײַטנס... מיינסט, אז דאָס איז דער מאמעס 
סייכל? אָסקארטשיק האָט איר אָנגעשריבן. 

-- און עפשער, -- זאָג איך, --- האָט זי מוירע פאר דער ארבעט, װאָס שטייט פאָר אפן שניט? 

-- איך ווייס? -- זאָגט ליאָליע און צעוויינט זיך נאָכאמאָל. 

-- נו, שא, שא. מיילע, װעט איר אריבערפאָרן. טשעליאבינסק איז א גרויסע שטאָט. 

-- אײַ, גיי זיך... 

אין שטוב איז געװאָרן טונקל. ליאָליע זיצט װי א פארגליווערטע, זי קוקט ארויס דורכן 
פענצטער און װישט די אויגן. 

סימא װאָלפאָוונא האָט ניט געשפּאסט. געזאָגט און געטאָן. אָט ליגן שוין אײַנגעפּאקט אירע 
זאכן. זי ווארט נאָר אפן פורל, װאָס דארף זי אָפּפּירן צו דער סטאנציע. די שטוב איז פול מיט 
מענטשן, װאָס זײַנען געקומען געזעגענען זיך מיט סימא װאָלפאָוונא. סארא אבראמאָוונא האָט 
איר צוגעװוינטשעװועט א גליקלעכן וועג, נאָר צום סאָף איר געזאָגט: 

-- האלעווײַ זאָלסטו קיין כאראָטע ניט האָבן. 

ווען עמעצער פון דרויסן האָט א געשריי געטאָן, אז עס פאָרט דאָס פורל, האָט ליאָליע א 
ציטער געטאָן, מיך אָנגעכאפּט פאר א האנט און גענומען שלעפּן אין א זײַט. 

-- קום, איך דארף דיר עפּעס נייטיק זאָגן, -- האָט זי א צעהיצטע גערעדט. 

איך האָב זיך אײַנגעשפּארט און ניט געװאָלט גיין; 

-- דו זאָג בעסער אילדוסן. אילדוס, קום אהער, -- שרײַ איך. אילדוס איז פאָרזיכטיק 
צוגעגאנגען, מיט מוירע געקוקט אף אונדז ביידע. ליאָליע האָט אים אויסגעשטרעקט א האנט און 
שטיל געזאָגט: 

--- זײיַ געזונט, אילדוס. 


98 


ער האָט א שלײַדער געטאָן דאָס היטל, װאָס ער האָט געהאלטן, און איר דערלאנגט ביידע 
הענט. זײַנע ברייט-צעעפנטע אויגן האָבן איצט געקוקט אף ליאָליען. איך האָב נאָך קײינמאָל בא 
אילדוסן ניט געזען אזעלכע ליכטיקע און טרויעריקע אויגן. 

-- ליאָליע, -- האָט ער מיט הארץ געזאָגט, --- אײַ, אײַ, אײַ, ליאָליע... 


27 


איך האָב זיי דערזען, װען די בריטשקע איז אראָפּגעפאָרן פון בארג און איבערגעלאָזט 
נאָך זיך א געדיכטן שטויב. די מאמע איז געזעסן לעבן טאראס אנטאָנאָװיטשן, עטװאָס אָנגע- 
שפּארט איר קאָפּ אף זײַן אקסל. זיי האָבן מיך ניט באמערקט, צי עפשער האָבן זיי געמאכט זיך 
ניט זעענדיק. איך ווייס נאָר -- מיר האָט שטארק פארקלעמט באם הארצן. פונוואנען פאָרן זיי? 
ווּ זײַנען זי געווען? ניט איין מאָל איז מיר געקומען אפן זינען א שפּײַ טאָן אף אלץ און אף 
אלעמען, אוועק ערגעץ אין דער וועלט ארײין... 

מיטאמאָל איז מיר אלץ נימעס געװאָרן. װאָס דארף איך איצטער גיין אהיים? װאָס האָב איך 
דאָרטן ניט געזען? איך האָב פארקערעוועט צו די קאָלווירטישע גערטנער און גאָר ניט באמערקט, 
וי איך בין ארויס אין פעלד. א יאם, ניט קיין פעלד. מע זעט קיין ברעג ניט. געדיכטע טװוּע 
שטייט, אָנגעשפּיצט די שפּיזלען פון די זאנגען. דער דאָזיקער יאם כוואליעט זיך, װויל דערלאנגען 
צום עק הימל, אראָפּשװענקען די באפארבטע רויטלעכע פאסן, נאָר דאָרטן ווערט דער האָריזאָנט 
אלץ רויטער און רויטער, די טװוּע נעמט זיך אָן מיט פּײַער, און מיר דוכט, אז דער פלאם װעט 
באלד דערלאנגען אהער צו מיר. 

כ'האָב פלוצעם דערהערט א טעפכּען פון פערדישע טלאָען און דערקענט דעם גאנג פונעם 
;אוראלעץ". איך קערעווע זיך אויס און זע, װי דאָס פערד שפּאנט לאנגזאם, אין דער בריטשקע 
איז אָבער קיינער ניטאָ. װאָס קאָן דאָס זײַן: מיטאמאָל דערהער איך א באקאנט קאָל; 

-- וועמען זוכסטו דאָ? 

איך קוק זיך אום און דערזע: אין דער טװוּע שפּאנט טאראס אנטאָנאָװיטש. דאָס פערד 
כאפט אלע װײַלע א קוק צו אים, װי עס װאָלט מוירע געהאט פארלירן דעם באלעבאָס. טאראס 
אנטאָנאָװוויטש איז צוגעגאנגען צו מיר: 

-- װאָט וועסטו עפעס זאָגן? -- ער צערײַבט אין די הענט די עטלעכע זאנגען, װאָס ער האָט 
ערשט אָפּגעריסן, שיט די קערנער פון איין דלאָניע אין דער צווייטער, בלאָזנדיק דערביי אף זי 
פאָרזיכטיק. 

-- פּערל, אף מײַן װאָרט, פּערל, -- קאָן ער זיך גאָרניט אָנכידעשן. -- נאָך א פּאָר טעג, 
און מע װעט קאָנען אָנהײיבן שנײַדן. 

מיר זעצן זיך אנידער אף א בערגל. א װײַלע שװײַגן מיר ביידע. איצט װאָלט געװען די 
בעסטע צײַט זיך דורכשמועסן מיט אים, אים זאָגן... נאָר טאראס אנטאָנאָװיטש איז פארטראכט, 
ער קוקט מיט צוגעזשמורעטע אויגן װײַט-װײַט אין פעלד, נאָכדעם זאָגט ער צו מיר: 

-- איך ווייס גאָר ניט, ויָאזוי װעלן מיר באװײַזן אלץ אראָפּנעמען. טווּע איז וי וואסער, 
זי ווערט אויסגערונען, אויב מע גיט ניט אכטונג מיט א שטרענג באלעבאטיש אויג. פארשפּע- 
טיקט אף איין טאָג מיט דעם שניט, פארלירט מען. פארהאלטן אן איבעריקן טאָג די סנאָפּעס, 
פארלירט מען. ניט אויסגעמעלייצעט צו דער צײַט, פארלירט מען ווידער. -- ער האָט א שװוערן 
זיפץ געטאָן, --- אויב מיר װעלן פארציִען דעם שניט, אזוי װוי פאראיאָרן, דארף איך באצײַטנס 
זיך אליין אױסגראָבן א גרוב. דו פארשטייסט, --- האָט ער אויסגעקערעוועט צו מיר דעם קאָפּ, -- 
אף קיין קאָמבײַנען האָב איך ניט װאָס צו ווארטן. אין ראיקאָם זאָגט מען, אז טאראס אנטאָנאָװיטש 
װעט זיך באגיין. ער האָט פערד. װאָס האָב איך? וי נאָר מע װעט אָנהייבן דעם שניט, דארף מען 
שוין אָנהײבן אקערן, דרעשן און ארויספירן דאָס ברויט. דער קאָפּ ווערט מאמעש צעשפּאָלטן. 
װוּ זאָל איך נעמען אזויפיל פערד? סײַדן אליין זיך אײַנשפּאנען? גיב כאָטש דו אן אייצע. 

א מאָשל, איך זאָל אים געבן אן אייצע. װאָס ווייס איך? נאָר מיר װײַזט זיך אויס, אז באם 
סקירדעווען און בא די מאָלאָטילקעס קאָן מען זיך באגיין אָן פערד. אז מע קאָן פירן אף טאטשקעס 
און וועגעלעך שפענער און צװײיַגן פון וואלד, פארװאָס זאָל מען ניט קאָנען פירן אף זיי די סנאָפּעס? 
טאראס אנטאָנאָװיטש קוקט מיך אָן, און א שמייכל באװײַזט זיך אין זײַנע אויגן. 

-- ביסט טאקע גערעכט, אף מײַן ערנװאָרט, אז דו ביסט גערעכט, -- זאָגט ער, -- מע דארף 
א שמועס טאָן מיט אנא פּעטראָונען. זי קען אופטאָן מיט מענטשן מער, וי איך מיט קאָמבײיַנען. 

מיר האָבן זיך אופגעזעצט אף דער בריטשקע און זײַנען אװעקגעפאָרן אין דאָרף. 

ס'איז געװאָרן טונקל. אין אייניקע פענצטער האָבן זיך באוויזן פײַערלעך. דער ,אוראלעץ" 
האָט גענומען שפּאנען פּאמעלעך, און טאראס אנטאָנאָװיטש האָט שטיל געזאָגט: 


59 


א 


-- דו האָסט ניט באמערקט? מיר װײַזט זיך אויס, אז די מאמע דײַנע האָט זיך פאר דער 
לעצטער צײַט שטארק געענדערט. עפּעס טוט זיך מיט איר... 

אָט דאָ װאָלט איך אים באדארפט זאָגן, אז ער זאָל זי בעסער לאָזן צו רו, די מאמע, נאָר 
טאראס אנטאָנאָװיטש האָט גלײַךְ פאָרגעזעצט: 

-- מיטאמאָל ווערט זי בלאס, די אויגן אירע ווערן פלוצעם אױסגעלאָשן און די ליפּן בלאָוו. 
סאיז דאָך ניט קיין שפילכל. זי כאפּט זיך צו די שװערסטע ארבעטן אָט הײַנט איז איר 
געװאָרן ניט-גוט, מע האָט זי קוים אָפּגעמינטערט. איך האָב זי געװאָלט אָפּפירן אין שפּיטאָל, 
זאָל דער דאָקטער זי באטראכטן, און זי --- אײינמאָל ניין, אהיים זאָל איך זי פירן. נו, האָב איך 
א טראכט געטאָן, זאָל זי זיך נאָר ארײיַנזעצן אין דער בריטשקע. מיינסטו, איך בין ניט געווען מיט 
איר באם דאָקטער? אָט ערשט ניט לאנג האָב איך זי געבראכט אהיים. 

איך בין אראָפּגעשפּרונגען פון דער בריטשקע און זיך געלאָזט גיין, איך האָב אים מער ניט 
געקאָנט קוקן אין די אויגן. טאראס אנטאָנאָװיטש איז אויך אראָפּ פון וועגעלע און, גייענדיק, 
מיך בארויקט: 

-- דער דאָקטער האָט איר עפּעס אײַנגעגעבן און צוגעשריבן א רעפוע אויך, נאָר ער האָט 
געװאָרגט, אז דאָס הארץ איז בא איר זייער א שוואכס, מע דארף זי אָפּהיטן. דיך װועט זי פאָלגן, 
זי האָט דיך ליב, די מאמע דײַנע, דו ביסט בא איר דאָס גאנצע לעבן, נאָר דו און מער קיינער 
ניט, -- האָט ער געזאָגט מיט באדויערונג. 

זאָגט אליין, װאָס האָב איך שוין געקאָנט מיט אים ריידן? 


28 


ווען איך בין געקומען צו פאָרן אין פעלד, האָט מען דאָ שוין לאנג געארבעט. פרויען מיט 
קאָסעס האָבן געשניטן די טװוּע, װאָס האָט זיך געצויגן בארג-ארוף. צווישן די געדיכטע זאנגען 
האָבן זיך געזען אָן א שיר אָנגעבױגענע פּלײצעס. מאמעש אף די אױגן זײַנען אויסגעוואקסן 
קאָפּנעס, װי שטיבלעך, און דאָרט, אין דער נידער, אפן גלײַכן ראכוועסדיקן סטעפּ, האָבן זיך 
ארײַנגעשניטן אין א וואנט פון זאנגען די פארשײידנקאָליריקע שנײַדמאשינעס. אף אן אָפּגעגאָלטן 
שטיק פעלד האָט זיך ארױסגעשאָטן א טיטשקע קינדער. זײי האָבן פלינק צונויפגעקליבן די 
פארבליבענע זאנגען און געשטופט זיי אין די טאָרבעלעך, אָנגעטאָנענע אף די פלייצעס. צווישן 
בערגלעך פרישן, נאָרװאָס געבראכטן אָסאָקע-גראָז און שטרוי האָבן זיך באוועגט פלינקע הענט: 
הענט גרויסע, אָדערדיקע, אויסגעדארטע, און הענטלעך קליינע און זשוואווע --- דאָס זײַנען געזעסן 
זקיינים און קינדער, זיי האָבן געדרייט פערעוועסלעס אף צו בינדן די סנאָפּעס. 

איך האָב אוױסגעליידיקט מײַן פורל, צונויפגעלייגט דאָס געצײַג אין וואגאָנדל, װאָס די 
טראקטאָריסטן האָבן אמאָל דאָ אוועקגעשטעלט, און בין אוועק צו מײַן בריגאדע. מיך, אילדוסן 
און גרוניען האָט מען צוגעפעסטיקט צו דער קאָמיוגישער בריגאדע, װאָס איז באשטאנען פון 
אכצן כעוורע -- זעכצן מיידלעך און איך מיט אילדוסן. 

אילדוסן האָט טאראס אנטאָנאָװויטש געמאכט פאר בריגאדיר. אונדז אינדרײַען, אילדוסן, 
גרוניען און מיך, האָט קלאווע, דער קאָמסאָרג, װאָס איז עלטער פון אונדז אלעמען, געװאָרנט: 
אוב מיר וילן, מע זאָל אונדז ארײַנעמען אין קאָמיוג, דארפן מיר ארבעטן ניט ערגער 
פון די קאָמיוגיסטן. מיר אלע דרײַ האָבן זיך אונטערגענומען שנײַדן דאָס ברויט מיט קאָסעס. די 
איבעריקע מיידלעך װעלן שנײַדן מיט סערפּן. וויאזוי װעט קלאווע קאָנען אָפּשאצן מײַן ארבעט, 
אז שאבע װעט מיך אלע מאָל אוועקנעמען אין זײַן ווארשטאט, איך זאָל אים צוהעלפן? ער האָט 
מיך וועגן דעם שוין געװאָרנט. נאָר װאָס עס זאָל ניט זײַן, אײַל איך צו אילדוסן, כ וויל װאָס 
גיכער זיך שטעלן באגלײַך מיט אלעמען שנײַדן. אפן וועג האָב איך זיך באגעגנט מיט ליובאשען. 

-- זע נאָר, זע, האָן גאלאגאנער, ווען ביסטו אזוי אויסגעוואקסן? -- זי האָט מיך באטראכט 
פון אויבן ביז אראָפּ און, שטיקנדיק אין זיך דאָס געלעכטער, געזאָגט: 

-- לאנג געװאָרן, װי א לאָקש, כאָטש נעם און שלינג אים אײַן... 

מיך האָט פארדראָסן, װאָס זי האָט ניט פארגעסן כויזעק מאכן פון מיר. זי װאָלט באדארפט 
וויסן, אז איך קלײַב זיך ווערן א קאָמיוגיסט. איצטער בין איך איר שוין ניט קיין ,קאפּעליוש" 
און ניט קיין ;בראווער סאָלדאט שווייק". נאָר זאָגן עס איר שטעל איך זיך ניט אײַן. ווען זי האָט 
אָבער געװאָלט מיר א שנעל טאָן אין נאָז, האָב איך אָנגעכאפּט איר האנט און זי שטארק פארקלעמט 
אין מײַן פויסט. 

-- אָהאָ, אזא גיבער ביסטו? אָן דאָרטן בעסער װײַז דײַן גװוּרע. 

-- װאָס זשע מיינט איר, מיר װעלן װײַזן. אונדזער בריגאדע װעט אײַערע, ארויסרופן אף 
א פארמעסטונג. 


60 


-- אוי! -- האָט ליובאשע אויסגעריסן בא מיר די האנט, געמאכט א מינע, וי זי װאָלט זיך 
שטארק דערשראָקן, און באלד זיך צעלאכט. -- זאסלוזשעני ארטיסט רעספובליקי: מיט וועמען 
ווילסטו זיך פארמעסטן? מיינסט, אז בא דיר זײַנען אויסגעוואקסן װאָנצעלעך, ביסטו שוין א 
קנאקער? אז עס װעט בא דיר אויסוואקסן א באָרד, עפשער דעמלט... --- זי האָט מיר טאקע פאָרט 
א שנעל געטאָן אין נאָז און מיט א געלעכטער אוועק. 

פונדעסטוועגן האָבן מיר אינגיכן געשלאָסן אן אָפּמאך מיט ליובאשעס בריגאדע, נאָר 
געווינען דעם פארמעסט האָבן מיר בעשום-אויפן ניט געקאָנט. ס'איז ניט קיין כידעש. בא 
ליובאשען האָבן געארבעט דערוואקסענע פרויען, װאָס קענען גוט די ארבעט, און דערצו 
געזונטע. 

אין אונדזער בריגאדע איז בלויז ניורע די גרויסע א װוּקסיקע, מיט א פּאָר ייִנגלשע 
הענט און ברייטע פּלייצעס. א קוק טאָן אף איר, איז זי גאָר ניט אזא רירעוודיקע, נאָר אז זי הייבט 
אָן פאָכען מיט דער קאָסע, שטעלט זי זיך ניט אָפּ. אפילע איך מיט אילדוסן קאָנען זי ניט אָניאָגן. 
דערפאר איז די קליינע ניורע א נידעריקע, א דארינקע, הענט האָט זי דאפקע פלינקע, נאָר קויעך, 
װי בא א פייגעלע. בעשום-אויפן באװײַזט זי ניט צונויפבינדן דאָס, װאָס די גרויסע ניורע קאָסעט 
אָז. דערפאר מוז די גרויסע ניורע העלפן דער קליינער בינדן די סנאָפּעס. 

מיר האָבן געװאָלט איבערפירן די קליינע ניורע אף אן אנדער ארבעט, לאָזט ניט ניורע די 
גרויסע. מע קאָן ניט צעשיידן דאָס דאָזיקע פּאָרל. ביידע שלאָפן זיי איניינעם, ביידע עסן זיי פון 
איין שיסל, װוּהין עס גייט די קליינע ניורע, אהין שפּאנט די גרויסע אויך. הייבט אָן די קליינע 
ניורע לאכן מיט איר קוויטשענדיק געלעכטערל, פארענדיקט די גרויסע ניורע מיט א ייַנגלש 
געדיכט געלעכטער. 


29 


ווען מע האָט צוגענומען די פערד אף אקערן און זייען, האָט מען געמוזט פירן די סנאָפּעס 
צום טויק אף טאטשקעס און אף האנט-וועגעלעך. די דרעשמאשינעס האָבן געטראסקעט מיט די 
ליידיקע באראבאנען. די גאנצע צײַט האָט זיך געהערט פעקליא איוואנאָװונעס קאָל: 

-- רירעוודיקער, רירעוודיקער, סנאָפּעס דערלאנגט! 

אילדוס האָט פאָרגעלייגט, מיר זאָלן די קאָפּנעס, װאָס מיר לייגן צונויף פארן טאָג, אראָפּפירן 
צום טויק מיט אונדזערע אייגענע קויכעס. ערשטנס, װעלן די דרעשמאשינעס ניט שטיין ליידיק, 
און, צווייטנס, וועלן מיר האָבן מער ארבעטסטעג, וי ליובאשעס בריגאדע. נאָר אזוי וי די טאטש- 
קעס מיט די וועגעלעך זײַנען באטאָג פארנומען, װעלן מיר עס טאָן באנאכט אָדער קאיאָר. 

מיר האָבן באשטימט באלד נאָך וועטשערע זיך לייגן שלאָפן, אופשטיין איינס אזייגער, פירן 
די סנאָפּעס ביז פארטאָג, נאָכדעם אָפּרוען צוויי שאָ און װידער זיך נעמען קאָסען. קעדיי מע זאָל 
אונדז ניט שטערן שלאָפן, האָבן מיר זיך אויסגעבעט אין שטרוי לעבן די סקירדעס. איך מיט 
אילדוסן האָבן זיך אָפּגעזונדערט פון די מיידלעך אף א פּאָר שפּאן. נאָר מיידלעך ווערן דען אזוי 
גיך אנשלאָפן? אייניקע ווילן זינגען, אנדערע קעמען זיך און וואשן זיך. און אז מע האָט זיך 
שוין אנידערגעלייגט, האָט גרוניען זיך פארװאָלט א רייץ טאָן מיט מיר. זי האָט געפּאקט א לאנגע 
שטרוי און מיטן ליידיקן זאנג געקיצלט מיך אין האלדז. די קליינע ניורע האָט געשטיקט אין זיך 
דאָס געלעכטער און געשושקעט דער כאװוערטע עפּעס אפן אויער. און די גרויסע ניורע האָט 
געזאָגט אָן קיין שום פּוץ: 

-- קוקט זי נאָר אָן, גרוניען. זי הענגט זיך אים אפן האלדז... 

-- האָדי. אײַ, אײַ, אײַ, האָדי. שלאָף! --- האָט אילדוס אָנגעשריִען. 

-- אזוי? -- האָט די קליינע ניורע א טרייסל געטאָן מיט אירע דארע צעפּלעך. --. אף 
שלאָפן ביסטו ניט קיין בריגאדיר. 

און די גרויסע ניורע האָט זי אונטערגעהאלטן: 

-- אז מיר ווילן, שלאָפן מיר, און אז מיר ווילן ניט, שלאָפן מיר ניט. 

איך האָב זיך איבערגעדעקט מיט דער קאָשמע, װאָס אילדוס האָט געבראכט, און זיך 
אײַנגעניורעט טיף אין שטרוי. נאָר אנשלאָפן ווערן האָב איך ניט געקאָנט: פארפליכטונגען האָבן 
מיר אָנגענומען, האָט זיך מיר געדרייט אין קאָפּ, און אויספילן פילן מיר זיי ניט אויס. װאָס זשע 
פאר א קאָמיוגיסטן קאָנען מיר װערן? ניט באדארפט זיך אײַלן מיט די מעלדונגען. איך האָב 
געװאָלט איבעריידן מיט אילדוסן, שלאָפּט ער שוין. די מיידלעך פיײיַפן אונטער מיט די נעזלעך, 
שלאָפן זיך רויַק. לעבן רויטן װוינקל שפּילט קלאווע אפן באיאן און ליובאשע זינגט. זינגט אוך 
לאכט. איר איז גרינגער פון אונדז אלעמען. װאָס אמאָל דערװײַטערט זיך דאָס שפּילן און דאָס 
געלעכטער קײַקלט זיך אוועק. 


1 


ווען ניט שאבע, װאָלטן מיר פארשלאָפּן. פארבײַגייענדיק, האָט ער עמעצן פון אונדזערע 
מיידלעך פארטשעפּעט מיט א פוס. יענע האָט זיך אופגעכאפּט מיט א געשריי, נאָר די זעלבע 
רעגע זיך א וואלגער געטאָן צוריק און װידער אנשלאָפן געװאָרן. 

שאבע האָט זיך דערשראָקן. ער האָט שיר ניט ארויסגעלאָזט דעם לאמטערן פון דער האנט: 

-- װאָס פאר א רועך האָט אײַך אהער געבראכט? -- האָט ער זיך צעשריע. 

איך בין געזעסן און ניט געקאָנט אופרײַסן די אױגן 

--- וויפל איז דער זייגער, שאבע? -- פרעג איך. 

--- שלאָף, ס'איז נאָך פרי, ס'איז ערשט איינס אזייגער. 

-- איינס אזייגער? --- ער איך וואכנדיק און הייב אָן װעקן דעם אוילעם. -- כעורע, 
איינס אזייגער, מע דארף אופשטיין. 

נאָר װער, װאָס. מע כראָפּעט אף װאָס די וועלט שטייט. 

איך שטורכע אילדוסן מיטן עלנבויגן, טרייסל אים, נאָר אזוי װי צו דער וואנט. נעם איך 
אים אָן פאר די אקסל און זעץ אים אוף. די אויגן עפנט ער ניט, ער שלאָפט זיצנדיק. אף מײַן 
ערנװאָרט, ס'איז מיר דערגאנגען צום הארצן. אויך מיר א בריגאדיר! ווען איך האָב אים אָנגע- 
הויבן דרייען די נאָז, האָט ער עטװאָס געעפנט די אייגלעך, געקוקט אף מיר און סײַװי גאָרנישט 
ניט פארשטאנען. איך האָב זיך בא אים געבעטן: 

-- אילדוס, שטיי אוף, ס'איז שוין איינס אזייגער! 

ער טוט א ציטער, כאפּט זיך באם קאָפּ און שרײַט צו זיך אליין: 

-- אילדוס, ניט שלאָף! אילדוס, ניט שלאָף! -- ער האָט זיך א שטעל געטאָן אף די פיס 
און איז אוועק וועקן די מיידלעך. 

-- אקיש, אקיש, קװאָקעס. אופשטיין. איינס אזייגער, אופשטיי! --- און צו דער קליינער 
ניורען, װאָס האָט זיך ניט געקאָנט אופהייבן, נאָר מיט איין אייגל געקוקט אף אילדוסן, האָט ער 
זיך צוגעזעצט און געזאָגט, װי צו א קליין קינד. -- אקוקו, ניורע, אקוקו. 

ביז די מיידלעך זײַנען געקומען צו-זיך, האָט אילדוס אָפּגעקליבן צוויי גרינגע װאָגנס, 
צוגעפעסטיקט צו זיי צוויי שלייעס, בא ביידע עקן איבערגעבונדן זיי מיט שטריקלעך, מע זאָל 
קאָנען ארײַנקריכן מיטן קאָפּ און זיך אײַנשפּאנען. 

איך האָב זיך אײַנגעשפאנט אין איין װאָגן, אילדוס אין א צווייטן, די מיידלעך האָבן גענומען 
דרײַ טאטשקעס, און אונדזער גאנצע בריגאדע איז אװעק אפן פעלד צו די קאָפּנעס. אראָפּ א 
בערגל האָט אילדוס געװאָרפן מיט די פיס, געהירזשעט, װוי א לאָשעקל, און צו זיך אליין געשריען: 

-- האטיא, האטיא! 

די מיידלעך האָבן זיך אָנגעוואלגערט אף די װאָגנס, מע האָט געקוויטשעט און געלאכט. 
בארג-אראָפּ, דערצו מיט ליידיקע װאָגנס, איז גרינג צו לויפן. דערפאר צוריקוועגס, אָנגעלאָדן 
מיט סנאָפּעס, איז געווען שווער. די מיידלעך מיט די טאטשקעס זײַנען דאָס בערגל בײַגעקומען, 
אילדוס איז אויך אָט-אָט שוין געווען פארטיק, נאָר איך בין געבליבן הינטן. די רעדער פון מײַן 
װואָגן סקריפּען, די מיידלעך, װאָס שטופּן אונטער, קרעכצן. נאָך עטלעכע שפאן, און איך װאָלט 
גענומען דעם בארג, נאָר די שלייע ווארגט אף דערשטיקט צו וערן, די אָדערן בלאָזן זיך אָן -- 
אָט פּלאצן זיי, און די אויגן שפרינגען שיר ניט ארויס. די פיס גליטשן זיך, עס װאָלט איצט גוט 
געווען זײַן געקאָװעט, װי א פערד. נאָך א פּאָר שפּאן... נאָר דער װאָגן איז שטיין געבליבן... װאָלט 
ער כאָטש געשטאנען! ער האָט צוערשט פּאװאָליע זיך אָנגעהױבן קײַקלען אף צוריק. איך װאָלט 
גערן זיך אײַנגעגראָבן אין דער ערד, אבי ער זאָל בלײַבן שטיין. װער, װאָס, עס שלעפּט מיך 
שוין אויך אף צוריק. די מיידלעך, דערשראָקענע, צעלויפן זיך אין די זיײַטן מיט א געשריי. ס'האָט 
מיך אומגעוואלגערט פון די פיס. גוט, װאָס איך האָב באוויזן ארויסשפּרינגען פון דער שלייע און 
ארויסלאָזן די האָלאָבליעס פון די הענט. דער װאָגן האָט זיך געקײַקלט אף צוריק, אין דער נידער 
האָט ער זיך אָן עפּעס פארטשעפעט און מיט א טראסק זיך איבערגעקערט. די סנאָפּעס האָבן זיך 
צעשאָטן אין אלע זײַטן. עס האָט מיך אזוי פארקלעמט באם הארצן, אז נאָך א ביסל, און איך 
צערעווע זיך. 

דער רועך האָט מיך ניט גענומען. טאָמער האָב איך געכאפּט א נערעק אין די קני, צעדראפּעט 
א ביסל דאָס פּאָנעם, איז עס גאָרניט. ערגער, װאָס קלאווע איז מיר נאָכגעגאנגען פוסטריט, זיך 
אָנגעטשעפּעט, איך זאָל גיין שלאָפן. איך פארשטיי, זי האָט, מיסטאם, באשטימט, אז איך װעל 
איצט אין קאָמיוג ניט קאָנען ארײַנטרעטן. קלאווע האָט אונדז געייצעט, מיר זאָלן מער מיט דעם 
וועג ניט פאָרן. זאָל זייַן א ביסל װײַטער, נאָר דאָס בערגל דארף מען אױיסמײַדן. 


6 65 


30 


אונדזער בריגאדע האָט אויסגעארבעט מיט דרײַסיק ארבעטסטעג מער, איידער אלע 
איבעריקע בריגאדעס. מיר האָבן איבערגעיאָגט ליובאשען! ווארמעס-צײַט איז געווען א פאר- 
זאמלונג. טאראס אנטאָנאָװיטש האָט געמאָלדן די סאכאקלען פון דער פארמעסטונג פאר דער 
לעצטער װאָך. דערנאָך האָט ער פּײַערלעך געזאָגט: 

-- מיר גיבן איבער די רויטע פאָן דער קאָמיוגישער בריגאדע. איר מעגט זיך איבערנעמען. 
איר האָט ערלעך פארדינט, אז אײַער בריגאדע זאָל אָנגערופן ווערן ,פראָנטאָוואיא"... 

טאראס אנטאָנאָװיטש האָט געזוכט אילדוסן מיט די אוגן, קעדיי אים איבערגעבן די פאָן 
אילדוס איז געשטאנען אין א זײַט, געװען בלייך, װי די וואנט, נאָר די אייגלעך זײַנע האָבן 
געפינקלט . װאָס זשע שטייט ער? מע דארף דאָך עפעס ענטפערן. דאָ האָט דער אוילעם אָנגעהויבן 
טומלען. אילדוס איז ענדלעך צוגעגאנגען נעענטער צו טאראס אנטאָנאָװיטשן און געהייסן אונדז 
אלעמען זיך אויסשטעלן אין א ריי. וי נאָר מיר האָבן אויסגעפילט אילדוסעס באפעל, האָט ער זיך 
אראָפּגעלאָזט אף א קני, אָנגענומען דעם ראנד פון דער פאָן און צוגעטוליעט צו די ליפּן. 

קלאווע האָט געמאָלדן, אז הײַנט אין אָװנט װעט פאָרקומען די קאָמיוגישע פארזאמלונג. 
טאקע דאָ, אפן פעלד, אינעם רויטן ווינקל. 

אף דער פארזאמלונג זײַנען אויך בײַגעװען אנא פּעטראָוונא און טאראס אנטאָנאָויטש. ווען 
איך האָב זי דערזען, האָב איך דערפילט, װי מײַן הארץ שטעלט זיך אָפּ. מיר האָט זיך אויסגעוויזן, 
אז באם עפענען די שי נג האָט קלאווע אף מיר פארװוונדערט א קוק געגעבן, וי זי װאָלט 
זיך געכידעשט, ויאזוי קום איך אהער. מינאסטאם האָט זי נאָך ניט פארגעסן דעם איבערגעקערטן 
װאָגן, -- האָב איך געטראכט. פאר פאָרזיצער און סעקרעטאר פון דער פארזאמלונג האָט מען 
אויסגעקליבן ביידע ניורעס. באם שטימען האָב איך אויך אופגעהויבן א האנט. 

-- דו ביסט נאָך ניט קיין קאָמיוגיסט און האָסט קיין שטימרעכט ניט, -- האָט קלאווע צו 
מיר געזאָגט. פאר ביזויען האָב איך זיך אײַנגעקאָרטשעט אינדרײַעף 

די פארזאמלונג האָט געפירט די קליינע ניורע. איבערגעקוקט אונדזערע מעלדונגען, װאָס 
זײַנען געלעגן אפן טיש, האָט זי אָנגערופן גרוניעס פאמיליע. גרוניען האָט מען לאנג ניט 


געהאלטן, נאָר ווען מע האָט שוין אָפּגעשטימט פאר איר, איז זי ערשט דעמלט געװאָרן בלאס און 
עבליבן שטיין, װי א פארגליווערטע. מע האָט איר שוין געהייסן זיך זעצן, און זי האָט זיך אלץ 
ניט גערירט פון אָרט. 


אילדוס איז צוגעגאנגען צו איר, זי צוגעפירט צו א באנק און אליין זיך אומגעקערט צום 
פּרעזידיָום-טיש. 

די קליינע ניורע האָט איבערגעלייענט אילדוסעס מעלדונג, דערנאָך מײַנע. צו מיר האָט 
זיך דערטראָגן, אזוי װוי פונדערװײיַטנס; 

-- זאָל ער דערציילן זײַן ביָאָגראפיע. 

-- נו, יאָ, מיר קענען דאָך אים קימאט ניט, -- האָט אונטערגעהאלטן די גרויסע ניורע. 

איך האָב ניט געװוּסט, פון װאָס אָנצוהײיבן. אלע האָבן געקוקט אף מיר. אנא פּעטראָוונא האָט 
מיר אונטערגעגעבן מוט. 

-- נו, דערצייל אינקורצן --- ווען דו ביסט געבוירן, ער איז געווען דײַן טאטע... 

איך האָב אופגעהויבן העכער דעם קאָפּ און דערזען, ס'ארא גוטע, ווארעמע אויגן עס קוקן 


-- מיר װײַזט זיך אויס, -- האָב איך געזאָגט, --- אז מײַן ביאָגראפיע האָט זיך אָנגעהױבן 
דעמלט, ווען איך האָב זיך געזעגנט מיטן טאטן, ווען איך האָב פארלאָזט מײַן הײימשטאָט. איך בין 
געווען אן איידעס, וויָאזוי זיי האָבן באָמבירט אונדזערע שטעט און געצונדן די דערפער. כ'האָב 
געזען בלוט. מײַן שוועסטערל איז געשטאָרבן אינמיטן וועג. אוב מע װעט מיך צונעמען אין 
קאָמיוג, װעל איך אלע מײַנע קויכעס אָפּגעבן אף טאָן גוטס מענטשן. דאָ אין דאָרף האָב איך זיך 
אויסגעלערנט ארבעטן. איך האָב זייער ליב באקומען די ארבעט... 

נאָך דער פארזאמלונג האָט גרוניע מיך א שלעפּ געטאָן פאר א האנט און מיר זײַנען ארויס 
אין דרויסן -- זיך געלאָזט לויפן, ניט װיסנדיק װוּהין. מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט לעבן א סקירדע 
ש ר װאָס האָט פארשטעלט די לעװאָנע. ביידע האָבן מיר געקוקט איינס אפן אנדערן. 

גרוניע האָט זיך צוגערוקט צו מיר גאָר נאָענט און פּלוצעם מיך א קוש געגעבן. 


03 


31 


ס'איז אוועק א יאָר. 

די סאָוועטישע ארמיי האָט באפרײַט אָריאָל. אין מאָסקװע האָט אָפּגעהילכט דער ערשטער 
ארטילערישער סאליוט לעקאָװעד די באפרײַער. 

סארא אבראמאָוונא האָט געזאָגט, אז אין דעם דאָזיקן סאליוט האָט זי אויך א כיילעק. עס 
קאָן אוואדע זײַן, אז די דיוויזיעס, װאָס האָבן זיך געשלאָגן פאר אָריאָל, האָבן געגעסן דאָס ברויט, 
װאָס מיר האָבן געשיקט פונדאנען פאר דער רויטער ארמיי. ס'קאָן, פארשטייט זיך, זײַן. נאָר 
מיך פערזענלעך באפרידיקט ניט אזא כיילעק. איך װאָלט זייער געװאָלט נעמען אן אָנטײל טאקע 
אין דער באפרײיונג גופע. באטאָג און באנאכט, װאָס איך זאָל ניט טאָן, פארלאָזט מיך ניט דער 
דאָזיקער געדאנק. ער װעט וויסן, אז איך בין נאָך קיין גאנצע זעכצן יאָר ניט אלט? א קוק טאָן 
אף מיר, קאָן מען דאָך מיר געבן אלע אכצן, און עפשער טאקע נײַנצן. אפילע ליובאשע האָט 
אופגעהערט פון מיר כויזעק מאכן. 

ערשט ניט לאנג בין איך געפאָרן אפן טױק פארנעמען דאָס געצײַג. מיר האָבן זיך שוין 
געהאט איבערגעקליבן צוריק אין קוזניע. אין פעלד איז שוין קימאט קיינער ניט געװען, בלױז 
הינטערן דעמבענעם וועלדל האָט מען געאקערט די פריר-ערד. א פארגליווערטער ריינער הימל 
איז געהאנגען איבער די ראכוועסדיקע פעלדער. איינציקע װאָלקנס האָבן זיך געזאמלט ארום 
דער זון, אמאָל זי פארשטעלט און אף א װײַלע פארדעקט דאָס פעלד מיט א שאָטן, אָבער באלד 
נעלעם געװאָרן. די לופט איז געווען פריש, א ווינטל האָט געבלאָנקעט איבערן סטעפּ. איך בין 
געשטאנען מיט צעשפּרײטע פיס אין װאָגן, געפאָרן שטיל, ניט געײַלט. 

פלוצעם האָב איך אפן וועג דערזען ליובאשען. זי איז געשטאנען בא א זײַט לעבן א 
בעריאָזע, געווארט ביז מײַן פורל װעט זיך אױיסגלײַכן מיט איר. אירע אויגן האָבן זיך געזשמורעט, 
געװאָרפן פארשײַטע בליקן אין מײַן זײַט. אף אירע ליפּן האָט זיך קוים אײַנגעהאלטן א שמייכל. 
ס'האָט זיך געדוכט, אז זי װועט ניט אויסהאלטן און באלד אויסשיסן מיט א קלינגענדיק געלעכטער. 
זי האָט איבערגעבונדן דאָס געקווייטלטע טיכל אפן קאָפּ, ניט אויסגעווארט, ביז איך על צו 
איר צופאָרן, און איז אוועק מיר אנטקעגן. מיט װאָס פאר א נײַער צונעמעניש וועט זי מיך איצט 
קרוינען, האָב איך ניט געװוּסט. נאָר זי האָט, װײַזט אויס, ניט געקלערט אפילע צו שפּאסן. זי 
איז א שװײַגנדיקע ארופגעשפּרונגען אפן װאָגן, געבליבן שטיין אף די פיס הינטער מײַנע פליי- 
צעס און אָנגענומען מיך פאר די הענט העכער די עלנבויגן. 

--- װווּהין פאָרסטו? -- האָט זי געפרעגט. 

-- אפן טויק. 

--טאקע גוט. איך דארף אויך אהין. 

וועמען ארט עס? זאָל זי פאָרן. איך האָב גיך דערפילט אירע אויגן אף מײַנע פלייצעס. מיר 
האָט זיך פאָרגעשטעלט, אז זי טראכט צו עפּעס א ,קײַלעכיק װערטל" פארמײַנטװעגן. נאָר 
ליובאשע האָט געשוויגן. דעם װאָגן האָט געטרייסלט, און אלע מאָל האָט זי, וי ניט אומיסטן, זיך 
צוגעטוליעט צו מיר. אין די דאָזיקע רעגעס האָב איך דערפילט איר אָטעם אף מײַן האלדז. 

-- מיט װאָס האָט דײַן מאמע דיך געהאָדעװעט, װאָס דו ביסט אזוי געזונט געװאָרן? 

-- מיט קראָפּעװע און מיט קארטאַפל... 

-- אלע קעלבלעך האָבן טאקע ליב דאָס דאָזיקע מײַכל. -- זי האָט א לאך געטאָן ניט מיט 
איר געוויינלעכן געלעכטער און אנידערגעלייגט די האנט אף מײַן אקסל, דערנאָך לאנגזאם זי 
צוריק אראָפּגעשארט צו מײַן עלנבויגן. --- אינגיכן צום פּריזיוו, מיסטאמע? וויפל ביסטו אלט? -- 
האָט זי מיך געפּרוּווט א שטאָך טאָן. מיט דעם זעלבן טאָן האָב איך איר אָפּגעענטפערט: 

-- א יאָר מיט א שפּאלט! 

דעם עמעס געזאָגט, בין איך געווען צופרידן, װאָס איך זע אויס בא איר אין די אויגן וי 
א דערוואקסענער. 

-- װאָס קוקסטו דעם פערד אונטערן וויידל? פירסט מילך, צי װאָס? -- זי האָט מיך א שטויס 
געטאָן און ארויסגעכאפּט בא מיר די לייצעס, זיי א שטארקן צי געטאָן און פארשײַט אויסגע- 
שריִען: האטיא! באלד נאָכן ;האטיא" האָט זיך לעבן מײַן אוער דערהערט א שנײַדנדיקער פײַף, 
װאָס האָט זיך ארויסגעריסן פון אירע ליפּן. פונעם פּלוצעמדיקן שלעפּ, װאָס דאָס פערד האָט 
געגעבן, בין איך שיר ניט אומגעפאלן, נאָר ליובאשע האָט מיך אונטערגעהאלטן. 

--- האטיא! האטיא! --- האָט זי װוידער געיאָגט דאָס פערד. 

איך האָב זיך געװאָלט אראָפּלאָזן אין װאָגן, נאָר ליוּבאשע האָט ניט געלאָזט. זי האָט געלאכט 
און געטריבן דאָס פערד. מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז מירן ביידע זיך באלד איבערקערן איניינעם 
מיטן װאָגן און דערהארגעט וװערן. װאָס איז זי מעשוגע געװאָרן? פונדעסטוועגן האָב איך זיך א 


4--19 644 


דריי געטאָן און אראָפּגעזעצט זיך אין װאָגן. ליובאשע האָט זיך אויך אנידערגעזעצט און ווידער 
הינטער מײַנע פּלייצעס, פּונקט װי זי װאָלט זיך געהיט, איך זאָל איר ניט ארײַנקוקן אין פּאָנעם. 
כ'האָב זיך קיין אָרט ניט געקאָנט געפינען -- איך האָב געפילט, װי איר הארץ קלאפּט אין מײַנע 
פלייצעס. א דערשראָקענער האָב איך אויסגעקערעװעט דעם קאָפּ צו איר, נאָר זי האָט אפילע 
אף מיר קיין קוק ניט געגעבן. 

-- װאָס קוקסטו אזוי אף מיר, ניט דערקענט? 

אומגעריכט האָט אונדזער װאָגן אין עפּעס זיך פארטשעפּעט און איז געבליבן שטיין. איך בין 
א פאל געטאָן אף דער פּלײצע לעבן ליובאשעס קני. מײַן קאָפּ האָט זיך אין עפעס א קלאפּ 
געטאָן. ליובאשע האָט זיך הילכיק צעלאכט. 

ארום איז געווען שטיל. איך האָב ניט פארשטאנען, װאָס איז פאָרגעקומען. ליובאשעס 
צעהיצט פּאָנעם, אירע יע און צעשאָטענע האָר האָב איך דערזען לעבן מײַנע אויגן. 
אירע ליפן לעבן מײַנע ליפּן. דאָס פערד האָט א שלעפּ געטאָן דעם װאָגן, און מיר האָבן זיך 
אויסגעגליטשט אף דער ערד. 

ליובאשע האָט מיט דער פאטשיילע פארשטעלט זיך דאָס פּאָנעם, נאָר איין ווינקעלע פון איר 
רעכטן אויג האָט אף מיר א קוק געגעבן פארשעמט און מיט אומרו. זי האָט זיך האסטיק אופגע- 
הויבן פון דער ערד און זיך געלאָזט לויפן אין פעלד ארײַן. לויפנדיק האָט זי מיטן טיכל געפאָכט 
אינדערלופטן. זי האָט צעשפרייט ביידע הענט און װי אן אונטערגעשניטענע אומגעפאלן אף דער 
ערד. אירע פלייצעס האָבן געציטערט. 

א דערשראָקענער האָב איך זיך געלאָזט לויפן צו איר. דערהערט מײַנע טריט, האָט זי זיך 
אונטערגעהויבן, אויסגעקערעװעט צו מיר דאָס פארװויינטע פּאָנעם און מיט פארביטערטקײַט 
זיך צעשריען אף מיר: 

-- פארנעם זיך פונדאנען!.. אן אומגליק אף מײַן קאָפּ, אָט די פארשאָלטענע מילכאָמע... 

ווען . איך דערמאָן זיך = דעם, גייט מיר דורך א גרויל איבערן לײַב. װײַזט אויס, איך װעל 
טאקע לאנג ניט פארגעסן ליובאשעס פארוויינט פּאָנעם און װעל זיך ניט בארויִקן, ביז כ'וועל זיך 
ניט דערוויסן, פארװאָס איז זי מיטאמאָל אף מיר אזוי אָנגעפאלן. װאָס בין איך שולדיק אין דער 
פארשאָלטענער מילכאָמע? און מיר מיט דער מאמען איז גוט? שוין באלד אָנדערהאלבן כאדאָשים, 
אז די מאמע ליגט צו בעט. נאָך צוריק מיט צוויי װאָכן האָב איך געמוזט זי אָפּנעמען פון שפּיטאָל. 
זי װויל ליגן נאָר אין דער חיים. האלעװײַ װאָלט מען שוין באפרײַט קיַעװו, װאָלט איך גלײַך מיט 
איר אהין אװעקגעפאָרן. 


32 


איך האָב געמיינט, אז מײַן מאמע איז שטארקער פון אײַזן. מיר האָט זיך געדאכט, זי וועט 
אלץ אריבערטראָגן. אויב די שוואכינקע סארא אבראמאָוונא האלט אויס, װעט מײַן מאמע אוואדע 
און אוואדע אויסהאלטן. 

סארא אבראמאָוונא טײַנעט, אז זי איז אױסגעקנאָטן פון אזא מאטעריאל, װאָס איז פאר- 
פּראוועט אי מיט געזאלצענעם שווייס, אי מיט ביטערע טרערן, אי מיט בלוט. וויפל איז אָפּגעגאנ- 
גען, זי זאָל דערשאָסן אָדער געקוילעט ווערן נאָך פריִער מיט א פערטל יאָרהונדערט? װײַזט אויס, 
דער אייבערשטער האָט זי איבערגעלאָזט אף ,נאסיניע". האָט זי טאקע געבוירן דרײַ זין און צוויי 
טעכטער. ---א לעבן, --- זאָגט זי, --- איז שוין געווען, אף אונדז אלע אזא יאָר. װאָס איז מיר אָפּ- 
געגאנגען? נאָר װײַזט אויס, אז דעם אייבערשטן האָט איצט זיך פארװאָלט אונטערשמעלצן מיט 
א נײַ בינטל צאָרעס. צו צאָרעס ווערט מען אָבער געוווינט. צאָרעס נעמען מיך ניט. קיינער האָט, 
פארשטייט זיך, ניט ארויסגעשלעפּט קיין צעטל אף אײביק לעבן, נאָר דערװײַל טראכט איך ניט 
געזעגענען זיך מיט דער ליכטיקער וועלט. ס'איז נאָך דאָ צײַט. און אויב עס װעט קומען די שאָ 
און איך װעל דארפן פארמאכן די אויגן, װעט סײַװי נאָך מיר עפּעס בלײַבן. אז היטלער זאָל 
אײַנעמען הונדערט מיסע-מעשונעס, װעט ער דען קאָנען פארניכטן אלע מײַנע זין, טעכטער און 
אייניקלעך? 

אזוי, זיצנדיק לעבן דער מאמעס בעט, האָט סארא אבראמאָוונא ניט אופגעהערט צו ריידן. 
זי האָט אײַנגעטײַנעט מיט דער מאמען, אז לעבן דארף מען װעלן. מע דארף זיך קאָנען נעמען אין 
י הענט ארײַן. 

מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז די מאמע פילט זיך הײַנט א ביסל בעסער. ווען אלע זײַנען 
זיך פאנאנדערגעגאנגען און מיר זײַנען געבליבן נאָר אינצווייען, האָט זי מיך געבעטן, איך זאָל 
זיך אנידערזעצן צו איר אפן בעט. איך האָב זיך אײַנגעמאָסטעט לעבן איר און זי האָט זיך מאמעש 


65 


געשפּיגלט אין מיר. זי האָט מיט אירע פינגער געגלעט מײַן האנט. געגלעט און געשמייכלט. איך 
זאָג איר: 
-- דו זעסט, מאמע, איצט האָב איך שוין ניט קיין סיניאקעס אף די הענט, טו א קוק, װאָס 
פאר א געזונטע פויסטן איך האָב, -- און איך װײַז דער מאמען מײַנע הענט. זי שאָקלט עטװאָס 
מיטן קאָפּ. 
-- קענסט שוין גוט ארבעטן? איאָ, זוניו? -- פרעגט זי מיך. 
-- װאָס זשע, דו ווייסט דען ניט?.. שאבע ויל, איך זאָל אים אינגיכן פארבײַטן. ער האָט 
מיך אויסגעלערנט אונטערקאָווען פערד. דו ווייסט, מאמע, די ערשטע צײַט האָב איך אזוי מוירע 
געהאט שאָבן בא די פערד די טלאָען. מיר האָט זיך אלץ געדאכט, אז כװעל דערלאנגען ביז בלוט. 
-- האָסט א גוט הארץ, -- זאָגט די מאמע, און זי קוקט מיר אזוי אין די אויגן, פונקט װי 
ער טאטע באם געזעגענען זיך מיט מיר. 
-- דו פארשטייסט, -- זעץ איך פאָר און קערעווע עפעס אֶפּ דעם קאָפּ אין א זײַט. -- אז 
איך דארף ארײַנקלאפּן דעם אוכנאל אין דער טלאָ 5 צופעסטיקן די פאָדקעווע, ציטערט א ביסל 
בא מיר דאָס הארץ. נאָר שאבע זאָגט, איך װעל געװווינט װערן. איך קען שוין צונויפשווייסן א 
שינע אויך. דאָס איז ניט פון די גריננע זאכף 
-- ביסט שוין א מענטש, -- טוט די מאמע א זיפץ, -- זייער גוט, װאָס דו ביסט שױין 
א מענטש... י 
-- װאָדען, אין צוויי כאדאָשים ארום װעט מיר װערן זעכצן יאָר, איאָ, מאמע? 
-- יאָ, יאָ, -- פינטלט זי מיט די אויגן. און נאָך א קורצן שװײַגן פרעגט זי מיך: -- װאָס 
וועסטו טאָן, ווען דו וועסט בלײַבן אליין? װועסט פאָרן אהיים, צי דו װועסט זײַן דאָ? 
כ'האָב ניט פארשטאנען, װאָס די מאמע האָט געמיינט, און איר גלײַך +פפנאפערט: 
-- דאָרטן, װוּ דו ועסט זײַן, דאָרטן װעל איך אויך זײַן. --- װאָס זשע, איך װעל איר גיין זאָגן, 
אז איך װעל זיך פרײַװיליק בעטן אפן פראָנט? צוליב װאָס דארף איך איר איצט אָנטאָן צאָרעס? -- 
אינגיכן, -- זאָג איך, --- װעט מען באפרײַען קיִעוו, וועלן מיר די מינוט פאָרן אהיים, איאָ, מאמע? 
זי האָט מיר גאָרנישט ניט געענטפערט, נאָר א פינטל געטאָן מיט די אויגן, און איך האָב 
פאָרגעזעצט: 
-- שאבע מיינט, אז יאיך װעל בלײַבן דאָ. דערפאר וויל ער, איך זאָל זיך צוגעוווינען אליין 
ארבעטן. דו זאָרג זיך ניט, מאמע, װוּ מיר װעלן ניט זײַן, װועסטו מיט מיר שוין ניט פארפאלן 
ווערן. דו װער נאָר געזונט, סטארע זיך װאָס גיכער געזונט װערן... 
אָנשטאָט אן ענטפער הייבט אָן די מאמע שטארק פּינטלען מיט די אגן, און מיט יעדן 
פינטל פאלט ארויס א טרער. 
-- דו וויינסט גאָר? 
-- פאר פרייד, פאר נאכעס, -- זאָגט מיר די מאמע, און איך פיל, אז זי צווינגט זיך שמייכ- 
לען. זי. װיל מיך בארויקן. זי קערעוועט אויס דאָס פאָנעם צום טיש און רעדט קוים-קוים: 
-- אָט דאָרטן אין שופלאָד ליגן דײַן מעטריקע, די צײַגעניש, אז דו האָסט פארענדיקט זיבן 
קלאסן, דאָס קוויטעלע וועגן טאטן... װאָס נאָך? װאָס נאָך? -- האָט זי זיך אָנגעשטרענגט צו 
דערמאָנען. 
-- װאָס זאָרגסטו זיך אזוי, מיר װעלן גאָרנישט ניט פארגעסן. 
-- זאָלסט ניט פארלירן. -- האָט זי שטיל געזאָגט, געװאָלט נאָכאמאָל א גלעט טאָן מײַן 
האנט, נאָר ניט געקאָנט. זי האָט, װײַזט אויס, געװאָלט שלאָפן, זי האָט צוגעמאכט די אויגן. איך 
בין געזעסן, מוירע געהאט זיך א ריר טאָן, קעדיי זי ניט אופוועקן. 
אין שטוב איז געװאָרן טונקל, די זון איז אוועק פון יענער זײַט בארג, איבערגעלאָזט נאָך 
זיך א פלאמענדיק שטיקל הימל, איין פענצטער פון אונדזער שטוב האָט זיך אָנגעצונדן מיט א 
רויט פּײַער, װאָס האָט אינגיכן אָנגעהױבן צאנקען. 
כ'האָב געפילט, אז ס'האָט געטראָפּן עפּעס שרעקלעכס, נאָר ניט פארשטאנען -- װאָס? צו 
אונדזער שטוב איז צוגעפאָרן א בריטשקע. טאראס אנטאָנאָװיטש האָט געבראכט א דאָקטער. נאָר 
דער דאָקטער האָט זיך לאנג ניט פארהאלטן. דוכט זיך, אפילע ניט אױסגעטאָן דעם מאנטל, 
;װאָט טאק" -- האָט ער געזאָגט און איז ארויס פון שטוב. באלד האָב איך דערהערט פון דרויסן 
אילדוסעס ויינענדיק געשריי: 
-- האטיא! האטיא! 
איך בין פארציטערט געװאָרן. פארװאָס האָט אילדוס זיך פלוצעם צעוויינט? די שטוב איז 
פול געװאָרן מיט מענטשן. דאָ איז געווען אנא פּעטראָוונא, סארא אבראמאָוונא און נאָך און נאָך. 
אלע האָבן שוין געװוּסט, אז די מאמע איז געשטאָרבן, און איך האָב ניט געגלייבט, איך האָב ניט 
פארשטאנען. ווען איך זאָל געווען וויסן, װאָלט איך באדארפט זיך צעשלאָגן אף א שטיין. 


6 


33 


און אָט בין איך געבליבן איין אליין. מיר דוכט זיך אלץ, אז אָט װעט זיך עפענען די טיר און 
אין שטוב װעט א דערפראָרענע פון דער ארבעט ארײַנקומען די מאמע. עס מעג אין דרויסן זײַן 
א זאווייע, א פראָסט, עס קאָן קיין האָלץ ניט זײַן, נאָר מיט דער מאמען ווערט ווארעם און ליכטיק 
אין יעדן ווינקל. 

די מאמע גייט מיר אָפו! זי גייט מיד אזוי אָפּ! נאָר צו וועמען זאָל איך האָבן טײַנעס? ס'איז 
פאראן א טערעץ: מילכאָמע... צי װעט קומען אמאָל א צײַט, ווען אלע מילכאָמעס װעט מען בא- 
גראָבן טיף אין דער ערד? איך בין ניט איינער, װאָס איז געבליבן אָן טאטע-מאמע, נאָר פון דעם 
ווערט מיר ניט גרינגער. דאָס הארץ אין אזוי פארביטערט, עפשער דערפאר ויל איך קיינעם 
ניט זען. כ'וויל ניכטער באטראכטן, װאָס דארף איך טאָן װײַטער. 

ווען סאדא אבראמאָוונא האָט דערהערט, אז איך קלײַב זיך פאָרן אהיים, האָט זי מיך אָנ- 
געקוקט, וי א ווילדן: ,אף ווינטער זיך לאָזן אין וועג? מע דארף זײַן פריש, געזונט און מעשוגע". 
אָבער איך האָב זיך געטראכט מײַנס: אונדזערע האָבן דאָך שוין גענומען פאָלטאווע. פון פאָל- 
טאווע איז מיט דער האנט צו דערלאנגען קיין קִיִעוו. ביז איך װעל קומען קיין אוקראינע, װעט 
שוין קיעוו זײַן באפרײַט... 

איך האָב באשלאָסן קיינעם גאָרנישט ניט זאָגן, זאָל סארא אבראמאָוונא מיינען, אז איך גיי 
אין ראיצענטער איבערשרײַבן אף מײַן נאָמען דעם אטעסטאט. גערעדט און געטאָן. א פאסאזשיר 
בין איך א גרינגער. גענומען די דרײַ פּאפּירלעך, װאָס די מאמע האָט מיר איבערגעלאָזט, פאר- 
באהאלטן טיף אין קעשענע דעם קאָמיוגישן בילעט -- און זאָלן מיר אלע מויכל זײַן, װאָס איך 
גיי אוועק אָן א זײַיגעזונט, 

קאיאָר בין איך שוין געווען גרייט אין וועג ארײַן. איך האָב א קוק געגעבן אף דער שטוב, 
אף סארא אבראמאָוונען, נאָך א ביסל צעקוש איך זיך מיט איר, נאָר איך האלט זיך אײַן, װײַל קיין 
פינגער אין מויל טאָר מען איר ניט ארײַנלײגן. איך זאָג א גוטן-טאָג און גיי אוועק. 

אין דרויסן איז נאָך טונקל. דאָס דאָרף שלאָפט, און נאָר אין אייניקע פענצטער לויכט זיך 
שוין. װזיניט-וווּ רייכערן זיך קוימענס. פון אלע זײַטן הערט זיך א קרייען פון הענער. 

ארויס פון דאָרף, האָב איך זיך אָפּגעשטעלט א װײַלע אפן בארג. פון יענער זײַט טאָל, דאָרט, 
װוּ דער עק הימל האָט זיך אָנגעהויבן אױסלײַטערן, האָבן די װאָלקנס גענומען שווימען אנטקעגן 
מיר, וי זיי װאָלטן זיך דערשראָקן פארן פּײַערל, װאָס האָט דאָרטן אָנגעהױבן פלאטערן. ס'איז 
שטיל געװאָרן ארום און ארום. אפילע דאָס ווינטל איז ערגעץ אװועק, ניט געסטײַעט. יעדעס גע- 
וויקס, יעדע באשעפעניש האָט געווארט אף דער אָנקומענדיקער זון. דער וואלד האָט א שײַן געטאָן 
מיט אלערליי קאָלירן: רויטלעכע, געלע און גרינע ביימער האָבן זיך ארויסגעריסן פון דער טונקל- 
קײַט אנטקעגן דעם באגינען. דאָרטן, פון יענער זײַט טאָל, װוינט גרוניע. איר שטיבל איז פאר- 
שטעלט מיט טונקעלע יאָדלעס, נאָר פון צװישן דער געדיכטעניש שלאָגט זיך דורך א פּאסיקל 
שײַן. גרוניע שלאָפּט עפשער ניט. און איך גיי אוועק פונדאנען... איך לאָז דאָ איבער דער מאמעס 
קייווער. נעכטן האָב איך זיך געזעגנט מיטן בערגל ליים, מער מיט קיינעם ניט. איצט שיק איך 
א זייַ:געזונט אלע גוטע מענטשן, װאָס איך לאָז דאָ איבער. 

געגאנגען בין איך גיך, זיך ניט אָפּגעשטעלט. אפן וועג האָבן זיך באוויזן פורלעך. זעלטן- 
ווען האָט א מאשין מיך איבערגעיאָגט. איך האָב קיינעם ניט געבעטן, מע זאָל מיך אונטערפירן. 
איך שפּאן מיט א גרינג הארץ. װײַל איך טו דאָס, װאָס מײיַן געוויסן זאָגט מיר אונטער. איך ווייס, 
אז עס שטייען מיר פאָר גרויסע שװעריקײַטן, איך בין גרייט זיי קומען אנטקעגן. 

א בילעט קיין טשעליאבינסק האָט מען מיר פארקויפט אָן שום פראגעס. איך האָב דאפקע 
געװאָלט נעמען ביז פּאָלטאװע, שטעקט מען ניט, מע פאָדערט א פּראָפּוסק. דאָס איז שוין א ביסל 
ערגער. נאָר מיילע, מע װעט זיך מוזן געבן אן אייצע. איך האָב באמערקט, אז אף די דורכ- 
פאָרנדיקע פראכטצוגן און אפילע אף די שנעלצוגן האָבן אייניקע פּאסאזשירן זיך זייער שיין אײַג- 
געמאָסטעט אף די דעכער. װײַזט אויס, איך װעל אויך מוזן נעמען אזא מין ,, פּלאצקארטע". וועד- 
ליק איך פארשטיי, דארף מען דאָרטן, פון אויבן, כאפּן דעם עמעסן ציטער. נאָר װאָס קאָן מען 
טאָן? צו באזונדערע באקװעמלעכקײַטן בין איך ניט צוגעוווינט. 

דער ,טעליאטשע"ג איז נאָך געווען גאנץ װײַט, ווען דער אוילעם האָט זיך א ריר געטאָן 
פון די ערטער. מע האָט איבערגעשלעפּט די פּעק אף דער פּלאטפאָרמע, װוּ דער צוג האָט זיך 
געדארפט אָפּשטעלן. ענדלעך איז דער ,7501 אָנגעקומען. אינעם עשעלאָן זײַנען געווען אויך 
עטלעכע פאסאזשיר-וואגאָנעס. לעבן זי האָבן זיך געשטופּט די אינוואלידן, מיט די מיליצעס 


1 -- א פראכטצוג פאר פי 


67 


צח זחזד אד 


ידי טזע װ' ווחחדר! 


ידר ' 


אונטער די פּאכוועס. קיינעם האָבן זי אהינצו ניט צוגעלאָזט. נאָר מען איז סײַוי געקראָכן דורך 
די טירן און פענצטער. קלומעקעס זײַנען געפלויגן הין און צוריק. אין איין אויגנבליק בין איך 
ארוף אף די בופערס פון א ואגאָן און פארנומען אן אָרט. אויב עס װעט געלינגען, װעל איך 
נאָכדעם ארײַן אין וואגאָן. מיטאמאָל האָב איך דערהערט, װי עמעצער רופט מיך: 
-- בעניע! בעניע! 
איך קוק זיך ארום -- גרוניע! וי קומט זי אהער? זי שטופּט זיך צום וואגאָן מיט אויסגע- 
שטרעקטע הענט. אירע ציטעריקע פינגער כאפּן די לופט, וי זי װאָלט ועלן אין עפעס זיך אָנ- 
טשעפען. מע שטופּט זי אָפּ צוריק, און זי איז, װי א שטיינערנע וואנט. זי אָטעמט שער און 
הערט ניט אוף צו שרײַען. דאָס שאלעכל אירס איז אראָפּגעפאלן אף די אקסל, די האָר צעשויבערט, 
צוגעקלעפט צום נאסן שטערן. װאָס זאָל איך איצט טאָן? פארלאָזן דאָס אָרט? װעל איך אהער 
מער ניט צוקומען. נאָר װי האָב איך געקאָנט אײַנשטײן, אז גרוניע האָט זיך צו מיר אזוי געריסן? 
זי האָט זיך אָנגעכאפּט אין מיר מיט ביידע הענט: 
-- איך האָב געמיינט... איך האָב געמיינט, איך װעל דיך ניט געפינען... איך האָב געמיינט, 
איך װעל ניט באװײַזן... --- האָט זי אפגיך איבערגעכאזערט איינס און דאָס זעלבע, שווער איבער- 
כאפּנדיק דעם אָטעם. 
-- װי קומסטו אהער? פונוואנען האָסטו געװוּסט? 
-- פרעג מיך ניט... איך האָב געפילט... איך האָב פארשטאנען... כ'האָב דיך קאיאָר געזען 
אפן בארג... כ'האָב געװוּסט, אז דו גייסט אוועק... כ'האָב אזוי מוירע געהאט צו פארשפעטיקן... -- 
אירע ליפן האָבן געציטערט... זי האָט א טרייסל געטאָן מיטן קאָפּ, וי זי װאָלט זיך אליין ועלן 
זאָגן: ניין, וויינען װעל איך ניט. זי האָט אראָפּגעשלעפּט דאָס זעקל פון אירע פלייצעס, װאָס 
איז געווען איבערגעבונדן מיט שטריקלעך, װי מיט רימענדלעך בא א רוקזאק, און עס איבער- 
געגעבן מיר: 
-- אהער שטופּ ארײַן איין האנט, אהער די צווייטע. אָט אזויי 
איך האָב זי געפאָלגט. װאָס אמאָל האָט מען אונדז ביידן װײַטער אָפּגעשטופט פון וואגאָן, 
שיר ניט אומגעוואלגערט פון די פיס, נאָר מיר האָבן ביידע זיך שטארק געהאלטן פאר די הענט. 
דער סטאנציע-גלאָק האָט א קלונג געטאָן. גרוניע האָט מיך ארומגעכאפּט ארום האלדז, און 
איך האָב זי שטארק א קוש געטאָן. עמעצער האָט פון וואגאָן-'פענצטער א געשריי געטאָן צו אונדז: 
-- פּאצאן, װוּהין קושסטו? אין די ליפּן דארף מען, אין די ליפף! 
גרוניע האָט מיך געשטופּט נעענטער צום וואגאָן, דאָס זעלבע קאָל האָט צו אונדז געשריען: 
--- פאצאן, אהער! דערלאנג די האנט! 
גרוניע האָט מיר געהאָלפן זיך אונטערהייבן. א סאָלדאט אין א פארשמאָלצעוועטער פּילאָטקע 
האָט מיך ארײַנגעשלעפּט אין וואגאָן דורכן פענצטער. 
דער צוג האָט זיך גערירט פון אָרט, גרוניע איז נאָכגעגאנגען, זי האָט געװאָלט נאָך עפּעס 
זאָגן, נאָר איר איז, װײַזט אויס, שווער געווען צו ריידן. די אויגן אירע זײַנען פול געווען מיט טרערן, 
נאָר זי האָט דאָך מיט א שמייכל געקוקט אף מיר. כ'האָב גאָר ניט באמערקט, אז די סאָלדאטן 
האָבן מיך איינעם אליין איבערגעלאָזט באם פענצטער. דער צוג האָט פארגיכערט דעם גאנג. 
גרוניע האָט אויך געלאָזט זיך לויפן, געװאָלט מיר איצט עפּעס זאָגן, נאָר אירע אויגן האָבן, װײַזט 
אויס, עמעצן דערזען, זי האָט א װאָרף געטאָן איר האנט אין א זײַט און זיך צעשריַען: 
--- טו א קוק אהין, זע! 
אין פעלד האָב איך דערזען א רײַטער און דערקענט דעם ,, אוראלעץ". טאראס אנטאָנאָװויטש 
האָט געיאָגט דאָס פערד, אָט װעט עס פלאצן. ער האָט ניט געקאָנט זיך דערנעענטערן צום צוג, 
װײַל די אײַזנבאן-ליניע איז געווען אויסגעלייגט אף א הויכן אָנשיט, ער האָט געריטן לענגויס 
די רעלסן. איך האָב אראָפּגעכאפט דאָס היטל פון קאָפּ, געפאָכעט צו אים און געשריען: 
-- טאראס אנטאָנאָװיטש! טאראס אנטאָנאָװיטש! --- ער ווייסט, צי ער האָט מיך געזען, 
צי ער האָט מיך געהערט. אין פענצטער האָבן זיך באוויזן רויטארמייער, מע האָט געפאָכעט מיט 
די פּילאָטקעס, און מיטגעהאָלפן מיר שרײַען. זי האָבן געגוואלדעוועט: 
-- טאראס! טאראס בולבא! טאראס אנטאָנאָװויטש!: טאראס בולבא! 
דער גאנצער ואגאָן האָט געשריַען. און טאראס אנטאָנאָװיטש האָט, װװײַזט אױס, ניט 
געהערט. די רעדער האָבן געקנאקט, דער צוג האָט שארף פארקערעוועט אף לינקס, און איך האָב 


דעם רײַטער פארלוירן פון די אויגן. 


ישט::,, - 


גג'נאסקעקאעעעעקעצענזנשעעקעקאמעגעשוזרעשנא וק מעגעטענענטאפוגקעעקאלאסצאננ הניש 


שמועל האלקין 
ווער זשע איז געװאָרן אלט? 


ווער איז געװאָרן אלט -- דער טאָג, די נאכט? 
די זון באם אונטערגאנג, דער טוי באגינען? 
כ'האָב שארף זיך אײַנגעקוקט, זיי גוט באטראכט, 
און ניט געקאָנט קיין ענדערונג געפינען. 


אויב זאָגן: איך, איז סײַדן האלבן טאָג, 

ווען ס'ברענט די זון, צי ווען מײַן צווייטע העלפט 
אמאָל מיר אָנצוטאָן דאָס מאנטל העלפט 

און טיילט מיט מיר דאָס פּעקל, װאָס איך טראָג. 


צוערשט האָט מיר געדאכט -- נאָר זי ווערט אלט, 

מײַן צווייטע העלפט -- ס'האָט שטארק געטאָן מיר באנג: 
דערנאָך כ'האָב צו איר טראָט געגלײַכט מײַן גאנג, 

כאָטש אײַנגעגאנגען כ'בין אף דעם ניט באלד. 


װײַל ווען איך קוק אין דרויסן אפן שניי, 
צי פון דער ערד, װאָס אונטער מײַנע פיס, 
א גרעזל שנײַדט זיך, װי א גרינע שפּיז, -- 
כ'בין אף קיין קוק ניט עלטער דאן פון זיי. 


איז װער זשע װוערט דאָ אלט -- דאָס גראָז אום זומער, 
דער שניי אום ווינטער, צי דאָס גאָלד אין הארבסט? -- 
כ'װאָלט זאָגן: איך, ווען ס'ברוינט מיך ניט די זון מער, 
צי ווען דאָס אלץ פארשוויגן װאָלט מײַן הארץ. 

+ 6 


8 


פארװאָס פארשרײַב איך אלץ, אף װײַס פארשרײַבן כ'אײַל -- 
טערוצים טויזנט כ'האָב. דער לעצטער טערעץ: װײַל 

אכוץ קורצװעגיקײַט, װאָס אונדז די עלטער ברענגט, 

די זעלבע עלטער אונדז אויך װײַטזיכטיקײַט שענקט. 

און אויב נאָך מיט מײַן האנט ער פירט ניט אָן דערװײַל, -- 
אָט דער, װי הייסט ער דאָרט -- איך זע אים פאר א מײַל. 
און שרײַבן אף דער װײַס אין אָט דער קורצער װײַל -- 

אן אײביקײַט איז ווערט... און דאָס פארשרײַבן כ'אײַל, 


װאָס שטייסטו, קינד? 


-- װאָס שטייסטו, קינד, דעם קאָפּ צום פּארקן אָנגעשפּארט, 
און גרויסע טרערן רינען דיר פון דײַנע אויגן? 

-- אין פערדלעך שפּילן מיר --- דורך פעלד, דורך וואלד געפלויגן, 
דורך בארג און טאָל, און איצטער אף מײיַן רײַטער כ'ווארט. 

ער האָט מיך מיט דער צוים צום פּארקן צוגעבונדן, 

געזאָגט מיר: שטיי, און ער איז ערגעץ-וווּ פארשוווּנדן. 


69 


70 


-- נאָר כ'זע אף דיר קיין לייצעס ניט -- דו ביסט דאָך פרײי, 
דײַן צוים אין מויל דיך בינדט צו לופט, צו גאָרניט. 
-- ער האָט אָבער געזאָגט, אז אָפּטרעטן איך טאָר ניט, 

און מיט דער בײַטש א שטארקן פאָך געטאָן דערביי. 


-- דו ביסט דאָך אָבער מיד. איך זע, דו שטייסט שוין קוים. 
די שפּיל איז שוין אויס שפּיל, באפריי זיך פון דער צוים. 

--- באפרײיען זיך אליין? -- א פּײַנע שפּיל, קיין װערטל! 
ארױיסלאָזן די צוים -- װעל איך דאָך זײַן אויס פערדל... 


געהיימע וועגן.. 


געהיימע וועגן האָסטו אויסגעציילט, 

װאָס זייער שפור פארבלײַבט פון אויג פארהוילן: 

דער וועג פון שלאנג אף פעלדזנשטיין אף הוילן, 

א צווייטן פעלדז, ווען זי האָט אויסדערװיילט; 

אין יאם -- דער וועג פון לײַכטן זעגלשיף; 

דער שפּור פון פויגל-פלי אין הימל-טיף. 

נאָר מער פון אלץ פארבלײַבט פאר דיר א װוּנדער -- 
דער וועג פון מאן צו פרוי --- אים ציילסט באזונדער. 


און איך װאָלט דיך אף נאָך א וועג געפרעגט, 

װאָס װעלן כ'װאָלט, ניט ווערן זאָל פארמעקט 

דורך שטויב פון טאָג און ניט דורך װוינט באנאכט, -- 
דער וועג, װאָס פאנגט זיך אָן אין מײַן געדאכט, 
קרײַזט דורך א וועלט און גליקלעך לאָזט זיך אויס 
אין אָט דער ליד, --- א פינגער-שפּאן די גרויס. 


די בליקן אונדזערע זיך קרייצן איבער -- 

מיט יעדן אױגנבליק דו װוערסט מיר ליבער. 
די אויגן צו דער ערד ווען דו ווענדסט אָפּ --- 

וי עמעצ'ס האנט מײַן קאָפּ מיר דריקט אראָפ. 
ווען צו די שטערן װאָלסט געקוקט ארוף --- 
באגלײַך מיט דיר כ'װאָלט הערן זייער רוף. 

אין מיזרעך-װײַט, אין מײַרעװ-זײַט, אין צאָפן --- 
דײַן בליק װאָלט מײַנעם ווארטן דאָרט געטראָפן. 
נאָר אױיסגעשפּירט ווערט יעדער אויגן-עפן --- 
די בלוקן, װי געפאנגענע, זיך טרעפן. 
פארשעמט און צאָרנדיק און פול מיט שרעק 

זיי קערן אום זיך פונעם מיטן וועג... 


איז לאָמיר אויסדאכטן אזאמין צײַט, 

װאָס ווערט אין קיינעמס כעזשבן ניט גענומען, 
און לאָמיר אויסטראכטן אזאמין װײַט, 

װוּ מיר אהין די ערשטע װעלן קומען. 


אזוי דערקלערט מײַן זון.. 


אזוי דערקלערט מײַן זון אינמיטנד'רינען: 
כ'וועל אופשטיין מאָרגן, ווייסטו ווען? -- גאנצפרי 
און גיין צום יאם נאָך איידער ס'וועט באגינען -- 
דער גרויסער יאם זאָל קילן מיר די קני, 

איך װעל אין אים אלץ װײַטער, טיפער גרייכן: 
דער בייג פון ברוסט װעט זײַן מײַן ערשטער צייכן, 
דער צווייטער -- ס'ווארעם גריבעלע באם האלדז, 
דער דריטער -- אפן ליפ דער טאם פון זאלץ. 
צום לעצטן -- אף די שפּיצפינגער זיך שטעלן, 
ביז אונטער זיי װעט באָדן מיר פארפעלן. 

װי א געבאָרענער אין יאם, כ'וועל שווימען, 

און נאָר דער הימל-ראנד ועט זײַן מײַן סימען. 


אזוי זאָגט מיר מײַן זון אינמיטנד'רינען, 
און ס'קומט אים ניט אפילע אפן זינען, 

און ס'קלאפּט אים גאָר ניט אָן אינעם געדאכט, 

אז צווישן הײַנט און מאָרגן ליגט א נאכט -- 

א יאם די גרייס, װאָס קוים דעם טאָג דערווארטסט. 
װײַל יעדע װײַל קאָן בלײַבן שטום דאָס הארץ 

און בלײַבן װעט א סאָד: בא וועלכן סימען 
כ'האָב אין אומענדלעכקײַט געלאָזט זיך שווימען... 


און פּרוּוו, דײַן קינד מאך אופמערקזאם דערוף -- 
ער װעט די אקסלען טאָן א הייב ארוף, 
אויס מיטגעפיל א זאָג טאָן: הער שוין אוף... 


4 


װי ליב צו וויסן איז, אז דאָס געװוען בין איך: 
מיט יאָגנדיקן הארץ, מיט פאָכנדיקער דיך, 

מיט דינעם מענטעלע -- פון װוינט דאָס לײַב פארשטעלט, 
דאָס פּאָנעם אופגעפלאמט פון עסעריקער קעלט, 

ווען צו דעם ערשטן שניי כ'פלעג קומען שיר ניט באָרװעס.. 
און װייניקער פון אלץ געזאָרגט האָב איך פאר זיך. 

װײַל ארן האָט מיך נאָר געארט, פארװאָס דאָס קלאָרװײַס 
פון אָט דעם שניי צעטראָטן ווערט דורך גראָבע שיך, 

װאָס לאָזן איבער שווארצע קאליוזשעס נאָך זיך... 

װײַזט אויס, אז דאָס געווען בין איך, בין איך, 

װײַל נאָך ביז הײַנט מיך ארט, פארװאָס דאָס שיינע אָרװעס 
פאר ערשטן שניי צערונען איז זיך אזוי גיך. 


1960--6 


95 


אטא ואטורישטד: אצ פוום שרדזרז זופו 


שירע גאָרשמאָן 


וואלידאָל 


ער װי אכצן יאָר איז זי געווען אין צאָפן-קאזאכסטאן. מע האָט זי /אקטירט" און 
באזעצט אין א קירגיזיש שטעטל, װײַל זי איז געווען קראנק און זיך גענייטיקט אין 
א ווארעמען קלימאט. זי איז געװאָרן א לערערן פון דער רוסישער שפּראך און לי- 
טעראטור און געטראכט נאָר וועגן איין זאך -- וועגן רעאביליטאציע 

איר איז דאָ געווען פונקט אזוי שװוער, װי אין די טעג, ווען זי האָט זיך ר צוזאמען 
מיט פארברעכער-רעצידיוויסטן. זי האָט אָנגעהויבן אראָפּרײַסן די בלעטלעך פון קאלענדאר 
װאָכנװײַז. זיבן אראָפ. נאָך זיבן אראָפּ... נאָר אָט איז שוין סאָף לערניאָר, שוין באקומען דעם לוין 
פאר די זומער-וואקאציעס, נאָר דער שלאָף איז פון איר אװעק, כאָטש מע האָט זי אף קין 
אױספאָרשונג ניט גערופן. זי האָט עטלעכע מאָל אין דער נאכט געטריפט וואלידאָל אף שטיקלעך 
צוקער, און אין איינעם א טאָג איז זי אוועק צום װאָקזאל, זיך אײַנגעבױגן צום פענצטערל און 
שטיל געזאָגט: 

-- ביז מאָסקװע, יאָ, מיט א פּלאצקארטע, אוואדע. 

אומגלייבלעך... זי האלט דעם בילעט מיט דער פּלאצקארטע און ס'דוכט זיך איר, אז זי 
האליוצינירט. וויפל מאָל האָט זי, שטייענדיק מיט א לאָפּעטע אין האנט, געקוקט, װוי עס גייען צוגן, 
און געטראכט, אז זי װעט שוין ביזן קייווער אזוי גיין אין דער לאנגער קאָלאָנע, באגלייט און בא- 
װאָרנט פון א באװאָפּנטער וואך. 

אין באן האָט זי די גאנצע צײַט געקוקט אין פענצטער און מיט א פארציטערט הארץ זיך 
צוגעהערט, צי גייט ניט קיין קאָנטראָל... זי איז װינציק געשלאָפן און אָפט געלעקט דאָס קאָרעקל 
פונעם ניטראָגליצערין -פלעשעלע, װײַל טריפן וואלידאָל אף צוקער איז געווען אומעגלעך צוליב 
דער טרייסלעניש. 


ווען זי איז ארויס פון צוג, האָט זי מיט די בלויע צוגעזשמורעטע אויגן אופמערקזאם 
באטראכט די טורעמלעך פון דער פּאָמפּעזער הױכשטאָקיקער געבײַדע, װאָס אנטקעגן װאָקזאל, 
נאָכדעם האָט זי פונעם פלעשעלע זאָרגזאם אָנגעטריפט אכט טראָפּנס אף א ברעקעלע צוקער 
און איז פּאװאָליע אוועק פון פּעראָן. אפן װאָקזאל-פּלאץ איז זי װידער א װײַלע געשטאנען, זיך 
ארומגעקוקט און אָפּגעשטעלט א טאקסי. 
דער שאָפּער האָט געווארט, זי זאָל אָנרופן אן אדרעס. געווארט, געווארט, זיך אויסגעדרייט 
צו איר. דערזען, װי זי זיצט מיט פארמאכטע אויגן און באוועגט מיט די ליפן, האָט ער זיך א 
ביסעלע פארלאָרן, אָבער מיטאמאָל, װײַזט אויס, עפּעס פארשטאנען און שטיל געפרעגט: 
--- איר קומט פון װײַט? 
זי האָט געשוויגן. 
-- װווּהין אײַך פירן? 
--- װוּהין איר ווילט... פירט מיך איבער דער שטאָט, געלט האָב איך. 
-- איך פרעג אײַך ניט וועגן געלט. עפשער ווילט איר עסן? 
-- ניין. פאָרט. 
--- שוין לאנג זײַט איר אין מאָסקװע ניט געווען? -- האָט ער װוידער געפרעגט. 
זי האָט גאָרנישט ניט געענטפערט. זי האָט געקוקט אף די מענטשן, װאָס האָבן דורכגעשוועבט 
פארבײיַ דער מאשין. זי האָט ארויסגעשטעקט דעם קאָפּ אין אָפּענעם פענצטער און עס האָט זיך 
איר אויסגעוויזן, אז אָט טוט זי א געשריי: 
-- שטײיט! טוט א קוק, ער עס פאָרט! 
זי האָט זיך צוגערירט צום שאָפערס אקסל, דער שאָפער האָט אָפּגעשטעלט די מאשין. 
-- פארגעדענקט מײַן אדרעס. מײַן פרוי װעט זײַן זייער צופרידן מיט אזא גאסט, װי איר... 
זײַנע ווערטער האָבן זי אזוי גערירט און צעטומלט, אז זי האָט פארגעסן צו באצאָלן. ווען 


0 


זי האָט זיך א לאָז געטאָן דעריאָגן דעם שאָפער, האָט זי אין שטראָם קוועקזילבער שוין ניט 
דערקענט די מאשין, פון וועלכער זי איז ארויס... : 

זי איז ארומגעגאנגען איבער די מאָסקװער גאסן, געזעסן אין די סקווערן, געגעסן קעפיר 
מיט צװאָרעך אין א מילך-קאפע. נאָך דעם איז זי בין שפּעט באנאכט ארומגעפאָרן אין מעטראָ 
און האָט זיך אף יעדער סטאנציע געקויפט א נײַעם בילעט.. זי האָט געקוקט אף די מירמל- 
אנטקעגן פּאָרטרעט פון רומפולסטן, שטארקסטן, אומבאגרענעצטן מאכטהאָבער... זי האָט געקוקט 
אף זײַן פּאָנעם מיט די װאָנצעס, אפן לאץ פון זײַן גראָען פרענטש, אף וועלכן עס איז געהאנגען 
דער לוין פון זײַן מי -- דער גאָלדענער שטערן. 


זי האָט אים אזויפיל געהאט צו זאָגן. דורך די נעכט האָט זי גערעדט צו אים. אים הונדערטער 
מאָל געפרעגט: צי ווייסט ער, װוי שװוער ס'איז די פּײַן פון אומשולדיקע, צי ווייסט ער, וויפל 
געטרײַסטע ס'זײַנען אומגעבראכט געװאָרן? 

איצט, שטייענדיק אנטקעגן זײַן בילד, האָט זי אָנגעטריפט וואלידאָל אף א ברעקל צוקער 
און האָט א שעפּטשע געטאָן: עס איז שוין באװאָרנט געװאָרן, אז אפילע די העכסטע ביימער זאָלן 
די בלויע הימלען ניט גרייכן. 

ווען זי איז ארויס פון מעטראָ, האָט זי זיך געזעצט אף א באנק פון א סקווער. זי איז געזעסן 
און דאָס ערשטע מאָל, זינט זי איז אװועקגעפאָרן פון קירגיזיע, האָט זי געטראכט װעגן די 
פארגאנגענע יאָרן. זי האָט זיך איצט דערמאָנט אין איינעם א צופאל, װאָס איז איר טיף געלעגן 
אין זיקאָרן. עס איז געווען אין א טורמע-קאמער. לעבן איר זײַנען געלעגן אף דער נארע א סאך 
פרויען. איינע האָט מען ארויסגערופן צום אױיספאָרשער. ווען יענע האָט זיך אומגעקערט, האָבן 
עטלעכע מיטאמאָל געפרעגט: 

-- נו, װאָס האָט ער געזאָגט? 

-- גאָרנישט. איך האָב אים דערציילט אזוי וי עס איז געװען. די דײַטשן האָבן געהייסן 
אויסגעבן ייִדן, האָב איך עס געטאָן... 

-- נו, און דער סלעדאָוואטעל? -- פרעגן ווידער עטלעכע. 

-- דער סלעדאָוואטעל? א געלעכטער. ,דו דריי מיר ניט דעם קאָפּ, זאָגט ער, פארייד מיר 
ניט די ציין. איך פרעג דאָך דיך וועגן אנדערע זאכן". נו, װאָס האָב איך אים נאָך געקאָנט זאָגן? 
איך בין דאָך אן אָרנטלעכער מענטש, -- האָט דעם פּאָליצײַס װײַב געלאכט. 

אָט איצט, זיצנדיק אין סקווער, האָט סארא איזראילעוונא געהערט דאָס געלעכטער פון דער 
מערדערן, געזען די קאמערע פאר די אויגן און געפילט, אז דאָס איז דאָס שרעקלעכסטע, װאָס 
איר איז אויסגעקומען צו הערן פאר אלע יאָרן פון פּײַן און שוידער. 

עס האָט אָנגעהויבן טאָגן. סארא איזראילעוונא איז אוועק פון סקווער. זי האָט געקוקט, װי 
די זון גייט אוף, און זיך דערמאָנט גאָר אין אנדערע צײַטן. זי זיצט אינעם זעלבן סקווער מיטן 
יונגן סטודענט, װאָס איז שפּעטער געװאָרן איר מאן... זי קומט פון דער ארבעט און קושט דאָס 
עלטערע מיידעלע, נעמט אף די הענט דעם יאָריקן זון. אָבער באלד פארשוינדן די דאָזיקע 
זעונגען, און זי שטעלט זיך פאָר, ויָאזוי דאָס מיידעלע איז אומגעקומען בייס דער מילכאָמע. די 
געדאנקען שפּרינגען, זי טראכט שוין וועגן זון. װוּ איז ער? אויב ער לעבט, איז אים איצט שוין 
צוויי און צוואנציק יאָר. און פּלוצעם הערט זי זיך צו צו די אייגענע טריט און זי פארטראכט זיך, 
וי זי װאָלט געפרעגט בא דער שלאָפּנדיקער שטאָט: 

-- דאָס גיי איך?.. 


עס האָט געדויערט עטלעכע טעג ביז דער פּראָקוראָר האָט זי אופגענומען. ער איז געוען 
טאקטיש און העפלעך. 

-- סארא איזראילעוונא, איר דארפט פארשטיין, אז מיר מוזן דרינגענד, איר פארשטייט?.. 
מיר מוזן דרינגענד לייזן אָן א שיר אזוינע איניאָנים, וי אײַערע. געדולד... 

--- קיין געדולד פעלט מיר ניט... 

--- נו, איז אויסגעצייכנט. קערט זיך אום אין אײַער קירגיזיע. איך האָף, אז אײַער איניען 
װעט פּאָזיטיוו געלייזט וערן. 

--- מאָסקװע איז אויך מײַנע, איך מוז געפינען מײַן זון. אָט איז שוין באלד צען טעג, װי 
איך וואלגער זיך איבער די סקווערן, וואש זיך אין די פרויען-טואלעטן. גיט מיר עפּעס א פּאפּירל, 
איך זאָל קאָנען נעכטיקן ערגעץ אין א האָטעל, צי פּריוואט. מיט מײַן פּאס בין איך א געבונדענע. 


783 


|-.. וז טחוש זזש' חי 


ורוחו 


דצ זורה | 


שחה יי 


איר ווייסט דאָך, אז איך בין אומשולדיק. פארװאָס האָט מען פון מיר אויגנבליקלעך געמאכט א 
פארברעכערן, פארװאָס דארף עס איצט אזוי לאנג דױיערן?!. 

--- בארויַקט זיך. 

-- אך, ווען איר װאָלט געווען דאָרטן... 

--- פונוואנען ווייסט איר, אז איך בין ניט געװוען? איך װעל אײַך געבן א פאפירל, מיט דעם 
פאפּירל װועט איר זיך ווענדן אין קאָמיטעט פאר מעלוכע-געפארלאָזיקײַט. 


איצט איז סארא איזראילעוונא אומגעגאנגען מיטן פּאפירל איבער מאָסקװע גאָר אן אנדער 
מענטש. זי איז שוין דרײַ מאָל געווען אין דער טרעטיאקאָווער גאלעריי. און יעדעס מאָל, ווען זי איז 
פון דאָרטן ארויסגעגאנגען, האָט זי געפילט, אז קיין גרעסערן פארגעניגן האָט זי זיך ניט געקאָנט 
ווינטשן. און זי האָט זיך ניט אופגעהערט צו װוּנדערן, ויאזוי קאָנען מענטשן טאָן בייז, ווען עס 
זײַנען פאראן אף דער װעלט אזעלכע איצרעס.. זי װאָלט נאָך און נאָך געגאנגען אין דער 
,;טרעטיאקאָווקע", װי מע רופט די בילדער-גאלעריי, נאָר זי האָט קיין צײַט ניט געהאט. 
צום פּראָקוראָר האָט זי געדארפט גיין, אין קאָמיטעט פאר מעלוכע-געפארלאָזיקײַט האָט זי 
געדארפט גיין. כוץ דעם האָט זי צעשיקט קורצע בריוו, קורצע, וי טעלעגראמעס, אין אלע שטעט, 
װוּ זי האָט אמאָל געהאט באקאנטע. זי האָט געשריבן: ,אויב איר ווייסט עפעס וועגן מײַן זון 
איליושע קליינמאן, װאָס איז אלט געווען דרײַ יאָר, ווען מע האָט מיך מיט אים צעשיידט, בעט 
איך טעלעגראפירן: מאָסקװע, הויפּט-פּאָטשטאמט?. 

איצט איז זי אלע טאָג אויך געגאנגען אפן פּאָטשטאמט. דאָס מיידל אין פענצטערל פלעגט 
שוין גלײַך דערקענען סארען און שאָקלען מיטן קאָפּ: ,ניין". 

אָבער אין איינעם א טאָג האָט דאָס מיידל פרײַנטלעך זיך צעשמייכלט און איר דערלאנגט 
א טעלעגראמע. לעכאטכילע האָט סארע געמיינט, אז דאָס איז פון קירגיזיע, נאָר גענומען 
לייענען, האָט זי גלײַך דערפילט, אז א הייס-קאלטער שווייס האָט זי באשלאָגן... 

,מאמינקע, דאָס בין איך! אלע יאָרן בא די סידאָראָווס, אין לענינגראד. עקזאמענעס פאר- 
האלטן מיך. טויזנטער קושן. אלע סידאָראָווס וויינען. דײַן זון איליא קליינמאן". 

סארא איזראילעוונא איז געשטאנען מיטן בלאָען פאפּירל אין דער האנט. זי האָט ניט 
געוויינט און ניט געכאלעשט. זי האָט געבעטן א בלאנק און לאנג געשריבן, אים אָנגעפיקעװועט 
מיט געדיכטע שורעס פּיטשינקע אויסיעלעך. וען דאָס מיידל האָט א קוק געטאָן אף דער דאָ- 
זיקער טעלעגראמע, האָבן זיך אירע ברעמען צונויפגעצויגן. 

-- א געוויינלעכע? 

-- א בליץ, זײַט אזוי גוט, -- און ביז יענע האָט געציילט און גערעכנט, האָט סארא 
איזראילעוונא באוויזן אָנצוטריפן פון פלעשעלע אף צוקער און ערשט איצט דערפילט, אז דאָס 
הארץ אירס איז צונויפגעדריקט, וי אין אן אײַזערנעם פויסט. זי האָט זיך צוגעזעצט. דאָס מיידל 
האָט זי א רוף געטאָן, געהייסן בּאצאָלן. 

סארא איזראילעוונא האָט דערלאנגט געלט, גענומען די קוויטאנציע און איז אװועק מיט 
וואקלענדיקע טריט. 


װוּהין איז זי געגאנגען?.. 

זי איז געגאנגען, מע קאָן זאָגן געלאָפן, צו איר איינציקן באקאנטן --- צום פּראָקוראָר. 
האלטנדיק די טעלעגראמע, איז זי פארבײַגעלאָפן די סעקרעטארשע, אז יענע האָט אפילע ניט 
באוויזן צו פרעגן, װאָס און ווען... זי איז צו צום פּראָקוראָר און האָט אים דערלאנגט די טעלע- 
גראמע. ער האָט געלייענט, געדריקט אירע הענט און עטלעכע מאָל איבערגעכאזערט איינע און 
די זעלבע ווערטער: 

--- זייער, זייער צופרידן פאר אײַך, זייער, זייער. 

-- נו?.. -- האָט סארא איזראילעוונא געפרעגט, ארײיַנלייגנדיק אזויפיל אין דעם ;נו"י 

-- קומט ארײיַן מאָרגן. איך מיין, אז איר װעט האָבן אן ענדגילטיקן ענטפער. 

-- מיאָדאָרגן? -- האָט זי געפרעגט, אױסציענדיק דאָס װאָרט אזוי, װי דאָס װאָלט באטײַט 
איבער דריי יאָר, ווייניקסטנס. 

-- יאָ, מאָרגן. 

זי איז אוועק אין קינאָ, האָט צװיי סעאנסן נאָכאנאנד געוואנדערט מיט די טשעכישע 
אינזשעניערן אין זייער ;טאטרע" איבער אפריקע און געטראכט: ווען מע זאָל מאכן א פילם וועגן 
די מענטשן דאָרטן, װוּ איך בין געווען... אײַ, װאָס פאר א סוזשעטן, װאָס פאר א טראגישע 
גױיראָלעס! 


24 


פון קינאָ איז סארע אוועק איבער די גאסן און סקװערן. די צײַט האָט זיך געצויגן, וי 
פון פּעך.י 

נאָר אָס איז געקומען דער מאָרגנדיקער טאָג. סארא איזראילעוונא איז ארײַן אין פרויען- 
טואלעט אפן ראָג נעגלינע---קוזנעצקע. זי האָט זיך אײַנגעוואשן, צוגעקעמט און איז אוועק צום 
פּראָקוראָר. 

-- זיצט, -- האָט ער שטיל געזאָגט. 

און ס'האָט זיך איר אויסגעוויזן, או ער איז מיט עפּעס זייער ניט צופרידן. הענט און פיס 
האָבן בא איר געציטערט, ווען ער האָט איר דערלאנגט א פּאפּיר און געזאָגט: 

-- לייענט. איך באגריס אײַך. אײַער מאן איז אויך רעאביליטירט. 

סארא איזראילעוונא האָט עטלעכע מאָל איבערגעלייענט דאָס פאפּיר. ענדלעך האָט זי 
גענומען פארשטיין די באדײַטונג פון די װוערטער: לעוו זאלמאנאָװויטש קליינמאן און זײַן פרוי 
סארא איזראילעוונא קליינמאן זײַנען פולשטענדיק רעאביליטירט... 

בא סארא איזראילעוונא האָבן זיך אונטערגעהאקט די פיס. זי האָט ארויסגענומען דאָס 
פלעשעלע, ארויסגעשלעפּט דאָס קאָרעקל, נאָר דאָס פלעשעלע איז ארויסגעפאלן און האָט זיך 
אװעקגעקײַקלט איבערן פּארקעט, אָנפילנדיק דעם קאבינעט מיט א פּריקרע מיאטע-רייעך. זי האָט 
זיך אײַנגעבױגן, נאָר דער פּראָקוראָר האָט זי אָנגענומען פאר די אקסלען און צוריק אוועקגעזעצט 
אפן שטול: 

--- זיצט, זיצט. איך האָב עס אויך... 

ער האָט פון דער הויזן-קעשענקע ארויסגענומען א פלאקאָנטשיקל און ארויסגעטרייסלט פון 
אים צוויי פײַכטע שטיקעלעך צוקער. איין שטיקעלע דערלאנגט סארען, דאָס צווייטע ארײַנגעלייגט 
אין אייגענעם מויל און זיך געווערטלט: 

-- איך האָב מיר מײַן אייגענע מעטאָדע, ניטאָ קיין צײַט צו ציילן די טראָפּנס. אָט אזוי, 
סארא איזראילעוונא. איער איניען איז געענדיקט. איך האָף, אז איר װעט זיך אינגיכן באגעגענען 
מיט אײַער מאן, מיט אײַער זון. יאָ, אײַער איניען איז אמבעסטן געלייזט, איר פארשטייט? 

-- אמבעסטן?.. גיט מיר, כאווער פּראָקוראָר, א שטיקעלע צוקער... -- האָט סארא איזראי- 
לעוונא געזאָגט, פארשטעלנדיק מיטן נאָזטיכעלע די אוגן. 


דער מעטער מונײי 


עם פעטער מיכײַס קוזניע גייט מען ניט פארבײַ. ווען אהער קומט ארײַן א מענטש, 
צעקלינגט זיך דאָס העמערל היימלעך און גיך, מיכײַס בליק באגעגנט דעם ארײַנ- 
געקומענעם מיט א שיינעם גוטמאָרגן, מיט א גוטמוטיקן צװאָג: 
22 -- מ'ט מאכן... 
גאנץ אָפט דארף דער ארײַנגעקומענער גאָרנישט. ער גייט גלאט אזוי ארײַן א קוק טאָ. 

ווען ער געװווינט זיך צו צו דער פינצטערניש, װאָס האָט זיך אױסגעשפּרײט איבער דער קליינער 
קוזניע, דערזעט ער דער מומע מאשעס פריילעך פּאָנעם. דאָס איז מיכײַס װײַב. זי זיצט אין א 
גריבל אף עטלעכע ציגל. מיט דער לינקער האנט באוועגט זי דעם בלאָזזאק, מיט דער רעכטער 
האלט זי דעם לאנגן צוואנג מיטן שטיקל אײַזן, װאָס מוז ווערן דאָס, װאָס איר מיכיי װעט װעלן. 
קיין סאך קאָן ער שוין ניט װעלן, װײַל ער איז שוואך און אלט. זי איז אויך אלט, אָבער זי איז 
נאָך יאָדערדיק, באוועגלעך, און ער איז געבויגן, זײַן הוסט מאכט ציטערן איר האנט. זאָגט ער 
טאקע, דער פעטער מיכײ: 

-- מער געהוסט, קנאפּער געהאמערט, אייסעך. מע שעוועליעט זיך... אמאָל, ע-ע-ע, ווען דו 
גייסט ארײַן צו מיר אמאָל בייס די טשערעשניעס בליִען, װאָלט איך קיין צוויי ווערטער מיט דיר 
ניט ארויסגערעדט, װײַל איך בין געווען פארוואלגערט מיט ארבעט. איצט זײַנען די קעסלען אף 
ברײַען מעד אױסגעװײַסט, די פאנען צו פּרעגלען שמאלץ און די בעקנס צו בראָטן אינדיקעס 
אויך. דער פאשיסט האָט אויסגעקאשערט און אױסגעװײַסט אף אײביק אײַערע ייִדישע קיילים.. 

אזוי זאָגט צו מיר דער פעטער מיכײַ אף א ריינעם, זאפטיקן בעסאראבער ייִדיש. ער און די 
מומע מאשע ריידן ייִדיש ניט ערגער, װי מאָלדאוואניש, זיי האָבן קייַנמאָל ניט געוואנדערט מיט 
די ציגײַנערשע טאבאָרן, א גאנץ לעבן געוווינט אין א בוד טאקע דאָ אין שטעטעלע סאָראָקע. 
נאָר מײַן נאָמען -- שירע -- האָט דער אלטער ביז הײַנט זיך ניט אויסגעלערנט ארויסברענגען. 
סאָרע רופט ער מיך. אזוי איז אים גרינגער. : 


{צאאאאאוא 


75 


ער טוט א קוק אף דער מומע מאשע און רעדט װײַטער: 
-- סאָרע, איצט קומט מען מער ניט מיט קיין קופּער. מע גייט מיט קלײניקײַטן: מע ווייסט, 
אז דער פעטער מיכײַ שמידט אָפּ א קלײיניקײַט, טויג עס אף לאנג און צו גרויסע זאכן. 
זײַן טונקעלע אָדערדיקע האנט טאנצט און טאנצט איבערן אָנגעגליטן שטיקל אײַזן. און 
אָט איז שוין צו זען א סערפּ. 
-- א סערפּ, -- גיט ער א זיפץ, -- דארפן נאָך די מאָלדאוואנקעס. װווּ דו וועסט ארײַן מיט 
א סערפּ, װעט א קאָסע אָפּשפּרינגען. זאָגט מען אָבער, אז זי זאָגן זיך אָפּ פון די אייגענע גערט- 
נער. איז ווידער גוט. אז מע זאָגט זיך אָפּ פון אייגענע גערטנער, איז א סימען, אז מע האָט גענוג 
מאמאליגע. 
די מומע מאשע שאָקלט מיטן קאָפּ, קוקט אומעטיק אפן מאן. אָט-אָט לאָזט זי אָפּ דאָס 
הענטל פון בלאָזזאק, נעמט דעם האמער פון זײַן האנט און מאכט אליין דאָס שטיקל ארבעט, 
װאָרעם א טיאפּקע, א מעסער קאָן זי מאכן ניט ערגער פון אים. נאָר ווען זי ציט אויס די רעכטע 
האנט אירע, טוט דער אלטער צו איר א מרוקע: 
--- דו, שטיפערקע, טו דײַן זאך, זיץ און פריי זיך, װאָס אן אלטער נאר האָט דיך ניט 
פײַנט, דו-ו!ַ 
ער צעהוסט זיך און כאפט קוים אָפּ דעם אָטעם. די מומע מאשע באוועגט אזוי גיך דאָס 
הענטל פונעם בלאָזזאק, אז עס דוכט זיך -- דאָ אָטעמט ערגעץ א יונגער לאָשעק. און אז דער 
אלטער הוסט זיך אויס, זאָגט זי ווייך און נאָכגיביק: 
-- דארפסט עפעס נעמען אין מויל ארײַן. כ'האָב אין ברונעם א קאוון אף א שטריק, ס'ווא- 
סער שײַנט פון אים, װי פון דער לעװאָנע. 
-- גיי, גיי, ברענג, װאָס עס שײַנט, און זשאלעווע ניט, װאָס מיר האָבן, -- זאָגט דער 
פעטער מיכײַ. ער וואשט די הענט אין בלעכענעם עמער מיט שווארצן וואסער, װוּ ער טונקט 
דאָס אָנגעגליטע אײַזן. 
ער וואשט די הענט לאנג, ווישט זי גוט אָפּ. אָבער אלציינס זעען זיי אויס, וי געצײַג, װאָס 
טוג נאָר צו דער ארבעט. איך קוק אף זײַנע טונקעלע פינגער מיט די צעשפּאָלטענע נעגל און 
טראכט, אז דער אלטער איז װערט א בעסערע דאָליע. ער כאפּט איבער מײַן בליק, שטרעקט 
אויס די הענט צו דער שײַן פון דער אָפענער קוזניע-טיר און זאָגט: 
-- אָט די הענט זעסטו, סאָרע? אָט די הענט האָבן קיינמאָל קיין זאך בא קיינעם ניט גע- 
נומען. פרעמדס, פארשטייסטו? --- איך קוק אין זײַנע אוגן, גלייב אים, אז זײַנע הענט האָבן 
קײינמאָל קיין פרעמדע זאך ניט גענומען. און איך פארשטיי גאנץ גוט, פארװאָס ער זאָגט: , גענו- 
מען? און ניט דאָס געוויסע װאָרט, װאָס א סאך װײַט-װײַט ניט קיין ערלעכע מענטשן פלעגן גרינג 
און זאָרגלאָז ווארפן, װי א שטיין, יעדן ציגײַנער אין פּאָנעם אריין... 
פון הינטער די טאָפּאָלן דערטראָגן זיך א פּילקע-פּױיקערײַ און א פריילעך ברייט געלעכ- 
טער. בא די סטודענטן פון לאנדווירטשאפטלעכן טעכניקום איז איצט א האפסאָקע. דער אלטער 
קוקט אף זיי דורך דער אָפענער טיר און שפּינט װײַטער זײַן געדאנק: 
-- זעסטו, אז סאָכרים, פּריצים, אָפיצערן, אנדערע וואזשנע לײַט פלעגן גאנװענען און 
אוועקמאניען אונדזערע שענסטע טעכטער, איז װאָס קאָנסטו װעלן פון וואזשנע גאָספּאָדא? און 
קראסאוויצעס מיט זינגענדיקע נעשאָמעס װעסטו ניט אװעקזעצן אפן סידעלע. איצט איז אן 
אנדער צײַט. נאָר דעם עמעס, סאָרע, מוז מען זאָגן, אז ניט אלע ווילן נאָך ארבעטן. איך װאָלט 
געגעבן טורמע פאר פוילן זיך. פאר כאסענע מאכן יונג קינדער. איך װאָלט אָבער געמאכט טורמעס 
אָן גראטעס און אָן נאדזיראטעלעס. איך װאָלט אויסגעקומען מיט איינע לאסקעס. פאר ייונג 
כאסענע האָבן בין איך שיר ניט אומגעקומען מיט מײַן מאשקען. ווייסט, ווען איך האָב איר 
אָנגעהויבן טרויען? ווען דער פאשיסט איז ארײיַן אין בעסאראביע. אָט אָ גייט זי. אז מע דערמאָנט 
די זון, קומען די שטראלן. 
דער פעטער מיכײַ שמייכלט, קוקט אפן װײַב מיט אזא בליק, אזש די שווארצע טאץ מיטן 
שווערן קאוון טוט זיך א טרייסל אין אירע הענט. מאשע זעצט זיך אוועק אף דער שװעל און 
שטעלט די טאץ מיטן קאוון אף די קני. דער אלטער גייט צו, נעמט ארויס פון קעשענע א צו- 
נויפגעלייגטן מעסער, צעעפנט מיט א קנאק דעם גלאנצנדיקן שארף און טוט א פאָךְ לענגויס 
דעם קאוון. 
שווארצע יאָדערן, װי גלאנציקע קנעפּלעך, פאלן ארויס פון דער רויט-צוקערדיקער װײַניקײַט. 
די מומע מאשע ווערטלט זיך: 
-- זע נאָר, װי דו האָסט אים צעשפּיליעט... 
זי גיט מיר א שטיק קילע זאפטיקײַט. זי גיט אים און נעמט אליין. זי עסט ניט --- זי זופּט, 


76 


ציט ארײַן אין זיך די פרישקײַט. אירע ציינער בלאנקען. די גרויסע בורשטינענע קרעלן לעשן 
זיך אף איר ברוינעם גלאטן האלדז. אירע בלויע אויגן מינען זיך שפּילעװדיק יונג. 

מיכײַ קוקט, װי זי עסט, און זאָגט: 

-- הערסטו, סאָרע, דאָס איז אמאָל געווען די עמעסע שטוקע, א שעד. איר גליק, װאָס איך 
האָב זי ליב געהאס מער, װי די אויגן אין קאָפּ, מער, וי די זון אין הימל, אז ניט װאָלטן מיר דאָ 
ביידע איצט ניט געזעסן... -- ער שפּײַט אויס דורך דער אָפּענער טיר די קערלעך, װאָס עֹר האָט 
די גאנצע צײַט געהאלטן אונטער דער אייבערשטער ליפ. 

די מומע מאשע זאָגט מיט הארץ: 

-- נו, װאָס האָסטו זיך צעפאליעט? מע דארף טאָן. 

-- טאָן, טאָן. הער מיך, סאָרע, דאָס איז געווען א טײַװל, ניט קיין באבע. מיך האָט מען ניט 
געפרעגט, צי איך יל מאשקען, זי האָט מען ניט געפרעגט, צי זי וויל מיך. מע האָט אָפּגעשפּילט 
א כאסענע, אונדז ארײַנגעהאקט אין א באזונדער בויד, ארײַנגעװאָרפן פּערענעס מיט קישנס און 
צאפלט אײַך, װי פיש אף דער טריקעניש. איך בין אלט געווען קוים פופצן, זי --- דרײַצן. באטאָג 
שפילט זי זיך אין זאמד, גייט צום דניעסטער קלײַבן שטיינדעלעך. עמעס? 

-- עמעס, עמעס. אז מע זאָגט דעם עמעס, דארף מען אזוי ניט שרײַען. 

-- איך שרײַ, און דו שװײַג! באנאכט שלאָפט זי אין איין ווינקל בויד אף איר געלעגער, 
און איך אין צווייטן ווינקל בוד אף מײַן געלעגער. אלע אינדערפרי גייט ארײַן מײַן טאטע אָדער 
איר טאטע, מײַן עלטערער ברודער, איר עלטערער ברודער... מע פרעגט גאָרנישט, מע טוט נאָר 
א קוק אף איר, אף מיר, א דריי מיטן קאָפּ און אוועק. 

נאָר װאָס איז מיר זייער קוקן און זייער שװײַגן. איך האָב מיר אליין פארשװאָרן א שװוּע: 
זיך ניט צורירן צו איר, איידער זי װעט װערן פופצן יאָר. איך ליג דורך די נעכט און האָב מוירע 
צו עפענען די אויגן. װאָרעם וויפל מאָל איך קוק אהין, װוּ זי ליגט, אזויפיל מאָל זע איך, װי עס 
פליען צו מײַן געלעגער צוויי בלויע גליַענדיקע פּײַערן. עמעס, שעד? 

-- אז איך זאָג דעם עמעס, דארף איך קיין ספּראווקעס ניט, -- רופט זיך אָן די מומע 
מאשע. -- האָב קיין פאריבל ניט, סאָרע, אזויפיל יאָרן גייסטו צו אונדז. ביסטו מיר, װי א טאָכ- 
טער. וויפל מאָל האָט דער אלטער צו מיר געשריִען: ,צי ווייסטו, װאָס ליבע איז?* א לעבן אָפּ- 
געלעבט, צוויי כלאָפּצעס אוועקגעגעבן דער מילכאָמע און געדענקט ביז הײַנט די אָבידע. 

דער אלטער קוקט זי אָן מילד, נאָר דאָס קאָל איז שטרענג; 

-- ווען א מאן רעדט, דארף מען שװײַגן. 

זי לאָזט אראָפּ די אויגן. ס'איז א װײַלינקע שטיל. 

איצט קוקט מיכײַ אף מיר און זאָגט: 

-- אָבער די מײַסע מוז מען דאָך קאָנטשען? 

-- אוואדע, -- זאָג איך. 

--- אין איינעם א טאָג גייט ארײַן צו אונדז אין בויד דער פעטער יאכרעם. אָט דער יאכרעם 
איז געווען איין ספּעציאליסט אין דער װועלט אף ארויספירן פון פריצישע שטאלן אָגערס. ער 
פלעגט זי אָנטאָן אף אלע פיר פיס װאָליקעס אָדער שטיוול, לויטן וועטער נאָך, און שטילערהייט 
ארויספירן פון שטאל. און אין שטאל פלעגט ער ארײַנשלעפן אָפּגעשונדענע נעוויילעס און זי 
אונטערצינדן פון אלע פיר זײַטן. די פּריצים זײַנען געווען זיכער, אז זיי זעען אין אש די ביינער 
פון זייערע אָגערס. 

יאָ. גייט ער ארײַן, יאכרעם, די לאקירטע שטיוועלעך סקריפּען, די שווארצע טשופּרינע 
פארװאָרפן אין א זײַט, די גאָלדענע קייט קלינגט אף דעם פליסענעם זשילעט. דער קאנטשיק 
אין האנט. קיין פערד איז שוין ניטאָ, נאָר דער קאנטשיק איז געבליבן. ער גייט צו און טוט מיר 
א דלובע מיטן קאנטשיק באם שלייף. איך טו א רוק אָפּ מיט דער האנט דעם קאנטשיק און קוק 
גלײַך אין זײַנע שעלמישע אויגן. ,מיכײַקע, -- זאָגט ער צו מיר, --- דו ווייסט, אז א געפּרעגלטן 
האָן האלט מען אין טאבאָר ניט לאנג. איז ער פריש, עסט מען אים אוף, אז ניט, ווארפט מען אים 
ארויס פאר די קלאָווים. אין טאבאָר זײַנען קיין סוידעס ניטאָ. היט די ביינער". 

איך פארשטיי זייער גוט, װאָס ער מיינט. איך שװײַג. נאָר פּלוצעם דערהער איך איר זינ- 
גענדיק קעלעכל: ;דיאדענקא יאכרעם, איר זײַט גערעכט, ער איז טאקע א געפּרעגלטער האָן". 

יאכרעם טוט א שמיץ מיטן קאנטשיק איבער דער כאָלעװע און גייט ארויס פון בוד מיט א 
געלעכטער. 

יענעם טאָג בין איך אוועק פונעם טאבאָר. איך האָב גענוג געבלאָנדזשעט. אז מען איז פּאָטער 
געװאָרן פון די װײַסגװארדײער, האָב איך זיך אומגעקערט אהער. דעם עמעס מוז איך זאָגן, איך 
האָב זי דערקענט אן ערלעכע. אכט קינדער האָט זי מיר געהאט, װי אכט ליכט האָט אונדזער 
ליבע אָנגעצונדן. אָבער פאר איר האָב איך סײַװי מוירע געהאט, שטענדיק געווארט, זי זאָל מיר 


77 


אָפּטאָן עפּעס א שפּיצל. און דאָ איז דער פאשיסט ארײַן. איך ציטער, װאָרעם אין אזא צײַט איז 
שווער צו זײַן א מענטש... א קלײניקײַט? וויפל מענטשן זײַנען געגאנגען אפן שארף פון מעסער, 
און דאָ מוז איך איבער א טאָג טראָגן ברויט און וואסער פאר די, װאָס באהאלטן זיך אויס. איך 
קוק אף איר, אף מאשען, און איך טראכט: צי ווייסט זי דערפון, צי ניט? און אויב זי ווייסט, װעט 
זי זיך ניט ארויסכאפן מיט קיין װאָרט? ס'איז דאָך א שעד, ניט קיין באבע... 

איך גיי ארויס באנאכט, קילט מיר דאָס בלוט, איך קוק, צי שלאָפּט זי, צי זעט זי ניט. אין 
איינער א נאכט גי איך אוועק. אינדערפרי, װען איך קער זיך אום, זע איך, זי שלאָפט ניט. 
,מאשקע, װאָס איז, פרעג איך". ,גאָרניט, מיכײַקע, כ'האָב דיר געלאָזץ א גאנץ לעבל ברויט. 
פארװאָס האָסטו גענומען װינציקער, װי א העלפט? מיר קאָנען זיך אויסקאָכן א מאמאליטשקע, 
אָבער די, װאָס באהאלטן זיך...* 

אָט אזוי איז דאָס געווען.. 

ס'איז שטיל. א רעכטע װײַלע שטיל. פּלוצעם טוט זיך די מומע מאשע א הײב און 
צעשרײַט זיך: 

-- דו אלטע קאפּטשאָנקע, צי ווייסטו, װאָס ליבע איז, צי ווייסטו, װאָס ליבע צו מענטשן 
איז? ווען ניט איך, װער װאָלט דיר א גאנצן לעבן דערמאָנט, אז ס'איז דאָ ליבע אף דער װעלט! 
טאָדטאָ, נעם דעם האמער!.. 


כאיִם גורעוויטש 
אין מײַן ייִשעו אף פּאָלעסיע 


אין מײַן ייִשעװו אף פּאָלעסיע, אין מײַן ליבער היים, 

שמעקט די לופט מיט סאָסנע-סמאָלע און מיט פרישן היי. 
אין די גערטנדלעך די קווייטן שײַנען פארביק מילד, 

פון דער שטאל עס טראָגט די מאמע אן עמער פרישע מילך. 
מיט אנטאָנאָווקעס און בארן פול דער רײַפער סאָד, 

וי א פּאראשוטיסט, דער בושל זעצט זיך אף דער ראָד. 
ווער עס אײַלט צו דעם קולטור-הויז, וער :-- צו דער קינאָ, 
מיט פּעטראָקן, אונדזער שאָכן, שפּילט מײַן טאטע דאָמינאָ. 
טרינקט מען עפל-װײַן פון פעסל --- פּאָשעט אן אנטיק! 

און מע שיידט זיך, װי כאוויירים, און מע ווינטשט זיך גליק. 


...שמעקט די לופט מיט סאָסגע-סמאָלע און מיט פרישן היי, 
אוי, מײַן טײַערע פּאָלעסיע, דו, מײַן ליבע היים! 


עס רוישט דאָ יעדן זונטיק 
דער ראיאָנער מארק, 
א ראשיקער, א בונטער, 


מיט אלדאָסגוטס -- ניט קארג. 


קאָלירן פרישע שווינדלען, 
דער מארק אין פארבן ברענט, 
אז ס'װאָלט אליין קויִנדזשי 
אים אָנמאָלן ניט געקענט. 


פאר שעפע פּלאץ גאָר װייניק, 
ניטאָ קיין פּיצל אָרט. 

אף יעדן טיש זיך כיינדלט 
דער בעסטער נאטיורמאָרט. 


לעם פּיראמידעס עפּל 
(די אויגן עפנט ברייט) --- 
א קומענדיקער רעפין, 
א פארגאפטער שטייט. 


( 


זיאמע טעלעסין 


א געשלעג 


געװוידמעט מײַן מאמען 


אף טוט מיר האָבן זיך צעשלאָגן ביידע... 

איך געדענק שוין ניט, װער איז געווען דאן שולדיק 
אין דעם געשלעג. נאָר גוט, װוי איצט, געדענק איך 
דעם בארנבוים דעם זאָקן, זײַן צעצווייטן 

און אויסגעדרייטן שטאם אין טיפע קארבן, 

דעם כאַלעל, װוּ דער שטאם געווען צעצוייט איז, 
עס װאָלטן פויגלען פרײַ געקאָנט דאָרט לעבן, 
נאָר פול געווען איז דאָרט מיט בלעטער פוילע. 
די צװײַגן, װי מע װאָלט זיי אויסגעלונקען, 

עס פלעגן פּלאָקנס זיך אף זיי פארהאלטן, 

די פלאָקנס, װאָס ארוף מיר פלעגן ווארפן, 

די בארעלעך די גרינע זאָלן פאלן. 

צונויפקלײַבן מיר פלעגן פולע בוזעמס 

מיט בארעלעך. און נאָכדעם אפן בוידעם 

אין פרישן היי באהאלטן זיי צו ,הנילען" 

א צוויי-דרײַ װאָכן, און זיי ווערן ברוינע 

און ווייכינקע אזוינע און געשמאקע, 

זוי ראָזשינקעס מיט פלוימען, ווען איניינעם 

מע װאָלט צונויפגעמישט די ביידע טאמען. 

מיט גרויס האנאָע פלעגן מיר זיי עסן 

און גראדע -- מיט א לוסטע ברויט א שווארצער. 


די בארעלעך שוין לאנג אראָפּגעשלאָגן... 

נאָר סאמע אויבן אף דער קרוין דער ברייטער 
געהאנגען זײַנען עטלעכע -- א זייכער 

פון יענעם שיינעם זומער, װאָס פארפלויגן 

איז אף די שטילע פליגלען פון די בושלעס 

און האָט געלאָזן אונדז א מאָדנע בענקשאפט... 


די זון האָט זיך אינגאנצן שוין פארקויקלט 
אהינטער דעם סאָסנאָוון וואלד דעם װײַטן. 

א רויטער פּאס איז נאָר פון איר פארבליבן, 
ווען רײַטנדיק מיר זײַנען אָנגעקומען 

(די פערד זיי זײַנען זײַט בא זײַט געגאנגען) 
צום בארנבוים, װאָס איז אליין געשטאנען 
אינמיטן פעלד, וי זײַן װאָלט ער א שוימער 
פון רעגנס הארבסטיקע און בייזע ווינטן, 

װאָס װעלן נעמען גיסן דאָ און בלאָזן.. 

און אונטער אָט דעם בארנבוים דעם הוילן, 
וי אונטער שיטערלעך געדעקטע קראָקװעס, 
אף די צונויפגעדרייטע געלע בלעטער 

מיר האָבן טייקעף אױסגעשפּרײט די פּעלצלעך, 
װאָס האָבן פריִער אונדז געדינט וי זאָטלען 
און איצט אף זיי װעט זײַן אונדזער געלעגער. 


די פערד -- א װײַס איז איינס, א שווארצס 
דאָס צווייטע, מיט א פּליאמע אפן שטערן, -- 
מיר האָבן גלײַך פארפּענטעט און געלאָזן 

זיך פיטערן אין טונקלעניש, װאָס האָט זיך 


80 


אראָפּגענידערט אף דעם פעלד דעם פלאכן, 
אף וועלכן ס'איז געדיכט געוואקסן הריקע, 
װאָס גאָרניט לאנג מע האָט אראָפּגעקאָסעט 
און איצטער איז געװאָרן דאָ א פאָזשניע. 


עס האָט זיך אפן האלדז פון פערד פון װײַסן 

א באלאבאָן -- א גלאָק אזא געבאָמבלט, 

קעדיי מיר זאָלן נאָכן קלינגען הערן, 

צי ס'זייַנען ניט די פערד צו װײַט פארקראָכן 

און כאָלילע ניט ארײַן אין העזעק. 

עס רעדט זיך נאָר אזוי, אז ,נאָכן קלינגען", 

א באלאבאָן -- ער קלינגט ניט, װי א גלעקל, 

װאָס איז פון ריינעם געלן מעש געגאָסן, 

װאָס הענגט אונטער דער דוהע אף א רינגל 

בא יעדן באלעגאָלע פונעם שטעטל. 

א באלאבאָן -- ער קלינגט גאָר ניט, ער קלאפּט נאָר, 
װײַל מאכן מאכט מען אים פון בלעך פון גראָבן. 

ער זאָל ניט װי א הייזעריקער כריפּען, 

פארגיסט מען אים די נעט מיט רויטן קופּער 
(,פּריפּאָי* --- אזוי אָ רופט ער זיך, דער קופּער). 
דאָס צינגל שמידט מען פון א פּראָסטן פּרענטל -- 
פון אויבן דינער, אונטן מאכט מען גרעבער. 

אף אָט אזעלכע פּײַנע באלאבאָנעס 

דער בלעכער לייבע איז געווען א מײַסטער. 


אז כ'האָב שוין יאָ דערמאָנט דעם בלעכער לייבע, -- 
איז װוילט זיך מיר א רעגעלע פארהאלטן 

דעם גראדן גאנג פון אָט דער עצעם מײַסע 

און עטװאָס אָן א זײַט פון וועג אראָפּגיין. 

װײַל צוליב װאָס דאָס אײַלן זיך, איך פרעג אײַך? 
די מײַסע װעט אינערגעץ ניט אנטלויפן, 

איך װעל זי ערלעך ביזן סאָף דערציילן. 

װער האָט פון אײַך אמאָל געהערט דעם האָרן 
פון א פּאָלעסיער פאסטעכל, מיט װעלכן 
צונויפרופן ער פלעגט אינעם באגינען 

די סטאדע אף ארױסטרײיבן צו פּאשען? 

דער האָרן האָט אזוי געשמאק געזונגען, 

ער איז געווען געמאכט פון בלעך פון װײַסן, 
װאָס האָט געלויכטן, פּונקט װי ס'לויכט א שפּיגל, 
ווען אף דער זון אים אָנשטעלן-פארווילסטו. 
מיט צין געװועזן איז פארלייט דאָס העלדזל, 
װאָס האלטן פלעגט דער פּאסטעך בא די ליפּן. 
פאר די פּאָלעסיער פּאסטעכער די האָרנס 

האָט אויך געמײַסטרעװעט דער בלעכער לייבע. 
ער פלעגט אויך מאכן קענדלעך אף צו טרינקען, 
פירקאנטיקע מאניערקעס און קאזאנען, 

פאריכטן שלעסער, סאמאָווארן װײַסן, 
באָטעמעדראָשים דעקן, פארבן קלויסטערס -- 
דער בלעכער לייבע איז געווען מײַן טאטע. 


צו יענער צײַט, ווען דאָס געשלעג געשען איז, 
איז אין דער ערד די בלעכעריי געלעגן, 
עס זײיַנען הונגעריק געווען די דערפער, 
אָן ברויט, אָן זאלץ געזעסן איז דאָס שטעטל, 


9--+2 


צעראבעוועט, דערשראָקן און צעבראָכן -- 

דער בירגערקריג זיך האָט נאָרװאָס פארענדיקט. 
אהינטער שטעטל, לעבן דער ציגעלניע 

א פערד כ'האָב א פארבלאָנדזשעטן געפונען. 
;מאָשיַעכס פערד", מיר האָבן עס גערופן. 

װײַל געווען איז עס מיט א פעל א װײַסער, 

זײַן רוקן שארף געווען איז װי א מעסער, 

די זײַטן --- אײַנגעפאלענע, די ריפּן -- 

װי פון א בויד די טארטשענדיקע רייפן, 

אין וועלכער ס'פלעגן שלעפּן זיך ציגײַנער 
מיט יורעוויטשער טראקט צו אונדז אין שטעטל. 
און אף דער פעל פון זאָד פון אויסגעדארטן 
איז, װי מיט מאָך, געווען ארומגעוואקסן 

א טונקעלע טאװוראָ --- אזא מין צייכן 

אן אויסגעברענטער מיט א הייסן אײַזן. 

א טייל א רויטגווארדיייישער מיסטאמע 

האָט אָט דאָס פערד אינמיטן וועג געלאָזן, 
װײַל ס האָבן עס די פיס מער ניט געהאלטן 
איך האָב באשלאָסן -- א װאָזאק כ'וועל װערן -- 
פון וואלד קיין מאָזיר װעל איך קלעצער פירן, 
מיט דעם כ'װועל העלפן שלעפן די הױצאָע. 

מע דארף נאָר די באשעפעניש אָטכײַען -- 
איך װעל זי דורך די נעכט אף פּאשע פירן. 


ווען ס'האָט די נאכט פארמעקט דעם וואלד דעם װײַטן, 

ווען ס'איז די טונקלקײַט געדיכט געװאָרן, 

|צעלייגט, װי ס'פירט זיך, האָבן מיר א שײַטער, 

אין יאָדלע-װועלדל צװײַגן אָנגעבראָכן. 

פארשטאָכן האָבן זיך די גרינע נאָדלען 

אין די געדיכטע קנוילן רויך די שווארצע, 

קעדיי ארױיסצורײיַסן זיך פון דאָרטן : 
מיט קנאקנדיקע צינגעלעך פון פּײַער, 

מיט טאנצנדיקע פונקען, װאָס זיי זײַנען 

ארופצו צו דעם בארנבוים געשפּרונגען. 


זיך אײַנקוקן דו פּרוּווסט זיך אין דער כאשכעס, 
נאָר כוץ דעם שײַטער און א שטיקל הימל 
איבערן בארנבוים און גייענדיקע װאָלקנס, 

מער זעסטו גאָרניט. הערן הערסטו גאָרניט. 

פון צײַט צו צײַט --- פון באלאבאָן דאָס קלאפּן 
כאפּסט אוף נאָר מיטן אָנגעשפּיצטן אויער. 
כ'געדענק איצט ניט גענוי, וי כ'האָב געזאָגט שוין, 


ווער איז געווען אין דעם געשלעג דאן שולדיק. 
צי עפשער שולדיק איז געווען גאָר יענע, 

װאָס כ'האָב צום ערשטן מאָל באם האנט גענומען, 
אז קיינער זאָל, כאָלילע, ניט באמערקן 

(ס'איז מיר דאָס יאָר דאָס פופצעטע געגאנגען), 
און איר א זאָג געטאָן א װאָרט אזא מין, 

נאָך וועלכן כ'בין געבליבן אָן אן אָטעם, 

פון וועלכן ס'האָט דער קאָפּ אירער גענומען 
זיך דריקן שטארקער, שטארקער צו מײַן אקסל. 
פאר גליק בין איך געשפּרונגען, װי א לאָשעק, 
װאָס איז פארקראָכן כ'ווייס װוּהין אין העזעק 


81 


און אָנגעגעסן זיך מיט צויט פון הריקע... 
אָ, סיליכטיקע געפיל פון ערשטער ליבע! 

און ער, מיט ועמען כ'בין אין פעלד געלעגן, 
אָט דאָ אונטערן בארנבוים באם שײַטער, 
געהאלטן האָט די גאנצע צײַט אין ריידן, 

קעדיי עס זאָל אונדז אומעטיק ניט װערן, 

ניט שרעקן זאָלן אונדז די לאנגע שאָטנס, 

װאָס זײַנען אפן בארנבוים געקראָכן. 


ער האָט דערציילט פארשיידענע געשיכטעס, 
מער עמעסע, נאָך מערער -- אויסגעטראכטע: 
פון קאטערינשטשיקעס און פון ציגײַנער, 
פון בערן, פרינצן און פון מאכעשייפעס. 
ער איז באם שײַטער אף די קני געשטאנען, 
און מיט א צװײַגעלע געשארט די קוילן, 
זײַן פּאָנעם איז געוועזן, װי פון קופּער. 

דעם קאָפּ כ'האָב אָנגעשפּארט אף ביידע דלאָניעס, 

געלעגן כ'בין אנטקעגן אים פארכידעשט 

און אים געהערט --- קיין װאָרט ניט דורכגעלאָזן, 

ער איז געווען מיט מיר אין איינע יאָרן. 

אָט נעמט ער די פּאָטיליצע זיך קראצן, 

און װי א פערד געטאָן א דריבנעם הירזשע -- 

וי ס'װאָלט אין אוער מיר ארײיַן א דונער -- 

איך האָב דערהערט א װאָרט אזא פּאסקודנע 

אף דער, נאָך וועמען ס'האָט מײַן הארץ געכליאניעט... 

...כ'האָב פריִער מיט די פויסטן אים געשלאָגן, 

געקאטעוועט דערנאָכדעם מיטן צײַמל, 

און װידער מיט די פויסטן זיך געװאָרפן, 

מיר האָבן זיך געקאטשעט אינעם פּריסעק. 

ס'איז קיינער אף דער וועלט דאָ ניט געוועזן, 

װאָס ער זאָל אונדז פאנאנדערנעמען קענען.. 


ארויסגעריסן זיך פון זײַנע אָרעמס 

און טרייסלען כ'האָב דעם בארנבוים גענומען. 

עס פאלט אראָפּ א פלאָקן, און איך כאפּ אים 

און לאָז זיך אָן אן אָטעם מיט רעציכע 

צום צווייטן פערד, װאָס אָן דעם באלאבאָן איז, --- 
װײַל אויך זײַן פערד געװאָלט כ'האָב צעקאליעטשען... 
עס האָבן זיך די הענט אראָפּגעלאָזן, 

דער פלאָקן איז פון זיי ארויסגעפאלן, 

ווען כ'האָב דערזען אהינטער בוים אין שאָטן 
די פערד. זיי זײַנען איינס קעגן דעם צווייטן 
געשטאנען און געגלעט זיך מיט די העלדזער... 
אזויפיל יאָרן זײַנען שוין אריבער, 

א סאך אינעם זיקאָרן ווערט פארלאָשן, 

נאָר פריש ביז איצטער איז אין מיר פארבליבן 
אָט יענץ געפיל דאָס זויבערע און גוטע, 

װאָס האָט אינגאנצן מיך ארומגענומען. 

א מידער -- אף דער ערד בין איך געפאלן -- 
כ'האָב מיטן קאָפּ פארנורעט זיך אין פּעלצל 
און װי א פּיטשינקער גענומען וויינען. 


דער בארנבוים געפאָכט האָט מיט די צװײַגן, 
דורך וועלכע ס'האָט געזיפּט זיך דער באגינען. 


אודוטאר ‏ 0 
כאיִם זילבערמאן ' 


װוײַט =-. לאָסטװועג 


עמען איז ניט אָנגענעם, אז מע האלט אים פאר א כאָכעם, מע קװיקט זיך מיט זײַנס א 
ווערטל, מע האָט האנאָע פון זיַנעם א וויץ. 
אָבער ניט בא יעדערן איז דער קאָפּ אָנגעשטאָפּט מיט כאָכמע, ניט יעדנס װאָרט 
2 שלינגט מען, װי א כאריפעס, און ניט יעדערער ווייסט דעם סאָד, װויאזוי זיך ארײַנשטופּן 
צװוישן צוויי ווילד-פרעמדע מענטשן, דערציילן א מײַסע, אז יענע זאָלן עפענען מויל און אויערן 
און לעקן די פינגער. פישל טימאָפייעװויטש טישעבאָוו קען עס גראָד יאָ. 
אנומלטן רופט ער זיך אָן: 
-- װער, אשטייגער, װאָלט עס געגלייבט, אז אזא גוואר, קיין אײַנהאָרע, וי איך, איז געווען 
בא מײַן מאמען דער דרײַצנטער? 
-- דער דרײַצנטער? 
פישל טימאָפייעװיטש האָט שטארק האנאָע פון דעם, װאָס מיר כידעשן זיך, און זעצט פאָר: 
-- פארגעסט ניט, אז נאָך מיר האָט די מאמע מײַנע אראָפּגעבראכט אף דער װעלט נאָך 
צוויי. אזויארום האָבן מיר, הייסט עס, א קײַמעלאָן פון פופצן, און אלע פעסט געבויטע, מיט 
ברייטע פלייצעס, פארשוינען! װוּהין איך זאָל ניט פאָרן, אין װאָס פאר אן עק איך זאָל ניט 
אָנשפּארן, -- אומעטום האָב איך ברידער, שוועסטער, שוועסטערקינדער, פּלעמעניקעס, שװאָגערס, 
שוועגערנס. אָדעס? --- האָב איך דאָרט אן אייגענע שוועסטער, מיט א מאן, מיט צוויי קינדערלעך, 
זאָלן געזונט זײַן! װאָראָניעזש? -- ביטע: א ברודערּ מיט א גאנצער מישפּאָכע. לענינגראד? -- 
ניט צו פארזינדיקן. נאָר דער גרעסטער טייל פון אונדזער מישפּאָכע װוינט אין א דערפל לעב 
ביראָבידזשאן. דאָרט, װוּ מיר זײַנען געבוירן געװאָרן. 
פישל טימאָפייעוויטש לאָזט ארויס א לײַכטן זיפץ און גיט צו: 
--- אין מאָסקװע אָבער בין איך איינער פון אונדזער גאנצער מישפּאָכע. איינער! 
דערשפּירט, אז מע לעכצט אים הערן, טוט ער מאמזעריש א װוּנק מיט די אױגן און א 
טשמאָקע מיט דער צונג. 
-- דער דרײַצנטער! װאָדען, ניט אזוי, װי הײַנט, ווען מע האָט איין שטיקל קינד און מע 
רעכנט זיך שוין פאר א סעמיינעם. אנטקעגן אונדז, געדענק איך, האָט אמאָל געװווינט נעכע די 
שווארצע. זי האָט געהאט פיר קינדער, האָט מען זי גערעכנט פאר אן אקאָרע! 
ער טוט ווידער א שמייכל און ווידער א טשמאָקע מיט דער צונג. 
-- שוין צען יאָר זינט איך װוין אין מאָסקװע. איך בין אזוי צוגעװווינט צו דער שטאָט, אז 
כ'װאָלט, דוכט זיך, קיין איין טאָג ניט געקאָנט לעבן ערגעץ אנדערש. א גרויסע זאך טאקע ווינען 
אין דער הױפּטשטאָט! כ'וועל אײַך זאָגן דעם עמעס: אלע מײַנע ברידער, שוועסטער, שוועגערנס, 
פעטערס, מומעס קוקן אף מיר, װי אף אן אוױיסדערװיילטן. א שפּילכל עפּעס? זיי װוינען טאקע 
עט-עט! און איך בין פאָרט א סטאָליטשנער!: עס מאכט זיך, עמעצער פון מײַנע קרויווים קומט 
אמאָל צו פאָרן אף א טאָג צי אף צוויי, איז װאָס זאָל איך אײַך זאָגן! דאָס װאָרט אליין ,מאָסקװע" 
רופט בא זיי ארויס אָפּשײַ צו מיר... 
פישל טימאָפײיעװיטש הערט ניט אוף צו דערציילן, און די בעקלעך פלאמען בא אים אזש: 
--- מיינט איר עפשער, אז איך בענק ניט אמאָל אהיים? שוין אמאָל פינף, װי איך האָב זיך 
געקליבן בייסן אורלויב זיך אראָפּכאפּן כאָטש אף עטלעכע טעג צו אונדז אהין, קיין ביראָבידזשאן. 


88 


ח וז וד 


ווער שמועסט, אז מיטן ,,טו* פליט מען סאכאקל אכט שאָ. איר שטעלט זיך פאָר, װי מײַנע װאָלטך 
זיך דאָרט גרויסן מיט אזא פּײַנעם גאסט פון סאמע מאָסקװע. איר שטעלט זיך פאָר, װאָס פארא 
קאָװועד דאָס װאָלט געווען פאר זיי. גיי אָבער פלי, אז אלע מאָל פארהאלט מיך עפּעס: דאָס מוז 
איך פאָרן מיטן װײַב צו אירן א קאָרעװ, דאָס מוז איך פארברענגען מיט מײַן נאטשאלניק, אָדער 
גאָר פאָרן מיט אים אין סאנאטאָריע, מאכמעס אליין איז אים, ניט דאָ געדאכט, אומעטיק. דרי 
זומערס נאָכאנאנד בין איך ביכלאל געווען שטארק פארנומען, כ'האָב זיך געבויט א דאטשע. איך 
בין דעמלט געווען אזוי פארטאָן, אז כ'האָב פארגעסן, װי מע רופט מיך. אָבער, -- ער טוט זיך 
א גלעט מיט צוויי פינגער דעם גױידער, -- אָבער דער סאָף װעט זײַן, אז איך װעל זיך פאָרט 
אראָפּכאפן צו מײַניקע קיין ביראָבידזשאן. מע פארווארפט מיך מאמעש מיט בריוו, איך זאָל 
קומען. מע בעט זיך בא מיר ראכמים, איך זאָל זי אָנטאָן דאָס פארגעניגן און קומען צוגאסט כאָטש 
אף איין טאָג! 

און פישל טימאָפייעוויטש האָט געהאלטן װאָרט. 

אף צו באגעגענען דעם כאָשעװן גאסט פון מאָסקװע האָט דער פאָרזיצער פון קאָלװירט 
ארויסגעשיקט אף דער סטאנציע זײַן נײַעם ,מאָסקװיטש?. די קאָלוירטישע דרײַטאָנקע איז אויך 
געפאָרן באגעגענען פישלען. דער טערעץ איז געװען -- טאָמער פירט ער מיט זיך א היפשן 
באגאזש. אינדערעמעסן אָבער איז די דרײַטאָנקע געווען אָנגעפּאקעװעט מיט קרויווים. מע האָט 
געלעכצט װאָס גיכער א קוק טאָן אפן אָנגעלײיגטן גאסט, װאָס פאָרט צו זיי פון מאָסקװע. 

אין אָװונט איז די שטוב בא זײַן פאָטער, דעם קאָלװירטישן בריגאדיר, געווען געפּאקט. 
אינעם גרויסן צימער איז געווען טומלדיק פונעם קליינווארג, װאָס איז געקומען צוזאמען מיט די 
עלטערן... ענדלעך איז געװאָרן שטיל. 

-- אָט אזוי גייט עס בא אונדז אין קאָלװירט! -- האָט אָנגעהױבן דערציילן דער פאָטער 
זײַנער, -- ברויט װעלן מיר געבן מיט זעקס-זיבן הונדערט צענטנער מער וי פאראיאָרן. װאָס 
שײַעך האָניק, האָבן מיר הײַנטיקן פרילינג באקומען נײַע פיר און דרײַסיק בינען-מישפּאָכעס, 
אזויארום האָבן מיר שוין גאנצע הונדערט פערצן. אָט װעל איך דיר באלד מאכן א כעזשבן, ס'טו 
זען, װאָס פאר א רעוועך ברענגען ארײַן דעם קאָלװירט אונדזערע בינען... 

דער אוילעם, באזונדערס דאָס קליינווארג, האָט געווארט מיט גרויס אומגעדולד, דער 
בריגאדיר זאָל שוין ענדיקן מיט זײַנע כעזשבוינעס. עס האָט זיך געװאָלט װאָס גיכער אויסהערן 
דעם מאָסקװער גאסט. די זיבעצניאָריקע כאנעלע, א שילערן פון צענטן קלאס און אן אָנטײלנעמערן 
פונעם דראמקרײַז, האָט טאקע ניט אויסגעהאלטן און די ערשטע זיך ארייַנגעמישט אין געשפּרעך: 

-- דערציילט אונדז בעסער, פעטער, װעגן דער ,אירקוטסקער געשיכטע" בא די 
וואכטאנגאָווצעס. מיר האָבן זי געװאָלט שטעלן, קאָנען מיר אָבער ביז איצט ניט קריגן די פיעסע. 
װאָס פאר א ראָלן זײַנען דאָרטן פאראן, פעטער? 

פישל טימאָפייעװויטש האָט זיך א קער געטאָן צו דער שילערן און איר געשאָנקען א זיסך 
שמייכל: 

-- כ'װאָלט דיר מיט פארגעניגן דערציילט, נאָר ועדליק דו ווייסט, װווין איך דאָך ניט אין 
אירקוטסק, נאָר אין מאָסקװע. ס'איז פאָלג מיך א גאנג. און וועגן דער געשיכטע, װאָס דו פרעגסט, 
האָב איך גאָרניט געהערט. עפּעס א פייַנע געשיכטע? 

-- איר האָט מיך ניט פארשטאנען, -- האָט דאָס מיידל וי זיך פארענטפערט, -- איך האָב 
געפרעגט ניט וועגן אירקוטסק, נאָר וועגן וואכטאנגאָווס טעאטער, וועגן דער פיעסע ,אירקוטסקער 
געשיכטע". 

-- אך, וואכטאנגאָווס טעאטער. פארשטייט זיך, אז איך ווייס, --- האָט איר איבערגעשלאָגן 
פישל טימאָפייעוויטש און זיך הויך צעלאכט. -- אלע טאָג, קאָן מען זאָגן, גי איך פארבײַי דעם 
וואכטאנגאָוודטעאטער. איך ארבעט ניט װײַט פון וואכטאנגאָוויטעאטער! א פראגע, צי קען איך 
וואכטאנגאָווס טעאטער מיט די פירעקעכיקע קאָלאָנעס! א גרויסע און פעסטע געבײַדע. ער 
ווייסט ניט וואכטאנגאָווס טעאטער?.. 

פישל טימאָפייעװויטש װאָלט נאָך עפשער לאנג דערציילט װעגן דער געבײַדע, וועגן די 
קאָלאָנעס, נאָר דאָס מיידל האָט אים איבערגעשלאָגן: 

-- אָט דאָרטן טאקע, אין וואכטאנגאָווס טעאטער, גייט די , אירקוטסקער געשיכטע"! 

-- אדא! -- האָט אויסגעשריִען פישל טימאָפייעוויטש. --- די ,אירקוטסקער געשיכטע". װאָס 
זאָל איך דיר זאָגן, כאנעלע, קיין איבעריק פרײַע צײַט אין מאָסקװע האָב איך דאָך ניט. מאכט זיך 
א פרײַער אָװנט, איז גייט מען צוגאסט אָדער מע רופט צו זיך געסט. מען איז דאָך צװישן 
מענטשן, און מענטשן האָבן א טעװע: זיי ווערן בערויגעז, אויב מע רופט זי ניט. איצט פאר- 


84 


שטייסטו שוין, אז אין טעאטער כאפּ איך זיך ארײיַן איין מאָל טאקע אין א שמיטע! איך געדענק 
שוין ניט דאָס יאָר... 

און פישל טימאָפיײיעװויטש האָט זיך הויך און פריילעך צעלאכט. 

אויסער אים האָט אָבער מער קײינער ניט געלאכט. כאנעלע איז געזעסן מיט אן : 
אראָפּגעלאָזטן קאָפּ. ס'איז געװאָרן מיטאמאָל שטיל. ווער ווייסט, װי לאנג די שטילקײַט װאָלט זיך 
געצויגן, ווען איינער פון די ארײַנגעקומענע, א מענטש מיט שווערע געדיכטע ברעמען און מיט א 
געדיכטער באָרד, װאָלט זיך ניט אָנגערופן צום גאסט: 

-- אָט מיך, לאָמיר זאָגן, -- האָט ער געזאָגט שטיל, -- אינטערעסירט זייער שטארק די 
טרעטיאקאָװוער גאלעריי. קינדװײַז נאָך האָב איך זיך אָנגעהערט וועגן איר. נאָכדעם האָב איך 
זייער א סאך געלייענט וועגן די בילדער, װאָס געפינען זיך דאָרט. נאָר געזען האָב איך זיי ניט. 
פארשטייט זיך, אז די, װאָס װווינען אין מאָסקװע און האָבן אזא געלעגנהײַט... 

-- פארשטייט זיך, פארשטייט זיך! -- האָט פישל טימאָפייעװויטש אײַנגעשטימט, -- ווער 
זויסט עס ניט וועגן דער טרעטיאקאָווער' גאלעריי, יאָהאן גראָזני קוילעט דעם זון זײיַנעם... 

-- דאָ ניט לאנג האָב איך געלייענט, -- האָט יענער פאָרגעזעצט, -- אז אין דער טרעטיא- 
קאָװוער גאלעריי אָרדנט מען גאנץ אָפט אײַן אויסשטעלונגען פון נײַע בילדער. בא אונדז זײַנען 
צוריק מיט א פּאָר יאָר געווען צוויי קינסטלער. זיי האָבן פארבראכט א גאנצן זומער, אלץ געמאָלט 
און געמאָלט. ס'איז זיי שטארק געפעלן אונדזער געגנט: די נאטור איז בא אונדז טאקע א װוּנדער- 
לעכע! איז אָט, אינטערעסירט מיך די גאנצע צײַט צו װיסן: ס'קאָן דאָך זייער זײַן, אז אויך די 
דאָזיקע בילדער ועגן אונדזער געגנט האָט מען אריסגעשטעלט אין דער טרעטיאקאָווער 
גאלעריי?.. הא? 

-- ס'קאָן זײַן! ס'קאָן זײַן!: פארװאָס ניט? -- האָט פישל טימאָפײיעװויטש אײַנגעשטימט. -- 
די זאך באשטייט אָבער אין דעם, װאָס איך בין געווען אין דער דאָזיקער גאלעריי אייסעך ווען, 
איך קאָן זיך אפילע ניט דערמאָנען, װאָס איך האָב דאָרטן געזעף זאָגט אליין: ווען, לעמאָשל, 
האָב איך צײַט צו גיין אין די גאלערייעס? ווינטער איז דער טאָג מעסוקן קורץ. איידער דו קוקסט 
זיך ארום, איז שוין אויס טאָג. אָט דער פּרעפעראנס, הערט איר... נאָר וויבאלד איר וווינט אין 
שטאָט, קאָנט איר אָן פּרעפעראנס ניט אויסקומען! נו, און זומער איז דאָך סטאם ניטאָ װאָס צו 
ריידן, זומער זע איך קימאט אינגאנצן ניט די שטאָט. פונעם טרעסט אף דאטשע, פון דער 
דאטשע -- אין טרעסט! איז ווען זשע האָב איך צײַט צו גיין איבער די גאלערייעס? 

-- פונדעסטוועגן שטעל איך זיך ניט פאָר, -- האָט זיך ארײיַנגעמישט נאָך איינער פון די 
קאָלװירטניקעס, --- וי קאָן מען עס ווינען אין מאָסקװע און כאָטש איין מאָל אין יאָר זיך ניט 
ארײיַנכאפן אין דער טרעטיאקאָװער גאלעריי? געשיקט זיך אזוינס? 

ס'איז װוידעראמאָל געװאָרן שטיל. דאָס מאָל האָט איבערגעריסן די שטילקײַט א באָכערל 
פון א יאָר צוועלף מיט א רויטן האלדזטוך און מיט א פּאָר בעקעלעך קימאט פון דעם זעלבן קאָליר; 

-- ס'איז עמעס, פעטער, װאָס מע זאָגט, אז דער מאָסקװער פלאנעטארי גיט סעאנסן אין 
די דערפער? אך! ווען ער קומט צו אונדז אראָפּ כאָטש אף איין טאָג! 

פישל טימאָפייעװויטש האָט זיך ארומגעקוקט, אָנגעבויגן דעם קאָפּ צום ייַנגעלע, ווידעראמאָל 
א שמייכל געטאָן, אָבער גאָרניט געענטפערט, װײַל ער איז ביכלאל קיינמאָל ניט געווען אין 
פּלאנעטארי און ניט געװוּסט, װאָס דאָס איז אזוינס. 

-- מע זאָגט, אז אינעם מאָסקװער זאָאָפּארק זײַנען פאראן עמעסע בעהעמאָטן --- היפּאָפּאָ- 
טאמען, און אז איינע א בעהעמאָטיכע האָט געבוירן א בעהעמאָטעלע. כ'האָב וועגן דעם אפילע 
ערגעץ געלייענט... 

פישל טימאָפייעוויטש האָט זיך שוין מער ניט אומגעקוקט און ניט געװוּסט, װוער האָט זיך צו 
אים איצט געווענדט. ער האָט געפילט, װוי עס ווערט אים הייס, װי עס קלעפּט זיך אים דאָס העמד 
צום לײַב, װי עס דרייט זיך אים דער קאָפּ. ער האָט זיך א ריב געטאָן דעם שטערן און א טראכט 
געטאָן, אז ער האָט זיך גאָר-גאָר אנדערש פאָרגעשטעלט די באגעגעניש מיט זײַנע קרויווים. 

;דו הער נאָר, -- האָט ער געטײַנעט מיט זיך אליין, -- װאָס זיי ליגט גאָר אין קאָפּ: 
וואכטאנגאָווס טעאטער, פּלאנעטארי, טרעטיאקאָװוער גאלעריי"... אָט, ווען זי זאָלן אים פרעגן 
וועגן דער דאטשע זײַנער, וועגן דעם הונט, װאָס ער האָט אויסגעהאָדעװעט, וועגן דעם פוטער, 
װאָס ער האָט געקויפט דעם װײַב... ווארט!.. -- טוט ער זיך מיטאמאָל א כאפּ. --- אָט װעל איך 
אײַך באלד דערציילן, וויָאזוי איך האָב געקויפט א הינטעלע און עס אױיסגעהאָדעװעט, װעט איר 
בא מיר זיצן מיט אָפּענע מײַלער! --- און פישל הייבט אָן דערציילן... 

א מאָדנע זאך אָבער. דוכט זיך, אז קיינער הערט אים ניט. עמעצער האָט הויך א גענעץ 
געטאָן. א צווייטער קוקט אף דער טיר. איינע אן עלטערע פרוי שלאָגט אים פּלוצעם איבער 
אינמיטן רעכטן דערציילן וועגן דער דאטשע: 


89 


--- כ'האָב די טעג געלייענט, אז אין דער לענין-ביבליאָטעק געפינען זיך צוואנציק מיליאָן 
ביכער! איר שטעלט זיך פאָר? --- ווענדט זי זיך צו די ארומיקע. --- צוואנציק מיליאָן ביכער! 

פישל טימאָפײיעװויטש האָט זיך מיטאמאָל דערמאָנט, אז טאָג-אױיס, טאָג-אײַן גייט ער פארביי 
דער ביבליאָטעק. ער ווייסט, דוכט זיך, אפילע ניט, פון וועלכער זײַט איז דער ארײַנגאנג, כאָטש 
ער װוינט אף דער זעלבער גאס... 

פון דעם אליין ווערט אים נאָך הייסער. איבערן פּאָנעם, איבערן האלדז פליסן ריטשקעלעך 
שווייס און גליטשן זיך אראָפּ אונטערן קאָלנער. מיטאמאָל גיט זיך אים אויס, אז ער זעט פאר 
זיך בלויז נאָר איין .פאָנעם. און עס דוכט זיך אים, אז ער געפינט זיך ניט צוגאסט בא זײַן אלטן 
טאטן אינעם קליינעם דערפל ארום ביראָבידזשאן, נאָר ערגעץ אין א גרויסן זאל, און ער דארף 
ענטפערן אף א סאך פראגן, װאָס עס שטעלט אים א שטרענגע און זייער א וויכטיקע קאָמיסיע. 
מע פארגיט אים איין פראגע נאָך דער צווייטער, און ער זיצט, װי א לאָקשנטאָפּ, און ווייסט ניט 
װאָס צו ענטפערן. 

דער אוילעם הייבט זיך אוף פון דרי ערטער, און איינער צו דעם צווייטן טוט א זאָג: 

--- או-ווא, װי שפּעט: מע דארף דאָך קאיאָר אופשטיין צו דער ארבעט... 

פישל טימאָפייעוויטש בלײַבט זיצן מיט אן אראָפּגעלאָזטן קאָפּ און באמיט זיך ניט קוקן 
קיינעם אין פּאָנעם. 

ווען אלע זײַנען שוין אוועק, האָט ער זיך דערמאָנט, אז דעם איקער האָט ער זיי פארגעסן 
דערציילן, פארגעסן זאָגן, אז ער איז צוגעשריבן אין מאָסקװע שוין העכער צען אאָר. 


מארק ראזומני 


דנ מע וס" 


און די פרנגדנג שמאָכטעס 


עס האָט א העלפאנד אין מוזיי ארײַנשפּאצירט אמאָל, 
װײַל זען איז ער געווען א באלן, 

פון װאָס עס ווערט א וועלט ניספּאָעל... 

געדרייט זיך שאָענלאנג ער האָט איבער די זאלן, 
באקוקט די אלע אויסגעשטעלטע פּראכטן. 

און, זעענדיק אין איינער א וויטרינע 

א װוּנדערשיין שאכטל, 


האָט ער צעשריגן זיך מיט היץ און מיט אנציקונג; 
;אָט דאָס געפעלט מיר מער פון אלע געזעענע אנטיקן! 
טשיקאווע צו דערוויסן זיך, פון װאָס איז דאָס געמאכט? 
אזוינס איז דאָך ניטאָ בא אונדז אין דער מעדינע! 
אוואדע איז דאָס פון א פרעמדן לאנד געבראכט..* 

דאָס שאכטל, הערנדיק די רייד די ניט-געשטויגענע, 

א זאָג געטאָן האָט צו דעם העלפאנד דורכן גלאָז: 

,דו, שויטע איינער! כ'זע, אז ניט באװוּסט איז דיר 
דײַן אייגענע אשירעס! 

זײַ וויסן, אז געמאכט בין איך פון העלפאנדביין דײַן אייגענעם, 
װאָס וואקסט בא דיר אף ביידע זײַטן נאָז!" 


דאָ איז ארויס דער העלפאנד פון די קיילים, 
און זיך צעברומט; 


0 


;א גוילעם כ'בין, א גוילעם! 
איך ווער ניספּאָעל פון א ביין עפּעס א נארישן!" 


דער העלפאנד האָט א שפּײַ געגעבן אף דעם שאכטל, 
אף אָט דעם כוצפּעניק, אף אָט דעם אקשן, 

װאָס שטאמט גאָרניט פון ערגעץ א מעדינע, 

נאָר איז בא אים אליין אונטער דער נאָז געוואקסן... 


צו אויצרעס אייגענע באציט מען אָפּטמאָל זיך מיט ביטל, 
פאר פרעמדע שמאָכטעס אָבער נעמט מען מיט רעספּעקט אראָפּ דאָס היטל. 


די אפּטריניט 


אפן יאם-ברעג, װוּ עס האָבן קינדער זיך געשפּילט, 
געבליבן איז א גריבעלע אין זאמד... 
אין שאָ פון צופלוס, ווען, אין לײַדנשאפט צעפלאמט, 
עס טוען כוואליעס זיך א װאָרף דעם ברעג אנטקעגן, -- 
געװאָרן איז דאָס גריבעלע מיט וואסער אָנגעפילט. 
און שפּעטער, ווען דער יאם צוריק אוועק איז אין די ברעגן, 
די לוזשע, װאָס פארבליבן אפן פּליאזש, 
צו כוואליעס זיך געווענדט מיט כוצפּעדיקע רייד: 
;א גליק, װאָס ס'האָט דער גוירל מיך מיט אײַך צעשײידט! 
דערווידער איז מיר שוין געװאָרן אײַער קאָך און ראש... 
יאָ, אויך אין מיר, פּונקט וי אין אײַך, 
עס קוקן זיך די שטערן, די לעװאָנע און די זון, 
און ס'שפּיגלט זיך דער הימל אויך אין מיר מיט אײַך צוגלײַך, -- 
נאָר מאך איך דען א וועזן גאָר דערפון?.. 
זאָגט, װאָס זשע איז מיט אײַך די קעלבערנע היספּײַלעס?" 
;שװײַג, אָפּטריניקע!" -- 
האָט איינע פון די כוואליעס 
צעלאכט זיך ברויזיק, שפּריצנדיק מיט כויזעק און מיט גאל, -- 
;געוויס, קאָלזמאן דו האָסט באלאנגט צו אונדזער גרויסן קלאל, 
האָט א צעפלאמטע זון געשפּילט זיך אף דײַן קאם 
און אלע דײַנע טעג באשײַנט. 
נאָר זינט דו האָסט פארלאָזט דײַן שטאם 
און זיך פארוואנדלט אין א שטייענדיקער בלאָטע, 
ציט זון ארויס פון דיר דאָס גאנצע כיִעס דײַנס, 
און סאָפּקאָלסאָף וועסטו פארשווינדן, וי א שאָטן!? 


87 


מויני שולמאן 


אזות 66גוס 


מיר פאָרן! 


י נאָר ער איז אריבערגעטראָטן די שוועל מיט אזא ווייכן, 
שוועבנדיקן טראָט, גלײַך ער האָט זיך גאָר צו דער ערד 
2 ניט צוגערירט, איז מיר דער מענטש געװאָרן טשיקאווע. 
4 אין האנט האָט ער געהאלטן א צונויפגעדרייט פּעקל 
פּאפּירן, און צוערשט האָב איך אים אָנגענומען פאר איינעם פון 
יענעם מין מעכאברים, װאָס גייען פון רעדאקציע צו רעדאקציע און 
ווילן, מע זאָל זיי באלד אפן אָרט זאָגן, צי עס האָט עפּעס א ווערט 
דאָס שרײיַבן, װאָס זיי שרײַבן. זײַ א בעריע און טראָג ארויס דעם 
פּסאקדין טייקעף-אומעיאד. 
ער האָט אָבער דאָס פּעקל מיט די פּאפּירן אוועקגעלייגט אין 
א זײַט, וי איינער רעדט: ,ס'איז ניט דאָס, װאָס איר מיינט", און 
מיר איז אראָפּ א שטיין פונעם הארצן, װײַל צוליב װאָס זיך נארן, 
ס'איז אן איידעלער איניען האָבן צו טאָן מיט מעכאברים ביכלאל 
און מיט אזעלכע, װאָס הייבן אָן שרײַבן אף דער עלטער, ביפראט. 
ער איז שוין אויך קיין יונגערמאן ניט געווען. נאָר פּינקטלעך 
ישאצן זײַנע יאָרן װאָלט איך זיך ניט אונטערגענומען. א קײַלעכיק פּאָנעם -- ווילט איר, איז עס א 
מאנצבלש, ווילט איר א װײַבעריש, און אָן איין קנייטש אף דעם. 
-- װאָס װעט איר זאָגן גוטס? -- האָב איך אים געפרעגט און פארבעטן זיצן. 
--- איך וויל אײַך דאפקע דערציילן א שלעכטע מײַסע, -- האָט ער געענטפערט, -- כ'װאָלט 
אָבער װעלן, איר זאָלט זי אויסהערן אונטערוועגנס. איר זײַט עפשער א באלן זיך דורכפאָרן מיט 
מיר אף אן אסיפע אין אונדזער שולעכל? 
פּונקט אין יענער צײַט האָב איך זיך געקליבן ענדלעך דורכצושמועסן זיך מיט ,די, װאָס 
אין די זײַדענע יארמלקעלעך", וי איך האָב עס עפנטלעך צוגעזאָגט אונדזערער א ליענערף. 
נאָר לעמײַ זאָל איך ליגן זאָגן, האגאם כ'האָב זיך ארויסגעכאפּט מיטן װאָרט, האָב איך קיין 
שטארקן כיישעק צו דער נעסיע ניט געהאט. 
דוכט זיך, וויפל מאָל האָט מיך דער גוירל פון א צײַטונגס-מענטש פארטראָגן אין די װײַטסטע 
עקן פון לאנד, אין פרעמדע מעקוימעס, צו אומבאקאנטע מענטשן, און ס'איז מיר קיינמאָל שווער 
ניט געווען. פארקערט, ס'איז מיר געווען ליב. איך האָב געװוּסט, אז װוּהין איך זאָל ניט קומען, 
קיין לװאָוו, צי קיין כאבאראָווסק, װעל איך שטעלן דעם טראָט אף מײַן ערד און ארום מיר װעט 
זײַן מײַן וועלט -- מיט אקאציעס און קאשטאנען אף אוקראינע, פּיכטעס און יעלן אפן װװײַטן 
מיזרעך, און אומעטום פול און פול מיט מײַנע מענטשן, פארהאָרעוועטע און פארטאָנענע אין 
ארבעט. געװוּסט האָב איך, אז אף וועלכער שפּראך איך על מיט זיי ניט ריידן, אין רוסיש צי 
אין ייִדיש, וועלן מיר האָבן איין שפּראך, װײַל מיר טוען איין זאך. 
װאָס אָבער' װעל איך טאָן צוישן יאָרצײַט-ליכט און צדאָקע-פּושקעס, װאָס פאר א שפּראך 
װעל איך געפינען מיט מענטשן, וועלכע פארגלאָצן די אויגן צום הימל און ריידן וועגן אוילעמ- 
האבע? -- דאָס האָב איך זיך קלאָר ניט געקאָנט פאָרשטעלן. 
און אָט באקום איך אומגעריכט אזא גאָלדענעם פאָרשלאָג: דורכצופאָרן זיך אין א שול ארײיַן 
ימיט א מענטשן פון דאָרטו! און איך האָב באשלאָסן קיין איבעריקע שײַלעס דערװײַל ניט פאר- 
-געבן און קיין לאנגע שיַעס ניט מאכן, כ'האָב נאָר געפרעגט: 
--- װײַט דארף מען פאָרן? 
-- פאָרן דארף מען מיטן מעטראָ און מיטן עלעקטראָצוג, נאָר ס'איז ניט װײַט. אין וועג 
יקאָן אײַך אויספעלן עפשער נאָר א רעגנמאנטל... 


1 זע ,סאָװעטיש היימלאנד" נומ. 4 פארן 1962. 


88 


ס'איז געווען אין סאמע מיט זומער, נאָר אין מאָסקװע האָט קימאט אָן אופהער גערעגנט. 
איך האָב אָנגעטאָן דעם מאנטל, ער האָט צוריקגענומען זײַן פּעקל פּאפּירן און מיר זײַנען ארויס 
פון רעדאקציע. ס'האָט נאָך אלץ מאראקעט דער רעגן, נאָר דער הימל האָט זיך שוין אָנגעהויבן 
אױסלײַטערן: אָט-אָט װעט זיך באװײַזן די זון. דער אוילעם האָט פארפלייצט די גאס מיט פאר- 
שײידנקאָליריקע מאנטלען און שירעמס און ס'האָט אויסגעזען, װי אף דער ערד װאָלט זיך באוויזן 
א רעגנבויגן. מיר איז מיטאמאָל געװאָרן אופגעלייגט אפן הארצן, און דער וידערווילן צו דער 
פאָרשטייענדיקער נעסיַע איז קימאט וי פארשװוּנדן. כ'האָב ליב אונדזערע מאָסקװער טומל- 
דיקע גאסן! 


מיר קלאָרן אויס אייניקע אומשטענדן 


ערשט אז מיר זײַנען ארײַן אין מעטראָ, האָב איך אים אָנגעהױיבן װי עס געהער צו זײַן 
פאנאנדערפרעגן: 

װאָס פאר א מײַסע האָט ער צו דערציילן, פארװאָס איז ער געקומען מיט איר גראָד צו מיר, 
און, דעריקער, װאָס איז די אײַלעניש, װאָס מיר יאָגן אזוי הענדום-פּענדום? 

-- איך װעל אײַך פארענטפערן אלע דרי קאשעס, -- האָט ער אָנגעהויבן מיט א געמאָרע- 
ניגן, -- אל רישוין-רישוין וועאל אכרוין-אכרוין, נאָר פריִער האָב איך אײַך צויי ווערטער 
צו זאָגן. 

-- אדעראבע. 

-- איך האָב געלייענט אײַער מײַמער... אָנגעפּלאָנטערט האָט איר. איר שטעלט פאָר דעם 
ריבויגעשעלוילעם מיט א באָרד און אפילע מיט א טעלעפאָן. קיינער האָט דאָך אים אָבער אין 
פּאָנעם ניט געזען. אפילע מוישע, שטייט אין טאלמוד, האָט געזען נאָר דעם קנופּ פונעם שעלראָש... 

-- עס שטייט: ,בעצאלמיינו קידמוסיינו", -- האָב איך אים איבערגעשלאָגן די רייד, -- 
גאָט האָט באשאפן דעם מענטשן לוט זײַן געשטאלט און לוט זײַן אויסזען. גילט דאָס דאָך פאר- 
קערט אויך... האָב איך אראָפגענומען א מוסטער פון אונדזער ראָוו, א פרומער ייַד געווען, גע- 
פעלט אײַך ניט דער מוסטער? 

-- איר טרײַבט אלץ קאטאָוועסלעך, -- איז ער בערויגעז געװאָרן, --- מיינט איר אף אן 
עמעס מיט כויזעק און לעצאָנעס עפּעס דערװײַזן? 

ווען מיר זײַנען ארויס פון מעטראָ אפן װאָקזאל-פּלאץ, איז מיר געקומען אפן זינען אן 
ענלעך געשפּרעך. 

מיט א כאדאָשים דרײַ צוריק איז צו אונדז אין רעדאקציע ארײַנגעקומען אן עלטערער 
מענטש פון א יאָר פינף און זיבעציק. ער האָט זיך, װי דער שטייגער איז, אָנגערופן באם נאָמען: 
באָרוך בען ייִצכאָק קאהאן, און פאָרגעשלאָגן א כיבער. 

דער אװוטאָר איז אמאָל געווען א שויכעט, אָבער נאָך צוריק מיט א יאָר דרײַסיק האָט ער זיך 
אָפּגעזאָגט פון שכיטע, פאריינוועגס פון דער רעליגיע אינגאנצן, און האָט ערלעך אָפּגעארבעט 
א לעבן. איצט, אף פענסיע, האָט ער אָנגעשריבן א טראקטאט, װוּ ער דערװײַזט מיט די טעקסטן 
פון דער ביבל און פון טאלמוד, װי פאלש עס זײַנען די דינים פון שכיטע און בדיקע. 

-- זאָל אפילע זײַן, אז מײַן כיבער װעט שטויסן אָפּצוזאָגן זיך פון פאלשע זאכן בלויז איין 
מענטשן, װעט ער דאָך אויך ברענגען נוצן, -- האָט געזאָגט דער זאָקן. 

מיר האָבן דעם כיבער ניט אָנגענומען, מאכמעס קיין טראקטאטן דרוקן מיר ניט. דער 
אװטאָר האָט זיך ניט באליידיקט, באם געזעגענען נאָר האָט ער א זאָג געטאָן מיט א שטאָך: 

--- איר ווילט אלץ אָפּקומען מיט שפּילעכלעך? 

אף יעדן פאל האָט ער אונדז געלאָזט דעם אדרעס און טעלעפאָן, טאָמער װעלן מיר 
כאראָטע קריגן. 

איצט האָב איך געטראכט: ,צי זײַנען זי ניט גערעכט ביידע: דער אלטער אטעיסט און מײיַן 
באגלייטער?? אגעוו, װער איז ער און װי רופט מען אים? 

אין וואגאָן האָבן מיר געפונען פּלעצער. דער צוג האָט גערירט און קימאט גלײַכצײַטיק האָט 
פון יענער זײַט פענצטער נאָכאמאָל אָנגעהױבן מאראקען א רעגן. ס'איז געװאָרן טונקל און אומ- 
היימלעך, און כ'האָב עפּעס ווידער מיט אנדערע אויגן אָנגעהױבן קוקן אף דער נעסיע. 

ער האָט עס, אפּאָנעם, דערפילט און זיך אָנגערופן, פאָרזעצנדיק אונדזער געשפּרעך: 

-- פארװאָס איך בין געקומען גראָד צו אײַך, האָט איר זיך שוין מיסטאמע אָנגעשטױסן. 

-- טאקע בלויז זיך אָנגעשטױסן... 

-- זעט איר, כ'האָב זיך אין אײַך ניט אָפּגענארט. איך האָב געװוּסט, אז אויב מע װעט 
אײַך זאָגן -- אן אסיפע, װעט איר זיך לאָזן לויפן, װי א יונג לאָשעקל. אזא אסיפע, װי הײַנט, 
האָבן מיר איין מאָל אין יאָר. 


89 


-- דעהײיַנע? : 

--- הײַנט קלײַבט מען די פּראוולעניע. מיר איז שפּעט אײַנגעפאלן אײַך רופן. איך מוז אָבער 
אײַלן. איך בין אין דער ,דוואדצאטקע". 

-- אך, אזוי! -- האָב איך געזאָגט האָפּערדיק. װאָס דאָס איז פאר א פּראוולעניע, האָב איך 
זיך נאָך ווי-עס-איז פאָרגעשטעלט, אָבער װאָס מיינט עס ,דוואדצאטקע", דאָס האָב איך ניט 
אָנגעהויבן צו וויסן. 

-- נו, יאָ, אוואדע, --- איז ער געװאָרן צופרידן פון מײַן געמאכטער היספּײַלעס, -- איצט 
וויל איך פון אײַך האָבן א טויווע פאר א טויווע-. 

אזא גאנג האָט מיר אָנגעהויבן שלעכט שמעקן, נאָר כ'האָב העפלעך געווארט, װאָס װעט ער 
זאָגן װײַטער. 

-- מיר האָבן צו פאָרן א שאָ צײַט, בעט איך אײַך, לייענט עס אדורך. --- דאָס פּעקל מיט 
די פאפּירן, װאָס איז מיר שוין געהאט פון קאָפּ ארויס, איז אריבער צו מיר אין די הענט. -- איר 
ועט זיך דערפון דערוויסן די גאנצע געשיכטע... דאָס איבעריקע װעל איך אײַך דערציילן, ווען 
איר װעט עס איבערלייענען. 

-- שיין זיך ארייַנגעפאקט! -- האָב איך געזאָגט צו זיך אליין, אָבער װאָס האָט מען שוין 
איצט געקאָנט מאכן? כ'האָב צעוויקלט דאָס ,ווערק". 


מיר גייען זיך פאנאנדער 


װאָס מער איך האָב זיך פארטיפט אינעם לייענען, אלץ װיניקער האָט מיר אָנגעהױבן 
געפעלן דער פּארשוין. פון צײַט צו צײַט האָב איך געכאפּט אף אים א קוק. זײַנע קײַלעכדיקע 
אייגעלעך האָבן מיר אויסגעזען צו װוערן שמאלציקער און שמאלציקער. זיי האָבן זיך אָנגעצילט 
אין מיר מיט א מין האכנאָעדיק-כניפעדיקן קוק, פון וועלכן עס האָט ארויסגערעדט: 

-- הא, זעסט, א מין גאָלדענעם מאטעריאל איך האָב דיר צוגעשטעלט! 

נאָר דאָס, װאָס ער האָט געהאלטן פאר ,מאטעריאל", האָב איך געדארפט אף טישטשע 
קאפּאָרעס. איך האָב ניט ליב קיין קרימינאל-ראָמאנען, און דאָ האָב איך דערזען עטלעכע און 
צוואנציק דאָקומענטן וועגן גזיילע און גנייווע אין א ייִדישער רעליגיעזער קעהילע. מײַן באגליי- 
טער האָט געוויס געמיינט, אז איך װעל זיך אָנכאפן אין די פאקטן, װוי אין מאצע-וואסער. א 
קלײניקײַט, ער האָט אופגעדעקט אזעלכע געהיימניסן! 

אָבער מיר איז נישט אָנגעגאנגען ניט די קונסט פון ארײַנקריכן אין דער קאָהעלשער צדאָקע- 
פּוטקע, ניט די גרייס פון דער גנייווע, ניט די נעמען פון די אפעריסטן. יאָ, מע מוז אָפּגעבן רעכט 
גאָטס גאנאָווים: זיי האָבן געמאכט פאָרשריט אין דער קונסט פון שװינדלערײַ. יאָ, אוואדע דארף 
מען באשטראָפן גאנאָווים, װוּ זי זאָלן ניט זײַן, אוואדע איז א יוישער באשיצן דעם פּאָשעטן 
דאוונער, װאָס ווארפט, נעבעך, ארײַן אין דער צדאָקע-פּושקע זײַנע קאָשער פארדינטע קאָפּע- 
קעס --- א טייל פון דעם געהאלט און איבערהויפט פון דער פענסיע. 

איך האָב דעם פּאק פּאפּירן געלייענט מיט אינטערעס, װײַל פאר מיר האָבן זיך אנטפּלעקט 
שוין לאנג פארשװוּנדענע געוװױינהײַטן און זיטן און ביז גאָר טשיקאווע כאראקטערן, קױדעמקאָל 
פונעם פארפאסער פון אָט די אלע דאָקומענטן: פון די מעלדונגען און בריוו, געשריבענע אין פאר- 
שיידענע אנשטאלטן און צו פארשיידענע אמט-פערזאָנען. װי ס'איז געווען זיך לײַכט אָנשטױסן, 
איז דאָס געווען טאקע ער, מײַן באגלייטער. איך װעל ניט פּוירעש-בישמוי זײַן. זאָל ער אליין 
בעטן בא גאָט מעכילע פאר זײַנע זינד. 

ער איז געווען בוכהאלטער פון דער קעהילע-פארוואלטונג. ס'קאָן אוואדע געמאָלט זײַן, אז 
ער אליין איז טאקע ניט ארײַנגעקראָכן מיט דער האנט אין צדאָקע-פּושקע, ניט געגעבן קיין 
פאלשע קוויטאנציעס פאר ברענגען צו קװוּרע, װי דאָס טוען אנדערע. אָבער אז פון בארוף איז 
ער א מאָסער און א רעכילעסניק, איז געווען צו זען פון יעדן װאָרט זײַנעם. 

וי איך האָב געקאָנט אופכאפּן, איז די סטרוקטור פון דער קעהילע אזא: פאראן א , דוואד- 
צאטקע", א , צוואנציקער" דארף עס געוויס הייסן אין ייִדיש, אָבער העיויס דער דאָזיקער אינ- 
סטיטוט איז גילטיק אין אלע רעליגיעזע געמיינדעס, איז דאָס רוסישע װאָרט געװאָרן אוניווערסאל. 
דאָס זײַנען צוואנציק גלױביקע -- ייִדן, אָדער קריסטן, אָדער מאכמעדאנער (פאר דער מעלוכע 
איז עס קיין נאפקעמינע ניט), וועלכע װוערן פארעכנט פאר די גרינדער פון א בייס-האטפילע. 
זי זוכן אויס די מיטלען אף אויסהאלטן דאָס הויז, די קלייקוידעש, דעם בעסוילעם און אזוי װײַ- 
טער און דאָס גלײַכן. האקיצער, דאָס זײַנען צוואנציק רעדלפירער. אגעוו, אין דער ;דוואדצאטקע"" 
קאָנען פארעכנט װערן פיל מער מענטשן, נאָר דאָס קומט פאָר זעלטן, װײַל, װי זאָגט דאָס 
שפּריכװאָרט: ,קלענער דער אוילעם -- גרעסער די סימכע". די ,דוואדצאטקע"י קלײַבט אויס א 
,פּראוולעניע?, -- א פארוואלטער מיט א פאָרזיצער, װאָס מיר דוכט, אז בא אונדז, ייִדן, האָט' 


90 


מען אים שטענדיק גערופן גאבע. איז אָט, צי מײַן בוכהאלטער האָט ניט פּאָלאדיעט מיטן גאבע, 
צי װײַל ער האָט טאקע געכאפּט דעם גאבע בא דער האנט, -- אזוי צי אנדערש, נאָר מע האָט 
אים געזאָגט: ;לעך-לעכאָ? -- דו ארבעטסט בא אונדז מער ניט. און כאָטש זײַן געהאלט האָט 
באטראָפן אינגאנצן פערציק רובל א כוידעש און מיט זײַנע קענטענישן װאָלט ער אף יעדער 
אנדער אָרט געקאָנט פארדינען פיל מער, האָט ער ניט געװאָלט פארלאָזן די שטעלע. 

ער האָט אָנגעהויבן שרײַבן פאר פּײַער און פאר וואסער. קױידעמקאָל, צום ראָוו און צום 
גאבע. און דער נוסעך איז געווען אזא: ;,שטעלט איר מיך ניט אוף אף דער ארבעט, דערצייל איך 
וועגן אלע סוידעס פון דער ,דוואדצאטקע". דער סיכסעך איז געװאָרן אלץ טיפער און, װי גע- 
וויינלעך בא אזעלכע פּארשוינען, איז דערגאנגען ביז פּעטש. 

,דרי מאָל, --- אזוי איז באשריבן איינער פון די אינצידענטן, -- האָט מיר דער גאבע דער- 
לאנגט אין פּאָנעם. קעדיי איך זאָל דאָס פערטע מאָל ניט באקומען, האָב איך געמוזט ארונטער- 
קריכן אונטערן שטענדער". 

;רעב ייָד, -- האָט זיך מיר שטארק געגלוסט א פרעג טאָן בא מײַן שאָכן, באם ,קעמפער 
פאר אָרנטלעכקײַט* אין שול, -- װוּ איז געווען אײַער סייכל, װאָס איר זײַט ניט ארונטער אונטערן 
שטענדער גלײַך נאָכן ערשטן פּאטש?* כ'האָב זיך אָבער אײַנגעהאלטן, װײַל מיר איז שוין ביכלאל 
געווען מיט אים דערװוידער צו ריידן. 

צווישן די דאָקומענטן איז געווען איינער, װאָס האָט מיך ביז גאָר פארוווּנדערט. װײַזט זיך 
ארויס, אז א בוכהאלטער פון א רעליגיִעזער קעהילע, אין פלוג א קלייקוידעש, וי אלע אנדערע, 
קאָן לויט דער ,בירגערלעכער ליניע" אויך זײַן א מיטגליד פון פּראָפּעסיאָנעלן פאריין. איז אָט 
שרײַבט אונדזער בוכהאלטער א מעלדונג צום פּראָפּארײין מיט א באקאָשע זיך אָנעמען די קריוודע 
זײַנע, אופשטעלן אים אף דער ארבעט אין דער רעליגיִעזער קעהילע און צווינגען, מע זאָל בא-. 
צאָלן אים פארן ליידיקגיין. עס טרעפן נאָך אין אונדזער װירקלעכקײַט אזעלכע פּאראדאָקסן... 

ווען דער צוג האָט זיך דערנעענטערט צו דער סטאנציע, װוּהין מיר זײַנען געפאָרן, האָב 
איך נאָך געהאלטן אין די הענט א מעלדונג פון מײַן באגלייטער אין פאָלקס-געריכט. זי האָט 
אויסגעזען אנערעך אזוי: 

אין אזא און אזא פאָלקס-געריכט. 


מעלדונג 
איך, בירגער . . . . 6 . 2 ; , בעס צוציִען צו קרימינעלער פאראנטװאַרטלעכקײַט דעם פאָרזיצער פון 
דער פארוואלטונג פון דער ייִדישער רעליגיִעזער קעהילע אין . 4 לע א דעם. רער עי 


פאר בייז װיליקן רעכילעס טרײַבן אף מיר מיטן צװעק צו דיסקרעדיטירן מיך. 
דער טאָך פונעם אינילן איז אזא: דעם 3 פעווראל האָט ער זיך ארופגעװאָרפן אף מיר, מיך באליידיקט 
און געטריבן רעכילעס, אז איך האָב אין דער סינאגאָגץ געלע בט מיר דער בירגערן + + 26 6 6 6 2 2 2 , װאָס 
ארבעט אלס אופראמערן בא אונדז. 
דערמיט האָט ער בעקויל-ראָם באליידיקט אונדוערע הײליקײַטן און מיך. 
(אונטערשריפט) 
אָ, זיטן, זיטן! הײַנט, װאָס האָט די ווערט דער אויספיר! 
װאָס עס איז געשטאנען אינעם לעצטן דאָקומענט -- דעם איינציקן, װאָס ניט ער האָט 
פארפאסט, --- אינעם אורטייל פונעם פאָלקס-געריכט, וועלכער האָט באטראכט זײַן אָנקלאָגע, --- 
האָב איך ניט באוויזן איבערלייענען, מיר זײַנען אראָפּגעשטיגן פון צוג. 
דער בוכהאלטער איז געשטאנען לעבן מיר און געװאָלט ,אָנטאפּן? דעם אײַנדרוק, װאָס דאָס 
בינטל שמוץ האָט געמאכט אף מיר. 
-- װאָס ווילט איר נאָך פון מיר? --- האָב איך אים קאלט געפרעגט. 
-- ס'הייסט? --- האָט ער זיך אופריכטיק פארכידעשט. --- איר זײַט דאָך א פּרעסע-מענטש. 
איר דארפט זיי אלעמען באשרײַבן. אָט אף דער אסיפע װעט איר ערשט זען, װאָס עס וועט זיך 
טאָן. צוליב דעם בין איך דאָך געפאָרן נאָך אײַך. 
-- רעב ייָד, -- האָב איך אים געזאָגט, --- וועמען צו אש יכן ווייס איך שוין אליין... 
ער האָט נאָך גאָרנישט ניט פארשטאנען: 
--- איצט דארף מען אונדז נאָר ניט זען איניינעם, -- האָט ער מיך געלערנט קאָנספּירא- 
ציע, -- איכל אײַך זאָגן, װוּ די שול געפינט זיך. דערציילט זי נאָר דאָרטן ניט, ער איר זײַט. 
קלערט עפּעס צו, אז ניט װעלן זיי זיך אָנשטױסן, אז דאָס האָב איך אײַך אונטערגעשיקט. 
-- גענוג, -- האָב איך אים געזאָגט, --- איר זײַט אליין אויך װוײַט פון זי ניט אוועק. 
מיטאמאָל האָט ער פארלאָרן זײַן גאנצן שטעל. עפּעס האָט ער אָנגעהויבן צו פארשטיין. 
ראפּטום איז ער אָנגעצונדן געװאָרן, כלעבן איך האָב עס פון אזא כניפעניק ניט דערווארט. 
-- אזוי? איז זוכט אײַך אליין, װוּ די שול איז... 
און ער איז אוועק פון מיר מיט זײַנע ווייכע שוועבנדיקע טריט. 


1 


עפּילאָג 


אין שול האָב איך, באָרעכהאשעם, געטראָפן אָן אים, נאָר דאָס איז א מײַסע אן און פאר זיך. 

אין דרײַ שאָ ארום בין איך געװען אין דער היים. דאָס ערשטע, װאָס כ'האָב געטאָף 
איז -- זיך גוט-גוט ארומגעוואשן... 

נאָכדעם האָב איך צעפּראלט די פענצטעה און מײַן צימער איז פול געװאָרן מיט ריינער לופט. 


עמעצער קאָן זאָגן: ס'איז אן אויסגעטראכטע מײַסע, קיין נאָמען און קיין אָרט איז ניט אָנגע- 
רופן. ניין, מײַנע ליבע פרײַנט. טאקע דערפאר זײַנען דאָ קיין נעמען און קיין ערטער ניט אָנגע- 
וויזן, װײַל ס'איז אלץ עמעס. ס'איז א מײַסע-שעהאַיאָ. עפשער האָב איך ערגעץ אָפּגעװײַכט פון 
פּינקטלעכקײַט צוליב שרײַבערישע טײַמים, נאָר, בענעמאָנעס, בלויז אין קלײיגיקײַטן. 


שיִע זינגער 


צערעלע באט 


ניט װײַט פון דעם ראָג, אף דער רוישיקער גאס, 
שטייט בערעלע באס און האנדלט מיט קוואס. 
א הויכער, א ברייטער, געזונט, װי א שטיין, 

פארבײַגייער לאכן: װי קאָן מען פארשטיין? -- 


א מענטש מיט א פאך 
איז דאָך בערעלע באס. 
געפונען אן ארבעט -- 
האנדלען מיט קוואס! 


זײַן װײַבעלע ריווע -- א גאָלד, אן אנטיק! 

זי ארבעט פון פרי אף דער היגער פאבריק. 

די כאווערטעס פרעגן: װאָס מאכט דײַן פויליאק? 

רו וואשסט אים, דו ראמסט אים און קאָכסט אים 
געשמאק, 


און ער -- מיט א פאך! 
שטייט בא א פאס, 
געפונען אן ארבעט -- 
האנדלען מיט קוואס! 


נאָר איינמאָל קומט בערל, פון בראנפן צעמישט, 
און לייענט א צעטל, װאָס ליגט אפן טיש: 

זײַ מיר געזונט, איך פאָר קיין אלטײַ, 
ווילסט.קומען --- איז קום, איך בלײיַב דיר געטריי, 


נאָר גוט פארגעדענק, 
איך שרײַב אָן א שפּאס; 
אַדער -- איך, 

אָדער -- די קוואס! 


ז. װו ענ ד ר אָף 


װי לאנג לענט א מענטש 


(באמערקונגען אף די ראנדן פון צײַט און געשעענישן) 


י דאָזיקע פראגע איז מיר געקומען אפן געדאנק, ווען איך האָב איבערגעלייענט א 
זאץ אין איינער אן ארבעט פון דעם גרויסן רוסישן געלערנטן מעטשניקאָוו. דער 
זאץ איז געווען פאר מיר ניט אינגאנצן קלאָר און האָט מיך געצװוּנגען זיך צו 
ש פארטראכטן. 

;עדער מענטש, שרײַבט מעטשניקאָוו, האָט זײַן לעבנס-ציקל --- װער א לענגערן און ווער 
א קירצערן. ווען ער פארענדיקט זײַן לעבנס-ציקל, פילט זיך דער מענטש פולשטענדיק באפרידיקט 
און ער ווארט רויִק אף זײַן טויט". 

אָט דער געדאנק האָט אופגעװעקט אין מײַן זיקאָרן אן ארױסזאָגונג פון א צוייטן גע- 
לערנטן -- פונעם ענגלישן וויסנשאפטלער, פילאָסאָף-מאטעריאליסט טאָמאס גאָבס, װאָס איד 
געבוירן געװאָרן מיט 257 יאָר פאר מעטשניקאָװן און האָט מיט העכער צויי הונדערט יאָר 
צוריק באהויפּט, אז ,דער, װאָס זאָגט, אז דער טוט שרעקט אים ניט, -- לײַגט". 

די װידערשפּרעכיקע באהויפּטונגען פון צוויי גרויסע געלערנטע האָבן בא מיר ארויסגערופך 
א ריי מאכשאָוועס, ספייקעס און פראגן, מיט וועלכע מיר ווילט זיך טיילן מיט לייענער. 

אויב איך האָב ריכטיק פארשטאנען, האָט מעטשניקאָוו אונטערן ,לעבנס-ציקל" געמיינט ניט 
די פארשיידענע פּעריאָדן פון דעם מענטשנס לעבן -- יוגנט, רײַפקײַט און עלטער, אויך ניט הי 
צאָל אָפּגעלעבטע יאָרן, נאָר די , פּראָגראם" פון לעבן, װאָס דער מענטש האָט זיך אָנגעצייכנט. 
ווען די ,פּראָגראם" איז אויסגעפילט, ווען דער מענטש האָט זיך אויסגעלעבט אזוי, װי ער האָט 
געװאָלט, פילט ער זיך פולקום באפרידיקט און ווארט רויק אף זײַן טויט... 

נו, מעטשניקאָוו איז געווען א גרויסער געלערנטער, א ועלט-בארימטער ביאָלאָג, דער 
גרונטלייגער פון דער נײַער אין זײַן צײַט וויסנשאפט -- געראַנטאַלאָגיע, די וויסנשאפט, װאָס 
פאָרשט די סיבעס, וועלכע פירן צו דער פארעלטערונג פונעם מענטשלעכן קערפּער, און די 
מיטלען צו פארלענגערן זײַן לעבן. איך בין ניט קיין געלערנטער, ניט קיין ביַאָלאָג, א קנאפּער 
פילאָסאָף, דעריבער קלײַב איך זיך ניט אָפּצופרעגן די באהויפּטונג פון אזא קאָריפיי פון דער 
וויסנשאפט, װי מעטשניקאָוו, װי איך קלײַב זיך ניט פּאסקענען, אז גערעכט איז געװוען דער 
ענגלישער פילאָסאָף גאָבס, װאָס האָט געלעבט אין א צײַט, ווען די ביאָלאָגישע וויסנשאפט איד 
נאָך געווען אין אירע ווינדעלעך און האָט ניט געקאָנט וויסן דאָס, װאָס מעטשניקאָוו האָט געװוּסט. 
איך וויל בלויז באמערקן, אז מיר דוכט זיך, אז קיין איין מענטש, ביפראט א שעפערישער מענטש, 
האָט נאָך קײינמאָל ניט אויסגעפילט זײַן פּראָגראם ביזן סאָף, קיינמאָל נאָך ניט געשטעלט דעם 
לעצטן פּונקט אונטער זײַן לעצט פארטראכטער ארבעט. בא יעדן מענטשן בלײַבט עפּעס ניט 
דערטאָן, ניט דערפירט ביזן סאָף... און נאָך: מיר -װילט זיך פרעגן -- טײַערע לייענער, האָט 
איר שוין אמאָל געזען א מענטשן, װאָס זאָל מער ניט האָבן װאָס צו טאָן, װי בלויז זיצן און ווארטך 
רויַק אף זײַן טויט? איך --- ניט. 

אפילע אין מאָמענטן פון לאנגדויערנדיקע, אומדערטרעגלעכע פיזישע לײדן, ווען א מענטש 
;בעט אף זיך דעם טויט", מיינט ער טיף אין הארצן ניט א דערלייזונג פון לעבן דורך טויט, נאָר 
א דערלייזונג, כאָטש א דערלײַכטערונג, פון זײַנע ליידן. מיט א ביסל קלענערע יעסורים איד 
ער שוין גרייט צו לעבן װײַטער... 

אגעוו, דאָס באשטעטיקט מעטשניקאָוו אליין. אין א צווייט אָרט דערצילט ער ועגן א 
פרוי, װאָס האָט קעסיידער גערופן דעם טויט, װײַל זי האָט שוין מער ניט געקאָנט איבערטראָגך 


{אאאאאאא 


98 


די יעסורים, װאָס זי האָט געליטן. נאָר ווען מע האָט איר געזאָגט, אז זי קאָן געהיילט װערן, האָט 
זי געבעטן ראכמים, מע זאָל זי ראטעווען. זי איז שוין גרייט געווען א ביסל לײַדן, אבי לעבן... 

מיר האָבן דאָך געזען, וי אפילע אין דעם שוידערלעכסטן געהענעם -- אין די היטלערישע 
טויט-לאגערן, װוּ מענטשן זײַנען אויסגעשטאנען די שרעקלעכסטע פיזישע און גײַסטיקע לײדן, 
האָבן זיי ניט געזוכט קיין דערלייזונג פון זייער פּײַן אין טוט --- זי האָבן מיט די לעצטע קויכעס 
געקעמפט פאר זייער לעבן, כאָטש זייער אלעבן" איז, דוכט זיך, געווען ערגער, װי דער טױט, 
װאָס האָט אף טריט און שריט געלויערט אף זייי 

אזוי שטארק איז באם מענטשן דער אינסטינקט פון לעבף 

מיר הערן קײנמאָל ניט, אז מענטשן זאָלן זיך באקלאָגן אף זייער לאנג לעבן. דערפאר הערן 
מיר גאנץ אָפט, װי מענטשן באדויערן: ,אך, װי קורץ עס איז דעם מענטשנס לעבן!" 

אָט דער קרעכץ אף דער קורצקײַט פון מענטשנס לעבן איז, אפּאָנעם, אזוי אלט, וי די 
מענטשהײַט גופע. איר געפינט אים, אָט דעם ,קרעכץ", אין די פאָלקסמײַסעס, אין די לעגענדעס, 
אינעם פאָלקלאָר פון אלע פעלקער. בא ייַדן שפּיגלט ער זיך אָפּ אויך אין די טפילעס. אמנוין 
פון מיינץ, װאָס איז, װי מע גלייבט, געווען דער מעכאבער פון דער טפילע ;ונתנה תוקף" (אונעסא- * 
נע טויקעף), האָט מיט װאָסערע 770 יאָר צוריק שוין געקרעכצט אף דעם, װאָס דעם מענטשנס 

עבן איז ;וי א שאָטן, װאָס גייט פארבײיַ; וי א װאָלקן, װאָס פארשװוינדט; װי א ווינט, װאָס האָט 

א בלאָז געטאָן; װי א כאָלעם, װאָס שוועבט דורך", -- מיט איין װאָרט, צו קורץ, עס זאָל זיך 
לוינען צו האווען אף דער וועלט.. 

און דאָ קומט אוף פון זיך אליין די פראגע: װאָס הייסט לאנג לעבן און װאָס הייסט קורץ 
לעבן? עס זײַנען דאָך פאראן מענטשן, װאָס שטארבן יונג און לעבן לאנג, אָדער װאָס שטארבן 
אין דער טיפער עלטער, און דאָך יונג. 

דאָס איז ניט קיין פאראדאָקס, ניט קיין ווערטערשפיל. דאָס איז א פאקט, די װירקלעכקײַט. 

פּושקין איז אומגעקומען צו 37 יאָר, לערמאָנטאָו --- צו 27, גריבאָיעדאָוו --- אפן 34-טן 
יאָר פון זײַן לעבן; דער גרויסער דעמאָקראט-רעװאָליוציאָנער בעלינסקי איז געשטאָרבן אין על- 
טער פון 37 יאָר, דער גרויסער קריטיקער און דענקער דאָבראָליובאָוו --- צו 25 יאָר, פּיסארעוו -- 
צו 28 יאָר; דער וועלט-בארימטער ענגלישער דיכטער שעלי איז אוועק פון דער וועלט צו 30 יאָר, 
בײַראָן -- צו 36. דער גרויסער שאָטלענדישער פּאָעט-רעװאָליציאָנער ראָבערט בערנס איז גע- 
שטאָרבן אין עלטער פון 37 יאָר. קאָן מען װועגן אזעלכע און ענלעכע צו זיי מענטשן זאָגן, אז 
זייער לעבן איז געווען קורץ, ווען זיי לעבן אין זייערע װערק ביז הײַנטיקן טאָג און װעלן נאָך 
לעבן אין פיל קינפטיקע דוירעס און דוירעס? און אָט זײַנען עטלעכע פון א סאך נעמען פון 

מענטשן, װאָס האָבן דערלעבט ביז דער טיפער עלטער און זײַנען אוועק פון דער װועלט ינג! 

װײַל פּונקט וי עס זײַנען פאראן אײיביק גרינע ביימער, אזוי זײַנען פאראן אײיביק יונגע מענטשן. 
יי לאנג זיי זאָלן ניט לעבן, בלײַבן זיי אלץ יונג, --- יונג אין גײַסט. 

דער גרויסער רוסישער שרײַבער און פילאָסאָף לעוו טאָלסטאָי האָט אפן אכטן צענדליק פון 
זײַן לעבן פארעפנטלעכט אזעלכע אײיביקע װוערק, וי ;טכיאס-האמייסים", װי די קלאסישע דראמע 
,דער לעבעדיקער מעס? און די װוּנדערלעכע דערציילונג ;כאדזשי מוראט". דער וועלט-בארימ- 
טער רוסישער געלערנטער איוואן פּאװלאָוו האָט זײַנע געניאלע וויסנשאפטלעכע ארבעטן וועגן 
דער טעטיקײַט פון דער צענטראלער נערוון-סיסטעם און זײַנע לעקציעס וועגן ;די גרויסע האלב- 
קײַלעכן פון קאָפּימארך*" פארענדיקט צװישן דעם 74-טן און 78-טן יאָר פון זײַן לעבן. ער איז 
געווען טעטיק און האָט געשאפן גרויסע וויסנשאפטלעכע ווערטן ביזן טויט. געשטאָרבן איז ער אין 
עלטער פון 87 יאָר, פון א צופעליקער קראנקײַט -- פון א קרופּאָזער לונגען-אנטצינדונג. 

געטע האָט געשריבן דעם צוייטן טייל פון זײַן אומשטערבלעכער דראמאטישער פּאָעמע 
,פאוסט* אין עלטער פון 80 יאָר. דער גרויסער ענגלישער געלערנטער טשארלז דארווין, דער 
שעפער פון דער טעאָריע וועגן דער אנטוויקלונג פון דער אָרגאנישער וועלט, האָט געלעבט 73 יאָר 
און ביז די לעצטע טעג פון זײַן לעבן געשאפן אלץ נײַע וויסנשאפטלעכע װוערק פון גרויסן ווערט, 
דער גלענצנדער שרײַבער, דראמאטורג און פּובליציסט בערנארד שאָו האָט געלעבט און גע- 
שאפן ביז 94 יאָר. 

דער װוּנדערלעכער מײַסטער פון דער רענעסאנס-עפּאָכע, דער אומשטערבלעכער מאָלער 
טיציאן האָט געלעבט 99 יאָר. די גרעסטע הייך פון זײַן קונסט האָט ער דערגרייכט אין די לעצטע 
צוואנציק יאָר פון זײַן לעבן. דאָס גלײַכן דער אומשטערבלעכער קינסטלער מיקעלאנדזשעלאָ האָט 
צװישן דעם 80-טן און 90-טן יאָר פון זײַן לעבן געשאפן זײַן גראנדייעז בילד , דאָס געוויין איבער 
קריסטוסן", װאָס טרייסלט נאָך אדהאיעם אוף מיט זײַן טראגישקײַט. 

צי קאָן מען זאָגן װועגן אזעלכע מענטשן -- און אזעלכע מענטשן זײַנען פאראן אין אלע 
דוירעס, --- אז זיי זײַנען געשטאָרבן אלט? בעשום-אויפן ניט! װײַל קאָלזמאן א מענטש שאפט 


6* 4 


ווערטן, ביפראט גרויסע ווערטן -- מאטעריעלע אָדער גײַסטיקע -- איז ער יונג. און אין וועלכער 
עלטער ער זאָל ניט שטארבן, גייט ער אלץ אוועק פון דער וועלט פאר דער צייַט, -- יונג. 

מיר, מענטשן פון אונדזער עפּאָכע, לעבן לאנג. אפילע די, װאָס האָבן קוים דערגרייכט 
פופציק יאָר, לעבן שוין אויך זייער, זייער לאנג, װײַל די לעצטע 50 יאָר זײַנען פול מיט אזויפיל 
קאטאקליזמען, איבערקערענישן, געשעענישן, ענדערונגען -- סײַ צום װױלזײַן פון דער מענטש- 
הײַט, סײַ צום שאָדן אירן, װאָס װאָלט גענוג געווען אָנצופילן דרײַ הונדערט, פינף הונדערט יאָר 
פון דער געשיכטע. 

אין מעשעך פון דעם לעצטן האלבן יאָרהונדערט זײַנען פאָרגעקומען צוויי וועלט-מילכאָ- 
מעס -- ביידע ארופגעצװוּנגען דער וועלט דורך די דײַטשישע מיליטאריסטן. אין די דאָזיקע מיל- 
כאָמעס זײַנען אף די שלאכטפעלדער געפאלן זעקס און זעכציק מיליאָן טויטע און הונדערט זיבן 
מיליאָן פארװװוּנדעטע. וויפל זײַנען נאָך דעם פארבליבן יעסוימים און אלמאָנעס; וויפל זײַנען אין 
די אָקופּירטע לענדער -- אכוץ די זעקס מיליאָן ייִדן -- אויסגעקוילעט געװאָרן דורך די פא- 
שיסטישע מערדער, וויפל זײַנען פארברענט און פארגאזט געװאָרן, געשטאָרבן פון הונגער און 
פארפּײַניקט געװאָרן אין די היטלערישע טויט-לאגערן, -- דאָס האָט נאָך דערװײַל קיינער ניט 
אונטערגעכעזשבנט, װי מע האָט נאָך ניט פעסטגעשטעלט די צאָל קאָרבאָנעס פון די קליינע, 
;לאָקאלע* מילכאָמעס --- אין קאָרייע, אין קאָנגאָ, אין וויעטנאם. 

פאר די לעצטע 50 יאָר איז אין אונדזער לאנד פאָרגעקומען די גרויסע רעװאָליוציע, װאָס 
האָט אין /צען טעג אופגעטרייסלט די וועלט", -- די אָקטיאבער-רעװאָליוציע, וועלכע איז גע- 
ווען דער אָנהײב פון א נײַער ערע אין דער וועלט-געשיכטע; עס זײַנען פארשװוּנדן הערשער, 
עס זײַנען אָפּגעמעקט געװאָרן גאנצע דינאסטיעס, צו דער מאכט איז געקומען דאָס פאָלק. 

אין דעם זעלבן צײַט-אָפּשניט איז געשאפן געװאָרן א מעכטיקער סאָציָאליסטישער לאגער, 
אין וועלכן מער װי א דריטל פון דער מענטשהײַט האָט אויסגעבויט און בויט װײַטער א גאנץ 
נײַע װעלט -- אף נײַע, פריִער קיינמאָל ניט געוועזענע יעסוידעס. קימאט גאנץ אזיע און פּיַר 
פינפטל אפריקע האָבן באקומען, ניין, ניט באקומען -- אויסגעקעמפט פאר זיך פרײַהײַט און 
זעלבשטענדיקײַט, באצאָלנדיק פאר דעם מיט טײַכן בלוט, מיט מיליאָנען געפאלענע קעמפער. 
בלויז דאָס אלזשירישע פאָלק האָט אין דער העכער זיבניאָריקער ,שמוציקער מילכאָמע", וועלכע 
פראנקרײיַך האָט קעגן אים געפירט, באצאָלט מיט א מיליאָן מענטשלעכע לעבנס, שוין אָפּגערעדט 
פון די קארגע צוויי מיליאָן אלזשירער, װאָס האָבן געשמאכט אין די טורמעס און קאָנצלאגערן. 

עס זײַנען אופגעקומען צענדליקער נײַע מעלוכעס און רעפובליקן, װאָס זייער געאָגראפיע 
וועט זיך צום ערשטן מאָל באװײַזן אין די לערנביכער פאר שול-קינדער. 

ווען מע זאָל װעלן גראפיש באצייכענען די רעװאָליוציע, װאָס איז פארן לעצטן האלבן 
יאָרהונדערט פאָרגעקומען אין דער טעכניק, אין דער וויסנשאפט, װאָלט מען דעם אָנהייב פון 
דער דיאגראמע געדארפט באצייכענען מיט אן אקער און באָראָנע, און דעם סאָף --- מיט א טראק- 
טאָר און קאָמבײַן. פון איין זײַט -- אן אעראָפּלאן, װאָס הייבט זיך אוף אזש ,העכער פונעם 
העכסטן מויער" און פליט מיט דער מוירעדיקער שנעלקײַט פון פופציק װערסט א שאָ, פון דער 
צווייטער זײַט -- א הײַנטצײַטיקער לײַנער, װאָס שנײַדט אדורך צװישן פרישטיק און אָװװונט- 
ברויט די העכער זעקס טויזנט מײַל צווישן מאָסקװע און ניו-יאָרק; פון איין זײַט -- א לופטבאלאָן 
מיט א הענגענדיק קערבל, אין וועלכן עס ויגט זיך א דרייסטער פּליִער, פון דער צוייטער 
זײַט -- א גיגאנטישע קאָסמאָס-שיף מיט א קאָסמאָנאװט, װאָס קרײַזט ארום דעם ערדקײַלעך, 
ספּוטניקעס, לוניקעס, ראקעטן; פון איין זײַט -- א בוכהאלטער, װאָס זיצט געבויגן איבערן טיש 
און קנאקט אף ,שטשאָטעס", פון דער צווייטער זײַט -- א קיבערנעטישע רעכן-מאשין, וועלכע 
מאכט אין איין שאָ דורך די ארבעט, װאָס צענדליקער מאטעמאטיקער װאָלטן דארפן טאָן א 
גאנצע װאָך; פון איין זײַט -- דער טויטער קערפּער פון א יונגן מענטשן, װאָס איז געשטאָרבן פון 
טובערקוליאָז אָדער פון א הארצפעלער, פון דער צווייטער זײַט -- א ספּאָרטסמען אף ליזשעס 
נאָך אן אָפּעראציע אף זײַן הארץ אָדער לונגען. אזעלכע געמעלן װאָלט מען געקאָנט אָנצייכענען 
נאָך און נאָך. 

אָט די אלע פּאָליטישע, וויסנשאפטלעכע און טעכנישע רעװאָליוציעס האָבן מיר איבערגע- 
לעבט בלויז פאר די לעצטע פופציק יאָר פון אונדזער לעבן! װי מיר זעען, דארף דאָס לעבן פון 
א מענטשן געמאָסטן װערן ניט לוט דער צאָל יאָרן, װאָס ער האָט אָפּגעלעבט, -- לאנג לעבן, 
אליין פאר זיך, איז א קנאפּער פארדינסט, --- נאָר לוט דעם, װאָס פאר א לעבן ער האָט געלעבט, 
װאָס פאר א שפּורן ער האָט נאָך זיך איבערגעלאָזט און אין װאָס פאר אן עפּאָכע ער האָט געלעבט. 

מיר, מענטשן פון אונדזער עפּאָכע, האָבן איבערגעלעבט אין איין האלבן יאָרהונדערט מער, 
װוי די מענטשן פון פריִערדיקע דוירעס האָבן דורכגעמאכט אין מעשעך פון עטלעכע יאָרהונדערטן. 
הייסט עס, אז מיר לעבן לאנג, זייער לאנג. 


95 


ד זחוחאטמוחדווזוחם וו 


אלעקסאנדער גובניצקי 


שאנטיאָרן 


עלדער שמעקן מיט ניס, מיט כװאָיע און בערעזע-זאפט, מיט דעמבענער קאָרע און 
ליפּע; אנדערש איז דער רייעך אין דעם קאנט באם דאָנעץ. פאָרט איר נאָר דורך 
איזיום, די פאָרשטאָט פון דאָנבאסער באסיין, אזוי טוען אײַך א קלאפּ אין דער נאָז 
2 ארײַן פרישע, געשמאקע קוילן-רייכעס, װאָס דערמאָנען מיט עפעס דעם רײיעך 
פון ברויט. 

א זון גייט דאָ אוף, אין דאָנבאס, א פארהאָרעוועטע און אויסגעמאטערטע פון דער נאכט, -- 
א זון מיט רויטע מאנצבלשע אויגן. 

װוּלקאנישע דונערס האָבן דער מאמעניו-ערד צעקנייטשט איר צורע, אָנגעוואלגערט בערג 
און טאָלן, טאָלן און בערג. פעלדער ליגן דאָ צעקרימט און צעקאָרטשעט פון די וייטעקן און 
גרימענישן. װײַזט אויס, אז עס האָט זיי געקאָסט ניט װייניק בלוט און שווייס, ביז די אויצרעס 
בארג-מינים האָבן זיך אײַנגעמאָסטעט אין דער ערד. דערפאר אָבער קוקן אויך אזוי צעפעסטעט 
די שאכטע-קאָפּנעס מיט זייערע פולע מילך-בריסטן, נאָך ניט קיין אױיסגעמאָלקענע. 


ווען איר פאָרט באנאכט פארבײַ דעם ייַשעו דעבאלצעװאָ, איז איבעריק צו פרעגן, װוּ עס 
געפינט זיך א שאכטע: מענוירע-לעמפּעלעך ווינקען פונעם פארנעפלטן טעריקאָן, און װאָס העכער 
עס איז דער בארג אש, אלץ עלטער איז, אפּאָנעם, די שאכטע. 

פיאָדאָר וואסיליעוויטש דודין, דער בארימטער שאכטיאָר, וועמען איך האָב אין דאָנבאס, 
צו מאזל, באגעגנט, איז אפילע נאָך עלטער פונעם אָנגעשאָטענעם בארג, װאָס ליגט אין דער טיף 
פונעם דאָנעצער באסיין. 

דער צאָפן-דאָנעץ רינגלט דאָ ארום די פעלדער, װי א שנירל פערל ארום האלדז. ניין, ניט 
די באכמוטקע, ניט די ריטשקע ליכאיא, -- זאָגט פיאָדאָר וואסיליעוויטש דודין, -- נאָר דער 
דאָנעץ, װאָס איז אליין, נעבעך, זשעדנע אף אן איבעריקן טראָפּן, איז בעקויעך אויסשווענקען 
דאָס פארטריקנטע מויל פון דאָנבאס. 

דאָך, ניט געקוקט אף דער טריקעניש, זײַנען פארשיידענע מיסיאָנערן געקראָכן אהער, 
אין דער שטױביקער היץ. געקראָכן אהער איז דער פראנצויז לע-פּלע, דער ענגלענדער 
מורטשיסאָן, דער דײַטש גיל... זיי האָבן ניט װײיניק בלוט און שווייס אויסגעצאפּט בא די בניי- 
דודינס. 

ס'איז געווען אמאָל: פאלט אראָפּ די טאטשקע פון דער קאָלייע, שפּארט פיאָדאָר דודין אונטער 
די ,לימאָנאדקע? -- זײַן ברייטע פּלײצע, ווארפט אָן די קוילן אפן שליטן, שפּאנט זיך אײַן, װי 
דאָס בלינדע פערד. עס װיאָקעט אף אים דער רײַכער דײַטש גיל: 

-- שנעלער, שנעלער! 

פּרוּוו נאָר פיאָדאָר א זאָג טאָן דעם באלעבאָס: ,/טרײַב מיך ניט, די שטאָט אקסיי ברענט 
ניט", -- טוט אים גיל א שניט איבערן רוקן מיט דער אײַזערנער רוט: 

-- פארפלוכטער שװײַן, שנעלער, שנעלער! 

א לאנגע פינצטערע נאכט איז געשטאנען איבערן קאָפּ, נאָר פיאָדאָר דודין האָט דאָס 
שאכטיאָרישע העמערל ניט געװאָרפן, טאָג-אײַן, טאָג-אױס געגעבן קוילן ארוף. שיפן, אויוונס 
און קעסלען האָט דודין געהייצט מיטן גאָלדענעם אנטראציט. שאכטיאָרן פלעגן בלינד װערן 
דערזעענדיק נאָך דער טיפער פינצטערניש די ליכטיקע שײַן. 

אָנגעווארעמט זיך, האָט מאטושקע-רוס א טרייסל געטאָן מיט די שטארקע אקסל. שיסט 
די ,אװוראָרע*, רויטגווארדייער שטורמעווען סמאָלני, אויך דודין צוישן זיי. דערנאָך --- ווידער 
אין שאכטע, די קעסלען און שמעלץ-אויוונס זאָלן קאָכן און זידן און ברענגען ווארעמקײַט און 
ליכט דעם אייגענעם פאָלק... 

שטארקער פון דודינס פּלייצע איז עפשער נאָר די ערד אליין, װײַל וויפל מאָל אין זײַן לעבן 
האָט פיאָדאָר וואסיליעוויטש געבויגן דעם רוקן זײַנעם, און ניט דער דײַטש גיל, ניט די דרײַ 
מילכאָמעס האָבן אים ניט אײַנגעבראָכן. 

געקומען פון בערלין אין פינף און פערציקסטן, איז פיאָדאָר דודין גלײַך אוועק אין שטרעק 
האקן קוילן. 

פיר באָנים דודינס --- אין איין בריגאדע מיטן טאטן. 


6--42 6 


אין ברעזענטענע רעקלעך, איינער געזינטער פונעם אנדערן, שטייען לעבן פיאָדאָר וואסיליע- 
וויטשן און מאטריאָנא איוואנאָוונען זײַן װײַב, די זין זייערע: פּיאָטער, איוואן, סערגיי און --- מייער..- 

איך הייב אָן צו פינטלען מיט די אױגן. פיאָדאָרס פארקוילט פּאָנעם, זײַנע שטיפּלען 
שמייכלען, און מיך נעמט ניט קיין געלעכטער, איך מוז איבערפרעגן: מייער? 

--- מייער. : 

--- מײַן זיידע האָט געהייסן מייער, פיאָדאָר וואסיליעוויטש, -- לאך איך שוין, -- אָבער 
װי קומט צו דודינען?.. 


--- מיר האָרעװען, מיר ארבעטן און אקערן די ערד... -- פארציט מייער דודין א לידל, 
הענגט אוף איבערן אקסל דאָס שאכטיאָרישע לעמפּל, און מיר לאָזן זיך אין וועג ארײַן. 

בא דער שאכטע שטיי איך צװישן די שאכטיאָרן -- אויך אין ברעזענטענע הויזן און אין 
גומענע שטיוול, דאָס קישעף-לעמפּעלע מיטן ,ראטעווע"-קעסטל איבערן אקסל. עמעס, קין 
זעכצנפונטיק העמערל, קיין שטאנגען, קראָנקעס-געצײַג, מיט וועלכן מע דערביוועט קוילן, האָט 
מען מיר ניט מיטגעגעבן, װײַל מײַן זאך איז --- שרײַבן. 

וועלוול שפונט, דער בארג-מײַסטער, כאָטש אים קומט אויס אָפּטער פון מיר קריכן אין 
שאכטע, איז דאָך פארטראכט און ערנסט, װי באם טאָן א ניט געוויינלעכע זאך. ס'איז צו באמערקן, 
אז זײַנע שווארצע ברעמען װערן אופגעבלאָזן, װי דעם אינדיקס פעדערן פארן וויכער. בא די 
שאכטיאָרן צינדן זיך אָן אפן שטערן די לעמפּעלעך, ניט אנדערש, מע פּרוּווט, צי זיי זײַנען טאקע 
אף אן עמעס עפּעס די ווערט, אָט די קאנעצלעך, אָדער ס'איז דאָס זעלבע, װי דער טאטע מײַנער 
פלעגט אָנטאָן דעם שעלראָש, קעדיי פארבלענדן דער װועלט די אויגן, קלוימערשט ער דאוונט... 

מייער דודין קוקט אף מיר שטיפעריש: נישקאָשע, זאָגן זײַנע אויגן, פון א מאָרדע בא 
אונדזער גאסט, ס'איז, קיין אײַנהאָרע, פאראן װאָס אויסצושמירן מיט קוילן-שטויב... 

אין ליפט פאָרן דערװײַל דרײַטאָניקע וואגאָנעס מיט באלקעס, װי מע װאָלט אים אויסגע- 
פּרוּווט, צי ער װעט מיך אויסהאלטן. 

-- וועלוול, -- טו איך א זאָג צום בארג-מײַסטער, -- צו װאָס מוטשעסטו מיך אזוי? דו 
פיר מיך אין לאווע, װוּ קאָמבײַנען מעלייצען און שנײַדן קוילן... 

-- אונדזער שאכטע, -- זאָגט שפּונט, -- איז דיר ניט די ארשינקע, צי די פּונאטשאָוװוקע 
אין ניקיטאָווקע. --- און װי דער אינזשעניער װאָלט מיר װעלן גרינגער מאכן אף דער נעשאָמע, 
שמייכלט ער מיט זײַן גאנצן טונקל-ברוינעם פּאָנעם, קאָסעט מיט די אויגן. --- אין דער לאווע, 
װוּהין מירן הײַנט גיין, איז דער ווערשלאג, די פּאָראָדע אזוי צו זאָגן, די גאנצע צײַט איך 
באוועגונג... : 

שאכטיאָרן ריידן דערװײַל זיך דורך: 

-- מאליוטינס רעקאָרד? נו, װאָס, מאליוטין! -- שרײַט איינער איבער דעם אנדערן, װײַל 
טראָסן ציִען זיך שוין אָן אף צו נעמען אונדז אין שטרעק ארײַן. 

-- גיב פּאָראָזשניאק צו דער צײַט!.. מאך מיר די פּאָסאדקע, פיאָדאָר וואסיליעוויטש! 

אין ליפט קלינגט שוין דער גלאָק, װי אף א קליינער אײַזנבאן-סטאנציע. מייער דודין 
נעמט מיך איידל, אזוי װי א כאָסן, אונטערן אָרעם: קום, הייסט עס, אין קאלטן בעסמעדרעש, 
יעשוע מיט דער באָרד. 

איך מעג שווערן, אז אין דער מינוט האָב איך געטראכט פון מײַן היים: קאיאָר פאָרן מיר 
ארויס מיטן טאטן פון דער שטאָט. די זון ווארפט זיך כאפּן פיש אין דניעפּער, כאפּט ארויס א 
קארפ מיט גאָלדענע פליגל.. אפן פעלד איז טערפקע פריש. די ערד קאָכט שוין דעם וואלד 
ווארמעס, האָנען קרייען, דער פרימאָרגן איז פול מיט פייגל-געזאנג, א הימל א מאלכעס, 
שא-שטיל... 

-- פּאָיעכאלי! --- שרײַט מיר אין אוער מייער דודין, װאָס האָט, װײַזט אויס, באמערקט 
מײַן פארמאלעכטקײַט. 

אין א מינוט ארום בין איך שוין גאָר אין אן אנדער וועלט: קאָרבעס סקריפּען, טראָסן ציִען 
זיך אָן, דער רעגן גיסט פון די ווענט. 

אין דרויסן איז קאלט, נאָר דאָס געלט אין קעשענע צעגייט זיך, --- כאָכמענען זיך שאכטיאָרן 
און איך נעם אלץ אָן אף מײַן כעזשבן. : 

אף צוויי יאקאָרס האלט זיך פעסטער די שיף: ווען װעלוועלע שפּונט שמייכלט צו מיר, 
מייער דודין ווערטלט זיך, איז מיר, לעמײַ זאָל איך זאָגן, א ביסל פריילעכער אפן הארצן. 

ס'איז דורך ניט קיין סאך, און מיר שפּאנען שוין מיט די קאנעצלעך אין פינצטערן טונעל. 

וועלוועלע שפּונט ציילט די שאכטיאָרן, צי אלע זײַנען דאָ אפן אָרט. מע קריכט, וי אונטערן 
אויוון נאָך א זיסן בורעק: טוט א קאפּע אין קאָלנער, מאכט עס ניט אויס, אבי דער קאָפּ איז גאנץ. 


97 


פיאָדאָר דודינס בריגאדע מאכט די פּאָסאדקע, עס קרעכצט אזש די ערד. 

מיטאמאָל --- װײַניק ענערגיע, שער דעם קאָמבײַן ;דאָנבאס" וואלויטשען נאָך זיך די 
ילענטע. שטייט דער טראנספּאָרטיאָר, גייען. ניט די קוילן אפן בארג, װעט מען באם אױסצאָלן 
דעם לוין באקומען וואסער אף קאשע. 

-- גיב דעם קאנאט, מײיער! 

-- היט זיך! 

-- וואסיע, נעם דאָס קלעצל! 

--- פּאָיעכאלי! 

וואסיל טשאָרנאָבױ, דער קאָמבײַנער, קוועטשט אָן ביידע קנאָפּקעס, דאָס מעסער הייבט אָן 
שנײַדן ,לעקעך", ווערט אזש פריילעכער אפן הארצן -- פיר הונדערט טאָן קוילן גיט די לאווע 
פאר איין ציקל. אין פאָריקן יאָרהונדערט האָט דער גאנצער דאָנעצער באסיין געגעבן נײַן 
טויזנט טאָן --- װוּנדער, אף מײַן װאָרט, װוּנדער. 

מייער דודין נעמט איבער די וואכטע. 


כײַע-ריווע דאװידאָוונא, וועלוועלע שפּונטס מוטער, א יאשער-קויעך אײַך פאר אײַער זון. 
ער קען גוט די מעלאָכע, ניט אומזיסט האָט איר אים געזויגן און געקעכלט, געגעבן אים שווארץ 
ברויט מיט פּוטער, הרעטשענע קאשע און װײַניקע אוקראינער עפּל. 

וועלוועלע שפּונט שפּינט גאָלד אין שאכטע. ער גייט אין טיפן שטרעק מיט אזא פארגעניגן, 
אז עס דוכט זיך: אויב ניט געבן אים שטיינקוילן צו שמעקן, װעט ער, ניט געדאכט זאָל זײַן 
דערשטיקט וערן. 

יאָ, וולאדימיר איסײַעװיטש שפונט ווייסט יעדער באליק אין שאכטע, די אײַזנבעטאָנע רייפן 
ציילט ער, װי מע ציילט גילדענע צענערלעך: 

-- נעכטן ערשט איז די פערצנטע סעקציע געשטאנען װי א פארכאסמעטע, הײַנט האָט זי 
זיך א רוק געטאָן... 

פינף הונדערט נײַן און צוואנציק מעטער טיף אונטער דער ערד פירט דער סמענע-מײַסטער 
דעם כעזשבן, קוקט נאָך זײַן באלעבאטישקײַט, װי ער, כײַע-ריוועס בכאָר, װאָלט אמװייניקסטן 
געווען אן אופּראװלײַעשטשע פון אן אימעניע. ער פירט מיך ארום איבער די גיטער און לאָזט מיך 
איבער דאָרט, װוּ פיאָדאָר וואסיליעוויטש דודין פארוואלקעוועט מיט זײַנע באָנים די סטעליע. 
דודין טוט עס אזוי היימיש, וי זײַן פּלױנעסטע -- מאטריאָנע, ווען זי שמירט דעם פריפּעטשיק. 
ער שטעלט א נײַע קראָקװע, טאסקעט ארויס דעם אויסגעריבענעם באליק, האָרעװעט ביטער, 
אז די זין זײַנע; וואסיען און מייערן, זאָל פרײַער ווערן דער וועג. 

פיאָדאָר וואסיליעוויטש נעמט אראָפּ די קאסקע, װישט אויס דעם שווייס מיטן ארבל: 

--- מאטריאָנע האָט מיר נעכטן געקויפט א היטל, א גוט היטל... 

ווען ער דערמאָנט זיך אין זײַן אלטער, ווערט אים אפילע דאָ, אין שאכטע, גרינגער, און 
זאטער און ווארעמער... 

וואסיע פארציט זײַן באליבטע ליד: 

װערכאָװינא מאטע מאָיא, 
ווסיא קראסא טשודאָװא טװאָיא... 


עס כאפּט אונטער מייער, ער פילט לעבן זיך איוואנס קרעפטיקן אקסל. 


אין דאָנבאס איז יעדע שטוב א שאכטע. אין דודינס גרויס געזינד, לעמאָשל, װאָס נעמט 
ארײַן אין זיך, אויסער די זין, אויך פּלעמעניקעס, פעטערס און װײַטערע קרויווים, האָט איר אײַך 
סײַ כעוורע, װאָס האקן קוילן, סײַ אויך אזוינע, װאָס קרעמפּעװען די שטאָלנע, קאטשען אָפּ 
וואגאָנעטקעס, זײַנען מאשיניסטן באם קאָמבײַן. 

די נעשאָמע פון דער שאכטע ,דודין", איר מאמע, איז מאטריאָנא איוואנאָוונא. 

אײינמאָל, אין א שוין איצט שטארק װײַטן טרויעריקן טאָג, איז מאטריאָנא איוואנאָוונא, 
גײענדיק וי געוויינלעך אין כוטאָר טיכא-פּוסטין זוכן א ביסל זאלץ, זויכע געווען צו באגעגענען 
אָט דאָס קוטשעראווע ייִדישע ייַנגל, מייערן. אפילע דאָס דורכטראָגן א לוט זאלץ בא היטלערס 
כאָליערעניקעס איז געווען א גרויסער קונץ. הײַנט ראטעווען א ייִדיש קינד מיט אזא קוטשמע 
האָר, מיט צוויי שווארצע אויגן, פול מיט ייִדישן מיין. מייער איז געבליבן איינער אליין נאָכן 
באָמבע-וויכער, די מאמע --- אין גריבל פארשאָטן... 

דריי קינדער הונגערן, װעט מאטריאָנע זיך מוטשען מיט נאָך איינעם. און דאָס איז אלץ, 
װאָס זי האָט געטראכט. און מער גאָרניט, 


98 


געבראכט דאָס קינד אין כוטאָר, האָט דודינא, ריישיס-כאָכמע, אראָפּגעכאפּט אים די האָר 
פונעם קאָפּ. איז מייער געבליבן, װי אן אָפּגעשױרן שעפעלע. אָבער די אויגן... װוּ טוט מען 
אהין זײַנע אויגן? מאטריאָנע היבט אים אָן וואשן דאָס פּענעמל מיט מילך, ער זאָל וערן א 
ביסעלע װײַסער, דעם דײַטש זיך אזוי ניט ווארפן אין די אויגן ארײַן. 

טויזנט מאָל האָט מאטריאָנא איוואנאָוונא מיט ווייטעק און מוירע באגלייט פיאָדאָרן אין 
שאכטע. אין פּאָסטעלעס אָדער אין גומענע קאלאָשן אף די הוילע פיס פלעגט ער זיך אראָפּלאָזן 
אין לאווע אף קידעש-האשעם, ניט וויסנדיק, צי הײַנט פאלט אײַן דער בארג קוילן אף זײַן קאָפּ, 
צי מאָרגן. יאָ, מאַרגן מוז ער װידער קריכן אין פינצטערן האָרע-כוישעך, לייגן דעם קאָפּ פארן 
אָרעמען שטיקל ברויט. גאזן שטיקן אים, קייטן קלינגען אין די אויערן, דאָס לעמפּל לעשט זיך, 
בלײַבסטו אָפּט אין נאסן שטרעק פארשאָטן. גילס טאכשיט, װאָס האָט זיך אומגעקערט באלעבא- 
טעווען, װעט דיך ניט לויפן זוכן. גיב אים אפן בארג װאָס מער קוילן, װער דערדישעט, נאָר 
שלעפּ דעם שוערן װאָגן, װי דאָס בלינדע פערד. 

שווער, זייער שווער איז געווען מאטריאָנען צו דערווארטן זיך טאָג-אײַן, טאָג-אױס אף איר 
מאן. נאָר אויסצובאהאלטן מייערן פון די גאזלאָנים, לעמײַ זאָל זי זאָגן, איז געווען שווערער. 


דרײַ מאָל האָט מען מאטריאָנא איװאנאָװונען געפירט אין געסטאפּאָ, זי זאָל נאָר זאָגן, 
װוּ איז אהינגעקומען דער ,יודע". דודינא שפּײַט שיר ניט אויס די נעשאָמע, זי איז גרייט 
אומקומען, נאָר דאָס קינד אין זייערע ברודיקע לאפעס גיט זי ניט אָפּ. 

מייער פּאשעט זיך דערװײַל אין כוטאָר טיכא-פּוסטין. די מאמע מאטריאָנע גייט ארום איבער 
די נאָענטע דערפער, בעטלט אויס א פּאָר סעכערס. די פיס בא איר געשװאָלן פון הונגער, דער 
מויעך טריקנט אויס טראכטנדיק, װוּ נעמט מען א פונט הירזש אָפּצוקאָכן א קאשע פאר די קינדער? 

מאטריאָנע האָט געװוּסט: פיאָדאָר װעט נעמען די באָנים מיט זיך אין שאכטע, וי וואסיל 
פיאָדאָראָװויטש, דער טאטע זײַנער, האָט אמאָל מיט אים אליין געטאָן. ער װעט זיי לערנען פירן 
טאטשקעס, האקן קוילן, שארן מיט דער לאָפּעטע. מוז זי די כעוורע אונטערפּאשען, זי זאָלן 
זײַן געזונטע שאכטיאָרן. 


מייער דודינס לעבנס-געשיכטע האָב איך זיך דערװוּסט אין שטרעק, װוּ פיאָדאָר וואסיליע- 
וויטש האָט מיר געוויזן די בעריעשאפט, מיט וועלכער זײַן געזינדל ארבעט. 

איך דארף זיך מוידע זײַן; כ'בין שטארק מעקאנע מייערן, װאָס אים גליקט אָפּ צו שטעלן 
זיך יעדן טאָג באנאנד מיט די דאָנבאסער שאכטיאָרן, גיין צום ליפט, אראָפּלאָזן זיך אין שאכטע, 
פילן דעם טאם פון קוילן-שטויב. 

ווען מיר הייבן זיך אוף צוריק אף דער ליכטיקער שײַן, פירט מיך מייער צום ערן-טאָול, 
ווײַזט, וויפל טאָן קוילן פיאָדאָר דודינס בריגאדע האָט געגעבן פאר הײַנטיקער װאָך. 

דערנאָך, כאָטש מייער זאָגט, מע טאָר ניט װײַזן מיטן פינגער, דאָך האלט ער ניט אויס: 

-- אָט איז זי, אונדזער שאכטע... 

א צוגעזאָטענער, שטיי איך א רעגע אין דרויסן, און װוײַזט אויס, אז אינװייניק, בא מיר אין 
מײַן אייגענער ;שאכטע", האָט זיך אויך אָנגעצונדן אן אײביק פּײַערל. 

מיר לאָזן זיך גיין צו די דודינס אין שטוב ארײַן, דאָרטן ווארטן אף אונדז הרעטשענע 
לאטקעס, װאָס די מאמע מאטריאָנע האָט נעכטן צוגעזאָגט. 

מאטריאָנא איוואנאָוונא פילט זיך שוואך אין געזונט, איז אָבער איר מאזל אזא: קומען די 
כעוורע פון דער שאכטע, פארגעסט זי אירע ווייטעקן. איוואן נעמט די הארמאָניק, מייער --- די 
באלאלײַקע, הייבט מען אָן צו שפּילן, כאָטש גיי אוועק א קאמארינקע. 

-- מע באדארף אים שוין כאסענע מאכן, מייערן, --- זאָגט מאטריאָנא איוואנאָוונא, שטעלנ- 
דיק דעם סאמאָוואר אפן טיש. 

פיאָדאָר וואסיליעוויטש שװײַגט בעשאס מאטריאָנע רעדט אויס איר הארץ, נאָר, אָנגיסנדיק 
די גלעזלעך װײַן, זאָגט ער, קלאפּנדיק מייערן אין פּלײיצע: 

-- פריי זיך ניט, זון מײַנער, װײַט װעלן מיר דיך ניט אָפּגעבן, כאָטש פאר א הינדעלע, 
גאָר אפן אייגענעם געסעלע... 

שטראלן פון דער זון פּליושקען זיך שוין ערגעץ אין פרימאָרגן-טוי, טומאנען קײַקלען זיך 
איבערן יאר, װי א רויך פונעם קוימען, און דאָ, אין שאכטיאָרס שטיבל, איז לעבעדיק-פריילעך 
פונעם װױלזײַן, מענטשן װערן ייַנגער, זיצנדיק בא אזא פריידיקן, באלעבאטישן טיש. 


זח" 


יעשוע ליובאָמירסקי 


שלוימע מיכאָעלס 


ופצן יאָר איז אװעק פון דעם טאָג, װען 
מיר האָבן אָנגעװױרן שלוימע מיכאַעלסן. 
ער איז געװען ניט נאָר א גרויסער 
אקטיאַר און רעזשי-מײַסטער. אויך אלס 
באדײַטנדיקער טעאָרעטיקער פון טעא" 
טראלער קונסט טרעט אָפט ארויס מיכאָעלס. א סאך פון 
זײַנע ארױסזאָגונגען אין דעם געביט זײַנען צונויפגע- 
זאמלט אין בוך , ארטיקלען, שמועסן און רעדעס", װעלכן 
עס האָט אין 1960 ארויסגעגעבן דער פארלאג ,איסקוס- 
טװאַ". 


1 


,קונסט, -- זאָגט מיכאָעלס, -- אין ניט אָט יענע 
פלאכע אָפּשפּיגלונג פון דער װירקלעכקײַט, װאָס 
שטאמט פון אן אויבנופיקן קוק אף דער אָדער יענער 
דערשײַנונג. ניין. קונסט דאָס אין אן אנטפלעקונג פון 
דער װירקלעכקײַט. אײנצײַטיק איז עס א באפּרײַונג און 
אנטבלויזונג פון דער געשטאלטלעכער ענערגיע, װאָס 
איז פארבאָרגן אין דער װירקלעכקײַט"ג. 

מיכאָעלס באגרענעצט זיך ניט בלוין מיט אָט דער 
קאָנסטאטירונג פונעם באגריף קונסט. אים אינטערעסירט, 
צו װעלכע צילן איז די עכטע קונסט מעכוּיעװ שטרעבן, 
וועלכע אופגאבן אירע זײַגען די װיכטיקסטע. 

,דאָס איינציקע, -- זאָגט ער, -- װאָס קאָן באלויכטן 
און דצרפרישן די קונסט, װאָס קאָן אינספּירירן די 
עמעסע היספּײַלעס, איז די עכטע שטרעבונג צו דער- 
קענטעניש, צו פארוואנדלען די קונסט אין א געװער פון 
קאמף פאר דעם מענטשנס גליקלעך לעבן, פאר דער 
באפרײיוּנג פונעם מענטשן, פאר דעם, אז דער מענטש 
זאָל װערן א באלעבאָס איבער דער גאָרער װעלט. אזוי 
לערנט אונדז די פּארטיי"ט. 

קונסט דארף זײַן פארטיייש -- דאָס איז געװען מי- 
כאָעלסעס פעסטע איבערצייגונג. 

לויט מיכאָעלסעס מיינונג, האָבן א סאך ינגעלײַט, 
װאָס טרעטן ארײַן אין דער אָדער יענער טעאטראלער 
שול, א טאָעס: זיי זײַנען געװען זיכער, אז מע װצט 
זיי דאָרטן אויסלערנען שפילן אף דער בינע. יאָ, עמעס: 
מע לערנט זיי דאָרטן קלאָר, דײַטלעך ארויסברענגען דאָס 
װאָרט, ריכטיק אָטעמען, אויסדריקלעך פאָרלעזן: מע 
מאכט דאָרט אויך איבונגען, װאָס העלפן, אן די שטים 
זאָל מוזיקאליש קלינגען. דאָס זײַנען אלץ נייטיקע לימו- 
דים. אָבער דער איקער איז -- דאָס דיכטערישע באנעמען 
פון א לעבנס-דערשײַנונג, װאָס א קינסטלער מוז און 
באדארף אין זיך דערציַען. און ניט אלע מאָל קאָן מען 


1 ש. מיכאָעלס. ארטיקלען, שמועסן און רע- 


דעס. פארלאג , איסקוסטװאָ, 1960, ז. 19. 
? דאָרטן ז. 37 


100 


דער טעאָרעטיקער 


אזא דערציונג קריגן אין א שול. ;א דיכטער, א קינסט- 
לער, -- זאָגט מיכאַעלס, -- באנעמט אינטים א גאנצל 
ריי לעבנס:דערשיינונגען. פון אָט דעם אינטימען בא" 
נעמען דאָס לעבן װערן געבאָרן געשטאלטן"ג. : 

קעדיי אָט די האנאָכע זאָל קלאָרער װערן, לאָמיר 
זיך דערמאָנען אין מיכאָעלסעס אייגנארטיקן צוגאנג צו 
א פערסאָנאזש פון דער אָדער יענער פיעסע. מיכאָצלם 
באטראכט אָפט די פּערזאָן, װעלכע ער באדארף שפיל, 
װי א מין סוידעספולע באשעפעניש. אופדעקן די סוידעס 
העלפט אים זײַן פּייַקײַט דערזען דאָס, װאָס אין טיף 
פארבאָרגן אין דער דערשײַנונג. אזא מײַלע פארמאָגט 
אן עכטער דיכטער, א טאלאנטפולער אקטיאָר, א בא" 
גאבטער מוזיקער. עס קומען אפן זינען פושקינס שורעס 
אין ,יעווגעני אָנעגין": 


8 אסקן 0ז0װ680602 טה.הת 11 
ח.8זסווקאז 8/1100161111זא 0803 4 
.83:11:12:1'ן 46110 116 1216 


דער צױיבער-קרישטאָלענער קערן איז דאָ די שעפע- 
רישע פאנטאזיע, די דיכטערישע לעבנס-אופאסונג. אין 
מיכאָעלסעס שעפערישער פאנטאזיע האָט דער טרוימע- 
רישער ביניאָמין (פון ,,מאסאָעס ביניאָמין האשלישי", 
ועלכער כאלעשט זיך ארױיסרײַסן פון טונעיאדעווקע, זיך 
פאָרגעשטעלט, װי אן אָדלער מיט אונטערגעשניטענע 
פליגל. אָט די אסאָציאציע האָט מיכאַעלסן באגײַסטערט. 
דאָס רופן מיר -- דיכטערישע ויזיע. און אויב אן 
אקטיאָר פארמאָגט ניט אַט דעם צױבער-קרישטאָלענעם 
קערן, איז ער א פאָשעטער איליוסטראטאָר פונעם טעקסט, 
און אים דראָט די געפאר פון שטאמפ. 

אָבער דאָס אליין איז נאָך ניט גענוג. מיכאָעלס פלעגט 
ניט אופהערן דערמאָנען דער טעאטראלער יוגנט, אז מע 
מוזן אימשטאנד זײַן פילאָסאָפיש צו פארטיפערן די גע- 
שטאלטן, װאָס זײַנען ארויסגעפירט אין דער פיעסע. מיי 
כאָעלס האָט זיך פאָרגעשטעלט דאָס לעבן, װי א שטעני 
דיקע האשפאָע פון דער װעלט פון קליינלעכע דערשײ- 
נונגען אף דער װעלט פון גרויסע דערשײַנונגען. װאָס 
דאָס באטײַט, װעלן מיר געװאָר װערן, אוב מיר װעלן 
באטראכטן, ויָאזוי מיכאַעלס באנעמט טעװיע דעם מיל- 
כיקן. װען מיר טוען אויבנופיק א קוק אף די געשעע: 
נישן, װאָס קומען פאָר אין טעװיעס היוגעזינד, װײַזט 
זיך אונדז אויס, אז מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט א בא- 
גרענעצט װעלטל: א פאמיליע"דראמע און גאָר! 

;דאָך, -- זאָגט מיכאָעלס, -- איזן ניט שװער זיך 
אָפּגעבן א דין"װעכעזשבן, אז אָט דאָס קליינע װעלטעלצ 
איז ענג פארבונדן מיט קאָלאָסאלע ראכװעסן פון גע- 
שיכטלעכן מאסשטאב, אז אף טעװיעס גוירל און אפן 
גוירל פון זײַנע טעכטער זײַנען קענטיק די סימאָנים, 


ג דאָרטן ז. 48 


די שפורן פון גרויסע היסטאָרישע עפּאָכעס, װאָס פארי 
בײַטן איינע די אנדערע"...: ,מע דארף אופדעקן ניט נאָר 
דאָס סאמע מאמאָשעסדיקע פון די קאָנקרעטע װעלטן, 
די װעלט פון קלײניקײַטן, װאָס די נעשאָמע פון יעדן 
באזונדערן מענטשן פארמאָגט, נאָר אויך אופדעקן דעם 
סאַציאלן גוירל פון א מענטשן. אָט אין װאָס עס בא- 
שטייט דער הויפט:ציל". 


2 


עס פלעגט פאסירן: יונגע אקטיאָרן פרעגן מיכאָעלסן, 
װי מיינט ער -- צי איז אימשטאנד א געלונגענער גרים, 
א בערייַש צוגעקליבענער קאָסטיום, א צופעליק אופגע- 
כאפטע ריכטיקע אינטאָנאציע קריגן א באשליסנדיקע 
באדײַטונג באם אקטיאָר, װאָס באמיט זיך פארקערפערן 
א געװיס סצעניש געשטאלט? און מיכאָעלס האָט אלע 
מאָל געענטפערט דאָס זעלבע: יאָ, אָט די אלע מיטלען 
פון אויסערלעכער כאראקטעריסטיק קומען, זעלבסטפאר- 
שטענדלעך, צוניץ דעם אקטיאָר, אָבער דאָס עמעסע 
קערנדל פון זער ראָל איז די אידיי, וועלכע דער אקטיאָר 
דערלאנגט דעם צושויער דורך דעם געשטאלט, װאָס ער 
פארקערפּערט אף דער בינע. עס טרעפט, אז טאקע אָט 
די אידיי װערט דעם אקטיאָרס באליבטע טעמע, װאָס 
באהעפט זיך מיט זײַן נעשאָמע און דערגרייכט צו דער 
מאדרייגע פון א לײַדנשאפט. ;א געשטאלט, -- זאָגט 
מיכאָעלס, -- דינט מיר אין דער ערשטער רײ, װי א 
מיטל צו אנטפלעקן זיך גופע. מײַנע ליידן פארקערפער 
איך אין א געשטאלט, מײַנע פריידן טראָג איך אף דער 
בינע. אין א געשטאלט רעאליזיר איך מײַן װוּקס"ב. 

ניט איין מאָל פלעגט מיכאָעלס אָנװײַזן, װי אף א 
מוסטער, אף אזעלכע גרויסע מײַסטערס פון דער רוסי 
שער סצענע, װי מארטינאָװ, יערמאָלאָװא, קאָמיסארזשעװ- 
סקאיא און אף די ייִדישע סצענע-מײַסטערס רודאָלף 
זאסלאווסקי, עסטער-ראָכל קאמינסקע, קלארא יונג. זי 
פלעגן פארכאפן דעם צושויער טאקע דערמיט, װאָס זי 
האָבן אין מעשעך פונעם גאנצן לעבן געטראָגן זייער 
באליבטע טעמע. די באליבטע טעמע פון עסטער-ראָכל 
קאמינסקע, לעמאָשל, איז געװען -- די ייִדישע מאמע. 
איר שפיל אין יאנקעוו גאָרדינס , מירעלע עפּראָס", אין 
דאָװיד פינסקיס ,די מוטער" און אין נאָך א רײי פיעסן 
האָבן װעגן דעם איידעס געזאָגט. האָט מען טאקע אָט די 
אקטריסע גערופן -- ,די מאמע עסטער-ראָכלײ. זאסלאװ- 
סקיס באליבטע טעמע איז געװען -- פראָטעסט: טעװי 
יעס פּראָטעסט קעגן אומרעכט אינעם װעלט:סײדער; 
אקאָסטאס פּראָטעסט קעגן דער אונטערדריקונג פונעם 
פרײַען געדאנק; נו, און דער פּראָטעסט פון האמלעט? 
אינטערעסאנט איז אויך די טעמע, װאָס קלארא יונג האָט 
געטראָגן א צײַט מיט יאָרן, מיט ליבשאפט שרײַבט װעגן 
דעם מיכאָעלס: ,בעשאס קלארא יונג איז נאָך געװען א 
יונגע, איז זי געװען פארכאפט פון א לעבנסלוסטיקער 
טעמע. װען זי האָט געשפילט, האָט פון דער בינע גע- 
װייעט מיט מונטערקײַט; זי פלעגט באם צושויער אופ- 
װעקן א באגער צו לעבן, דעם כיעס פון יוגנט, פון זון, 
פון פרילינג. טײילמאָל האָט איר שפיל געשמעקט מיט 
דעם סענטימענט: עפעס װי א כמארעלע פלעגט זיך אָנ- 


1 דאָרטן ז. 184. 

דאָרטן . 43 
*י ליובאָמירס קי. מיכאָעלס. 

קוסטװאַ", 1938, ז. 93. 


טּ 


פארלאג , איס- 


רוקן אף איר פּאָנעם און ארופווארפן אף איר געשטאלט 
א שאָטן-שלײער. אָבער דאָס פלעגט דויערן איין רעגע. 
און װידער -- זון, און װידער -- פרייד":. אָט דעם 
דראנג צו ברענגען מיט זיך פרייד און זאָרגלאָזיקײַט 
האָט פון קלארא יונג זיך ניט אָפּגעטאָן אפילע אין די 
עלטערע אאָרן. 


װען מע האָט אמאָל מיכאַעלסן געפרעגט, װעלכע 


טעמע האָט אים מער פון אלץ ניט געלאָזט רוען, האָט 


יט יי 


ער געענטפערט: ,דאָס טראגישע געשטאלט פון א 
מענטשן, װאָס איז אײביק פארטאָן אין זוכענישן, פון 
א מענטשן, װאָס איזן ניט צופרידן און בונטעװעט, פון 
א מענטשן, װאָס באגייט פעלערן און ענדיקט סאָפקאָלסאָף 
דערמיט, װאָס טײלמאָל באצאָלט ער מיט זײַן לעבן 
פאר א קאפעלע עמעס, -- אָט דאָס איז די טעמע, װעלכע 
לאָזט מיך ניט רוען"?. וָ 

און מיר זעען טאקע, אז אין זײַן פראקטיק האָט 
מיכאָעלס פארווירקלעכט דאָס, װאָס ער האָט דעקלא- 
רירט. איידעס זײַנען די ראָלן, װאָס ער האָט געשפילט: 
אוריִעל אקאָסטא, מענאכעם-מענדל, ביניאָמין האשלישי, 
יוליס, קיניג ליר, 


3 


אָבער פארמאָגנדיק אן אייגענע טעמע, א באליבטע 
אידיי, באדארף מען נאָך פארמאָגן אן אײיגענע מאניר. 
דאָס באטײַט, אז מע דארף ארײַנפאסן דעם איגהאלט אין 
א באשטימטער איבערצײַגנדיקער פאָרם. בארירנדיק אָט 
די מאָמענטן פונעם אקטיאָרס שאפונגס-פראָצעס, האָט 
מיכאָעלס אומפארמײַדלעך געמוזט געבן אן ענטפער אף 
דער פראגע, װיָאזוי באציט ער זיך צו סטאניסלאװוסקיס 
סיסטעם. 

און מיכאָעלס ענטפערט: , איך בין גיט אזא נאר, אן 
איך זאָל ניט פארשטיין די װערט און די באדײַטונג פון 


ג ש. מיכאָעלס. ארטיקלען, שמועסן און רעדעס. 
פארלאג , איסקוסטװאַ", 1960, ז. 165. 
? דאָרטן ז. 22 


11 


אָט דער סיסטעם. באטראכט איך סאקע ק. ס. סטאנ" 
סלאווסקין װי א גאָען. דאָך האלט איך, אז יעדער אקטיאָר, 
װי אויך יעדער רעזשיסער, איז מעכוּיעװ האָבן זײַן 
אייגענע סיסטעם אפן גרונט פון דעם, װאָס סטאניסלאוי 
סקי לערנט אונדז. סטאניסלאווסקיס סיסטעם דארף דינען 
װי א פּרוּװו-שטיין. מיט אָט דער סיסטעם דארף מען קאָני 
טראָלירן אלץ, װאָס האָט א שײַכעס צו סצענישער טע 
טיקײַט. אָבער דערבײַ דארף מען זיך רעכענען מיט דער 
אינדיווידואליטעט פונעם אקטיאָר: ניט אָנבינדן אים אלץ, 
װאָס די סיסטעם אײצעט, נאָר אויסנוצן דאָס, װאָס אין 
אָנגעמאָסטן פאר זײַן אינדיווידואליטעט"ג. 

װאָס דארף מען, לוט מיכאָעלסן, מער פון אלץ שעצן 
אין סטאניסלאווסקין דעם רעזשיסער און טעאָרעטיקער? 
זײַן טיפן פארשטאנד צו דיִכטערישער װיזיע. ?בא סטא- 
ניסלאװסקין זײַנען אף יעדן טראָט מערקבאר זוכענישן 
פון דעם געשטאלטלעכן. אָבער פיל פון די, װאָס גריבלען 
זיך אין זײַן סיסטעם, פארזעען אָפט דאָס װיכטיקסטע, 
מע פארגעסט זײַן פײיַקײַט שטענדיק זײַן א דיכטער. אָט 
װאָס מע דארף זיך בא אים לערנען, אָט װאָס מע דארף 
דעריקער בא אים נעמען* (פון מיכאָעלסעס פאַרטראָג 
אף דער אלרוסלענדישער רעזשיסערקאָנפערענץ). 

אויב אָבער דער צוגאנג צו סטאניסלאווסקיס לערע איז 
א דאָגמאטישער, אויב מע שלינגט אײַן אָן א קריטישער 
באטראכטונג אלץ, װאָס אין סטאניסלאווסקיס בוך (;די 
ארבעט פונעם אקטיאָר איבער זיך") איז אָנגעשריבן, -- 
װערט זײַן טעאָריע ניט קיין טרײַבקראפט פון אונדזער 
טעאטראלער קונסט, נאָר א טאָרמאָז אין איר אנטװיק- 
לונג. דעריבער ,דארף מען צו סטאניסלאווסקיס בוך זיך 
באציִען מיט א באזונדערער פאָרזיכטיקײַט, קעדיי ניט 
פארקריפלען, ניט אראָפּזעצן, ניט ביליק מאכן די אויסגע- 
צייכנטע אידייען, װאָס אָט די סיסטעם האָט אונדז אנט- 
פלעקט":. 

מיר װייסן, אז דער מאַסקװער קינסטלערישער טעא- 
טער האָט אָפּט געשטעלט דעם טראָפּ אפן פארטיפטן 
פסיכאָלאָגישן אנאלין. לויט מיכאָעלסן, האָט מען אין 
אָט דעם פראט טײילמאָל געהאנדלט פעלערהאפט. 

,געוויסע שיכטן פון אונדזערע טעאטראלע טוער האָבן, 
גרייטנדיק א ספעקטאקל, פארלאָרן דאָס געפיל פון מאָס: 
זײ האָבן צופיל זיך פארנומען מיט אנאליז, מיטן 
פובליציסטישן ארומריידן די פּיעסע, מיט לאנגע כקי- 
רעס. און אז מע כקירעט צו לאנג, שוואכט מען אָפּ דצָם 
כח המדמה (קויעך-האמעדאמע), די דיכטערישע ויזיע, 
דעם שװוּנג פון דער פאנטאזיע"ב. 


4 


װי זעט אויס אין מיכאָעלסעס פראקטיק דער אונטער- 
שייד צװישן זײַן שפיל-מאניר און דער מאניר פון אן 
אקטיאָר פונעם מאָסקװער קינסטלערישן טעאטער? 

די אקטיאָרן פונעם ,מכאט" זאָגן: מיר שטרעבן אלץ 
מאָל שילדערן אף דער בינע א לעבעדיקן מענטשן. דאָס 
איז א מענטש, װעלכער איז אף דער בינע זיך נויהעג 
קימאט אזוי, װי אינעם רעאלן לעבן, ניט מער -- די ספץ- 
ציפישע באדינגונגען, װאָס רינגלען ארום דעם אקטיאָר 
אף דער בינע, צװינגען אים ארײַנטראָגן אײניקע טיקו- 


דאָרטן ז. 39. 
? דאָרטן ז. 42 
3 דאָרטן ז. 23 


102 


נים (אויסבעסערונגען) אין דער אופירונג פון דעם 


געשטאלט. 

,;אין אָט דעם פראט, -- זאָגט מיכאָעלס, -- מערקן 
זיך בא אונדז די סאמע איקערדיקע כלוקע'דײיעס. איך 
האלט, אז דאָס סצענישע געשטאלט און איך זײַנען ניט 
איינס און דאָס זעלבע. עמעס, איך באשאף דאָס געשטאלט 
פון זיך, אַבער, װי גאָט האָט -- לוט דער ביבלישער 
מעסוירע --- באשאפן כאווען פון אָדאָמס א ריפּ, באשאף 
איך מײַנץ סצענישע געשטאלטן ניט פון זיך אינגאנצן, 
נאָר פון איינער פון מײַנע ריפן, ניט אבסאָליוט פון זיך 
אינגאנצן גענומען. איך װיל דערמיט זאָגן, אז װען איך 
גי צו צו אװעלכךעס-איז געשטאלט, אז איך גײ צו צו 
אָט דער אופגאבע, פלײַס איך מיך זײַן העכער, גרצסער, 
ברייטער פון אָט דער אופגאבע -- איך שטרעב א הײב 
טאָן יעדע מינדסטע פאסירונג אינעם לעבן פון דעם 
געגעבענעם סצענישן געשטאלט ביז אן אומגעהײערער 
הייך און באדײַטונג"ג. 

אָט די האנאָכע װעט קלאָרער װערן, װען מיר װעלן 
זיך דערמאָנען אין מיכאָעלסעס צוגאנג צו לירן. שפילן 
לירן בלויז װי א הארבן מאכטהאָבער, אָדער װי א פאָד 
טער, װעלכן זײַנע קינדער האָבן מיט זײיער אומדאנקי 
בארקײַט באאוולט, האָט בא מיכאָעלסן באטײַט אויבנופיק 
צו באנעמען לירן. מיכאָעלס זוכט צו פארטיפערן און 
פארברייטערן די אופגאבע. ער דערזעט אין לירן א קי 
ניג, װאָס האָט זיך איבערגעזעטיקט מיט לעבנס-װוילטיק 
און מיט מאכט און שטעלט זיך כוצפעדיק קעגן דער 
גאָרער װעלט, װעלכע װײַזט זיך אים אויס נישטיק אין 
פארגלײַך מיט זײַן פערזענלעכקײַט. לירס טראגעדיע 
באשטייט, לויט מיכאָעלסן, אינעם קראך פון זײַן פריערי 
דיקער פאלשער, פארגליווערטער פּעאָדאלער אידעאַלאָגיע 
און אין זײַן פײַנלעכן אנטפלעקן פאר זיך א נײַע, מער 
פּראָגרעסיווע אידעאָלאָגיע. נאָר אפילע װען מיכאָעלס 
באטראכט שוין לירן װי א פילאָסאָפירנדיקן, מיט סקעפ' 
סיס דורכגעדרונגענעם אלטיטשקן, װעלכער שאצט איבער 
אלע װערטן, אידענטיפיצירט ער זיך ניט מיט אים און 
װערט אין אָט דעם געשטאלט ניט דערטרונקען. ,ער איז 
א קיניג, און איך, האגאם איך בין ניט קיין קיניג, בין 
איך העכער פון אים"?. : 


5 


דאָ שאדט ניט זיך דערמאָנען אין דעם, װאָס איז גי 
זאָגט געװאָרן אין אָנהײב פון אונדזער אַפהאנדלונג װעגן 
מיכאָעלסעס באטראכטן דעם באגריף ,קונסט". דאָרט 
איז געזאָגט געװאָרן, אז דער קינסטלער איז ניט מעכויעװ 
אָפּשפיגלען א לעבנס-דערשײַנונג מיט אלע פישטשעװי 
קעס, װי זי שטייט און גייט. סיאיז טאקע אן אָפשפיגלונג 
פון דער לעבנס'דערשײַנונג, אָבער ס'איז גאָר עפעס 
אנדערש. 

און קעדיי דאָס קונסט-װערק זאָל טאקע אויסזען, װי 
;עפּעס אנדערש", קאָן מען זיך ניט באגיין אָן דעם 
פּרינציפ, װעלכער איז אין דער טעאָריע פון קונסט 
באװוּסט אונטערן נאָמען -- באדינגלעכקײַט. 

יעדערער פון אונדז װײסט, אז קונסט איז אלע מאָל 
פארבונדן מיט באדינגלעכקײַט. אָבער עס װענדט זיך 
אין דעם, װי װײַט דער קינסטלער. גײט אװעק אף אָט 
דעם װעג. א גרויסער אַנהענגער פון שארפער באדינג" 


ג יי ליובאָמירס קי. מיכאָעלס. פארלאג ;איס: 
קוסטװאָ", 1938, ז. 94. 
? דאָרטן ז. 94. 


לעכקײַט, װי א באשליסגדיקער פאקטאָר אין דער טעא" 
טראלער קונסט, איז געװען דער בארימטער רעזשי 
מײַסטער װ. מײערכאָלד. מיט אױסגעשפּראָכענער בא" 
דינגלעכקײַט טיילן זיך אויס דער אלטער כינעזישערי 
װי אויך דער פארצײַטיקער יאפּאַנישער טעאטער. א 
גרויסן דערעכערעץ פאר אָט דער מאניר אין קונסט 
האָט געהאט אויך מיכאַעלס, װאָס האָט אין זײַן שפיל- 
מאניר געשטעלט דעם טראָפּ אף באדינגלעכקײַט. די 
שטענדיקע נייגונג צו אונטערגעשטראָכענער באדינגלעכ- 
קײַט האָט מען געקאָנט באמערקן סײַ אין זײַן אקטיאַי 
רישער, סײי אין זײַן רעזשיסערישער ארבעט. זײער 
בוילעט זעט עס אויס אין א ריי מאָמענטן פון זײַן ליר* 
שילדערונג. מיר װעלן אָנװײַזן בלויז אף איינעם פון זיי. 

װען איר דערזעט אין סאמע אָנהײב מיכאָעלסן -- 
דעם קיניג ליר אף דער בינע, איז עס אן אײַנגעהויקער- 
טער, נעבעכדיקער אלטיטשקער. ס'איז קימאט נאטירלעך: 
ער איז דאָך שוין אלט אכציק יאָר. אײַך דוכט זיך -- 
קוים װאָס ער באװעגט זיך. אָבער טוט אף אים א קוק, 
װען ער צעאמפערט זיך מיט זײַן עלטערער טאָכטער 
האַנעריליע! 

אין דער ערשטער שטורמישער סצענע בא האָנעריליען 
אין פאלאץ (זי באשולדיקט אים, אז ער האָט זײַן לײַב- 
וואך דערלאָזן צו העפקיירעס) רײַסט עֶר זיך ארויס מיט 
אן אומגעהיערער קראפט און גרימצאָרן פון קענטס 
הענט, לויפט האסטיק פונעם לינקן בינע:װינקל צום 
רעכטן, דערנאָך -- צוריק, און גלײַך לאָזט ער זיך לויפן 
מיט דער לײַכטקײַט און גראציִעזקײַט פון אן אכצניאָי 
ריק באָכערל אף די טרעפ פון זײער א מעשופעדיקן 
לייטערל ארוף, צו האָנעריליעס טעראסע! 

פוגעם געװיינלעכן לאָגישן שטאנדפונקט אין עס ניט 
װאָרהאפטיק, נאָך מער -- ס'איז איבערנאטירלעך. אָבער 
טוט, אדעראבע, א טראכט: די אופירונג פון א סצענישן 
פערסאָנאזש, װעלכער איז שטארק פארכושט, אין װעלכן 
עס האָט זיך צעפלאקערט א געװיסע לײַדנשאפט, קריגט 
גאָר נײַע אייגנשאפטן, װאָס האָבן אפילע זיך ניט גע- 
כאָלעמט א מענטשן, װעלכער באטראכט די אָדער יענע 
דערשײַנונג פון א געװיינלעכן לאָגישן שטאנדפונקט. 

אויב עס לײגט זיך אונדז אפן סיכל דער באגריף 
עכטע באדינגלעכקײַט, װעלן מיר אויך ניט גאָר שטארק 
זײַן געפלעפט פון אזא מיכאָעלסעס ארױסזאָגונג: ,ס'איז 
א טאָעס, אויב עמעצער מיינט, אז מיר זײַנען מעכוּיעװ 
אלץ דערקלערן דעם צושויער. אויב מיר װעט זיך אײַג- 
געבן מיט דער הילף פון דער אָדער יענער מאניר אײַך 
אַפנארן, װעט עס זײַן אויסגעצייכנט"ז. דאָס דערמאַנט 
אין דער מיינונג פונעם בארימטן פראנצויזישן ענציקלאָ- 
פעדיסט דעני דידראָ, װעלכער שרײַבט: ,אין דער בא- 
גאבונג פון אן אקטיאָר אין ניט דער איקער, אז ער זאָל 
אליין איבערלעבן דאָס, װאָס ער שפּילט. דער איקער איז, 
אז ער זאָל פינקטלעך שילדערן די סימאָנים פון די גע- 
פילן און אזויארום אָפּנארן דעם צושויער" (זע דידראָס 
בראָשור ,א פאראדאָקס װעגן אקטיאָר"), 

װי באװוּסט, האלט סטאניסלאװסקי, אזן די בכוירע 
אינעם אקטיאָרס שעפערישן פּראָצעס געהערט דעם אונ- 
טערבאװוּסטזײַן. סטאניסלאווסקיס סיסטעם שטעלט זיך 
א ציל צו באװאָפענען דעם אקטיאָר מיט אזעלכע מיט- 
לען, אז ער זאָל בעקויעך זײַן מאָביליזירן דאָס אונטער- 
== .יל 


3 דאָרטן ז. 101. 


באװוּסטזײַן, די אינטויַציע -- זי זאָל העלפן דער אָרגא- 
נישקײַט פונעם שאפונגס-פראָצעס, דער פולער פרײַהײַטי 
פון די געפילן, פון די מוסקולן. 

מיכאָצלס דערװידערט סטאניסלאווסקין: ,באגאבונג. 
טאלאנט איז דער װיכטיקסטער מאָמענט אינעם אקטיאָרס 
שאפונג. אָבער דאָס אליין דארף אים ניט באפרײַען פון 
די היסכײיװעסן, װאָס זײַנען פארבונדן מיטן בארוף צר 
זײַן א סאָװעטישער קינסטלער, א קינסטלער א בירגער, 
א קינסטלער א קעמפער, א סאָלדאט אפן אידעאָלאָגישן 
פראָנט. אן אידײיַשער שעפער טאָר זיך ניט פארלאַזך 
בלויז אף ניסים פון הימל, אף צופעליקע און פארבײיי 
גייענדיקע מאַמענטן. דאָס סטיכיייַשע, דאָס אינטוּיַטיװע 
באדארף דינען דעם אידײיַשן ציל, װאָס איר האָט בא- 
װוּסטזיניק פאר זיך געשטעלט, װאָס איר האָט מיט 
אײַער פארשטאנד באנומען". 


6 


זעלבסטפארשטענדלעך, אז עס זײַנען ניט אויסגע- 
שלאָסן קיין מיינונגס-פארשידנהײַטן צװישן רעזשי- 
מײַסטער און דעם אקטיאָר, אפילע װען דער שאָלעם-באיס 
זייערער איז א פעסטער. װי זשע האנדלט מען אין פאל פון 
אזא סיכסעך? מיכאָצלס האלט, אז דער רעזשיסער בא- 
דארף אין אזעלכע פאלן לעגאמרע זיך אָפזאָגן פון אי 
דיקטאטאָרישן טאָן. ער, דער רעזשי-מײַסטער, איז טאק 
דער באלעבאָס, װאָס אָרגאניזירט דעם ספעקטאקל אינ- 
גאנצן גענומען, אָבער ער טאָר ניט זאָגן דעם אקטיאַר: 
,אזוי װיל איך, אזא איז מײַן באפעל. זײַט אזוי גוט -- 
טוט, װאָס איך הייס". ער דארף איבערצײַגן דעם אקטיאָר, 
אויב יענער איז אװעק אף ניט קיין ריכטיקן װעג, אָבער 
ניט אַנבינדן אים זײַן רעזשיסערישן באנעמען דִי ראַל- 
און קעדיי דער רעזש-מײַסטער און דער אקטיאָר זאָלן 
בענעגיע דעם געגעבענעם סצענישן געשטאלט קומען 
צו א העסקעם, איז דער רעזשימײַסטער מעכוּיעװ זײַן 
באהאװונט אין דעם אקטיאָרס אידייען-װעלט און טאקע 
זײַן זיכער, אז דער אקטיאָר איז אימשטאנד דערפירן 
צום צושויער זײַן אויסדערװײילטע אידיי. א דענקענדיקער 
אקטיאָר האָט דאָס רעכט אף א געװיסער מאָס פרײַהײַט 
אינעם פראָצעס פון שאפן א סצעניש געשטאלט. 

אין דער זעלבער צײַט מוז יעדער אקטיאָר זיך רעכע- 
נען מיטן רעזשיסערישן פלאן פונעם ספּעקטאקל, מיטך 
קינסטלער, מיטן מוזיקער, מיט דער שפּיל פונעם גאנצן 
אנסאמבל. אָבער עס טרעפט, אז דער אקטיאָר, א בא- 
גײַסטערטער פון סצענישן געשטאלט, קומט צו 
גליקלעכע שעפערישע אנטפלעקונגען, װעלכע װערן בא 
אים געבאָרן בעשאסן ספּעקטאקל, און זיי מאכן אפן 
צושויער א שטארקן אײַנדרוק. זײַענדיק מיטגעריסן פון 
ענטוזיאזם, ברעכט דער אקטיאָר אלע צוימען, מיט װעלכע 
דער רעזשי-מײַסטער, דער קינסטלער און דער מוזיקער 
האָבן אים באגרענעצט. קאַן מען האָבן טײַנעס צום 
אקטיאָר? מיכאָעלס זאָגט, אן אין אזא פאל אין א קא- 
פאָרע דער פּלאן, א קאפּאָרע די סיסטעם -- אבי מיר 
האָבן דאָ דערשפירט עכטע קונסט. ,גרויסע אקטיאָרן. 
עכטע טאלאנטן רײַסן זיך טאקע טײלמאָל ארויס פונעם 
ספּעקטאקל, און דעמלט איז דער צושויער, װאָס איו 
אין זײ פארליבט, מויכל דאָס, װאָס זײי האָבן דעם 
ספעקטאקל אָנגערירטײ (פון מיכאָעלסעס נאָטיץ-ביכל). 


103 


אין דעם פראט איז מיכאָעלסעס מינונג אין אײנ- 
קלאנג מיט סטאניסלאווסקיס אײַנשטעלונגען. איינער פון 
סטאניסלאווסקיס בעסטע' טאלמידים, דער רעזשי-מײַסטער 
ג. גאָרטשאקאָװ, זאָגט איידעס: , קײנמאָל און אינערגעץ 
האָט סטאניסלאווסקי ניט געזאָגט, אז בעסער איז שפילן 
,ריכטיק"י, דאָס הייסט לויט די געזעצן פון א באשטימ- 
טער סיסטעם, אײדער שפילן איבעראשנדיק, טאלאנט- 
פול, קינסטלעריש איבערצײַגעװדיק און דאפקע ניט לוט 
די געזעצן פון דער אָדער יענער סיסטעם"ו. 

װעגן אזא מין אויסטערלישער שפיל פון אן אקטיאָר 
דערציילט אונדז אין זײַנע זיכרוינעס דער דאָ ניט לאנג 
פארשטאָרבענער באװוּסטער מאָסקװער רעזשיסער 
אלעקסיי פּאָפּאָו. ער באשרײַבט די שפּיל פון מיכאיל 
טשעכאַװן אין גאָגאָלס ,רעװיזאָר", װוּ דער דאָזיקער 
אקטיאָר האָט געשפילט כלעסטאקאָװן. מיכאיל טשעכאָװ 
האָט בעשאסן שפילן זיך דערלויבט אזעלכע גענג, װאָס 
די אָנפירונג פונעם מאָסקװער קינסטלערישן טעאטער 
װאָלט אן אנדער ארטיסט ניט מויכל געװען אָבער מע 
האַט צו מ. טשעכאָװן קיין טײַנעס ניט געקאָנט האָבן, 
מאכמעס ער האָט אויסערגעװײנלעך שטארק געשפילט 
אָט די ראָל. דאָ האָט זיך אנטפלעקט אָט יענע עכטצץ 
טעאטראלישקײַט, װאָס א סאך אקטיאָרן און רעזשי-מײַס- 
טערס זוכן לאנג"לאנג -- אָט אזוי, װי די צויי קינדער: 
לעך (טילטיל און מיטיל) פון מעטערלינקס פיעסע זוכן 
דעם ,בלויען פויגל", דאָס הייסט דעם פארװירקלעכטן 
טרוים... 


7 


װעגן אָט דעם , בלויען פויגל", װעגן עכטער טעאטרא- 
לישקײַט האָט מיכאַעלס זײער אַפט דערמאָנט. אויב אן 
אקטיאַר װיל דעם צושויער באצויבערן, מוז ער בערייַש 
אויסנוצן קאָלערלײ מיטלען פון טעאטראלער אויסדריק- 
לעכקײַט. איר קאָנט שפילן א קליינינקע ראָל מיט זייער 
װײניק װערטער און דאָך מאכן אפן צושויער אן אומ- 
פארגעסלעכן אײַנדרוק. סטאניסלאווסקי פלעגט געוויינלעך 
זאָגן: ,ניטאָ קיין קלײנינקע ראָלן -- פאראן בלױן 
קליינינקע אקטיאָרן". אויך מיכאָעלס האָט אלע מאָל אויס- 
געלאכט די אקטיאָרן, װאָס האָבן געלעכצט נאָך ראָלן 


מיט א סאך װערטער. װען ער האָט אין ד. בערגעלסאָנס 
דראמע געשפּילט דעם טויבן, האָט ער אין זײַן רצשוס 
געהאט בעסאכאקל דרײַסיק װערטער, און דאָך איז עס 


געװען דאָס צענטראלע געשטאלט אינעם ספעקטאקל. דאָ 
האָבן א קאָלאָסאלע באדײַטונג געהאט דער אונטער- 
טעקסט, די זשעסטן, די פאוזעס. 

מיכאָעלס האָט אלע מאָל באטאָנט די ראָליע פונעם 
װאָרט, באזונדערס אין א דראמאטישן ספעקטאקל. ער 
האָט עס באטראכט, װי דעם װיכטיקסטן אויסדרוק פון 
דער אידיי. אָבער אן עכטער אקטיאָר באנוגנט זיך ניט 
דערמיט, װאָס ער איז באװאָרנט מיט א סאך װערטער: 
ער שטרעבט אלע מאָל איבערפירן די שפראך פון 
װאָרט אף דער שפראך פון פלאסטיק. מיכאַעלס פלעגט 
שטענדיק דערמאָנען זײַנע טאלמידים פון מאָסקװער 


1 זע נ. גאָרטשא קאָװס פאָרעדע צו װ. סאכ- 
נאָווסקיס בוך ,געדאנקען װעגן רעזשייי, פארלאג ,איס- 
קוסטװאָ", 1947, ז. 38. 


104 


ייִדישן טעאטראלן טעכניקום די װערטער פון טילים: 
,כל עצמותי תאמרנה" (;,אלע מײַנע בײנער באדארפן 
ריידן"). דאָס היסט דאָס װאָרט דארף אלע מאָל קומען 
אין דער באגלייטונג פון זשעסט, מימיק, פאוזע. אין 
דער זעלבער צײַט האָט ער געפאַדערט פונעם אקטאָר, 
אז זײַנע זשעסטן זאָלן זײַן אָרגאניש, ניט קיין צוגץ- 
טראכטע. 

בעשאס מיכאָעלס אייצעט לאָזן אין גאנג דעם טעמי 
פעראמענט, װאָרנט ער דעם אקטיאָר לעגאמרע זיך ניט 
אונטערווארפן דער עמאַציע, זיך ניט פארכלינען אין איר, 
װי אויך צופיל זיך ניט גריבלען אין דער פסיכאָלאָגיע 
פונעם פּערסאָנאזש. אין דעם פראט אייצעט ער זיך לערי 
נען בא טשארלי טשאפּלינען. 

,טשארלי טשאפּלין, -- זאָגט מיכאָעלס, -- איז אן 
אסקעט אין זײַן שפיל; ער איז קעגן איבעריקע פּסיכאָי 
לאָגיזמען, -- בא אים איז דער איקער האנדלונג און ניט 
קיין איבערלעבונגען, ניט קיין שטימונגען, ניט קין 
עמאָציעס. זײַן שפיל, װאָס איז דורכויס האנדלונג, אנט- 
פלעקט אונדז סאַפּקאָלסאָף א סאך מער, װי ראפינירטע 
פסיכאָלאָגישע גריבלעריי". 

ניט אלע זשעסטן זײַנען פאר מיכאָעלסן אָנעמבאר. 
ער טײלט זי אף איליוסטראטיװע און אזעלכע, װאָס 
העלפן דער האנדלונג. אויב אן אקטיאַר טוט א זאָג: ;עס 
טוט מיר װײי אף אים דאָס הארץ" און טוט בעשאס- 
מײַסע זיך א כאפ באם הארצן, אָדער ער זאָגט: ,עס 
קריכט מיר ניט אין קאָפ ארײַן" און טוט בעשאסמײַסע 
א װײַז אפן קאָפּ, אין עס אן איליוסטראטיוװוער זשעסט, 
לאכלוטן אן איבעריקער. א זשעסט דארף העלפן דער 
האנדלונג, ניט זײַן קיין פיירעש צום װאָרט. 


8 


מערקװוירדיק איז אויך מיכאָעלסעס באטראכטונג פוד 
נעם באגריף ,ריטם". ,ריטם, -- זאָגט מיכאָעלס, -- 
װערט געבוירן דאָרט, װוּ עס זײַנען פאראן קעגנזעצ- 
לעכקײַטן, קאָנטראסטן, פארשײידנהײַטן". װי א מוסטער 
פון אזא אױיסטײַטשונג, קאָן דינען מיכאַעלסעס שימעלע 
סאָראָקער. איר האָט דאָ א באשטימטע ליכט- און שאָט- 
שפּיל, א שפיל פון סטירעס. סאָראָקער איז אן עכטער 
פאָלקסמענטש. ער פאראכטעט דעם גויר פּײַן: ער 
איזדיעקעװעט זיך איבער זײַן זון, איבער זײַן באאמטן 
קאָלטון, און אין דער זעלבער צײַט איז ער דאפקע א 
באלן אריינכאפן זיך אין זייער סװיװוע. און אָט האָט ער 
זיך אײַנגעקויפט אין ייִכעס. קריכט ער פון דער הוט -- 
ער װיל אײַנשמועסן, אז ער איז סעמיאָן מאקאראָװיטש 
דער גװיר. אָבער עס העלפט ניט. פון אים סטארטשעט 
דאָס האמוינישע -- שימעלע דער שנײַדערוק. אזויארום 
פאלט ער ארײַן פון איין סיטואציע אין א צװייטער, װעל- 
כע איז א שרײַענדיקער קאָנטראסט לעגאבע דער פּריער- 
דיקער סיטואציע. אָט די אויסגעצייכנטע דײַטלעכע ריט- 
מישע ליניע פלעגט דעם אקטיאָר ליפערן א שלאל רײַכע 
פארבן, באזונדערס פלאסטישע, אָט יענע פארבן, װאָס 
זײַנען טאקע דער עצעם פון עכטער טעאטראלישקײַט. 
באזונדערס דײַטלעך פלעגט זיך אנטפלעקן דער ריטם, 
וען מיכאָעלס האָט געשפּילט מיט זײַן בעסטן פּארטניאָר 
ביניאָמין זוסקין. 

און נאָך אן אספעקט: מיכאָעלס האָט ליב געהאט 
ראָלן, װוּ ער האָט געקאָנט זיך איבערשליסן פון מינאָר 


צו מאזשאָר און פארקערט. אזעלכע מעגלעכקײַטן האָט 
מיכאַעלס געהאט בעשאסן שפילן ביניאָמינען, מענא- 
כעם-מענדלען, לירן. אַבער דאָרט, װוּ אין דער ראָל אין 
געװען בלויז איין נאָטע פון אָנהײב ביזן סאָף, אָן איבער- 
גאנגען, האָט מיכאַעלס זיך געפילט, װי אין קלעם. אווי 
איז צס געװען מיט זײַן אקאַסטא, מיט זײַן יוליס. ביידע 
געשטאלטן -- אײנטאָניק. איין טראגישע נאָטע פון אָנ- 
הײב ביזן סאָף. דער ריטם פעלט אין דער ראָל. דאָס 
האָט געשטערט ניט נאָר מיכאָעלסן. דאָס אין געװען און 
געבליבן א שטרויכלשטין בא א סאך אקטיאָרן. 


מע דארף ניט מינען, אז מיכאָעלס איז געבליבן 
שטאָל און אײַזן אף די פאָזיציעס, צו װעלכע ער איז 
געקומען אין מעשעך פון זײַן סצענישער טעטיקײַט. בא 
יעדן גרויסן קינסטלער מוז פון צײַט צו צײַט פאָרקו- 
מען א רעויזיע פון די אייגענע אָנשױוּנגען. אזא אװטאָ- 


הייוויקל -ר:פיין 


דערהויבענע 


ף מײַן טיש ליגט זעליק אקסעלראָדס 
לעצטע פאָטאָ. עס קוקן אף מיר זײַנע 
שיינע שווארצע אויגן, דאָס לינקע עט- 
װאָס גרעסער פונעם רעכטן, אויגן אומי 
רויִקע, אָנגעשטרענגטע, װאָס בילדן צװײי 
בוילעטע קנייטשן בא ביידע זײַטן פון דער נאָז. און דאָס 
מויל, א וייכס און א גוטס, באהאלט אויס א שמיכל, 
װי דער דיכטער װאָלט אין דעם מאָמענט שטיל געלייענט 
זײַנע אייגענע שורעס: 


לאָמיר א ביסעלע לאכן! 

דער שמייכל אף אונדזערע ליפּן 
איז פארהילט 
און פארשטילט 

פון אָנשטרעגנונג גרויסער, 

פון שטענדיקן ואכן. 

לאָמיר א ביסעלע לאכן.. 


אין 1915 יאָר איז דער עלפיאָריקער זעליק אקסעלראָד 
צוזאמען מיט זײַנע עלטערן, געיאָגט פון מילכאָמע-גרויל, 
פארװאָרפן געװאָרן פון א שטעטל אונטער װילנע אינעם 
טיף-רוסישן טאמבאָװ. און אײינמאָל פאר אלעמאָל, שוין 
אפן גאנצן לעבן, האָט זיך אינעם ייִנגלס הארצן אײַנגע- 
קריצט דער דראמאטיזם פון יענע בלוטיקע טעג. איינמאָל 
פאר אלעמאָל, שוין אפן גאנצן לעבן, אין דאָס ייִנגל 
געפּלעפט און פארבלענדט געװאָרן פונעם רוסישן װיג- 
טער, פונעם בלענדנדיקן שניי. װינטער איז פארבליבן אין 
זעליק אקסעלראָדס לידער, װי די באליבטסטע צײַט פון 
יאָר. 

װוינטער... שניי... א סימבאָל פון קעלט? מאָדנע! װי 
קומט עס צום ליריקער זעליק אקסעלראָד? צי דען האָבן 
אים פארקישעפט די קרישטאָלענע װענט פאר יעכידע- 
סגולע, אָט די קאלטע װענט, װאָס האָבן אָפּגעשטױיסן 


ריטעטער טעאטער"טוּער, װי סטאניסלאווסקי, איז אויך 
ניט איין מאָל געקומען צום אויספיר, אז מע דארף איבער- 
שאצן די װערטן: פון אייניקע האנאָכעס זיך אָפּזאָג, 
אנדערע באשיצן און נאָך מער באשטעטיקן. דאָס זעלבע 
קאָן מען באמערקן בא מיכאָעלסן. זײַן שטעלונג בענע- 
גייע שארפער באדינגלעכקײַט האָט אין מעשעך פון יאָרן 
זיך געענדערט. דער מעטאָד פונעם סאָציָאליסטישן רעא- 
ליזם האָט אין דעם פראט אויך מיכאַעלסן געצװוּנגען 
ארײַנטראָגן ענדערונגען אין זײַן סצענישער פראקטיק. 
דאָס װערט קלאָר, װען מיר פארגלײַכן דעם ספּעקטאקל 
,קיניג ליר" מיט די ספעקטאקלען , מישפאָכע אָװאדיס" 
און ,טעוויע דער מילכיקער". אין אָט די ביידע ספּעק- 
טאקלען פילט זיך שוין א קרויװועשאפט מיטן מעטאָד 
פונעם מאָסקװער קינסטלערישן טעאטער. 

פון מיכאַעלסעס טעאָרעטישער יערושע װעט די טע- 
אטער-קונסט דױירעסװײַז שעפן אינטערעסאנטע און בא- 
לערעװדיקע געדאנקען. צום באדויערן, איז ביז איצט אָט 
די יערושע נאָך װי ס'געהער צו זײַן ניט אויסגעפאַרשט. 


שטילקייט 


פון זיך דעם ביאלער רעבן אין י-ל. פּערעצעס ,צװישן 
צװיי בערג"? אָ, ניין. ס'איז שװער צו געפינען א מענטשן, 
װאָס איז אזוי װײַט פון פארעכענען זיך צװישן די יעכידע- 
סגולע, װי דאָס איז געװען זעליק אקסעלראָד. אין זײַן 
אויסגעדיכטעטן װינטער איז קיינעם ניט קאלט. אינעם 
קינסטלערישן, מעטאפאָרישן דענקען קאָן אײַז בריען, 
װי פײַער, און דער שניי קאָן װארעמען, װי א מילדער 
פרילינג-ווינט. 

נאָך דעם דינינקן ביכעלע ,צאפל" (1922), װאָס האָט 
טאקע אינדערעמעסן אויסגעדריקט דעם נעפלהאפטן, 
נאיוון און זויבערן נעשאָמעיצאפל פון דעם נאָך גאָר 
יונגיטשקן דיכטער, איז געקומען דער שטארקער, פול- 
קאָם רײַפער ציקל לידער ,הארבסט 1915, אָנגעשריבן 
אין די יאָרן 1923--1924. דאָ דערקענען מיר שוין אקסעל- 
ראָדן, דעם מײַסטער פון דער זײער צארטער, אָבער 
אויך זייער שטײַפער לירישער ליד, אָנגעלאַָדענער מיט 
געזעלשאפטלעכן אומרו, די בלענדנדיקע הערלעכע װײַס- 
קײַט פון שניי איז אין דעם דאָזיקן ציקל באפלעקט מיט 
בלוט. ,די טראָפּנס רויטע אף װײַסער שײַן" האָבן ניט 
געלאָזט רוען דעם דיכטער, זי האָבן עפּעס געמאָנט פון 
אים, דעם זיטלעכן, דעם ריינעם. איז אין זײַן װײַטער- 
דיקן שאפן געגאנגען באנאנד דאָס דראמאטישע (;אף 
מיר, זאָגט מען, איז שטילער װײי געפאלן, און עלטער 
בין איך פון זיך אליין") און דאָס לויטער-לירישע. און 
דאפקע אין צוזאמענהאנג מיט דעם איז ביז גאָר אינטע- 
רעסאנט נאָכצופאָלגן נאָך די פארואנדלונגען פון דער 
ווינטער-אטמאָספער אין אקסעלראָדס לידער. 


מײַן װעג האָט געטריבן אין װעלט 

אף שניי און אף בלוטיקע שטײײנער -- 

א צוג און א רוסישע קעלט 

האָט געפירט מיך דורך טעג פון געװײנען.. 


105 


דאָרט װײַט צװישן שנייען העלע 

האָס נאכט ניט אופגעהערט שיסן.. 
און לידער פון בלאַנדע זעלנער 

מיט טרערן פון פרויען פארמישט דאָרט. 


(הארבסט פופו"). 


דאָס אין דער אָנהײב. דער געזעלשאפטלעכער מעהוס 
פון אקסעלראָדס שאפן איז פארװאָרצלט אין דער דאָז 
קער דראמאטישער עקספרעסיע. שפּעטער אָבער באװײַזט 
זיך אן אנדער טאָן, און דער װינטער-פייזאזש אנטפּלעקט 
זיך גאָר אף א נײַעם אויפן. אָס זײַנען פארשיידענץ 
וואריאציעס פונעם װוינטער-פייזאזש בא אקסעלראָדן: 
,װי באטאָגיקער פראָסט, ליכטיק און פריש, גיסט זיך 
אין קלוב אונדזער װערטער"געמיש"; ,האָט װײַסצר שניי 
געגעבן זיך א שאָט, אזא װײַסקײַט איז אין מיר פאר- 
בליבן"; ,טראָגט מיך ארום, א לױטערן, דער װעג אין 
שניי און שײַן אין זון און שטראלן"; ,איבער אלץ 
דעכער טריפן װײַסע נײַסן, שטאָט אין קלאָר אזוי, דין 
און ניט בארירט... גיי איך אום אָט דאָ א ליכטיק-װײַסער 
און ס'זינגט דער פרילינג איבער מיר". 
די נאטור איז דאָ ניט קיין דרויסנדיקע. זי האָט זיך 
אויסגעפלאָכטן א נעסט אינעם דיכטערס געמיט. און 
אוב ער זאָגט: ,אזא װײַסקײַט איז אין מיר פארבליבן" 
אָדער ,גיי איך אום אָט דאָ א ליכטיק-װײַסער" -- מעגט 
איר אים גלייבן. דער שניי איז דאָ װײַס ניט דערפאר, 
װײַל שניי אין שטענדיק װײַס (עס טרעפט אויך א 
ברודיקער, א צעבויטעטער שניי), נאָר אויך דערפאר, 
װאַס די אינערלעכע רײנקײַט פונעם מענטשן האָט גע- 
װאָרפן איר אָפּשײַן אפן שניי. עס זײַנען דאָ בא אקסעל- 
ראָדן לידער, װאָס דער עצעם ריטם זײערער, די אינער- 
לעכע פארבאָרגענע ענערגיע, שאפן דעם הארמאָנישן צו- 
זאמענשלוס פון דעם מענטשן מיט דער נאטור: 
און סע דוכט זיך מיר אויס: 
איך גֵיי ניט מיט דיר, 
עס גײט נאָר א שני 
און פארקלעפּט אונדז די ברעמען, 


106 


און ס'הענגט אין דער לופט 
א װײַסער פאפיר, 
װוּ סיצייכנט דער שניי אָן 
אונדזערע נעמען.י 
(,מיר גײען באנאנד"). 


א שטראלנדיקער, א לױטערער טראָגט זיך אקסעל- 
ראָדס לירישער העלד אינעם װירבלדיקן רוסישן שנײ, 
װעלכער טריפט מיט װארעמקײַט, אָן א שיר וארעמקײַט, 
װײַל ווארעם און גוטהארציק איז דער דיכטער. זײַן װאָרט 
איז ,פאר אלעמען, פאר אלע". אין זײַנע ,קליינע שורעי 
לעך" האָט ער געבראכט זײַן איוגנטלעכן טרוים און 
ליכטיקן געװיסן. אין אים גוט פון דעם, װאָס לבאם 
שײַן פון פרי" טראָגט ער ,דער ערשטער אף די גאסן 
גרוסן" און, גײענדיק פון דער ארבעט, איז ער זיך 
מױדע: ,טרעף איך מענטשן -- װערן אלע נאָענט, יעדן 
איינעם װאָלט איך צורופן צו זיך..." 

בא מײַנע פילצאַליקע באגעגענישן מיטן דיכטער האָט 
מיך שטענדיק געװוּנדערט, װאָס אים איז אזוי שװער לעני 
גער צו פארבלײַבן אף איין אָרט. שטענדיק האָט ער זיך 
געײַלט, ס'האָט אים אין ערגעץ געטראָגן. צו מײַן שאנדע 
מוז איך מוידע זײַן, אז ערשט שפּעטער, נאָכן דיכטערס 
טויט, װען איך האָב גענומען אפּדאָסנײַ ארײַנלײענען זיך 
אין זײַנע שורעס, האָב איך באמערקט, אז זײַן לירישער 
העלד צייכנט זיך אויס פונקט מיט דער זעלבער אײגני 
שאפט: ער האָט ניט ליב צו בלײַבן צװישן פיר װענט. 
מיטן הייסן געבעט אין הארצן: ;יוגנט מײַנע, יוגנט, 
װער שטארקער און געזינטער" רײַסט ער זיך אין דרויסן 
מיר טרעפן אים אין די מינסקער שמאָלע געסלעך, אף 
די פארשנייטע װײַסרוסישע װעגן, אין א רויטארמייִשן 
לאגער, אין פעלד, באם שווארצן יאם, און אויב שוין יאַ 
אין א געשלאָסענער געבײַדע, איז עס א קלוב, א מוזייי 
א טעאטער. א היפש אָרט פארנעמט דאָ דאָס קומעף 
דאָס אװעקגיין, דאָס געזעגענען זיך פארן אװעקפאָרן 

אין שטוב, צװישן פיר װענט, איז דעם דיכטער קאלט, 
ענג, דאָרטן 


קומט א טישל א 
א צעפאָרן בעט 
און באָמבלט זיך אום 
אין טיף פון זיקאָרן... 

(,איג אף אויג"). 


קליינס, 


אין שטוב, צװישן פיר װענט, פארטראכט ער זיך 
;אף טאטנס גרויע האָר", אף דעם, װאָס דעם טאטן 
פעלט א העמד אפן לײַב. גיט זיך דער דיכטער דאָס 
װאָרט ,ניט בייגן זיך מער פארן לאסט פון געפילן? -- 
און לאָזט זיך אין גאס, צו מענטשן. עס מונטערט אים 
די אופרודערונג פון די רעװאָליוציע-יאָרן, די פרישקײַט 
פונעם ליכטיקן דרויסן: ,ס'איז גרויס די װעלט אף זר 
כעניש און ואנדער און קליין די שטוב אין טונקעלע 
פאסן ליכט...* 

די ,איך"-געשטאלט אין דער ליריק איז אָפט פאר- 
פירעריש. עס זײַנען דאָ ליריקער, װעלכע געשטאלטיקן 
זיך איבער אין א סאך , איכן", איינער ניט ענלעך אָדער 
אפילע קעגנזעצלעך צו דעם צװײיטן. בא אקסעלראָדן איז 
קימאט שטענדיק דאָס ,איך"-געשטאלט טאקע איך, דער 
דיכטער אליין, אופגענומען אין פארשיידענע אספעקטף 

אקסעלראָדס קינסטלערישע קראפט ליגט ניט אינעם 
סיפער-האמײַסע (ער איז ביכלאל ניט קיין דערציילער), 
ניט אין דער פּסיכאָלאָגישער כאראקטעריסטיק און אפילע 


ניט אין דער שילדערונג. דעם לײיענער פאנגט דאָס לײ 
רישע גצמיט פון די לידער, װאָס צװינגט אים שמייכלען 
און טרויערן צוזאמען מיטן דיכטער, שפיגלען זיך 
אינעם זעלבן נאטוריבילד, טראָגן זיך פארליבטערהייט 
איבער װעגן, גאסן און געסלעך. פונקט אזוי װי דעם 
דיכטערס געמיט גיסט זיך צונויף מיט דער געשילדערטער 
נאטור, אזוי גיסט זיך אויך צונויף דער דיכטער מיט 
זײַן לירישן העלד, דאָס הייסט מיטן אָביעקטיװון מענטש- 
לעכן געשטאלט, װאָס ער האָט געשאפן אינעם גאנצן 
סכום פון זײַנע לידער. דאָס געשטאלט איז דאָ זייער 
א בוילעט. דער אדרעס פונעם לירישן העלד איז א 
פינקטלעכער, די ,אנקעטע" -- א קלאָרע. 


זי האָט זיך געטראָגן אף טױזנטער 
מײַן טײַערע יוגנט, אין בלוטיקן לויף, 
מען איז ניט ארויס איר אנטקעגן 

מיט ברויט און מיט זאלץ אין יעטװידן הויף. 


װעגן, 


זי האָט זיך געטראָגן מיט אויגן צעשטראלטע, 
מיט באָרװעסע פיס אף דער נאקעטער ערו, -- 
סהאָט קיין קויל און קיין שפּין ניט געקאָנט 
זי פארהאלטן, 
פּן פון הארץ האָט זיך הויך נאָר געהערט. 
(,יוגנט") 


ט 


דאָס ק 


דאָס איז ניט נאָר דעם דיכטערס, נאָר אויך מײַן און 
אײַער יוגנט, ליבער לײענער. און אויב איר זײַט נאָך 
יונג, טאָ קוקט זיך צו צו אונדזער יוגנט פון די 20:ער 
און 30-ער יאָרן, װאָס איז געבליבן , אײביק זיך טרײַ". 
איך האָף, אז זי װעט געפינען א װעג צו אײַער הארץ. 
דאָס איז די יוגנט, װאָס האָט זיך א לאָז געטאָן פון די 
שטעטלעך, פון די שמאָלע פּראָװינציעלע געסלעך, פון 
די ענגע הילצערנע הײַזקעס צו די ראכװעסן פון לאנד. 
א דורשטיקע נאָך ליכט און נאָך װיסן, האָט זי אופגענו- 
מען , אי פיקאסאָן, אי סעזאנען, אי די דיכטונג, װאָס 
איז גוט". דאָס איז די יוגנט, װאָס האָט זיך געריסן אין 
גאָסעט, אין מײיערכאָלדיטעאטער, געשטורעמט די ארײַנ- 
גאנגען אין די זאלן, װוּ ס'האָט ,, געשריִען מאיאקאָװסקיײ 
און , געװויינט יעסענין". דאָס איזן די יוגנט, װאָס האָט 
מיט פרייד זיך געטראָגן אף פארשיידענע ,ספּארטאקיא- 
דעס" און האָט מיט דער זעלבער פרייד מארשירט אין 
דער באָטװין-קאָלאָנע, גרייט אָפּצוגעבן דאָס לעבן פאר 
דער פרײַהײַט פון דעם װײַטן מאדרין. זי איז זײער 
עטיש, די דאָזיקע יוגנט, זייער פרײַנטלעך צו יעדערן, 
װאָס איז װערט איר פרײַנטשאפט. דערפאר טאקע אין 
אזוי ווארעם בא אקסעלראָדן דער דרויסן אפילע װינטער. 
ער איז וארעם, װײַל ער אין באלעבט פון מענטשן. 
אקסעלראָדס לירישן העלד טרעפן מיר זעלטן אליין מיט 
זיך. אָפטער זעען מיר אים מיט עמעצן באנאנד, מיט א 
כאװער, א פרײַנט, 

די פרײַנטשאפט צו מענטשן האָט אונטערגעזאָגט דעם 
דיכטער זײַן ליד װעגן בריװ: 


װאָס קאָן נאָך זײַן בעסער, װען עס קלאפּט צו דיר אָן 
שפּעטלעך אין אָװנט דער פּאָטשטאלאָן, 

ווארפט ארײַן א בריוו אין צעעפנטער טיר -- 
ליענסט דעם אדרעס, סיאין טאקע צו דיר. 


און אָט איז אן אנדער ליד. עס גייט דעם דריטן טאָג 
א רעגן. איצט, דוכט זיך, װאָלטן מיר געװיס באדארפט 
טרעפן דעם דיכטער אין דער הײם, אונטער א געמיט. 
לעכן דאך. איז נײן, ער גייט און גײט אונטערן רעגן 


איבער דער גאס, װײַל דאָ קאָן מען באגעגענען א בא- 
קאנטן און טיילן זיך מיט אים װעגן דעם, אז ,ניט רויִק 
איז נאָך אלץ מיט כינע* און טאקע אויסהערן פון אים 
די ליבע װערטער: ,און פאר די נײַס -- א דאנק דיר, 
גוטער פריינט!ײ 
דער שמײכלענדיק-פאַלקסטימלעכער דיאלאָג אָדער 

רעפּליקע שטרײַכט אונטער די נאָענטקײַט צװישן מענטשן, 
זייער פרײַנטשאפט: 

לויפט דורך א טראמװײַ, 

איז ניט לאנג געטראכט, 

און געזונט מיר זײַ! 

האַב א גוטע-נאכט! 


האַב א גוטע-נאכט! 

און געזונט מיר זײַ! 

און ניט לאנג געטראכט, 
יאָגט שוין דער טראמװיי. 


(,מיר האָבן זיך צעשידט-"). 


דאָס זעלבע איז שײַעך צו אקסעלראָדס ליבע-לידער. 
פונקט װי ס'איז פאָלקסטימלעך-שמייכלענדיק דעם דיכ- 
טערס רעפליק װעגן דעם יונגאטש דעם אפלינקן און 
ליבן* אין דער ליד ,ספּארטאקיאדע" -- ,אף מיר אזא 
פלינקײַט, אף אונדז אזא יאָר" -- אזוי זײַנען פאָלקס- 
טימלעך-שמייכלענדיק די לעצטע שורעס פון דער ליד 
,איך האָב קיינמאָל ניט גערייכערט" -- ,לאכט זי: ייָנ- 
געלע מײַן ליבער, א געזונט אין קאָפ!* יוגנטלעכע 
טרוימען, ייִנגלשע פארדראָסן, גוטסקײַט און אָפנהארצי- 
קײַט -- דאָס אין די אטמאָספער פון פיל אקסעלראָדס 
ליבע-לידער (,איך האָב זיך אָפּגענארט*, ,,מיך האָט גע- 
טראָפן, ,א פרילינגנאכט"). און צי דערקענען מיר ניט 
שפּעטער אין דעם רײַפן מאן פון די לידער ,איך קום 
צוגאסט", , און סיאיז װײַט שוין פון דיר" דאָס זעלבע 
ליבע ייִנגעלע פון די יוגנט-לידער? אָט קומט ער ,צוגאסט 
אזייגער צען" און לאָזט ,נאָך זיך די טיר א ביסל אָפן. 
בא דער פרוי, צו װעלכער ער קומט צוגאסט, ליגן אפן 
טיש , צײַטונגען, פארפולט מיט נײַסן", און איר מאן איז 
אין דאָרף אף דער ברויט-פארגרייטונג. 


בייגסט אָנעט שטיל דײַן גלאט-פארקעמטן קאָפּ, 
דו ביסט א פרוי און זיצסט אזוי באשיידן, 
סידערגייט צו מיר דײַן טאָכטערס גוטער שלאָף 
און כ'שעם זיך אין דער הייך עפעס צו ריידן. 


(,איך קום צוגאסט"). 


קריכט ער ארײַן, דער געקומענער, צוריק אין זײַן 
אלטן פּעלץ, און לאָזט זיך צו דער טיר, הינטער װעלי 
כער עס װארט אף אים ,א פּראָסטיק-װײַסע װעלט, א 
שניי א ליכטיקער, װאָס בלענדט.." אין דער עצעם 
ניט:דערזאָגטקײַט פון דער ליד, אינעם עטװאָס טרויעריקן 
שמייכל איבער זיך אליין, איז פארבאָרגן א װוּנדערלעך- 
מענטשלעכע אײרלקײַט. 

די עֶנלעכקײַט צװישן דעם דיכטער און זײַן לירישן 
העלד באטײַט קלאל ניט, אז אקסעלראָד איז אין זײַנע 
לידער אװטאָביאָגראפיש. ריכטיקער װעט זײַן צו זאָג, 
אז אקסעלראָד האָט אין זײַנע לידער געשאפן אן אװטאָ- 
פּאָרטרעט, װאָס ואקסט אריבער אין א פּאָרטרעט פון 
זײַנע מיטצײַטלער. 

דאָס געפיל פון אכרײַעס האָט זיך זײיער פרי אנט- 
װיקלט בא אקסעלראָדן. יעדן קער און װענד אין זײַן 


107 


שאפן האָט ער אָפּגעװויגן אף דער װאַג פון געװיסן. ער 
האָט אָפט צוגעלײגט דעם איער צו דעם אײגענעם 
הארצן, אױסגעפרוּװט די אייגענע שטים, צי האָט זיך אין 
איר ניט ארײַנגעגאנװעט קײן פאלשער טאָן: ,עפשער 
זינג איך ניט -- איך שרײַ!* ניט איין מאָל האָט דער 
דיכטער באטאַנט די שטילקײַט אין זײַן שאפן: ,ציטע- 
ריק-שטיל אין מײַן ליד"; ,שטילקײַט האַט דערהיבן 
מײַנע לידער". בלויז שטילערהייט אין ער געװען פייִק 
דיכטעריש אויסדריקן זײַן אינערלעכן ברויז. 

פונקט װי סיאיז אים פרעמד געװען דעקלאמאציע, אזוי 
איז אקסעלראָדן פרעמד געװען אויך דאָס לירישע מאכן 
א װעזן פון זיך. זײַן כעזשבךהאנעפעש, זײַן בלײַבן 
,אויג אף אויג" מיט זיך איז טײלמאָל טרויעריק, בענקי 
שאפטלעך, אָבער קיינמאָל ניט אינדיװידואליסטיש. דער 
דיכטער האָט שטענדיק געדענקט, אז ,מיט עמעצן פאר- 
מעסטן זיך איז אײיביק שװער, -- מיט זיך אלײן אין 
טויזנט מאָל נאַך שװערער". 

אין זײַן ליד, געװידמעט מאיאקאָווסקין, װײַזט ארויס 
אקסעלראָד טיפן פארשטאנד פאר דער מעכטיקײַט פון 
פארשטאַרבענעם דיכטערס שטים, פאר זײַן ליבע צום 
װאַרט, ,װאָס ברעכן זאָל געשטײנען". אקסעלראָד האָט 
זײער גוט פארשטאנען, אז די נײַע צײַט מוז געבוירן 
א נײַע דיכטונג: ,איצט דארף מען אנדערש, און אנ" 
דערש איז שװער". ס'איז דאָ מאיאקאָווסקיס װעג. עס 
קאַנען אַבער זײַן אויך אנדערע װעגן. האָט ער זיך געמיט 
אף זײַן אייגענעם אויפן געפינען פאר זיך די אנדערש- 
דיקײַט, און דאָס זעלבע האָט ער געפאַדערט פון זײַנע 
כאוויירים:דיכטער: ,לידער א בוך איזן אוי װי א 
בריק -- שפּאן אים אריבער און װײַטער געזוכט זיך". 

ניט איין יונגן דיכטער האָט אקסעלראָד, זײַענדיק 
נאָך אליין יונג, געהאָלפן ארופטרעטן פעסט אפן איגע- 
נעם דיכטערישן װעג. גאנצע טעג איז ער געזעסן אײַנ- 
געבויגן איבער מאנוסקריפטן, געשריבן און געמעקט. ער 
האָט מער געארבעט איבער פרעמדע לידער, איידער גע- 
דרוקט אייגענע. און וויפל פרעמדע װערק האָט אקסעלראָד 
אויסגעהערט! זײַנע אײגענע לידער האָט ער גערן גצִי 
לייענט אף אָװנטן, פאר דער עפּנטלעכקײַט, זעלטן -- 
אין א היימישער סװיװע. און געהערט האָט ער מאָדנע, 
זײַטיק, מיט אראָפּגעלאָזטע אויגן, אויסערלעך אָפּגץ- 
פרעמדט. און טאקע דאָ, אין זײַן אָפּגעזונדערטקײַט, האָט 
ער אײַנגעזאפט אין זיך יעדעס װאָרט, יעדער קלאנג. 
און דערנאָך, װי אומקערנדיק זיך פון ערגעץ פון דער 
װײַט, זײער טרעפלעך עפעס א זאָג געטאָן. טאקע א 
זאָג געטאָן, װי אגעװוּרכע, אָן דער מינדסטער אפעק- 
טאציע. אף אזא אויפן איז ער ארױיסגעטראָטן אויך עפנט- 
לעך. און ס'איז שװער צו אָפּגעבן זיך א כעזשבן, אין 
װאָס איז באשטאנען אקסעלראָדס קראפט אלס רעדנער. גע- 
רעדט האַט ער דאָך מיט א שטילער הייזעריקלעכער שטים. 

מיר איז אויסגעקומען, מיסטאמע װי פיל אנדערע, צו 
באאָבאכטן צװויי מינים שטילע רעדנער. אײינער שטעלט 
זיך אװעק אף דער בינע און װי נאָר ער רעדט ארויס 
די ערשטע פראזע, הייבן זיך אָן צו טראָגן פון צװישן 
אוילעם גוואלדן: ,העכער! העכער!" דער צװייטער גייט 
ארויס אף דער בינע און רעדט פונקט אזוי שטיל, װי 
דער ערשטער. זײַן שטילקײַט אָבעֶר גיט זיך באלד איבער 
דעם אוילעם. די פענעמער װערן ערנסט און אָנגע- 
שטרענגט. מע האָט מוירע צו פארלירן א װאָרט. צו 
דעם צװייטן מין רעדנער האָט געהערט זעליק אקסעל- 
ראָד. דאָס איידעלע, ערלעכע געזיכט געװענדט גלײַך צום 


108 


אוילעם, עטװאָס פארהייבן דעם קאַפ, מיט אַ שמײכל 
אף די ליפן, פלעגט ער ארױסזאָגן זײַנע שארפיניקע 
טרעפלעכע באמערקונגען װעגן װערק און שרײַבער. דער 
אוילעם האָט געהערט, געלאכט און... פארטראכט וי , 
סיאיז מערקװירדיק, אז זײַנע כאוויירים האָבן קינמאָל 
ניט געטראָגן אף אקסעלראָדן קיין בייז הארץ. מע װאָלט 
געקאָנט דערציילן און דערציילן װעגן זײַנע אמפערנישן 
מיט איזי כאריקן, װאָס האָבן ניט געשטערט זײער בע" 
עמעס ברידערלעכער צוגעבונדנקײַט איינער צום צװײטף 
סיאיז אָבער געװען אויך א פאל, װען זעליק אקסעלראָד 
האָט אין אן עפנטלעכער ארויסטרעטונג אָנגעגריפן מאר" 
קישן. גוטמוטיק, מיט א שמייכל, אָבער דאָך ,אין בײן 
ארײַן". און אָט דערמאָן איך זיך די ערשטע טעג פון 
דער מילכאָמע. די מאַסקװער גאסן זײַנען שוין פארטונקלט, 
און מארקיש, א צערודערטער, אן אופגעברויזטער, פירט 
מיך צו זײַן פרײַנט, דעם באװוּסטן אדװאָקאט טרײַניןײי 
אָ, װי אופריכטיק מארקיש האָט געװאָלט ארויסראטעװען 
זעליק אקסעלראָדן פון די פארברעכערישע הענט, אין 
װעלכע ער איז ארײַנגעפאלן. דרייסט און מעסירעסנע' 
פעשדיק האָט זיך מארקיש ארײַנגעטאָן אין דעם איי 
יען -- ער און דער קריטיקער ארן גורשטין, װאָס 
האָט מיט אזויפיל ליבע אין 1936 יאָר צוגעגרייט די 
רוסישע אויסגאבע פון אקסעלראָדס לידער. גורשטיין איז 
שוין דאן ארײַנגעטראָטן אין דער מאָסקװער אָפּאָלטשעי 
ניע און האָט פון טאָג צו טאָג ארט, מע זאָל אים 
אָפּשיקן אפן פּראָנט. א גרויסע אָנשטרענגונג צו העלפן 
האָט אויך געמאכט איליא ערענבורג, אָבער לײדעריי 
זעליק אקסעלראָדס דיכטעריש װאָרט איז געװענדט 
צום פאַלק, צו גאסן און צו פלעצער פונקט אזוי, װי דאָס 
װאָרט פון דער גאנצער פלעיאדע דיכטער פון די ערשטל 
יאָרן רעװאָליוציע. שטיל און צארט האָט ער גערעדט 
װעגן ראשיקן און פארענדערלעכן, מיט א שמייכל גע" 
רעדט װעגן ערנסטן. צום פּאָלק איז זײַן װאָרט דער 
גאנגען. ניט דערגאנגען איז עס טײלמאָל צו א געװיסן 
מין נאטשאלניקעס, װאָס האָבן פונעם דיכטער געהאלטן 
אין -איין פאָדערן: ,העכער! העכער!", ניט באנעמענדיק 
די דערהױבנקײַט פון זײַנע שטילע לידער. אין דער ליד 
,צו איינעם א רעדאקטאָר" פאָלעמיזירט אקסעלראָד מיט 
אזא איינעם, װאָס האָט איבער זײַן אמט געהאלטן זיך קליי 
גער פארן דיכטער, פונקט װי פיל אנדערע קלענערע און 
גרעסערע נאטשאלניקעס, װאָס, אליין ניט זײַענדיק פיייִק 
צו קיין שום זעלבשטענדיקן שעפערישן געדאנק, האָבן 
זי זיך געהאלטן קליגער פונעם פאָלק. ,דאָס און יענץ 
דארף מען טייקעף פאריכטן" -- האָט זיך געבייזערט 
דער שטאמפאַװער רעדאקטאָר, שנײַדנדיק אף שורעס א 
ליך און ניט זעענדיק דאָס גאנצע. מיט דער פולער אכי 
רײַעס פאר דער צײַט, אין װעלכער ער האָט געלעבט, 
פאר דער צײַט, װען ,עס דראָעט די ערד פונעם קריגי 
װאָס קאָן אויסברעכן הײַנט אָדער מאָרגן", -- האָט דער 
דיכטער מיט װירדע געענטפערט: ,א ליד טרעפט אהי 
װוּ זי צילט און אויך אלעמאָל װײַטער א ביסל". 
אקסעלראָד האָט זיך ניט גענייטיקט אינעם טײַטל 
פונעם ,קלוגן" רעדאקטאָר. זײַן שטילע ליריק איז פול 
מיט ברויז. זי עטעמט מיט אומרו פאר דער מענטשהײַט: 


און ס'גיסט דער רעגן אלץ אזוי, 

מיט טריט מיט אײַליקע איך גי און גיי, 

דער קאָלנער נאס, דער קאָלנער אופגעשטעלט: 

-- הא? װאָס הערט זיך עפעס אף דער װעלט?. 
(מא רעגן"). 


און װען אף דער מענטשהײַט האָט זיך א לאָז געטאָן 

דער פאשיסטישער קרייץ:צוג, האָט אקסעלראָדס ליד 
אָפּגעקלונגען מיט שטאָל: 

אן אעראָפּלאן װאָלט זײַן מײַן ליד 

צי א הארמאט װאָלט זײַן מײַן ליד, 

װאָלט זי געװיס באשיצט מאדריד, 

װאָלט זי געוויס פארהיט מאדריד, 

טאָ פלי, טאָ פלי, מײַן ליד! 


עס קריכט און פויזעט אלץ די שלאנג, 
און יעדע רעגע ציט זיך לאנג, 

און יעדע רעגע קאָסט אונדז בלוט, 
און סיפּײַניקט יעטװידע מינוט. 


(,מאדריד"). 


אקסעלראָדס ליד איזן א פארטרוימטע און א שמייכ- 
לענדיקע. דער געדאנק קומט דאַ אוף אן אויסגע- 
ווארעמטער פונעם דיכטערס געמיט. 

שוין אין דער ליד , צו מײַן קענדל", א לױיב'געזאנג 
צום פאָשעטן קופערנעם קענדל, װאָס טוט ,א שפּריץ 
מיט טראָפּנס פּײַער און א פינקל מיט רויטן גלאנץ", 
האָט בא דעם דיכטער, דאן קוים צװאנציקיאָריקן, אופ- 
געבליצט דער געדאנק װעגן מענטשלעכן לעבן. 

אפילע װען אין דער ליד קומט אן אױסגעשפּראָכענער 
געדאנקלעכער אויספיר, װי, לעמאָשל: ,נאָר אלעמאַל, 
ווען רײַפקײַט דו פארזוכסט, איז שוין פון בליונג קין 
סימען ניט פארבליבן", אָדער ,שטענדיק איז אזוי די 
װעלט: ס'איז עפעס דאָ און עפּעס פעלט", -- איז דער 
דאָזיקער אויספיר קיינמאָל ניט קין מוסערהאסקל. ער 
איז ניט אָנגעבונדן. ער פליסט ארויס נאטירלעך פון גע- 
מיט, פון דער אטמאָספער פון דער ליד. אלס קלאסישער 
בײַשפיל קאָן דאָ דינען די ליד ,שאָך". נאָכן פארענ- 
דיקן די אָנגעשטרענגטע שפּיל אין שאָך, לאָזן זיך אװעק 
אין גאס ארײַן ,,איך און קעגנער מײַנער, מײַן כאװער 
און מײַן פריינט". 


א דינער שננייעלע שיט און שיט, 

מיר שפאנען ביידע מיט קליינע טריט... 
און װוידער זאָגט צו מיר מײַן פרײַנט: 
עפעס ביסטו בייז און ברויגעז הײַנט.. 


דורך װײַסן שניי, 

דורך ראָזער שײַן 

איך ענטפער אים אווי: 

-- עס טוט מיר זייער װײ און סיטוט מיר זײיער 
באנק 

פאר מײַן ערשטן שלעכטן גאנג.. 


ליובע טשערניאק 


די ליד פארמאָגט פיל באטײַטן. דער שפּילעװדיקער 
געדאנק זיצט דורכויס אינעם לירישן געװעב. דעם דיכ- 
טערס לעצטע לידער ;נײַייאָר 71939, ,מע זאָגט מיר" 
און אנד. זײַנען פול מיט אומרו פארן גוירל פון אונך- 
זער לאנד און פון דער װעלט. ער זעט פאָרויס, ,אז 
הײַנטיקס יאָר (1940 -- ר. ר.) װעט אריבערשפּרײַזן 
טיף אין װײַטע צײַטן". אָבער אויך דאָ, פארטראכטנ- 
דיק זיך װעגן דעם, װי שװער עס איז דיכטעריש פאר- 
קערפערן דאָס דאָזיקע יאָר, אין אקסעלראָד טרײַ זײַן 
שמייכלדיק-טרויעריקער געמיטלעכקײַט, דער לײַכטער 
איראָניע איבער זיך אליין: 

מע זאָגט מיר אלץ, דו שטייסט נאָך אָפ 

און שטענדיק בלײַבסטו הינטערשטעליק, 

עס װערן שיטערער די קרויזן אף דײַן קאָפּ 

און דו, דו שעמסט זיך גאָרניט, זעליק. 

נו, װאָס זשע, פרײַנט מײַנע, פארגיט, פארגיט, 

עס פאלט אמאָל פון הימל ניט קיין רעגן, 

נאָר עפשער האָב איך טיף אין זיך פארהיט 

די גוטע ליד פאר אײַערטװעגן. 

(,מע זאָגט מיר"). 

געװויס, געװיס האָט דער דיכטער פארהיט אין זיך 

פיל גוטע לידער פאר אונדזערטוועגן. ער איז דאַך אװעק- 


: גערויבט געװאָרן בא דער סאָװעטישער געזעלשאפט אין 


עלטער פון זיבן און דרײַסיק יאָר, אין דעם עלטער, װען 
לעראָװ סטאביליזירט זיך ערשט דער קינסטלערישער 
טאלאנט. יאָ, א סאך, א סאך האָט ער ניט דערזונגען- 
אָבער דאָס, װאָס ער האָט באוויזן אויסצוזינגען, איז אזוי 
צארט, קלוג און שטײַף, זאָגט אזוי פיל, אז איך קאָך 
ניט בײַשטײן דעם ניסאָיען צום שלוס נאָכזאָגן נאָכך 
דיכטער זײַן װוּנדערלעכן סאָנעט װעגן דיכטונג: 

זאָל זײַן געבענטשט די לויטערע מינוט, 

װאָס האָט מיך שטיל און קלאָר אזוי דערהויבן, 

געשאָנקען מיר אי מענטשלעכקײַט; אי גלויבן, 

אין טריף אין הייסן פון מײַן יוגנט-בלוט... 

אָט די רעגע, אָט די לויטערע מינוט, 

ווען גענומען האָט מען זידלען מיך און לויבן, 

אין די שורעס קוקן, װי אין ריינע שויבן, 

װי זעט עס אויס: שלעכט איז דאַ, צי גוט.. 

אָט די רעגע, װען איך בין שטיל פארבליבן, 

פעסטער צוגעדריקט דעם דראנג פון ליפן 

און געלײַטערט לענגער מײַן געמיט, 

װען איבער מיר אין ליכטיק אופגעגאנגען 

אָװנטיקער אָנזאָג פון געזאנגען, 

אָט די רעגע פון מײַן ערשטער ליד! 

(זאָל זײַן געבענטשט")- 


דער שרײַבער און זײַנע העלדן 


וזי מילער איז שוין לאנג ניט קיין פאָ- 

נעם-כאדאַשעס אין דער ייִדישער סאָװע- 

טישער ליטעראטור. ער איז איינער פון 

די אָנגעזעענע ייִדישע סאָװעטישע פּראָ- 

זאיִקער. פאר דרײַסיק יאָר ליטערארי- 
שער טעטיקײַט האָט ער פארעפנטלעכט א גרויסע צאָל 
דערציילונגען, קינסטלערישע פארצייכענונגען, ליטערא- 
ריש-קריטישע ארטיקלען. 


מילער איז איצט אין פולן בלי פון זײַן טאלאנט, אוך 
סיאיז נאטירלעך, װאָס הײַנט, װען מיר מערקן אָפּ זײַן 
0טן געבורטסטאָג, װילט זיך ריידן קױידעמקאָל װעגך 
די װערק זײַגע, װעלכע זײַנען דערשינען פאר די לעצטע 
פּאָר יאָר. מיר האָבן זי געלייענט אין , ביראָבידזשאנערר 
שטערן", אין דעד זאמלונג ,ייִדישע אװטאָנאָמע געגנט". 
באקאנט דעם ברייטן אלפארבאנדישן לײעגער איז מי- 
לערס זאמלונג דערציילונגען , אונטער א רעגנבויגן", 


109 


ארויסגעגעבן אין מאָסקװע אין דער איבערזעצונג אף 
רוסיש. אין אָט דער זאמלונג גײען ארײַן די גרעסערע 
דערציילונג ,,ברידער" און דרײַצן נאָװעלן. אין ,סאָװע- 
טיש היימלאנד" האָט מילער לעצטגס פארעפנטלעכט 
זיינע נײַע װערק -- ,אין אײינעם א הארבסטיקן טאָג" 
און ,א מוזיקאלע נאָוֹעלע". 

פון בוזי מילערס יעדער דערציילונג טרעטן אומבא- 
מערקט פאר אונדז ארויס איינצלגע און דאפקע גריגט- 
לעכע שטריכן, װאָס בילדן די פערְזענלעכקײַט גופע 
פונעם אװטאָר. מע קאָן ניט פארבײַגיין דעם פאקט, אז 
דער שרײַבער אליין אין ניט אָפגעריסן פון דעם, װאָס 
ער שילדערט אין זײַנע װערק. דערפאר זײַנען די פארבן, 
מיט װעלכע עֶר מאָלט, אזוי לײַדגשאפטלעךוארעם, די 
שפראך פון די העלדן אויסדריקלעך-עמאָציאַנעל און לא- 
קאַניש, די סטיליעלעמענטן -- אײגנארטיק. װען מיר 
לייענען מילערס װערק, פילט זיך, אז דער שעפערישער 
שװוּנג זײַנער נעמט זיך דערפון, װאָס אים, מילערן, 
זײַנען הארציק נאָענט און באליבט זײַנע העלוף 

דאַס סאמע אינטערעסאנטסטע אין ב. מילערס נײַע 
פּראָזעיװערק איז זײַן פּאָרטרעט"גאלעריי פון העלו- 


מיטצײַטלער. 
צװישן דער דאָזיקער גאלעריי טרעפן מיר דעם בא" 
רימטן ביראָבידושאנער מעכאניזאטאָר יעכיַעל ראק 


(,פארדינטע פרייד"). װעגן אָט דעם נאָװאטאָר אין שוין 
פאראן ,א גאנצע ליטעראטור". נאָר מילער, אלס בא- 
גאבטער שרײַבער, כאפט אוף נײַע װערטפולע לעבנס- 
פאקטן און דעטאלן, נײַע פּאָרטרעט-שטריכן. 

אין זײַן פארצייכענונג ,פארדינטע פרייד" באשרײַבט 

מילער אן אינטערעסאנטן עפּיזאָד פון יעכיִעל ראקס ביאַי 
גראפיע: דער פאָטער פון צען קינדער מאכט כאסענע זײַן 
זון באָריסן -- דעם טראקטאָריסט. די דאָזיקע פאמיליען- 
געשעעניש פאלט צונויף מיט דרײַ יוביליען אין לעבן 
פונעם העלד: זײַן פופציקסטן געבורטסטאָג, פינף און- 
צוואנציקסטן יאָרטאָג פון זײַן ארבעט אין קאָלװירט און 
צוואנציקסטן יאָרטאָג פון זײַן אָנפירן מיט דער טראקטאָר- 
בריגאדע. פאר צװיי צענדליק יאָר האָט ער דערצויגן 
הונדערט פופציק בריגאדירן, װעלכע ארבעטן אין פאר- 
שיידענע עקן פון דער ייִדישער אװטאָנאָמער געגנט און 
פונעם כאבאראָווסקער קאנט. 

די פארצייכענונג גיט אן אינהאלטסרײַך בילד פונעם 
לעבן פון דער קאָלװירטישער מישפּאָכע ראק. באגלײַך 
מיט יעכיעלן און זײַנע זין באקאנט זיך דער לײענצער 
אויך מיט זײַן פרוי כײַע, װעמען די סאָװעטךרעגירונג 
האָט באלוינט מיטן אָרדען ,מוטער-העלדן" פאר דערציִען 
צען קינדער. 

דאָס פאָלגנדיקע אָרט אין ב. מילערס פּאָרטרעטױגא- 
לעריי פון העלדן-מיטצײַטלער פארנעמט די פארצייכע- 
נונג װעגן ייִצכאָק גורשמאנען (;איינער פון מיליאָנען"). 
גורשמאן איז, פארשטייט זיך, אויך ניט קיין אויסגע- 
טראכט געשטאלט. פונקט װי ראק, איז ער א מעכאני- 
זאטאָר פון דער לאנדװירטשאפט און א בריגאדיר פון 
א טראקטאָר-בריגאדע. ער ארבעט אינעם קאָלװירט אף 
גאָרקיס נאָמען, װאָס געפינט זיך אין אמורזעטער ראאאָן. 

אָט דער הויכקוואליפיצירטער מעכאניזאטאָר האָט מיל- 
כאָמע:צײַט פארביטן דעם טראקטאָר אף א הארמאט, אין 
געװען א געוואגטער שלאכטמאן-ארטילעריסט. דאָס ער- 
שטע מאָל האָט זײַן הארמאט געשאָסן אין סאמע אָנהײב 
פון דער מילכאָמע. דאָס איז געװען ניט װײַט פון זײַן 


110 


הײמשטאָט אָדעס. די לעצטע הארמאטיקוילן האָט ער 
ארויסגעלאָזט איבערן סוינע אין בערלין. 

אין גרונט אָבער באקאנט אונדז מילער מיט גורשמא* 
נען אף דער פרידלעכער ארבעט, אין נאָכמילכאָמע"פע- 
ריאָד, אין די באדינגונגען, װען ,מיט שװארצע פעטע 
פלאסטן ציט זיך נאָך אים די פרוכטבארע ערד אפן 
ברעג פון אמור, די ערד, װעלכע ער האָט אי ליב 
באקומען". 

װי הויך עס װערט געשעצט יִצכאָק גורשמאנס מי 
און זײַן דרײיסטקײַט, זאָגן איידעס די רעגירונגס-באלויי 
נונגען, װאָס באשיינען זײַן ברוסט: דער אָרדען ,רויטער 
שטערן", די מעדאלן ,פאר אײַנעמען וארשע", ,פאר 
אײַנעמען בערלין", װי אויך דער גרויסער און קלײגער 
זילבערנע מעדאלן פון דער אלפארבאנדישער אוס' 
שטעלונג פון די דערגרייכונגען פון דער פאָלקסװירטי 
שאפט, דער צייכן ,אויסגעצײיכנטער בריגאדיר", דער 
מעדאל ,פאר אופאקערן רויערד". 

זייער ריכטיק און איבערצײַגנדיק קלינגען די פאָלגני 
דיקע װערטער פון דעם מעכאבער: ;שטעלט זיך פאָר 
דעם דאָזיקן מענטשן מיטן מעדאל פאר אײַנעמען בער" 
לין און מיטן מעדאל פאר אײַנעמען די װײַטמיזרעכדיקע 
רױיערד, און איר װעט האָבן פאר זיך דאָס פאָשעטע און 
גרויסארטיקע געשטאלט פון א קאָמוניסט, -- איינעם 
פון מיליאַנען, מיט װעלכע עס איז אזוי שטארק און אף 
אײביק אומבאזיגבאר די קאָמוניסטישע פארטי.." 

מיט ייִצכאָק גורשמאנען טרעפן מיר זיך װידעראמאָל 
אין ב. מילערס סעריע ,,אפן ברעג פון אמור"ג. 

אין דער פארצייכענונג ,א גווארי" באװײַזט דער שרײַי 
בער נײַע שטריכן פון גורשמאנס כאראקטער, ער באקאנט 
דעם ליענער מיט דער ביאָגראפיע פונעם העלד, מיט 
זײַן ,,געזעצלעכן שטאָלץ פון א מענטשן, װאָס איז בא" 
לעבאָס... איבער דער ערד, איבער דער טעכניק". 

אין בוזי מילערס פאַרטרעטן-גאלעריי ציִען אויך צו 
אונדזער אופמערקזאמקײַט דער פורמאן פון קאַלװירט 
;40 יאָר אַקטיאבער" -- הירש פרעס, דער אגראָנאָם 
באָריס װאָלנאָבױ, דער דירעקטאָר פון דער אינקובאטאָר* 
סטאנציע אין אמורזעט בעצאלעל פיש, דער ערשטער 
אמורזעטער טראקטאָריסט, דערנאָך דער ערשטער בר" 
גאדיר פון א טראקטאָר-בריגאדע שימען נעכזער אאי 
אָט די אלע העלון פון דער סעריע פארצייכענונגען 
,אפן ברעג פון אמוריי שטעלן מיט זיך פאָר די פאלאנגע 
בויער און געזעלשאפטלעכע טוער פון אמורזעט. זיי אלע 
זײַנען אויסגעוואקסן צוזאמען מיטן קאָלװירט און האָנן 
אין מעשעך פון דרײי צענדליק יאָר זיך געפונען צװישן 
די אקטיווסטע בויער פונעם ייִשעו אמורזעט, פארװאנד'י 
לענדיק אים אין דעם צענטער פון א גרויסן ראיאָן, װאָס 
פארמאָגט א צעצװײַגטע רײַך-אנטװיקלטע לאנדװירט" 
שאפט, א גאנצע נעץ אנשטאלטן און קולטור-אונטערנץ- 
מונגען. אמורזעט איז א ראיאָן, װאָס אין איצט מיט 
רעכט אנערקענט פארן טװוּע-שפּײַכלער פון דער ידי" 
שער אװטאָנאָמער געגנט. 

אין דער פארצייכענונג ,אפן ברעג פון אמור" אין 
אין א געפרעסטער און מאָלעריש-אויסדריקלעכער פאָרם 
באװיזן די געשיכטע פונעם אמורזעטער ראאאָן, -- בא" 
װיזן דורך הויך-קינסטלערישע געשטאלטן פון רעאלץ 
מענטשן, װעלכע האָבן מיט זייער שװייס און מי געבויט 
דאָס נײַע לעב 


ג זאמלונג ,ייִדישע אװטאָנאָמע געגנט", ז. 57--64. 


75 


י"ע יי יא ייט ייט א אי יי יי ייא 5 


;װאָס מער א מענטש איז פארבונדן מיט אקטיװער 
טעטיקײַט, געריכטעט פאר אלעמענס סויװע װעגן, אלץ 
בעסער פילט ער אויס זײַן כויװ פארן קאָלעקטיו, פאר 
דער מעלוכע. א סאך אזעלכע טרײַע האַרעפּאשניקעס 
לעבן און מיִען זיך אף דער אמורער ערד", -- שרײַבט 
מילער װעגן די העלדן, װעלכע זײַנען געשילדערט אין 
זײַן װערק ;אפן ברעג פון אמור". 

דער אגראָנאָם װאָלנאָבױ -- דאָס איז א מענטש, אין 
װעלכן עס פילט זיך ,עטװאָס פון א פעסטער ערד- 
הליבע, װאָס עס איז זי ניט אזוי לײַכט צו רירן פון 
אָרט... פון אים װײיעט מיט געזונטער װאָכעדיקײַט, ער 
איז װי שטענדיק ארומגערינגלט מיט רײיכעס פון דער 


מאמע-ערד -- שארפע און יױרנדיקע פרילינגיצײַט, 
שמעקנדיקע מיט רײַפקײַט -- זומער-צײַט און בארויקט- 
שעפעדיקצ -- הארבסט-צײַט... ניטאָ, װײַזט אויס, אזא 


שטיקל ערד אף טויזנטער העקטארן ארום, װאָס דער דאָי 
זיקער מענטש זאָל עס ניט האָבן פיל מאָל אויסגע- 
מאָסטן מיט זײַן באייַשעװטן טראָט פארן פערטל יאָרהונ- 
דערט, װאָס ער ארבעט דאַ אין ראאאָן.." 

אנאליזירנדיק מילערס פארצייכענונגען, דערמאָנען מיר 
זיך אין י. דאָברושינס גלענצנדיקער באהויפטונג װעגן 
דעם מעהוס פונעם פארצייכענונגיזשאנער ביכלאל און 
װעגן זײַנע פארהעלטענישן מיטן נאָװעלע"זשאנער (גצי 
נומען פון י. דאָברושינס פּאָרװאָרט צו ד. בערגעלסאָנס 
בוך , ביראָבידזשאנער"): 

...די טעמאטישע ספעציפיק פונעם פארצייכענונג" 
זשאנער באשטייט אין דעם, װאָס די פארצייכענונג פאר- 
נעמט זיך מיט דער קאָנקרעטער װירקלעכקײַט, זי שטעלט 
אוף די װאָר און ניט די װאָרהאפּטיקײַט, װי די נאָװע- 
ליסטישע שאפונג, װוּ דער שרײַבער איז געװיס פרײַער 
אינעם אויסוואל פון טיפאזש און געשעענישן, בעמיילע 
פרײַער אין זין פון דיכטונג, פון צוטראכטונג". 

און װײַטער: 

;דער פארצייכענער איז געבונדן מיט קאָנקרעטע גע" 
מען און פאקטן, און טיפיזירן, שאפן דאָס געשילדערטע 
געשטאלט באטײַט פאר אים אופשטעלן די כאראקטע 
ריסטיק פון דעם פארטיקן כאראקטער. ער דארף אויס- 
געפיגען די האנדלונג-מאָטיון, די באװעגיקרעפטן פון 
דער געגעבענער פאקטיש עקזיסטירנדיקער פּערזאָן, פאק- 
טיש פאָרגעקומענער געשעעניש. אָבער גראָד דאָ, אין 
דער טיף פון דער דאָזיקער שאפונג-ארבעט, באגעגנט 
זיך דער פארצייכענער מיטן דערצײלערנאָװעליסט און 
ראָמאניסט; אין דער טיף פונעם שאפונגספּראָצעס אין 
דער איבערגאנג פון איין זשאנער צום צװייטן א װײניק 
מערקבארער. די פאנאנדערטיילונג איז בעעצעם א בא- 
דינגלעכע. זיי שיידן זיך אָפ אין טעמע, אין די מיטלען, 
אַבער ניט אין רעזולטאט, ניט אין דער פארװירקלעכונג 
פונעם טיפּאזש און האנדלונג, װאָס באקומען סײַ דאָ, סײַ 
דאָרט זײצר פארפולקומונג אין דער פאראלגעמיי 
נערונג...* 

אויך אין מילערס שאפונגס"פּראָצעס איז זייער װײגיק 
מערקבאר דער אריבערגאנג פון פארצייכענונג צו נאָי 
װעלע. אין זײַנע װערק פלעכטן זיך אָפט איבער די 
ביידע זשאנרען. דער דערמאָנטער אגראָנאָם װאָלנאָבױ אין 
גיט קיין אויסגעדיכטעטע פערזאָן. פונקט װי דער מע- 
כאניזאטאָר גורשמאן, איז ער ,איינער פון מיליאַנען". 
דעריבער טאקע דערגייט ער צו די לײיענער װי א טיפּ- 
זירט געשטאלט, װי א רײַכע שעפערישע פּערזענלעכ- 
קײַט, װאָס איז איבערפולט מיט ליבע צו זײַן ארבעט און 


מיט דערהויבנסטן פּאטאָס. זיי ביידצ גיבן די מצעגלעכ- 
קײַט, װאָס מער און בעסער פארפולקומען די באליבטע 
פּראצע, קעדיי זיך דערהייבן צו נײַע, בעעמעס אויסגע- 
טרוימטע הייכן. ,די ערד איז פאר אים אן אָפן בוך, -- 
זאָגט דער אװטאָר װעגן דעם אגראָנאָם װאָלנאָבױ, -- 
ניט נאָר ער לייענט דאָס דאָזיקע בוך מיט לײַדנשאפטלע- 
כער פארכאפּטקײַט, נאָר ער קאָרעגירט עס אויך.." 

שילדערנדיק דעם פאכמאן דעם ענטוזיאסט און אגראַ- 
נאָם-נאָוואטאָר, איז דער אװטאָר אין א גרויסער מאָס נאַ- 
וואטאָריש אין זײַנע קינסטלערישע מיטלען, װי שטארק 
און נאָװאטאָריש עס איז, לאָמיר זאָגן, שוין דאָס בילד 
פונעם אָפענעם בוך, מיט װעלכן ער פארגלײַכט די 
ערד. טרעפלעך און טיפזיניק זײַגען אויך פיל אנדערע 
פארגלײַכונגען און מעטאפאָרן אין מילערס נאָװעלן און 
פארצייכענונגען. 

בוזי מילער מאָלט אזוי דעם פּאָרטרעט פון מיטשו- 
רינס באגײַסטערטן נאָכפאָלגער, דעם אגראָנאָם װאָלנאַי 
בוי: ,כאפט א שמועס מיט אָט דעם מענטשן װעגן זײַן 
באליבטער ארבעט -- װעגן ערד, װעגן גערעטענישן, 
װעט איר דערזען, אז יעדע ארבעט האָט איר פּאָעזיע 
און יעדער מענטש, װאָס איז פארליבט אין זײַן ארבעט, 
איז א דיכטער...* 

מיט דער זעלבער כאראקטעריסטיק װאָלט מען געָ- 
קאָנט באצייכענען אויך אליין דעם אװטאָר. אין זײַנע 
װערק זעען מיר א װוּנדערלעכע איבערפלעכטונג ניט 
בלויזן פון דער פארצייכענונג מיט דער נאָװעלע, גאַר 
אויך פון זיי ביידע -- מיט פאַעזיע. 

זייער אינטערעסאנט אין דאָס געשטאלט פון אפרי- 
קאן זשוראװליאָװן, דעם טוישעוו פונעם דאָרף יעקאטע- 
רינאָניקאָלסק. מיט דעם דאָזיקן העלד הייבט זיך אָן די 
סעריע ,, אפן ברעג פון אמור". דאָס איז א קאָלאָריטפולע 
פיגור פון א זאָקן, וועלכער געהערט צו דעם מין מענטשן, 
װעמעס ,לעבן אין װי א רינג, װאָס פארבינדט דעם 
הײַנטיקן טאָג מיט יענע צײַטן, װען מע האַט צום 
ערשטן מאָל אָנגעהויבן זיך באזעצן אין די דאָזיקע 
ערטער". 

אפריקאן זשוראװליאָוו איז געװען דער ערשטער פאָר- 
זיצער פון דעם ערשטן קאָלװירט אפן װײַטן מיזרעך 
(אופגעקומען אין 1925). אין דעם דאָרף יעקאטערינאַ- 
ניקאָלסק איז ער מיט 70 יאָר צוריק געבוירן געװאָר. 
ער װייסט אף אױיסװײיגיק יעדעס װינקעלע פון דעם קאנט 
און יעדן קאפרין פון דער פרעכטיקער און גרויזאמער 
נאטור. צוזאמען מיט אנדערע רוסישע פּוערים האָט ער 
ווארעם אופגענומען די ערשטע ייִדישע איבערװאנדע- 
רער, װעלכע זײַנען אָנגעקומען אהער אין 1928. דאָס 
זיַנען געװען יונגע און ניט דערפארענע מענטשן... ,דער- 
נאָך זײַנען עס אָבער געװאָרן אזעלכע ערד-ארבעטער -- 
אף כידושים! אמורזעט האָט מען דאָך, -- פארשטיט 
זיך, אויך מיט אונדזער הילף, -- קימאט אף א פוסטן 
אָרט אװעקגעשטעלט", -- דערציילט אפריקאן איװאנאָ- 
װויטש. און װײַטער: ,אי בויער, אי ערדיארבעטער, אי 
מעכאניזאטאָרס זײַנען פון יענע איבערוואנדערער אויסגע- 
וואקסן גאָר װאזשנע. פיל פון זיי זײַנען אויך אצינד 
אין אמורזעט. דאָ זײַנען שוין אופגעװאקסן בא זײ 
קינדער און אייניקלעך. װאָס איז אײין איסאק גורשמאן 
ווערט. וויפל רויערד ער האָט מיט זײַן טראקטאָר-ברי- 
גאדע אופגעאקערט! הײַגט די ברידער-טראקטאָריסטן 
קאדעמיא --- איסאק און זעליק -- און װיפל נאָך?* 


111 


מערקװירדיק איז דער פאקט, װאָס מיטן זעלבן פיע- 
טעט, מיט װעלכן עס רעדט אפריקאן זשוראװליאָו װעגן 
ייִדן -- מײַסטערס פון הויכן קלאס, רופט זיך אָפּ װעגן 
ניט-ייִדן -- מעכאניזאטאָרן, געניטע טוער פון דער 
לאנדווירטשאפט און אויסגעצייכנטע בױ-מײַסטערס -- 
דער אגראָנאָם װאָלנאָבו. 

מיר אקצענטירן דעם דאָזיקן מאָמענט, װײַל ער בא- 
װײַזט דעם ברייט אנטװיקלטן מאָטיון פון פעלקער- 
פרײַנטשאפט אין ב. מילערס שאפונג. אמבוילעטסטן 
דריקט ער זיך אויס אין דעם געשטאלט פון אפריקאן 
זשוראװליאָװן, װאָס אין געגעבן אין דער פארצייכענונג 
סקולפטוריש, אפילע א ביסל סימבאָליש. ,אפריקאן אי- 
וואנאָװיטשן האַבן מיר געטראָפן אין דער הײם. זײַנע 


גרויסע טונקעלע, מיט בלויע אַָדעריקנופן הענט -- 
הענט, װאָס זײַנען געװױינט צו האָרעװאניע, -- האָבן 
אויך דאָ ניט געװוּסט קין רו. אפריקאן איװאנאָװיטש 
האָט פאריכט װאָליקעס. ער האָט גערן אװעקגעליגט די 
ארבעט, קעדיי דערציילן װעגן זיך, װעגן דאָרף, װאָס 
װער קאָן עס נאָך װיסן אזוי גוט, װי ער.."ג 

בוזי מילערס נײַע װערק זאָגן אײידעס װעגן דעם, 
וויפל ניט אויסגענוצטע מעגלעכקײַטן דער שרײַבער פאר- 
מאָגט סײַ אפן געביט פון דער קינסטלערישער פארציי 
כענונג, סײי אין דעם זשאנער פון דער הײַנטצײַטיקער 
דערציילונג. 


1 דאָרט, ז. 45. 


|ה. לייויק 


1962--185 


דער טעלעגראף האָט געבראכט א טרויעריקע יעדיִע: דעם 
3 דעקאבער 1962 איז געשטאָרבן אין ניו-יאָרק דער גרויסער 
ייִדישער דיכטער ה. לייוויק (לייוויק האלפּערן). 

ה. לייוויק איז געבוירן דעם 25 דעקאבער 1888 אינעם 
שטעטל איהומען (איצט טשערווען), מינסקער גובערניע. זײַן 
פאָטער איז געווען א לערער פון ייַדיש, זײַן מוטער א בעקערן. 
אין 1906, ווען ער איז אלט געווען 18 יאָר, האָט די צארישע 
מאכט אים פארמישפעט פאר פּאָליטישער טעטיקײַט צו פיר יאָר 


טפיסע. ער איז דעם טערמין אָפּגעזעסן אין דער בוטירקי-טפיסע אין מאָסקװע. אין 
2 האָט מען אים צוגעמישפּעט צו לעבנסלאנגער פארשיקונג קיין סיביר. אין א 
ויאָר ארום איז ער אנטלאָפּן פון פארשיקונג און מיט גרויסע שװעריקײַטן זיך דער- 
קליבן קיין ניו-יאָרק. דעם דאָזיקן עפּיזאָד האָט ער באשריבן אין זײַן בוך ,סיבירער 
לידער", װאָס האָט אים באלד ארויסגערוקט אין די פאָדערשטע רייען פון דער 


ייִדישער פאָעזיע. 


ה. לייוויק האָט פאר זײַן לעבן בארײיַכערט די ייִדישע ליטעראטור מיט פינף 
און צוואנציק בענדער פּאָעזיע, דראמאטורגיע און קינסטלערישער פּובליציסטיק. 
זײַן נאָמען איז געװאָרן באזונדערס ברייט באקאנט נאָכן דערשײַנען פון זײַנע בא- 
רימטע דראמען ,הירש לעקערט", ,קייטן", ,שמאטעס", פון זײַן דראמאטישער 


פּאָעמע ,דער גוילעם" אא. 


דעם אומקום פון זעקס מיליאָן ייִדן אין אײראָפּע אין די פינצטערע יאָרן פון 
דער היטלעריסטישער הערשאפט האָט ה. לייוויק מיט גרויס ווייטעק אויסגעזונגען 
אין זײַן לידער-בוך ,אין טרעבלינקע בין איך ניט געווען", אין זײַן דראמע ,א 
כאסענע אין פערנוואלד" און אין א גרויסער צאָל פארצייכענונגען וועגן זײַנע 


רײַזעס איבער די ייִדישע ייַשוּװים. 


אין די צוואנציקער יאָרן איז ה. לייוויק געווען א שטענדיקער מיטארבעטער 
פון דער ניו-יאָרקער ייִדישער פּראָגרעסיווער צײַטונג ,מאָרגן-פּרײַהײַט". אין 1925 
האָט ער באזוכט דעם סאָוועטנפארבאנד און אָפּגעדרוקט אין ;מאָרגן-פרײַהײַט" 


א סעריע באגײַסטערטע ארטיקלען. 


אין 1929 האָט ה. לייוויק, ליידער, פארלאָזט די ,מאָרגן-פרײַהײַט* און אָנגע- 
הויבן מיטארבעטן אין דער רעאקציאָנערער ייִדישער פּרעסע. מיט זײַנע װוערק 
אָבער, מיט די לידער וועגן סאָוועטנפארבאנד, וועגן סאקאָ און וואנצעטי, וועגן דער 
נעגער-דיסקרימינאציע, וועגן קאמף קעגן פאשיזם, קעגן די מילכאָמע-העצער, מיט 
זײַן ארבעט לעטויוועס דער בווּנג פון ,איקוף" איז לייוויק געבליבן געבונדן מיט 
דער פּראָגרעסיווער געזעלשאפטלעכער באוועגונג. 

לייוויקס בעסטע װוערק װועלן פארבלײַבן אין גאָלדענעם פאָנד פון דער ייִדישער 


ליטעראטור. 


7--192 


זיכרוינעס 


בעטי קװויטקאַ 


זין אָנדענק לענט 


(וועגן לייב קװויטקאָ) 


ונדזער מישפּאָכע האָט געלעבט אין אוקראינע, אין דער שטאָט אומאן, װאָס האָט 
געשעמט מיט איר פארק ;סאָפיִעווקע". סאָפיִעװוקע איז געווען דאָס אָרט, װוּהין די 
ן גאנצע שטאָט פלעגט גיין שפּאצירן און װוּ מיר, אומאנער יוגנט, פלעגן זיך טרעפן. 
אין 1915 האָבן מיר אייניקע מאָל באגעגנט דאָרט אן אומבאקאנטן יונגנמאן. 

מײַנער א כאווער האָט זיך אָנגערופן צו מיר; 

-- אין שטאָט האָט זיך באזעצט א יונגער דיכטער. זאָל איך אים ברענגען צו אײַך? 

און אין איינעם אן אָװנט האָט זיך צו אונדז אין שטוב ארײַנגעשטעלט דער אומבאקאנטער 
יונגערמאן. דאָס איז געווען לייב קװיטקאָ. 

העכער פון מיטעלן װוּקס, א דארער, מיט אופגעהויבענע ברייטע אקסל, האָט ער זיך 
פאמעלעך ארײַנגערוקט אין דער טיר. די העל-ברוינע גלאנציקע אויגן האָבן ניט זיכער זיך ארומ- 
געקוקט. אָנגעטאָן איז ער געװוען אין א ברייט בײַקע-העמדל, אריבערגעלאָזט איבער די הוזן. 
אפן קאָפּ א הארטער קאפּעליוש. ווען ער האָט אראָפּגענומען דעם קאפּעליוש, האָבן מיר דערזען 
א הויכן שטערן און א גאנצן סטויג שווארצע האָר, וועלכע זײַנען געשטאנען, װי דרעטלעך. 

די פולבלעכע ליפּן א ביסעלע אָפן, װי גרייט צו כידעשן זיך, באגײַסטערט צו װערן פאר 
עפעס. די זייער װײַסע ציין האָבן צוגעגעבן זײַן שמייכל א באזונדערן כיין. 

דערפילט זיך היימלעך בא אונדז אין שטוב, האָט ער שוין אין דעם ערשטן אָװנט ארויס- 
גענומען פון דער הויזן-קעשענע א שמאָל העפטל און אָנגעהױבן לייענען זײַנע לידער. די לידער 
האָבן געמאכט אף אונדז א שטארקן רוישעם. געלײיענט האָט ער קלינגעװודיק, קלאָר, מיט א 
שלאל רײַכע אינטאָנאציעס, און דעריקער --- זייער נאטירלעך. 

פון דעמלט אָן איז קוויטקאָ געװאָרן אן אָפּטער ארײַנגײער צו אונדז. 


8 6 ס 


שפּעטער, ווען מיר האָבן כאסענע געהאט, האָט מײַנע א מומע מיך באדויערט: 

-- מיט װאָס פארנעמט זיך דײַן מאן? 

-- ער שרײַבט לידער. 

-- פון לידער קאָן מען לעבן?.. -- די מומע האָט א פּאטש געטאָן מיט די הענט און מיך 
אָנגעקוקט מיט גרויס באדויערונג. -- שווען דײַן מאמע, אָלעהאשאָלעם, װאָלט געלעבט...* 

באלד נאָך אונדזער כאסענע, אין 1918, זײַנען מיר אוועקגעפאָרן קיין קיעוו, װוּ מע האָט 
שוין געקענט קװיטקאָן אלס טאלאנטפולן דיכטער. באזונדערס איז באװוּסט געווען זײַן פּאָעמע 
;אין רויטן שטורעם" וועגן דער רויטער ארמיי. 

אין קיַעוער רעװוקאָם האָט מען אונדז פאָרגעלייגט אױסקלײַבן זיך א דירע, װוּ מיר ווילן. 
מיר האָבן געבעטן א צימער מיט א פּיאנע (איך בין דאן אָנגעקומען אין קאָנסערװאטאָריע). 
אונדזער באקאָשע איז גלײַך אויסגעפילט געװאָרן. מיר האָבן באקומען א פּרעכטיקן צימער אף 
קוזנעטשנע, אין דער קווארטיר פון דעם באלעבאָס פון ;נעזשינסקיע סאָלעניֵא". דאָס צימער 
איז געווען אָנגעשטאָפּט מיט לוקסוס-זאכן, און די באלעבאָסטע האָט ניט אופגעהערט צו ברענגען 
אונדז אלץ נײַע און נײַע טײַערע כפייצים. שפּעטער האָבן מיר פארשטאנען, אז דאָס באהאלט זי 
אויס בא אונדז אירע רײַכטימער. 

פאר אונדזער ערשט-געבוירענער טאָכטער האָבן מיר געמאכט א גרויסארטיקע וויג פון צוויי 
צוזאמענגערוקטע פאָטעלן. אלץ איז געווען גוט, איין זאך נאָר: ס'איז ניט געווען װאָס צו עסן... 

צו קװיטקאָן האָבן זיך געצויגן מענטשן, און אונדזער שטוב איז שטענדיק פול געווען מיט 
יונגע שרײַבער און קינסטלער. באזונדערס נאָענט האָבן מיר זיך באפרײיַנדעט מיט דאָװיד האָפ- 
שטיינען. ער פלעגט קומען א לעבעדיקער, א פריילעכער, שטענדיק פול מיט נײַסן. דאָװיד 
| בערגעלסאָן, וועלכער האָט דער ערשטער אנטדעקט קװיטקאָס טאלאנט און איז געװאָרן זײַן 


113 


פּרײַנט און פארערער, איז אויך אָפט געווען בא 
אונדז. הינקענדיק, מיט א שטעקעלע אין דער 
האנט, פלעגט קומען כאציע דאָברושין און אויך 
הינקענדיק, אויך מיט א שטעקעלע -- באל-מאכ- 
שאָװועס. אמאָל פלעגט אראָפּקומען פון אומאן 
פינינבערג. איבערגעלאָזן זײַן קוישעלע, צו וועלכן 
עס איז געווען צוגעבונדן א קישעלע, פלעגט ער 
פארשווינדן מיט זײַן לײַכטן, ריטמישן טראָט. 
מוישע כאשטשעוואצקי, אונדזערער אן אומאנער 
יוגנט-פרײַנט, איז דאן אויך געװוען א קיִעװער 
טוישעוו. 
דער שטאלטנער, כײנעװדיקער אָשער 
שווארצמאן פלעגט פון צײַט צו צײַט זיך ארײַנ- 
כאפּן צו אונדז. איינמאָל האָט געטראָפן א קאָמי- 
שער פאל: לייענענדיק זײַנע און קװיטקאָס לי- 
דער, האָט ער יעדע װײַלע ארײַנגעכאפּט אין 
מױיל א לאנדרינקע פון דעם שעלעכל, װאָס איז 
געשטאנען אפן טיש. פארפלאמט און פארכאפּט 
פון די לידער, האָט ער ניט באמערקט, אז ער 
האָט אופגעגעסן דעם פּאיאָק זיסקײַטן פון א 
; = גאנצער װאָך. וען ער האָט זיך געכאפּט, װאָס 
: 2 יי פאר א ;שאָדן? ער האָט אָנגעטאָן, האָבן מיר 
לייב קװיטקאָ אים קוים בארויִקט, אזוי ,פארשעמט" איז ער 
סקולפּטאַר -- י. טשײַקאָן ‏ געװעף 
מארקיש האָט צו יענער צײַט געװוינט אין 
יעקאטערינאָסלאװ. מיט אים פלעגן מיר זיך טרעפן פון מאָל צו מאָל אין קלוב אף אן אָװנט, ווען 
ער פלעגט אראָפּקומען קיין קֵיִעוו. 
עס האָבן זיך פארגעדענקט פון יענער צײַט דער ניסטער מיט זײַנע פּעך-שווארצע האָר און 
שמייכלענדיקע קלוגע אויגן, דער װוּקסיקער און שיינער נויעך לוריע, דער מוזיקער בערעגאָװ- 
סקי, וועלכער האָט שוין אויך דעמלט געזאמלט ייִדישע פאָלקסלידער, ניוקע אויסלענדער און די 
דיכטערן פּיאטיגאָרסקאיא. 
אָט דער קרײַז שרײַבער, דער קערן פון דער קומענדיקער ליטערארישער ,קיַעװער גרופּע", 
האָט זיך קאָנצענטרירט ארום דער אקולטור-ליגע", װאָס האָט אָפּגעשפּילט א באדײַטנדיקע ראָליע 
אין דער אנטוויקלונג פון דער ייִדישער ליטעראטור. 
גאנץ אָפּט פלעגט מען זיך באגעגענען אף קוזנעטשנע גאס, װוּ ס'האָט זיך געפונען די 
באװוּסטע סטודענטישע גאָרקיך. די קיך האָט אונטערגעהאלטן די יונגע שרײַבער מיט אירע 
הירזשענע קאשעס. אמאָל פלעגט צו דער קאשע נאָך צוקומען א שטיקל פערדנפלייש. 
דער האָנאָראר, װאָס קוויטקאָ האָט אין יענער צײַט באקומען, איז געווען א קנאפּער. איז ער 
געװאָרן א פּאקנטרעגער אין דעם זעלבן פארלאג, װאָס האָט ארויסגעגעבן זײַנע ביכער. א שטיק 
צײַט איז ער געװען א דערציַער אין דעם קיעװער ייִדישן קינדערהיז. דאָרט האָט, אגעװ, 
אויך געארבעט די דיכטערן קאדיע מאָלאָדאָווסקאיא.' 
דאָס לאנד איז געווען רויַנירט, פּראָדוקטן זײַנען געווען מיט גאָלד גלײַך. איך האָב דעמלט 
גענערט א זויגקינד און ניט געהאט קיין ברויט צו זאט. קוויטקאָ האָט דאָס שטארק איבערגעלעבט. 
אין די יאָרן 1920---1921 איז אין קיִעוו זייער שווער געווען ארויסגעבן א בוך, קיין פּאפּיר 
איז אין די פארלאגן ניט געווען. אייניקע שרײַבער און קינסטלער זײַנען דעמלט ארויסגעפאָרן 
אף א צײַט קיין בערלין. צווישן זי אויך קװויטקאָ, װאָס האָט געטרוימט זען א וועלט, פארפולן דעם 
מאנגל אין וויסן. אים האָט זיך געדוכט, אז דאָס װעט אים זייער פיל געבן אין דעם פּראט. 
נאָר, װי עס טרעפט געוויינלעך, האָט פון אזעלכע פּלענער זיך אױיסגעלאָזט א טײַך. קעדיי 
עקזיסטירן מיט א פאמיליע, װאָלט מען באדארפט זיך דרוקן אין דער געלער פּרעסע, וועלכע 
האָט געשאָטן פּעך און שוועבל אפן סאָוועטנפארבאנד. וועגן דעם האָט, פארשטייט זיך, קיין רייד 
ניט געקאָנט זײַן. : 


קװיטקאָס אן אלטער גוטערפרײַנט, װאָס איז געווען דער פאָרשטייער פון דער סאָװעטן- 
רעגירונג אין דער דײַטשיש-סאָװועטישער געזעלשאפט ,דערוטרא", האָט אים געהאָלפן באקומען ' 


114 ׂ 


רעייט יא א יט יב א 2655 


ארבעט אינעם האמבורגער האפן באם אופנעמען די פעל פון ריאָיגראנדאָ. די פעל האָט מען אין 
האפן באארבעט און דערנאָך אָפּגעשיקט קיין סאָוועטנפארבאנד. 

נאָך א צענשאָיִקן ארבעטסטאָג פלעגט קוויטקאָ קומען פונעם האפן אהיים א מידער, א דורכ- 
געווייקטער מיט עסעריקן געשטאנק פון קאליע געװאָרענער פעל. 

בייס זײַן ארבעט אין האפן האָט קװויטקאָ באמערקט, אז אייניקע אויסלענדישע פירמעס 
באאוולען די סאָוועטנמאכט. דאָס האָט אים ניט געלאָזט רוען, און ער האָט גענומען שרײַבן בריוו 
קיין מאָסקװע און. קיין לאָנדאָן, װוּ עס האָבן זיך געפונען די אָנפירער פון רוסישן עקספּאָרט. 
סאָפקאָלסאָף האָט ער זיך זײַנס דערשלאָגן. פון מאָסקװע איז אראָפּגעקומען א מענטש, וועלכער 
האָט אויסגעפאָרשט דעם איניען. 

אין האמבורג איז קוויטקאָ ארײַנגעטראָטן אין דער דײַטשישער קאָמוניסטישער פּארטיי און 
געפירט פּראָפּאגאנדע צװישן די ארבעטער פונעם האפן. דאָ האָבן מיר איבערגעלעבט דעם בא- 
װוּסטן האמבורגער ארבעטער-אופשטאנד פון 1923. וועגן דעם האָט קוויטקאָ געשריבן אין אייניקע 
פון זײַנע דעמלטיקע לידער. 

אין א צײַט ארום איז קיין האמבורג געקומען דער ניסטער. ער האָט אויך געארבעט אין 
האפן -- ניט בא פעל, נאָר אף קװעבראכאַ-קאָרע, וועלכע װוערט גענוצט אין גארבערײַ. קימאט 
יעדן טאָג נאָך דער ארבעט פלעגט ער קומען צו אונדז. זײַן פּאָרטפעל איז געווען פול מיט װײַסע 
טאָרבעלעך -- פּראָבעס פון קוועבראכאָ. ער פלעגט זיי אויסשיטן אפן טיש און פארגלײַכן איין 
סאָרט מיטן צווייטן. 

איך האָב שטענדיק מיט אינטערעס זיך צוגעקוקט, װי די צוויי מענטשן עסן: קװיטקאָ -- 
געשמאק, עס האָט אזש אָנגעכאפּט א כיישעק נעמען א גאָפּל-מעסער און אויך עסן; דער ניסטער -- 
פּאמעלעך, אָן אפעטיט. איידער ער פלעגט נעמען טרינקען טיי, פלעגט ער לאנג ווארעמען די 
איידעלע פינגער בא דער גלאָז און דערבײַ דערמאָנען זײַן באָבעס א ווערטל: , פון אלע װײַנען -- 
איז דער בעסטער װײַן א זיס גלעזל טיי", 

נאָכן אָװנטברױט פלעגן מיר גיין שפּאצירן. ביידע, סײַ דער ניסטער, סײַ קװיטקאָ, האָבן 
ליב געהאט צו באזוכן דעם בארימטן האמבורגער ראיאָן ;סאנקט-פּאולי", װאָס שעמט מיט 
רעסטאָראנען און פארװײַלונגס-הײַזער. אהער פלעגן זיך צונויפקומען די יאמלײַט פון אלערליי 
שיפן, װאָס שטעלן זיך אָפּ אין האפן. ביידע שרײַבער האָבן ליב געהאט זיך צוקוקן צו די מא- 
טראָסן, כאָטש זיצן דאָרט איז געווען געפערלעך איבער די אָפטע געשלעגן, בייס וועלכע ס'פלעגט 
אויך א בליץ טאָן א מעסער. 

דאָס האמבורגער לעבן האָט קװויטקאָ נאָכדעם באשריבן אין זײַן ערשטן פּראָזע-בוך ;בא די 
ריָאָגראנדער פעל" און אין א ריי לידער. 


שי 6 8 


זײַענדיק אין דײַטשלאנד, האָט קװיטקאָ ניט איבערגעריסן די פארבינדונג מיט די קיַעװער 
שרײַבער. זײַן באגער אומקערן זיך צוריק קיין אוקראינע איז געווען זייער גרויס. צוליב דעם 
האָט ער זײַן נײַעם בוך לידער אָפּגעגעבן דעם בערלינער ;ייַדישן ליטערארישן פארלאג" מיט 
א טנײַ, אז דער גאנצער האָנאָראר װעט אים אױסגעצאָלט ווערן מיטאמאָל. דאָס געלט איז בא- 
שטימט געווען אף אומקערן זיך אהיים. 

ס'איז שווער איבערצוגעבן קװיטקאָס פארדראָס, ווען ער האָט איינמאָל זיך אָפּגעבעטן פון 
דער ארבעט, אראָפגעכאפּט זיך קיין בערלין, קעדיי באקומען דעם לאנגדערווארטן האָנאָראר, --- 
און האָט דאָרט נישט געטראָפן ניט דעם פארלאג, ניט זײַנע באלעבאטים. דער פארלאג האָט זיך 
ליקווידירט, די באלעבאטים זײַנען אוועק קיין אמעריקע און אין איינוועגס אוועקגעפירט מיט זיך 
דאָס ביסל מעזומאָנים. : 

צוזעענדיק קװיטקאָס צאר, האָבן אייניקע כאוויירים אים אױסגעליען אף הױצאָעס. 

איך מיט דער טאָכטער זײַנען דערװײַל פארבליבן אין האמבורג, װוּ כ'האָב געארבעט אין 
איינעם פון די אָפּטײלונגען פון דער סאָוועטישער האנדלס-פאָרשטייערשאפט. 


- 8 9 


פון האמבורג קיין קִיִעוו איז קוויטקאָ ארויסגעפאָרן אין 1925 יאָר. אין א קורצער צײַט ארום 
איז ער אריבערגעפאָרן קיין כארקאָוו און אָנגעהױיבן ארבעטן אלס סעקרעטאר פונעם זשורנאל 
גרויטע וועלט". 

איך דערמאָן זיך, װיאזוי קוויטקאָ פלעגט אָרגאניזירן מאטעריאל פארן זשורנאל. קוים האָט 
עמעצער דערציילט א טשיקאווע געשיכטע, א שיינע מײַסע, איז ער צוגעשטאנען צו אים, ער זאָל 
דאָס אומבאדינגט אָנשרײַבן. געוויינלעך פלעגט זיך באקומען א רױער מאטעריאל. קװיטקאָ 


115 


פלעגט איניינעם מיטן אװטאָר ארבעטן איבער דער זאך אזוי לאנג, ביזוואנען עס האָט זיך עפּעס 
באקומען. זײַן באגײַסטערונג פאר גוטע לידער, דערציילונגען, זײַן פרײַנטלעכקײַט און אופריכ- 
טיקײַט האָבן אים פארשאפן פיל פרײַנט. טאקע אדאנק קװיטקאָס פיייַקײיַט ארויסצובאקומען ווערק 
בא א שרײַבער האָבן די לייענער פון דער ,רויטער וועלט" באקומען ה. אָרלאנדס ,הרעבליעס". 
קוויטקאָ האָט מיט אזא אײַנגעשפּארטקײַט געמאָנט בא אים קאפּיטל נאָך קאפיטל, אז אָרלאנד 
האָט געמוזט זיצן באם שרײַבטיש און אומדערמידלעך ארבעטן. 

כוץ זײַן ארבעט אין דער ,רויטער וועלט", איז קװיטקאָ געװען אויך רעדאקטאָר פונעם 
קינדער-זשורנאל זײַ גרייט". 


: - : 


די ערשטע צײַט האָבן מיר אין כארקאָוו געלעבט דרײַ פאמיליעס אין איין דירע: דער 
אוקראיִנישער דיכטער פּאוולאָ טיטשינא, דער אוקראינישער פּראָזאיקער אלעקסאנדער קאָפּילענקאָ 
און מיר. טאקע דעמלט האָבן די דרײַ שרײַבער זיך שטארק באפרײַנדעט. 

טיטשינא האָט איבערגעזעצט א סאך קװיטקאָס לידער, ער האָט דערלערנט די ייַדישע 
שפּראך (װוי אויך ארמעניש, פראנצויזיש און גרוזיניש). ער פלעגט מיר שטרענג פאָרווארפן, ווען 
כ'האָב ניט פּינקטלעך איבערגעזעצט עפּעס א װאָרט אין , פּאָדסטראָטשניק* פון קװיטקאָס א ליד, -- 
דעם דיכטערס װאָרט איז געווען בא אים הײיליק. 

טיטשינעס באציונג צו קװיטקאָן איז אמבעסטן אױיסגעדריקט אין דער ווענדונג, װאָס ער 
האָט צוגעשיקט צו קװיטקאָס זיבעציקסטן געבורטסטאָג, װאָס איז דעם 11 נאָיאבער 1960 פײַער- 
לעך אָפּגעמערקט געװאָרן אינעם מאָסקװער ליטעראטן-הויז. 

...,טײַערער לעוו מאָיסייעװויטש, אומפארגעסלעכער פרײַנט אונדזערער, געבענטשטער שע- 
פער, וועמעס רום עס װעט קײנמאָל ניט אױסגעלאָשן װוערן, צארטער זינגער פון דער קינדער- 
נעשאָמע, מיט וועמען עס שטאָלצירט די סאָוועטישע ליטעראטור!.. כ'בין גליקלעך, װאָס כ'האָב זיך 
באגעגנט מיט אים, געייצעט זיך מיט אים און געשמועסט. קוויטקאָ האָט מיך באצויבערט מיט זײַן 
אומענדלעכער ליבע צום ארבעטס-מענטשן, צו די גרויסע אופטוען אין אונדזער סאָוועטישן לאנד. 
און פריַער פאר אלץ: קװויטקאָ מיט זײַן שאפונג איז שטענדיק געווען גרייט צו ענטפערן אף יעדן 
רוף פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי. 

און װי גרויס איז קװיטקאָס בײַטראָג אין דער קינדער-ליטעראטור! דער קװיטקאָ-קסאוו 
האָט צו זיך קיין גלײַכן ניט! זײַן טיף װאָרט איז ריין און דורכזיכטיק, פילפארביק, װי דער רעגנ- 
בויגן, װי דער טראָפּן טוי באם זון-אופגאנג!..* 


9 8 :: 


...אין כארקאָוו האָבן צו יענער צײַט געװוינט פּערעץ מארקיש און דער ניסטער. צס פלעגט 
קומען פון לענינגראד דער קאָמפּאָזיטאָר מ. מילנער -- א װוּנדערלעכער דערציילער. מיט א שטיל, 
ווייך קאָל האָט ער דערציילט אָן א שיר געשיכטעס פון זײַנע שטעטלדיקע קרויווים, באזונדערס 
פון זײַן פעטער און מומע. צי האָט טאקע עקזיסטירט דאָס אלטע פאָרפאָלק --- דער פעטער און 
די מומע, צי מילנער האָט זי פּאָשעט צוגעטראכט צוליב די אלע פריילעכע געשיכטעס, נאָר פון 
זײַן שטיל דערציילן איז אין שטוב געשטאנען א הילכיק געלעכטער. מע האָט געלאכט פון זײַנע 
מײַסעס, פון דעם, װוי ער האָט נאָכגעמאכט די האװײַעס, די אינטאָנאציעס פון די פּערסאָנאזשן. 

מילנער פלעגט אָפט זיך צוזעצן צו דער פיאנע און שפילן זײַנע אייגענע װערק, אָדער 
כאזאָנישע ;שטיקלעך", און דערבײי שטיל זינגען, מיט א ביז גאָר הארציקער שטים. אײנמאָל 
האָט ער אונדז אױסגעשפּילט און אויסגעזונגען זײַן ייִדישע אָפערע, צו וועלכער ער האָט, װוי מיר 
דוכט, אליין אָנגעשריבן די ליברעטאָ. 

מילנער האָט געקאָנט שאָענלאנג שפּינען און שפּינען זײַנע זיכרוינעס, נאָר מארקיש איז 
ניט געווען דער מענטש, װאָס זאָל לאָזן עמעצן לאנג הערשן אין א געשפּרעך. ער איז אליין געווען 
א מײַסטער צו דערציילן און האָט פארמאָגט א שלאל געשיכטעס, באזונדערס וועגן זײַנע ייַנגלשע 
יאָרן. ער פלעגט איבערכאפן די איניציאטיוו אף זײַן שטייגער --- פריילעך, שטורמיש, פארכלי- 
נענדיק זיך פונעם אייגענעם געלעכטער. 

אויך דער ניסטער האָט טיילמאָל ניט אויסגעהאלטן און גענומען מאָלן טיפּן פון זײַן בער- 
דיטשעוו. געטאָן האָט ער דאָס מיט קארגע, געשליפענע װערטער און פײַנעם הומאָר. יעדערער 
פון זי האָט געהאט צו דערציילן טשיקאווע זאכן און מע האָט געלאכט פון פולן הארצן. נאָר די 
הױיפּט-טעמע איז געווען -- ליטעראטור. וועגן דעם זײַנען זיי אימשטאנד געווען צו ריידן טאָג 
און נאכט. יעדער יאָמטעו, יעדעס קערמעשל פלעגט פארוואנדלט װערן אין א דיספּוט ועגן 
ליטעראטור. 


116 


רע אט לע 5 יעה 


מארקיש איז געווען א שטארק קאָלאָריטע פיגור צווישן די שרײַבער. ער האָט ליב געהאט 
א שארף װאָרט און נישט געשאנעװועט ניט זיך, ניט יענעם. א צונעמעניש, װאָס ער האָט געגעבן 
א מענטשן, האָט זיך צוגעקלעפּט אף איביק. 

מארקיש האָט פארמאָגט א שטארקע און שיינע שטים, געזונגען האָט ער אָבער זייער זעלטן. 
זײַנע אייגענע דערציילן, אז ער האָט אין דער היים קײינמאָל ניט געזונגען. אָבער אין די כאר- 
קאָװער צײַטן האָט ער זייער גערן געזונגען איניינעם מיט מילנערן אלטע ייִדישע ניגונים. איינ- 
מאָל איז אף אונדזער דאטשע צװוישן אים און כאציע דאָברושינען, װאָס האָט אויך געהאט א גוטע 
שטים, פאָרגעקומען א מין געװועט, ווער װעט אויסזינגען די בעסטע ייִדישע פאָלקסלידער. 

מארקיש האָט ליב געהאט האלטן רעדעס. אָנהײיבן פלעגט ער שטיל, רויַק, באדאכט, נאָר 
װאָס װײַטער האָט זיך זײַן קאָל געשטארקט, די שטים האָט געהילכט, און אָט האָט ער זיך שוין 
געריסן מיט אלע קויכעס, באגאָסן זיך מיט שווייס, געװאָרן הייזעריק, כאָטש ניט זעלטן האָט דער 
אינהאלט פון דער רעדע עס גאָר ניט געפאָדערט. 


8 .. - 


מיט דאָװיד בערגעלסאָנען איז קוויטקאָ געווען פארבונדן נאָך פונעם 1916 יאָר. 

ניט קיין הויכער, שטענדיק זויבער און עלעגאנט געקליידט, מיט זייער אן אויסדריקלעך 
פאָנעם -- אזא איז געווען בערגעלסאָן. זײַן װירדיק האלטן זיך, זײַן ארט ריידן האָט געלאָזט אײַך 
פילן, אז דאָס איז א מענטש מיט װאָג. 

ניט שטענדיק, פארשטייט זיך, האָט בערגעלסאָן זיך אזוי געהאלטן. א מענטש א לעבעדיקער, 
מיט א שטארקן טעמפּעראמענט, האָט ער אויך געקאָנט ארויס פון די קיילים, און דעמלט האָט 
אין אים אלץ געברויזט, די אויגן האָבן געפינקלט, גערעדט האָט ער גיך און הייס. 

אין זײַנע געמיטלעכע שמועסן, אין אן ענגן קרײַז פון גוטעפרײיַנט, איז בערגעלסאָן געווען 
אן אויסגעצייכנטער דערציילער. שארפזיניק, מיט א סאך הומאָר האָט ער געמאָלט זײַנע פּארשוי- 
נען און דערבײַ געשמאק געלאכט. זײַנע קליינע מינדלעכע נאָװעלן זײַנען געװען געטאָקטע. 

דאָװיד בערגעלסאָן איז געווען זייער מוזיקאליש. אין מינוטן פון א באזונדערס גוטער 
שטימונג האָט ער שטיל געזונגען מיט א טיפער שטים. 


8 - 8 


אין די יאָרן, ווען אין לאנד האָט זיך אָנגעהויבן די גרויסע אינדוסטריִעלע בויוּנג, האָט 
קװיטקאָ, װאָס האָט קעסיידער געשטרעבט צו זײַן אין געדיכטעניש פון לעבן, באשלאָסן גיין 
ארבעטן אין א זאװאָד. ער האָט אָפּגעגעבן זײַנע פאפּירן אין כארקאָווער טראקטאָר-זאװאָד, קיינעם 
ניט צו וויסן געגעבן, אז ער איז א דיכטער מיט א נאָמען, און געװאָרן א לערנייַנגל בא א 
טאָקער-ווארשטאט, 

דער אלטער מײַסטער, װאָס האָט געזאָלט אים לערנען, האָט אָפט איראָניזירט פון זײַן 
איבערגעוואקסענעם לערניינגל, וועלכער האָט ניט אזוי גיך געכאפּט די קונסט פון טאָקערײַ. 
געארבעט האָט מען אין דרײַ מישמוירעס. באזונדערס שווער איז קװיטקאָן געװען די ארבעט 
באנאכט. עס האָט געמאטערט דער שלאָף, און פון דער ארבעט פלעגט װערן, לויט קװיטקאָס 
אויסדרוק, ,א שלעפעריקע קאשע". 

קװויטקאָ איז אין יענער צײַט געװען שעפעריש זייער אקטיוו. ער האָט אָנגעשריבן זײַן 
ערשט ביכל פּראָזע ,בא די ריַאָגראנדער פעל", דאָס אװטאָביאָגראפישע פּראָזע-בוך ;ליאם און 
פעטריק", א סאך קינדער-לידער, די זאמלונג ,אין טראקטאָר-צעך", אָנגעהױבן ארבעטן איבער 
דעם סאטירישן ראָמאן ,געץ בים-באָם". 


: י 6 


אין 1922 איז אין כארקאָוו פאָרגעקומען א קאָנפערענץ װעגן דער סאָוועטישער קינדער- 
ליטעראטור, אָרגאניזירט דורכן צענטראל-קאָמיטעט פון קאָמיוג. עס זײַנען געקומען אף דער 
קאָנפערענץ אויך די אָנגעזעענסטע קינדער-שרײַבער פון לענינגראד און מאָסקװע: מארשאק, 
טשוקאָווסקי, סמירנאָווא און אנדערע. זיי האָבן מיט באגײַסטערונג אופגענומען קװיטקאָס קינ- 
דער-לידער, וועלכע זײַנען שוין צו יענער צײַט געווען איבערגעזעצט אף אוקראיניש דורך די 
דיכטער טיטשינא, סאָסיורא, רילסקי, זאבילא. 

די קאָנפערענץ איז געװאָרן א גרויסע געשעעניש אין קװיטקאָס שעפערישן לעבן. דער 
דיכטער און ליטעראטור-פאָרשער קאָרניי טשוקאָווסקי און די באװוּסטע קריטיקערן ווערא 
סמירנאָווא האָבן געװענדט די אופמערקזאמקײַט פון דער רוסישער געזעלשאפּטלעכקײַט אף 
דעם ווערט פון זײַנע קינדער-לידער, אָנװײַונדיק, אז אלע קינדער פון אונדזער לאנד דארפן זיך 


117 


מיט זיי באקענען. און דאָס איז טאקע אינגיכן מעקוּיעם געװאָרן. קװיטקאָס ביכער האָבן זיך 
אָנגעהױבן דרוקן אין מיליאָניקע טיראזשן, זײַנען איבערגעזעצט געװאָרן אף צענדליקער שפראכן. 

פאר זײַן ליטערארישער ארבעט איז קװיטקאָ אין 1938 באלוינט געװאָרן מיטן אָרדען פון 
דער רויטער ארבעטס-פאָן. 


.- : 3 


קװיטקאָ איז געווען זייער א געזונטער מענטש, פּאָשעט אף כידושים. ער האָט ניט געװוּסט, 
װאָס איז אזוינס ציינווייטעק, צי קאָפּװײיטעק, װאָס הייסט ביכלאל קראנק זײַן. ער האָט ניט 
געקאָנט ריידן מיט א קראנקן, ניט געװוּסט, װיָאזוי טרייסטן אים. ווען עס האָט זיך געטראָפן, אז 
איך בין קראנק געװאָרן, האָט ער אויסגעהאלטן ניט מער, וי איין טאָג, און דערנאָך מיך געשלעפּט 
בא דער האנט: ;שטיי שוין אוף, גענוג צו ליגן".. 

אָבער אײנמאָל איז ער געקומען אהיים פון א רײַזע מיט א פארומערט פּאָנעם, א שװײַגנדי- 
קער, און זיך ארײַנגעלײגט אין בעט ארײַן. כ'האָב קוים געפּויעלט בא אים, ער זאָל מיר זאָגן, װאָס 
איז געשען. ער האָט דערציילט, אז אין וועג איז אים שלעכט געװאָרן: ,װײַזט אויס, -- האָט ער 
געזאָגט, -- אז עס איז געקומען מײַן סאָף...* 

אינגיכן האָבן מיר אים געשטעלט אף די פיס, כאָטש ער האָט ניט געגלייבט, אז ער קאָן 
נאָך אמאָל געזונט װערן. דער שאָטן פון טובערקוליאָז, װאָס האָט פארשניטן אלע זײַנע שוועס- 
טער און ברידער, דעם טאטן און די מאמע, איז אים שטענדיק געשטאנען פאר די אויגן. שפּעטער, 
נאָך דער מילכאָמע, פלעגט ער אָפט קראנק וערן, און יעדעס מאָל האָט געקאָסט פיל מי אים 
אָפּצוּווענדן פונעם געדאנק, װאָס האָט אים פארפאָלגט, אז דאָס איז שוין דער סאָף זײַנער. 


6 9 6 


א באשיידענער און דעליקאטער לוט דער נאטור, איז ער געווען געדולדיק בענעגייע יענע 
זײַנע קסאוויאדן, װאָס פלעגן צו לאנג ליגן אין די פארלאגן. נאָר קוים האָט עס געטראָפן מיט אן 
אנדערן, האָט ער אָנגעװענדט אלע מיטלען אף צו פארשנעלערן דאָס דערשײיַנען פונעם בוך. 

די דאָזיקע טעווע קװיטקאָס האָבן גוט געװוּסט זײַנע כאוויירים. זייער אָפט פלעגן אָנקומען 
בריוו; ,לייב, לעמאנאשעם, טוט עפּעס..." און קװיטקאָ האָט געטאָן, זיך ניט בארויַקט, ביז ער 
האָט ניט געפּױעלט אין פארלאג האָנאָראר פארן שרײַבער, אָדער מע זאָל דאָס בוך גיכער לאָזן 
אין דרוק. 

{ באם באקומען זײַן האָנאָראר אין פארלאג פלעגט קוויטקאָ ארײַנקוקן כאוויירים אין די אויגן, 
צי דארף ניט עמעצער פון זיי א האלװאָע. ער האָט גערן אױסגעליִען, און ס'ראָוו ניט געדענקט 
וועמען און וויפל. ווען קיין געלט איז אין שטוב ניט געװוען (דאָס האָט פאסירט אין די ייִנגערע 
יאָרן), האָט ער לאנג געקאָנט זיך באגיין מיט א שיבעש, אָבער ניט געגאנגען באָרגן. באקומען 
האָנאָראר, האָט ער ליב געהאט קויפן מאטאָנעס פאר אלע זײַנע אייגענע. 


:: :. :. 


די זון איז געווען קװיטקאָס גרויסע ליבע. ווען נאָך א געוויטער האָט די זון זיך ווידער 
באוויזן, האָט ער ניט געקאָנט אײַנזיצן אין שטוב און געשלעפּט מיך אין גאס ארײַן: ;קום, קום, 
די זון איז ארויס!" ער האָט מיך געהאלטן בא דער האנט און געשפּאנט מיט פארמאכטע אױגן, 
געשעפּטשעט שורעס פון א נײַער ליד און געבעטן מיך: ,פארגעדענק".. 

ארבעטן האָט ער געקאָנט אָן א סאָף. אויב קיינער האָט אים ניט געשטערט, האָט ער שאָענ- 
לאנג פארבראכט מיט זײַן בלאָקנאָטל, ארומגעגאנגען פון איין צימער אין צווייטן, זשעסטיקולירט, 
די ברייט צעעפנטע אויגן האָבן דערביי קיינעם ניט געזען, ער האָט גאָרנישט ניט געהערט. לאנג 
זיצנדיק אין טיפן פאָטעל, פלעגט ער ארומכאפּן מיט ביידע הענט א קני און ווייטעקדיק זיך 
וויגן. אָפּט זײַנען טרערן געשטאנען אין זײַנע אויגן. 

גאנצפרי האָט ער מיט אומגעדולד געווארט אף די צײַטונגען. אונטערן אײַנדרוק פון גע- 
וויינלעכע צײַטונג-באריכטן פלעגן בא אים געבוירן װערן לידער. ער האָט זיך אָפּגערופן אף 
יעדער מער-װייניקער וויכטיקער געשעעניש. אָבער ווען די ליד איז שוין געווען פארטיק, האָט 
ער זיך ניט געײַלט זי צו דרוקן. דער איקער איז געווען בא אים --- ארױסזאָגן זײַן באציונג צום 
געשעענעם. 

געשריבן האָט ער מיט פּיצינקע בלײַערלעך. יעדן בלײַער געשניטן אף קליינע אָפּשניצלעך 
און צעשטעקט זיי אין אלע קעשענעס. אָפּטמאָל האָט ער זיך אופגעכאפּט באנאכט און, ניט אָנ- 
צינדנדיק קיין ליכט, קעדיי מיך ניט אופצוּוועקן, געפירט מיטן בלײַער אין דער פינצטער. אינ- 
דערפרי האָט ער אליין ניט געקאָנט איבערלייענען דאָס אָנגעשריבענע. 


118 


געשריבן האָט ער אף קליינינקע בלאָקנאָטלעך אָדער אף שטיקלעך פּאפּיר, די פּאפּירלעך בא- 
האלטן אין די שופלאָדן פונעם שרײַבטיש. זעלטן פלעגט ער דערפירן א ליד באלד ביזן סאָף. 
דעריבער זײַנען זײַנע שופלאָדן געווען פול מיט ניט פארענדיקטע לידער. איינמאָל האָט ער צו- 
נויפגענומען א פולע פאפּקע מיט אזעלכע אָנהייבן און איז אװעקגעפאָרן ארבעטן אף דער דאטשע. 
אין צוג האָט ער די פּאפּקע פארגעסן. אזוי איז פארלאָרן געגאנגען עטלעכע יאָר ארבעט. 

אליין האָט ער ניט געדענקט קיין איין סטראָפּע פון זײַנע לידער. מע האָט געקאָנט אים 
אונטערטראָגן זײַן אייגענע ליד אלס פרעמדע -- אזוי שטארק פלעגט ער פארגעסן זײַנע לידער, 
באזונדערס די, װאָס ער האָט געשריבן אין די ייִנגערע יאָרן. 

ער האָט קינמאָל ניט געשטרעבט צו לײַענען פאר כאוויירים זײַנע װוערק, ניט דערפאר, 
װײַל ער זאָל האָבן װייניק געשאצט פרעמדע מיינונגען, נאָר דערפאר, װײַל ער איז ניט געווען 
פארבלענדט פון זײַן אייגענער שאפונג. אים האָט זיך שטענדיק אויסגעוויזן, אז זײַנע לידער זײַנען 
נאָך ניט גענוג רײַף, נאָר ווען ער האָט יאָ געלייענט פאר כאוויירים, איז אים טײַער געווען יעדע 
מיינונג. 

כאָטש א טאָג אָן ליטערארישער ארבעט האָט בא אים געהייסן א פארלוירענער טאָג, האָט 
ער זיך דאָך געלאָזט אָפּװענדן דורך צופעליקע געסט. יעדער מענטש האָט געקאָנט שאָענלאנג 
אָפּזיצן בא אים און דערציילן געשיכטעס. מיט גרויס פארגעניגן האָט ער זיי אויסגעהערט. און 
װאָס פּאָשעטער עס איז געווען דער גאסט, אלץ מער קאָװעד האָט אים קװויטקאָ אָפּגעגעבן. מיט 
באזונדערן אָפּשײַ האָט ער זיך באצויגן צו ארבעטער. גערן האָט ער געשמועסט מיט עלטערע 
פרויען. ער האָט געהאלטן, אז זי זײַנען דִי בעסטע דערציילערנס. 


8 6 8 


איינער פון קװיטקאָס טרוימען איז געווען -- האָבן א סאך זין. ער האָט מיר אָפּט געמאָלט 
די שײינקײַט פון א גרויסער מישפּאָכע, ווען דער פאָטער זיצט בעראָש פון א גרויסן טיש און 
ארום אים -- זײַנע קינדער. ניט איין מאָל האָט ער איבערגעכאזערט: ,מיר האָבן זיך שוין ווידער 
געכאָלעמט מײַנע זין..* 

מיט גרויס נײַגעריקײַט האָט ער זיך צוגעקוקט צו געוויקסן, צו כײַעס. קעץ, הינער, הענער, 
גענדז האָט ער אויסגעלאכט אין זײַנע לידער, דערפאר אָבער שטארק ליב געהאט הינט. אָפט 
געבראכט פון דער גאס קליינע הינטעלעך, אז מיר זאָלן זיי אויסהאָדעװען. 

אין אלץ האָט ער געזוכט שײינקײַט. דאָס איז געווען איינער פון זײַנע הויפּט-שטריכן. יעדע 
ארבעט, אפילע די קלענסטע, אוב זי איז געטאָן געװאָרן מיט קאָפּ, האָט ארויסגערופן בא אים 
באגײַסטערונג. שאָענלאנג האָט ער געקאָנט שטיין און צוקוקן, װי עס ארבעט א באלמעלאָכע 
און דערנאָך רימען פאר אונדז די שײינקײַט פון זײַנע האָרעפּאשנע הענט. 

ווען קיינער, כוץ מיר, איז אין שטוב ניט געװען, האָט ער ליב געהאט טאנצן. איך האָב 
באדארפט זיצן דערבײַ און צוקוקן. אָפּטמאָל האָט ער ניט געקאָנט זיך ספּראווען מיטן גיכן טעמפּ 
פון דער מוזיק און פלעגט מיט זײַן גאנצער שװערװאָגיקײַט א פאל טאָן אף דער ערד. קוים אָפּ- 
געעטעמט פון געלעכטער, האָט ער ווידער זיך גענומען טאנצן. 

קריגערײיַען, אמפּערניש זײיַנען אים געווען דערווידער. ער האָט שטענדיק דער ערשטער גע- 
זוכט שאָלעם צו מאכן. קריגערײַען צווישן באקאנטע האָט ער געהיילט מיט אזא מיטל: פאר יעדן 
פון זיי געלויבט די מײַלעס פון צווייטן. שאדכענען, אײַנרײדן באקאנטע כאסענע האָבן, רימען פאר 
זיי די מײַלעס פון א פאמיליען-לעבן איז אויך געווען אין זײַן טעווע. 

פּרײַנט האָבן געהאלטן, אז קויטקאָ שאפט גרינג, אָן מי, װײַל מע האָט אים שטענדיק 
געזען א גוטמוטיקן, אן אופגעלייגטן און פריילעכן. קיינער האָט ניט געװוּסט, וי אָפּט ער פלעגט 
זײַן פארצווייפלט: אים האָט זיך דאן געדוכט, אז ער װעט שוין קיינמאָל מער ניט קענען שאפן 
קיין גוטע לידער. 


4 45 6 


רײַזעס זײַנען געווען קװיטקאָס א לײַדנשאפט. שטענדיק איז ער גרייט געווען ארומצופאָרן, 
קעדיי זען נײַע ערטער, אן אנדער לעבנסשטייגער. ער האָט זיך גערן באנוצט מיט די שרײַבערשע 
קאָמאנדירונגען. אָפט פלעגט ער פּאָשעט קויפן א בילעט און אװעקלאָזן זיך אין אן אומבא- 
קאנטער שטאָט. 

ער איז אױסגעפאָרן אונדזער לאנד מיט באנען, מיט שיפן, מיט אעראָפּלאנען, מיט אװטאָ- 
מאָבילן. און ווען ער איז אינערגעץ ניט ארויסגעפאָרן, פלעגט ער אוועקגיין אף װײַטע שפּאצירן, 
אומיסטן פּלאָנטערן דעם וועג, קעדיי ארייַנצופאלן אין אומבאקאנטע ערטער. 

אין רוישנדיקן צוג, אף דער אייבערשטער באנק, האָט זיך אים באזונדערס געשמאק גע- 


9ו1 


ארבעט. ער איז פיייק געווען זיך אויסשליסן פון אלע ארומיקע שמועסן און אָפּגעבן זיך אין 
רעשוס פון זײַנע געדאנקען. 

זײַן רײַזע אין דער ארקטיק איז פאר אלעמען געווען אן אומדערווארטע. דערװוּסט זיך, אז 
עס גייט אהין אָפּ דאָס ערשטע ,שווימענדיקע אָפּרו-הויז" (דאָס איז געווען אין 1938 יאָר), האָט 
ער גלײַך באשלאָסן פאָרן. ער האָט אײַנגעקויפט אלץ, װאָס איז נייטיק פאר אזא רײַזע, און אוועק- 
געלאָזט זיך אין וועג ארײַן. ס'איז דאן געווען א הייסער זומער אין מאָסקװע. איך בין געװוען 
אין א סאנאטאָריע און האָב פּלוצעם אָנגעהויבן באקומען טעלעגראמעס פון אומבאקאנטע ערטער. 

געענדיקט האָט זיך די רײַזע אזוי: צוריקוועגס, אין ארכאנגעלסק, איז קװיטקאָ ארויס פון 
צוג א קוק טאָן אפן װאָקזאל. ארויס איז ער אין די שטעקשיך און אָן דעם רעקל, װוּ עס איז 
געלעגן געלט און דאָקומענטן. פארכאפט פון עפּעס א סצענע, האָט ער פארשפּעטיקט צום צוג. 
דער שעף פון װאָקזאל האָט אים געגעבן א דערלױבעניש פאָרן אָן א בילעט ביז דער צווייטער 
סטאנציע. אזוי איזן ער אף יעדער סטאנציע געלאָפן צום שעף פון װאָקזאל, ווידער און וידער 
אויסגעדערציילט זײַן געשיכטע, ביז ער האָט שוין ניט װײַט פון מאָסקװע אָנגעיאָגט זײַן צוג. 


6 6 6 


אין קאבינעט בא קװיטקאָן איז געשטאנען א נידעריק שאפקעלע, אף וועלכן ס'זײַנען געווען 
צוגעפעסטיקט קליינע קלאמער-צוואנגען. דאָס שאפקעלע איז געווען אָנגעפּיקעװועט מיט פּײַלן 
און זעגן פון פארשיידענער גרייס. דאָרט זײַנען געלעגן קאָל-האמינים אָפּצװענגעס, דראָטן -- 
גראָבע און דינע, טשוועקעס -- פון די גרעסטע ביז די פּיצינקע, א הובל, א לאָמפּ אף שמעלצן 
מעטאלענע זאכן. דאָס קלאפּער-געצײַג איז שטענדיק געווען בא קװיטקאָן אין דער ארבעט. ער 
האָט געקענט אי שלאָסערײַ, אי סטאָליערײַ, אי עלעקטראָטעכניק. אין די יונגע יאָרן האָט ער מיר 
אפילע אליין אופגענייט צוויי פּאָר שיך. ער האָט געקענט שטעפּן אף א מאשין, נייען (מיט דער 
לינקער האנט), פארבן, װי אן עמעסער פאכמאן. 

א גרויס פארגעניגן איז געווען בא אים ארומגיין איבער די קלייטן און אויסגעפינען שיין- 
אָפּגעטאָקטע אינסטרומענטן. פון די אנטיקוואר-קראָמען פלעגט ער ברענגען פּעק מיט שטױביקע 
ביכער אף פארשיידנסטע טעמעס. אים האָבן אינטערעסירט די סאמע אומגעריכטע קעגנשטאנדן. 


8 8 6 


אין בערלין האָט קוויטקאָ זיך געהאט באקענט מיט מייער ווינערן. זיי זײַנען געװאָרן שטארק 
באפרײיַנדעט. ווינער איז געווען א פילזײַטיק-געבילדעטער מענטש, ער האָט שטודירט אין עטלעכע 
אײראָפּעישע לענדער. 

זי האָבן א סאך צײַט פארבראכט איניינעם. שאָענלאנג געקאָנט מעסטן די בערלינער גאסן 
און ריידן, ריידן, באהאנדלען פארשיידנסטע פראגן. קוויטקאָ האָט מיט גרויס דאָרשט אײַנגעזאפּט 
אין זיך ווינערס רײַכע קענטענישן, און ווינער האָט, פון זײַן זײַט, מיט אינטערעס אויסגעהערט 
קװיטקאָס דערינערונגען וועגן זײַן לעבן, וועגן באָלשעװיזם, וועגן דעם יונגן סאָװועטן-לאנד. 

אזוי איז געשען, אז ווינער, דער זון פון א רײַכן פאבריקאנט, איז אונטערגעפאלן אונטער 
קװויטקאָס ווירקונג. קורץ נאָך אונדזער ארױיספאָרן פון דײַטשלאנד האָט װינער אף שטענדיק 
פארלאָזט זײַן היימלאנד עסטרײַך און איז געקומען צו פאָרן קיין סאָוועטנפארבאנד שוין אלס 
מיטגליד פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי. 

בא אונדז אין כארקאָוו האָט ער געװווינט א פאָר כאדאָשים. פונדאנען איז ער אריבערגעפאָרן 
קיין קיִעװוו און אין א צײַט ארום זיך באזעצט אין מאָסקװע, װוּ ער האָט געפירט א ברייטע 
געזעלשאפטלעכע און פעדאגאָגישע ארבעט, אָנגעשריבן א ריי וויכטיקע װוערק -- דעם ראָמאן 
;קאָלעוו אשקענאזי", ,עטיודן צו דער געשיכטע פון דער ייִַדישער ליטעראטור אין אזא 
יאָרהונדערט?* און אנדערע. 

אין די ערשטע טעג פון דער גרויסער פאָטערלענדישער מילכאָמע איז ווינער פרײַויליק 
אוועק אפן פראָנט און אומגעקומען מיט א העלדן-טויט. 


6 ס 6 


די צוועלף יאָר, וועלכע קוויטקאָ האָט פארבראכט אין מאָסקװע (1936--1948), זײַנען געווען 
פאר אים יאָרן פון גרויסן שעפערישן אופבלי. דאָ האָט ער פארענדיקט זײַן לעבנס-בוך -- די 
פּאָעמע ,יונגע יאָרן", איבער וועלכער ער האָט געארבעט יאָרנלאנג, אָנגעשריבן צוויי פּראָזע- 
ביכער (ליידער, ביידע ניט פארענדיקט) און עטלעכע לידער-זאמלונגען. 

אין אָט די יאָרן זײַנען איבערגעזעצט געװאָרן אף רוסיש קװיטקאָס פּאָעטישע זאמלונגען, 


100 


וועלכע האָבן אים געבראכט ברייטע אנערקענונג, -- זײַנע קינדער-לידער זײַנען געװאָרן אן 
אָרגאנישער טייל פון דער גרויסער סאָוועטישער דיכטונג. קװיטקאָס קינדער-לידער זײַנען 
איבערגעזעצט געװאָרן אף 36 שפראכן. ס'איז ניט געווען אזא ווינקל אין לאנד, װוּ זי זאָלן ניט 
געלייענט װוערן. 

אין מאָסקװע האָט קוויטקאָ באקומען א מעגלעכקײַט אויסצופילן זײַן לאנגאָניקן טרוים -- 
אויסבויען א זומער-װווינונג הינטער דער שטאָט און זײַן נאָענט צו דער נאטור. די באדערפעניש 
צו נאָכשפּירן, װיאזוי עס שפּראָצן געוויקסן, אליין פלאנצן זיי, צוקוקן זיך צום לעבן פון זשוקלעך, 
פייגעלעך, כײַעלעך, איז געווען בא אים זייער א שטארקע. אין מעשעך פון די דרײַ יאָר, װאָס 
אונדזער הויז האָט זיך געבויט, האָט ער גענומען א גרויסן אָנטײל אין דער בויוּנג. און ווען דער 
ארכיטעקטאָר האָט אויסגענוצט דאָס גאנצע געלט, װאָס איז באשטימט געווען פאר דער דאטשע, . 
און זי איז ערשט קוים אף א העלפט פארטיק געווען, האָט קוויטקאָ זיך גענומען אליין פארענדיקן 
דאָס הויז. דאָס איז געווען א ריזיקע אָנשטרענגונג --- צײַט האָט ער געהאט קנאפּ. דאָך האָט אים 
די ארבעט פארשאפן גרויס האנאָע. דאָס לעבן אף דער דאטשע האָט אים געגעבן א סאך 
מאטעריאל פאר זײַן שאפונג. דאָרט האָט ער אָנגעשריבן ,דאָס ערשטע יאָדליקל", ,אליין זיך 
פארפלאנצט", ,דער ברונעם", ,, די פלוים", ,די גרויסע שײינקײַט", ,שטיי אוף פארטאָג", , די 
פרוכט און די ביימער", ,רויערד", ,די זון האָט פארשפעטיקט", ,פּרײַנטשאפט", ,די טרוסקאווקע", 
;וי הייסטו", ,, איך בין א קאָזעקל", ,פון דעמבע קיין ברעמבע", אלע זײַנע ווינטער-לידער און 
זייער פיל אנדערע. 

קװיטקאָס לידער האָבן צוגעצויגן פיל קאָמפאָזיטאָרן. גאנצע זאמלונגען און אויך איינצלנע 
זײַנע זינגלידער זײַנען ארויסגעגעבן געװאָרן דורך פארשיידענע מוזיק-פארלאגן. בא פערציק 
קאָמפּאָזיטאָרן האָבן געשריבן מוזיק צו קװיטקאָס טעקסטן. באצויבערט האָט זיי די באזונדערע 
זינגעװודיקײַט פון זײַנע לידער. 


8 6 8 


אין 1941, ווען עס איז אױסגעבראָכן די מילכאָמע, האָבן אף א שרײַבער-פארזאמלונג א 
סאך ליטעראטן פרײַװיליק זיך פארשריבן אין דער פאָלקס-אָפּאָלטשעניע. צװוישן זיי איז געווען 
אויך קװויטקאָ. אין א פּאָר טעג ארום נאָך דער פארזאמלונג איז ער גאנצפרי אוועק אין שרײיַבער- 
פארבאנד. פארנאכט האָט ער זיך אומגעקערט אהיים און דערצײלט, אז אלעקסאנדער פאדייעוו 
האָט אים באפוילן בלײַבן אין מאָסקװע צוליב א באזונדער שליכעס. 

אינגיכן האָט מען ארויסגערופן קװיטקאָן און באופּטראָגט אים אוועקפירן קיין סאראטאָוו 
געלט פאר די שרײַבער --- פּלייטים פון פּױלן, העלפן זיי זיך אײַנצואָרדענען אף די נײַע ערטער 
און דעריקער צונויפזאמלען בא זיי מאטעריאל וועגן די היטלערישע פארברעכנס. 

מיט קװיטקאָן האָב איך זיך געטראָפן ערשט אין עטלעכע כאדאָשים ארום, ווען ער איז 
צוזאמען מיט א גרופע שרײַבער געקומען קיין קאזאן. ס'איז שווער געווען צו דערקענען אים, 
אזוי האָבן אים געעלטערט די יעסורים פארן גוירל פון לאנד. 

...ווען אין קוּיבישעוו האָט זיך אָרגאניזירט דער ייַדישער אנטיפאשיסטישער קאָמיטעט, האָט 
מען קװיטקאָן ארויסגערופן אהין אף ארבעט. אויך אין מאָסקװע האָט ער גענומען דעם אקטיווסטן 
אָנטיל אין דער טעטיקײַט פון קאָמיטעט, געווען איינער פון זײַנע סעקרעטארן און א מיטגליד 
פון פּרעזידיָום. 


א גוטע און שטארקע פרײַנטשאפט האָט פארבונדן קװיטקאָן מיט רוסישע שרײַבער. איך 
דערמאָן זיך, װוי אין 1926, ווען מיר האָבן נאָך געװווינט אין קיַעװו, איז פון מאָסקװע געקומען 
און פארפאָרן צו אונדז טשוקאָווסקי. קיין קִיִעוו איז אויך אראָפּגעקומען זשיטקאָוו. 

יעדן אינדערפרי פלעגט באָריס זשיטקאָװו ארייַנגײן צו אונדז. ער איז געווען א מענטש מיט 
א לעגענדארער ביַאָגראפיע. א קאפּיטאן פון יאם-שיפן, האָט ער א גאנץ לעבן געהאט צו טאָן 
מיט װײַטע רײַזעס איבער פארשיידענע יאמען און אָקעאנען. 

טשוקאָווסקי, זשיטקאָוו, קװיטקאָ און דער אוקראינישער שרײַבער קאָפּילענקאָ זײַנען געזעסן 
באם טיש פון פרישטיק ביז מיטיק און פון מיטיק ביז אָװונט-טײ, קימאט ניט אופהייבנדיק זיך 
פון די בענקלעך. זשיטקאָוו האָט דערציילט ועגן זײַנע פאנטאסטישע איבערלעבונגען, און 
טשוקאָווסקי --- א שלאל פריילעכע געשיכטעס, פולע מיט הומאָר און כאָכמע. 

אין שטוב איז געשטאנען א געדיכטער רויך פון זשיטקאָווס און קאָפּילענקאָס פּיפּקעס, 
און די מײַסעס האָבן זיך געצויגן און געצויגן, װי אין א כאָלעם. 


11 


מען איז נאָך געווען אונטערן אײַנדרוק פון זשיטקאָווס עקזאָטישע בילדער, וען קאָרנײ 
טשוקאָווסקי האָט זיך װוידער דערמאָנט א נײַע טשיקאווע געשיכטע, און מיט א פריילעך פײַערל 
אין די קלוגע בלויע אויגן שוין צוגעשמידט צו זיך אלעמענס אופמערקזאמקײַט... 


8 4 6 


פאר קװיטקאָן איז באזונדערס כאראקטעריסטיש די ליבע צו געזעלשאפטלעכער ארבעט. 
דאָס איז געווען פאר אים אָרגאניש. ער איז קעסיידער גרייט געװען פארגעסן אין זײַנע 
ליטערארישע פלענער צוליב געזעלשאפטלעכע איניאָנים. מיר פלעגט אויסקומען אים דערמאָנען, 
אז ס'איז שוין צײַט צו ברענגען אין אָרדענונג דעם בארג ניט פארענדיקטע זאכן, נאָר ער האָט 
אלץ קיין צײַט ניט געפונען אף דעם. דאָס האָט טאקע געבראכט דערצו, װאָס פיל לידער זײַנען 
אין די זאמלונגען ניט ארײַן, זי זײַנען פארפאלן געגאנגען. 

איך וויל דאָ אויך אינקורצן דערציילן וועגן זײַן ארבעט אלס פאָרזיצער פונעם פּראָפּעסיָאָנעלן 
קאָמיטעט פון די קינדער- און יוגנט-שרײַבער. 

װוי באװוּסט, איז די נאָכמילכאָמע-צײַט געווען א שווערע, פיל שרײיַבער האָבן זיך דרינגענד 
גענייטיקט אין הילף. דער פּראָפּקאָם, װאָס האָט נאָך עקזיסטירט ביז דעם קריג, האָט פארלאָרן 
אפילע זײַן לאָקאל, און באקומען א נײַעם איז געווען א שווערע זאך, מע האָט געדארפט אָנהייבן 
אלץ פונדאָסנײַ. קװיטקאָ האָט זיך גענומען צו דעם איניען. ער האָט דאָס באטראכט, וי זײַנעם א 
פּארטיייַשן כויוו. די דאָזיקע ארבעט האָט געפאָדערט ענערגיע, ווירטשאפטלעכע פייַקײַטן 
קװיטקאָ, א מענטש, װאָס װאָלט פאר זיך פּערזענלעך קיין פּרוטע ניט געגאנגען בעטן, האָט 
פארן קאָלעקטיוו זיך דערשלאָגן אלץ, װאָס איז נייטיק געווען. 

צו יענער צײַט האָט ער פארטראכט א סעריע קינדער-ביכלעך -- ,ליליפוטלעך". דאָס האָט 
געגעבן א מעגלעכקײַט רעמאָנטירן די דירע, װאָס דער פּראָפּקאָם האָט באקומען, אײַנקויפן מעבל, 
אפילע א ראָיאל. ער האָט אליין אכטונג געגעבן אף דעם רעמאָנט, געזאָרגט, אז אלע מיטגלידער 
פון פּראָפּקאָם זאָלן באקומען די געהעריקע ברויט-קארטלעך, פּײַקעס, טאלאָנען אף וועש, קליידער, 
שוכווארג. ער האָט דאָס געטאָן מיט דער ליבע פון א פאָטער, װאָס זאָרגט פאר זײַנע קינדער. 

אין דעם נײַעם לאָקאל האָט ער אָנגעהױבן דורכפירן פארזאמלונגען, אָװנטן, געווידמעט 
באזונדערע שרײַבער. 

פּלוצעם דערוויס איך זיך: ער האָט פארטראכט ארויסגעבן א גרויסע סעריע ביכער פון 
קינדער-שרײַבער און פארן האָנאָראר אויסבויען הינטער דער שטאָט א הז און באזעצן דאָרט 
די שרײַבער, וועלכע זײַנען נאָך דער מילכאָמע געבליבן אָן דירעס. דער דאָזיקער גראנדיעזער 
פּלאן האָט אף מיר אָנגעװאָרפן א שרעק. קװיטקאָס גלויבן און צוטרוי צו מענטשן, און דערצו 
נאָך זײַנע ביז גאָר שוואכע קענטענישן אין בוכהאלטעריע-איניאָנים, װאָלטן אים געבראכט, וי איך 
האָב פארשטאנען, צו גרויסע אומאָנגענעמלעכקײַטן. 

מיט באדויערונג האָט ער זיך געמװט אָפּזאָגן פון זײַן פּלאן. ער האָט דאָך שוין געזען 
פאר די אויגן דאָס הויז ערגעץ לעבן א וואלד, א שיין הויז מיט ליכטיקע צימערן, מיט אלע 
באקװעמלעכקײַטן. 

ווען די ארבעט אינעם פּראָפּקאָם האָט זיך אײַנגעשטעלט, האָט ער געבעטן דעם סעקרע- 
טאריאט פונעם שרײַבער-פארבאנד באפרײַען אים פון דער דאָזיקער פליכט. און ס'איז שוין 
לאנג צײַט געווען: זײַן ליטערארישע ארבעט איז געװוען פארלאָזט, זײַנע ביכער האָבן זיך 
געדרוקט זעלטן. 


6 6 6 


אין די ערשטע טעג פון 1949, אין דער צײַט פון סטאלין-קולט, איז קװיטקאָ ארעסטירט 
געװאָרן. אין 1952 האָט די פארעטערישע בעריא-קנופיע אים אומגעבראכט. אין 1954 איז ער 
פולשטענדיק רעאביליטירט געװאָרן. 

איצט װוערן קװיטקאָס ביכער וידער געדרוקט אף פארשיידענע שפּראכן. אין מעשעך פון 
די יאָרן 1956---1962 זײַנען דערשינען זײַנע 15 זאמלונגען אין א טיראזש פון העכער 5 מיליאָן 
עקזעמפּליארן. דער אלגעמיינער טיראזש פון אלע דערשינענע קװיטקאָס װוערק דערגריכט 
קאָרעוו 14 מיליאָן. דאָס באװײיַזט, וי פּאָפּולער און באליבט ער איז בא די לייענער. 


; 7 


כ-עש. {-מגמץ 


שאפן פארן פאָלק 


די באגעגעניש פון די אַנפירער 
פון דער פארטיי און רעגירונג מיט 
די פאָרשטײיער פון דער קינסטלערי- 
שער אינטעליגענץ, װאָס אין פאָר- 
געקומען דעם 17 דעקאבער 1962, 
האָט אן אויסשליסלעכע באדײַטונג 
פאר דער װײַטערדיקער אנטװיקלונג 
פון דער סאָװועטישער ליטעראטור 
און קונסט. 

דער כאװער נ.ס. כרושטשאָװ 
האָט אף דער באגעגעניש געזאָגט, 
אז די לעצטע צײַט זײַנען אזעלכע 
שמועסן געװאָרן א טראדיציע, אז זי 
װירקן מיט דעם װוּקס פון דער 
שעפערישער אקטיװקײַט פון דער 
קינסטלערישער אינטעליגענץ, װעמעס 
ראָליע אין דער בויונג פונעם קאָי 
מוניזם און אין דער קאָמוניסטישער 
דערציונג פון די סאָװעטישע מענטשן 
שטײַגט אלץ מער און מער. 

בס דעם שמועס איז ארויסגע- 
טראָטן מיט א רעדע דער סעקרעטאר 
פונעם צענטראל-קאָמיטעט פון דער 
קאָמוניסטישער פּארטיי פון סאַװעטנ- 
פארבאנד ל. פ. איליטשאָװ. דערנאָך 


איז פאָרגעקומען א מיננגס. 
אויסטויש, אין װעלכן עס האָבן זיך 
באטייליקט די שרײַבער נ. גריבא- 
טשאָװ, יע. יעװטושענקאָ, ג. סערע- 
בריאקאָװא, ס. שטשיפאטשאָװ, 
אי. ערענבורג, די קינסטלער א. דיי 
געקא און װ. סעראָ, דער קנאָי 
רעזשיסער ס. געראסימאָו. 

דער שמועס האָט געדויערט 
עטלעכע שאָ, עס זײַנען באהאנדלט 
געװאָרן װיכטיקע פראגן פון דער 
אנטויקלונג פון דער ליטעראטור 
און קונסט, די אופגאבן פון דער 
אינטעליגענץ אינעם קאמף פאר א 
נײַעם אופשטײַג פון דער קונסט פון 
סאָציָאליסטישן רעאליזם, פאר דעם 
זיג פון דער קאַמוניסטישער אידעאָ- 
לאָגיע, אין קאמף קעגן די פרעמדע 
ווירקונגען פון דער דעקאדענטישער 
קונסט פון מײַרעװ. 

אין גאנג פון שמועס איז כאווער 
כרושטשאָוו ארױיסגעטראָטן מיט א 
רעדע, װעלכע אין אויסגעהערט 
געװאָרן מיט גרויס אופמערקזאמקײַט 
און טיפן אינטערעס. 


געווידמעט 
שמועל האלקינען 


אין דער רעדאקציע ,סאָװעטיש 
היימלאנד" איז באצייכנט געװאָרן 
דער 65:טער געבורטסטאָג פון 
שמועל האלקין. עס זײַנען בײַגעװען 
שרײַבער, פרײַנט און קרויווים פונעם 
דיכטער. װעגן האלקיגס שאפונג, 
װעגן זײַן אָרט אין דער ייִַדישער 
סאָװעטישער ליטעראטור און זײַן 
רײַכער ליטערארישער יערושע האָבן 
גערעדט א. װערגעליס, ש. גאָרדאָן, 
א. גאָנטאר, ע. לויטער און ס. פרײַ. 

אינעם פול געפאקטן לאָקאל האָבן 
ש. האלקינס לידער געקלונגען אין 
ייִדיש און אין רוסיש. איבערזעצונ- 
גען האָבן געלייענט די רוסישץ דיכ- 
סער מ. פּעטראָװיך, יו. נײימאן, 
װ. זויאגינצעװא, י. גורעװיטש, 
מ. זאמאכאָווסקאיא און די ארטיסטן 
װו. ליפּאָװעצקאיא. 

דעם ויכטערס לידער האָבן 
פאָרגעלייענט י. באָרוכאָװיטש, 
מ. גרוביאן, מ. טייף. ווארעם זײַנען 
אויך אופגענומען געװאָרן די לידער 
פון מ. ליפשיץ, ש. רויטמאן, 
מ. גרוביאן, י. קערלער און . 
מ. שטורמאן, געװידמעט שמועל 
האלקינס אָנדענק. 


דער שרייבער-פארבאנד פון פססר וועגן דעם 


אײינע פון די לעצטע זיצונגען 
פונעם סעקרעטאריאט פון דער 
פארוואלטונג פונעם שרײַבעריפאר- 
באנד פון פססר איז געװען ספּעציעל 
געװידמעט דעם זשורנאל ,סאָװעטיש 
היימלאנד". צו דער זיצונג זײַנען 
אײַנגעלאדן געװאָרן ייִדישע שרײַבער 
פון מאָסקװע, קיִעװ, מינסק, בי" 
ראָבידזשאן, װילנע, קעשענעװ און 
אָדעס. צװישן די אָנטײלנעמער פון 
דער זיצונג זײַנען געװען די באװוּס- 
טע פּראָזאיקער און דיכטער לעאָניד 
סאָבאָליעװ, סטעפּאן שטשיפאטשאָװ, 
ניקאָלײַ גריבאטשאָו, װאדים קאָ- 
זשעװניקאָװו, געאָרגי מארקאָװ, פּץ- 
טרוס בראָװקא, אפאנאסי סאלינסקי, 
ווארטקעס טעװעקעליאן, קאָנסטאנטין 
װאָראָנקאָו, ארקאדי וואסיליעװו און 
אנד. די זיצונג האָט געעפנט דער 
ערשטער סעקרעטאר פון דער 
פארוואלטונג פונעם שרײַבעריפאר- 


באנד פון פססר קאָנסטאנטין פעדין. 
נאָכן פאָרטראָג פונעם הויפּטירע- 
דאקטאָר פון , סאָװעטיש היימלאנד" 
ארן װערגעליס האָט זיך פאנאנדער- 
געװיקלט א לעבהאפטע דיסקוסיע. 
עס איזן באטראכט געװאָרן דער 
קינסטלערישער ניװאָ פונעם זשור- 
נאל, זײַן אָרט אין דער פילנאציאָי 
נאלער סאָװעטישער ליטעראטור, 
זײַנע אופגאבן און פּערספּעקטיון. 
אונטערן צײיכן פון קריטיק און 
זעלבסטקריטיק זײַנען ברײט און 
אלזײַטיק אָפּגעשאצט געװאָרן די ביז 
איצט דערשינענע נומערן. מע האָט 
דיסקוסירט, אף װיפל די אָדער 
אנדערע. װערק, װאָס זײַנען פאר- 
עפנטלעכט געװאָרן אינעם זשורנאל, 
אנטשפרעכן דעם גײַסט פון דער 
צײַט און אף װיפל זיי דערגרייכן די 
הײיכן פון עכטער קונסט. אין איין 
פּראט זײַנען אלע רעדגער מאסקים 


זשורנאל ,סאַװעטיש היימלאנך" 


געװען: די דערשײַנונג פונעם 
זשורנאל איז אן אויסדרוק פון דער 
זאַרג פון דער סאָװעטנמאכט פאר די 
קולטור-באדערפענישן פון דער ייַדיז 
שער באפעלקערונג פון פססר. 
אדאנק דער ליקוידאציעץ פון די 
פאָלגן פונעם סטאלין"קולט האָבן די 
ייִדישער שרײַבער װידער באקומען 
די מעגלעכקײַט צו שאפן אין דער 
מוטער-שפּראך. בלוין פאר אָנ" 
דערהאלבן יאָר האָבן זיי אָפּגעדרוקט 
אינעם זשורנאל ,סאָװעסיש הימ" 
לאנד" 278 װערק. 

אין דער דיסקוסיע ארום דעם 
באריכט פון א. װערגעליס זײַנען 
ארױיסגעטראָטן 18 שרײַבער. שליסג- 
דיק די זיצונג, האָט קאָנסטאנטין 
פעדין אויסגעדריקט די זיכערקײַט, 
אז אין 1963 װעט דער זשורנאל 
;סאָװעטיש הײמלאנד" דערגרײכן 
נײַץ שעפערישע דערפאָלגן. 


123 


אין די ייִדישע קינסטלערישע 


אונדזער קאָרעספּאַנדענט האַט זיך אַנגעפרעגט בא די אָנפירער פון די 
ייִדישע קאָנצערט-קאָלעקטיון, װי זי האָבן פארענדיקט דאָס פארגאנגענע 
יאָר און אין װאָס באשטייען זייערע שעפערישע פלענער אפן נײַעם, 1963 


יאָר. מיר ברענגען זײערע ענטפערס. 


ווקטאךדימבר 


-- װעגן אונדזער טרופע אין 
דערציילט געװאָרן אין פאָריקן נומער 
,סאָװעטיש היימלאנד". איך קאָן נאָר 
צוגעבן, אז די ערשטע באגעגעניש 
מיט די יִדישע צושויער אין די 
שטעט און שטעטלעך פון אוקראיַנע 
און אין אנדערע שטעט פונעם 
סאָװעטנפארבאנד איז געװען פאר 
אונדז א פאראנטװאָרטלעכער עקזא" 


נעכאמע 


-- בא 80 קאַנצערטן -- דאָס איז 
דער סאכאקל פון אונדזער אנסאמבל 
פארן פארגאנגענעם יאָר. מיר זײַנען 
אויסגעװען אין פיל שטעט פון 
אונדזער ראכװעסדיקן לאנד. דאָס 
נײַץ יאָר הײבן מיר אַן מיט 
ארויסטרעטונגען אין פרונזע, אלמא- 
אטא, פאװלאָדאר, קאראגאנדע, טאש- 
קענט, סאמארקאנד, דערנאַך -- דער 
װײַטער מיזרעך און סיביר. 

מײַן פּראָגראם אין באדײַטנדיק 
באנײַט. אכוץ פאָלקסלידער און װערק 
פון דצֶר ייִדישער קלאסיק, פיר איך 
איצט אויס לידער פון מ. קולבאק, 
ש. האלקין, פ. מארקיש, ל. קװיטקאָ, 
אָ. שווארצמאן אין דער מוזיקאלער 


שווארצער 


מען. אומעטום האָבן מיר געהאט א 
ווארעמען און פרײַנטלעכן קאבאַלעס- 
פאָנעם. ,טעװיע דער מילכיקער" און 
אנדערע אָפּטײלונגען פונעם ספעק- 
טאקל-קאַנצערט װערן אופגענומען 
פון די צושויער מיט באגײַסטע- 
רונג, 

איצט הייבן מיר אָן אונדזערע 
ארויסטרעטונגען אין מאָסקװע. 


קיף שץ 


באארבעטונג פונעם יונגן ליטװישן 
קאָמפּאָזיטאָר װיטאוסטאס בארקאוס- 
קאס. 

דער ארטיסט לייב לעװין לייענט, 
װי שטענדיק, װערק פון די קלאסי- 
קער פון דער ייִדישער ליטעראטור, 
װי אויך פון הײַנטצײַטיקע ייִדישע 
שרײַבער. 

אין אונדזער אנסאמבל אין 
צוגעקומען נאָך אן אקטיאָר. דאָס 
איז דער פארדינסטפולער ארטיסט 
פון דער ליטװישער רעפּובליק דער 
פידלער יעװגעני פאולאוסקאס. כוץ 
קלאסישע מוזיק, שפילט עֶר איך 
װערק אף ייִדישע מאָטיון. 


עמיל האַראַװעץ 


-- פאר איין יאַר 125 קאַנצערטן 
און בא 70 טויזנט צושויער. א סאך 
צי װײניק? עפשער -- װײניק, װען 
די קאָנצערטן זאָלן פאַרקומען אף 
איין בינע. אָבער אונדזער עסטראדע- 
קאָלעקטיו, װאָס באשטייט פון 10 
מענטשן, אײַנגעשלאָסן עטלעכע 
מוזיקאנטן, איז שטענדיק אין װעג. 
דעם 31 דעקאבער האָבן מיר זיך 
אומגעקערט פון מיטל-אזיע. אונדזער 
פאראיאָריקער מארשרוט קאָן אויס- 
געמאַסטן װערן אין צענדליקער 


124 


טויזנטער קילאָמעטער -- פון פרונזע 
ביז טביליסי, פון לענינגראד ביז 
אשכאבאד אאו. 

אין אונדזער פּראָגראם זײַנען 
איצט אײַנגעשלאָסן נײַע לידער פון 
די דיכטער שיקע דריז, יויסעף קאָט- 
ליאר, מוישע טייף, מאָטל גרוביאן. 
דער אַרקעסטער פונעם אנסאמבל 
האָט באנײַט זײַן רעפערטואר מיט 
ל. קאָגאנס ייִדישער ראפּסאָדיע און 
װ. רובאשעװסקיס פאנטאזיע אף 
ייִדישע טעמעס. 


קאָלעקטיוון 


פיד" יטא? 


-- צום אלטן יאָר קאָן אונדוער 
קאָלעקטיוו קיין טײַנעס ניט האָבן 
מיר האָבן עס פארענדיקט מיט 
פרוכטבארע גאסטראָלן אין מאָסקװע 
און לענינגראד. די פּראָגראם ,לאכן 
איז געזונט", װאָס באשטייט פון 
סקצטשן, מיניאטורן און לידער, האָט 
זיך, לויט מײַן מיינונג, בארעכטיקט 
-- אומעטום האָבן די צושויער זי 
אופגענומען מיט פרייד. אָבער מע 
דארף גיין װײַטער. שוין עטלעכע 
כאדאָשים װי מיר גרייטן א נײַע 
ארבעט אף די טעקסטן פון מ. סאק- 
ציִער און ב. בערגאָלץ. פון שטענ- 
דיק אָן שטרעב איך --- איניינעם מיט 
מײַנע כאװיירים יאקאָװ גאָלמאן, 
סימע בורסאק, ראיִסע מאָסטאָסלאװ- 
סקאיא און ריקא אָקרושקאָ -- צו 
אזעלכע פאָרשטעלונגען, װאָס שפיג" 
לען אָפּ דאָס סאָװעטישע לעבף 
אונדזער נײַע פראָגראם איז טאקע 
אויסשליסלעך געבויט אף דער 
הײַנטצײַטיקער טעמאטיק. 


אנע בו1'"ץ 


-- ,שאָלעם און פרייד" -- אי 
הייסט די פּראָגראם, מיט װעלכער 
מיר טרעטן איצט ארויס פארן ייִדישן 
צושויער. אין איר זײַנען אײַנ- 
געשלאָסן װערק פון א גאנצער רײ 
הײַנטצײַטיקע שרײַבער. דער נאָמען 
אליין פון דער פּראַגראם זאָגט אי 
דעס װעגן איר אקטועלן כאראקטער. 

איצט גרייטן מיר און אינגיכן 
װעלן מיר באװײַזן דעם צושויער אן 
עסטראדע-פאָרשטעלונג ,זלאטע פון 
כאשטשעוואטע" (די אװטאָרן -- י 
קערלער און ב. בערגאָלץ). 


טשאפּלין אין דער ראָל 
פון א ייִדישן לערער 


טשארלי טשאפּלין האָט אָנגענומען 
דעם פאָרשלאָג צו מאכן א פילם אין 
יוגאָסלאװיע װעגן דער נאצישער 
אָקופאציע. אין דעם פילם װעט 
טשאפלין אופטרעטן אין דער ראָל 
פון א ייִדישן לערער, װעלכער איז 
ארײַנגעשלײַדערט געװאָרן אין טויט- 
לאגער צוזאמען מיט זײַנע צװײי 
קינדער. 


ליטערארישע אָװנטן אין טשערנאַוויץ און אין אַדעס 


די ביוראָ. פון טשערנאָװיצער 
אָפּטײלונג פונעם שרײַבער-פארבאנד 
פון אוקראינע האָט אײַנגעאָרדנט א 
שעפערישע באגעגעניש מיטן דיכטער 
מײיער כאראץ. צו דער באגעגעניש 
זיינען געקומען א גרויסע צאָל 
לייענער, װי אויך ייַדישע, אוקראי- 
נישע, רוסישע שרײַבער. מיט אן 
אריינפיר-װאָרט איז ארויסגעטראָטן 
דער סעקרעטאר פון דער היגער 
שרײַבער-אָרגאניזאציע מ. בורבאק. 

מייער כאראץ האָט פאַרגעלײענט 
לידער פון זײַן נײַעם בוך, די 
פארזאמלטע האָבן װארעם אופגע- 
נומען די שאפונגען פונעם דיכטער. 
עס זײַנען ארױיסגעטראָטן די שרײ 
בער מ. אלטמאן, י. לערנער, א. בורג, 
מ. העלמאנד. 

די שרײַבערישע געזעלשאפטלעכ- 
קײַט פון אָדעס האָט פּײַערלעך אָפ- 


געמערקט דעם זעכציקסטן געבורטס- 
טאָג פונעם דיכטער כאָנע װײַנער- 
מאן. אפן ספּעציעלן אָװנט, געויר- 
מעט דעם יוביליי, זײַנען ארויסגע- 
טראָטן די היגע אוקראינישע שרײ- 
בער סטעפאן אָלײניק, מיכאיל לעװ- 
טשענקאָ, סטעפאן קאגאניוק, יורי 
טרוסאָװ, ‏ סטאניסלאוו סטריזשע- 
ניוק, ועלכע האָבן הויך אָפגעשאצט 
די שאפונג פונעם פּאָצט און גע- 
װוּנטשן אים נײַע דערפאָלגן. עס 
זײַנען פאַרגעלײענט געװאָרן בא- 
גריסונגסיטעלעגראמעס פון פרעדזי- 
דיום פונעם שרײַבער-פארבאנד פון 
אוקראינע, פון דער רעדקאָלעגיע פו- 
נעם זשורנאל , סאָװעטיש היימלאנר", 
פון די שרײַבער מאקסים רילסקי, 
פּאװלאָ טיטשינא, דמיטרי פאווליטש- 
קאָ, מיקאָלא אופעניוק, מיקאַלא טץ- 
רעשטשענקאָ אא. 


,די ליטעראטור פון אוראלטן מיזרעך" 


דער פארלאג פונעם מאָסקװער 
מעלוכע-אוניווערסיטעט ארבעט אף א 
קאפיטאל װערק -- ,די ליטעראטור 
פונעם אוראלטן מיזרעך". עס איז 


צום אָנדענק 


עס איז געשטאָרבן אין עלטער 
פון 84 יאָר דער טאלאנטפולער 
ייִדישער ליטעראטאָר, זשורנאליסט, 


איבערזעצער און געזעלשאפטלעכער 
טוער יאנקעוו לעװין. 

י. לעװין האָט געגעבן א ריי גלענצנ- 
דיקע איבערזעצונגען אין רוסיש פון 
י"ל. פּערעצעס װערק און פון דער 
ייִדישער סאָװועטישער ליטעראטור. 


נײַס פון אויסלאנד 


דערשינען דער ערשטער באנד, װאָס 
שליסט אײַן די עגיפטישע, העב- 
רעיִשע און אלט-אינדישע ליטערא- 
טורן. אװטאָר איז ד. רעדער. 


פון א כאווער 


די לעצטע יאָרן האָט י. לעװין 
געשריבן מעמוארן, װעלכע גיבן א 
קינסטלעריש בילד פון דעם ייִדישן 
לעבן אין רוסלאנד בי דער 
רעװאָליוציע. כוץ דעם, האָט ער 
געארבעט איבער א ראָמאן װעגן די 
ערשטע אאָרן נאָך דער אַקטיאבער: 
רעװאָליוציע און איבער א רײ 
הײַנטצײַטיקע דערציילונגען. 


קולטור-אויסטויש מיט ייַסראָעל 


מיט גרויס דערפאָלג זײַנען 
דורכגעגאנגען אין ייִסראָעל די קאָנ- 
צערטן פונעם בארימטן סאָװעטישן 
פיאניסט יאקאָוו פליִער. זײַן שפּילן 
האָט ארויסגערופן באװוּנדערונג און 
אנציקונג. די גאנצע ייִסראָעליפּרעסע 
האָט זיך הייס אָפּגערופן װעגן דער 
זעלטענער קונסט פונעם פיאניסט. 


9 9 9 


אין ייַסראָעל איז אויך אופגע- 
טראָטן דער באװוּסטער סאָװעטישער 
פידלער איגאָר אויסטראך. 

אף א באגעגעניש מיט זשורנא" 


ליסטן אין טעל-אוויוו האָט אי. אויס- 
טראך דערצילט, אז ערעו זײַן 
באזוך אין ייִסראָעל איז ער אופגעץ- 
טראָטן מיט קאָנצערטן אין מעקסיקע, 
אווסטראליע, פראנקרײַך און פא- 
רייניקטע שטאטן. ער גרייט זיך איצט 
אויספילן א נײַ װערק פונעם בא- 
װוּסטן סאָװעטישן קאָמפּאָזיטאָר מוי- 
שע װײַנבערג. דאָס װערק איז באזירט 
אף ייִדישן נאציאָנאלן פאָלקלאָר. 
איגאָר אויסטראכס קאָנצערטן האָט 


אקאָמפּאנירט זײַן פרוי נאטאליא 
זארצלאָוא, א שילערן פון יאקאָװ 
פליִער. 


אין שרייַבער-פארבאנד 
פון פססר 


די סאָועטישע ליטעראטור האָט 
אָפּגעמערקט דעם 80:טן געבורטס- 
טאָג פונעם גרויסן רוסישן שרײַבער 
אלעקסיי ניקאָלאיעװיטש טאַלסטאַי. 
אין מאָסקװער צענטראלן ליטעראטן- 
הויז איז פאָרגעקומען אן אָװנט, גץ- 
װידמעט דער דאָזיקער דאטע. דצָם 
אָװונט האָט געעפנט דער דיכטער 
אלעקסיי סורקאָו, װעלכער האָט, 
צװישן אנדערס, איבערגעלײענט א 
בריוו פון קאָנסטאנטין פעדין. 

,זײַן טאלאנט, -- שרײַבט ק. פע- 
דין, -- איז אן אויסטערלישער. עס 
לױינט אף א רעגע דערמאָנען- זיך 
װעגן אלעקסיי טאָלסטאַיען, װי אלץ 
ארום הייבט אָן שײַנען מיט קאָלער- 
ליי פארבן.. זײַן קונסט װעט אף 
שטענדיק פארבלײַבן אלס װוּנדער- 
לעכער ביישפיל אין די אײביקע 
אומבײַטן און אין דער באװעגונג 
פון דער רוסישער ליטעראטור". 

מיט זיכרוינעס װעגן אלעקסי 
טאָלסטאָיען זײַנען אפן אָװנס ארויס- 
געטראָטן די שרײַבער װ. שקלאָװ- 
סקי, ק. טשוקאָװסקי, דער פאָלקס- 
ארטיסט פון פססר ס. געראסימאָו, 
דער קינאָזרעזשיסער ה. ראָשאל אא. 

א גרויסער ליטערארישער אָװנט, 
געװידמעט דעם דאָזיקן יוביליי, איז 
פאָרגעקומען אויך אין לענינגראדער 
שרײַבער-הויז. 

ס ס 5 

אין פעווראל װערט 50 יאָר זינט 
עס איז געבוירן געװאָרן דער בא" 
װוּסטער סאָװועטישער שרײַבער עמא- 
נויַל קאזאקעוויטש. 

עס איז געשאפן געװאָרן א קאָי 
מיסיע װעגן די איניאָנים פון דער 
ליטערארישער יערושע פונעם פאר- 
שטאָרבענעם שרײַבער (פאָרזיצער 
א. טװארדאָװסקי). די קאָמיסיע האָט 
באשלאָסן ארויסגעבן ע. קאזאקעװי 
טשעס געזאמלטע װערק, אָפּדרוקן א 
זאמלבוך, געװידמעט זײַן אָנדענק, 
דורכפירן אן אָװנט אין מאָסקװער 
צענטראלן ליטעראטן-הויז, געװידמעט 
דער יוביליי'דאטע. 


לוט א באשלוס פונעם ביראָבו- 
דזשאנער אויספירקאָם איו די נײַץ 
גאס אין ייִשעװ אף בומאגינס נאַי 
מען, װאָס ציט זיך בישכיינעס מיט 
דער שאָלעם-אלייכעם-גאס, אָנגערופן 
געװאָרן אף עמ. קאזאקעװיטשעס 
נאָמען. 


= *אין 1969 װערט 400 יאָר, 
זינט אין מאנטוע (איטאליע) איז 
אַפּגעדרוקט געװאָרן אין ייִדיש דאָס 
;שמועליבוך* (,ספר שמואל") -- 


איינס פון די באדײַטנדיקסטע װערק 
פון דער ייִדישער ליטעראטור אין 
דער עפּאַכע פון רענעסאנס. דאָס 
,שמועל-בוך" דערציילט איבער די 
ביבלישע לעגענדעס װעגן דעם נאָװי 
שמועל און דאָװיד'האמעלעך. דאָס 
איז אָבער ניט קײן פּאַשעטעץ 
איבערדערציילונג, נאָר א זעלבשטענ- 
דיקע שאפונג פון א גרויסן דיכטער, 
װעמעס נאָמען עס איז צו אונדז ניט 
דערגאנגען. דאָס װערק איז געשריבן 
אין פערון און באשטייט פון 1763 
פירשורעדיקע סטראָפּעס. געשאפן 
געװאָרן איזן די פאָעמע א סאך 
פריער, איידער זי איז אָפגעדרוקט 
געװאָרן ‏ פארשפּריטן זי פלעגן 
פארשיידענע איבערשרײַבער. שפיל- 
מענער פלעגן זי פאָרזינגען און 
פאַרזאָגן פארן ברייטן אוילעם. 


א יב יי 


: יל 


טנ 


יי 
4 יעשד :1234 3 


א רי בך סוסט .זן ישר פסריקך גיכס : 
פּסנ-ש-דוך יֶך דוע א 
רירק 6 


א 


עבט 


ביוט ין רכד קיד לן סשאט ארפפורן. 
אק יח רא וי! {-{טררי"א רוד רש 00 0 
דדיורערק1ק6ע. 


די פאָצמע שטייט אף דער הײך 
פונעם קלאסיש-העראָישן עפּאָס פון 
דער דעמלטיקער אײראָפּעיִשער לי- 
טעראטור און ברענגט צום אויס- 
דרוק דעם הומאניסטישן װצלט:בא- 
נעם פונעם דיכטער. 

א פּאָטאָירעפּראָדוקציע פון דער 
ערשטער אויסגאבע פונעם ,שמועל- 
בוך" איז מיט צװײַ יאָר צוריק דער- 
שינען אין אמסטערדאם. 


126 


-+ מיט 90 יאַר צוריק, דעם 9 
יאנוואר 1873, איז אין דאַרף ראדי 
(װאַלן) בא אן אַרעמען קרעטשמער 
געבױרן געװאָרן כאיִם נאכמען ביא: 
ליק, דער גרעסטער דיכטער פון דער 
מאָדערנער העברעישער ליטעראטור. 

דער ,קימאט געניאלער פאָצט", 
װי גאַרקי האָט אים אָנגערופן, איז 
אין זײַנע בעסטע װערק בײַגעקומען 
די אייגענע נאציאָנאל-באגרענעצטע 
פאָרשטעלונגען און זיך דערהויבן צו 


דער מאדרייגע פון א 
פאָלקס-דיכטער. 

ביאליק האָט געשריבן אויך אין 
ייִדיש. 

די פּאָעמע ;אין דער שכיטע- 
שטאָט", אין װעלכער ביאליק אין 
מיט זײַן גאנצער דיכטערישער 
קראפט ארױיסגעטראָטן קעגן דער 
צארישער פּאָגראָם-פּאָליטיק, קעגן 
סאָציאלער און נאציאָנאלער אונטער- 
דריקונג, װי אויך א גאנצע רײי 
אנדערע לידער און פאָעמעס װעלן 
פארבלײַבן װי קלאסישע- מוסטערן 
פון דער ייִדישער ביז-רעװאָליװציאָ 
גערער דיכטונג. 

אף ייִדיש זײַנען דערשינען זײַנע 
ביכער ,פון צאר און צאָרן" (1906) 
און , פּאָעזיע" (1913). 

אינעם בוך ,פּאָעזיע* גייען ארײַן 
אויך איבערזעצונגען פון א רײ 
העברעישע װערק. צוזאמען מיט 
י."כ. ראווניצקין האָט ביאליק באאר- 
בעט און ארויסגעגעבן אין ייִדיש 
די אגאָדעס פונעם טאלמוד, מיט 
מענדעלע מױכער-ספאָרים - און 
ראװניצקין האָט ער אָנגעהויבן 
איבערזעצן די ביבל. עס איז אָבער 


נאציאַנאלן 


שרייבער 


און 
ווערק 


ארויס נאָר דאָס ערשטע בוך (1911) 
אונטער די איניציאלן ,באיר" (ביא- 
ליק, אבראמאָװיטש, ראוװניצקי. 
ביאליק האָט אויך רעדאגירט און 
ארויסגעגעבן די זאמלביכער ,צײ- 
טיקס" (1912) און ,אונטערװעגנס" 
(1917). 

געשטאָרבן אין כאיםנאכמען 
ביאליק דעם 6 יול 1934 אין װין. 

* זעם 19 יאנװאר 1963 אין 
געװאָרן 100 יאַר זינט עס איז גע'י 
בױרן געװאַרן דער אַנגעזעענער 
רוסישער סאַװעטישער שרײַבער 
אלעקסאנדער סעראפימאַװיטש פפאַי 
פאָו), ‏ געשטאָרבן אין 1949. 
א. סעראפימאָװיטש האָט אין זײַן 
שאפן קינסטלעריש אָפּגעשפיגלט 
דאָס לעבן און דעם קאמף פונעם 
רוסישן פּראָלעטאריאט אין דער 
עפאָכע פון צוגרייטן און פאר. 
ווירקלעכן די סאַציאליסטישע רעװאָ- 
ליוציע. לענין האָט הויך אָפּגעשאצט 
די פארדינסטן פונעם שרײַבער. אין 
א בריוו צו א. סעראפימאָװיטשן אין 
0 האָט לענין געשריבן: ,מיר 
װילט זיך זייער אײַך זאָגן, װי גייטיק 
ס'איז די ארבעטער און אונדן אלע- 
מען אײַער ארבעט". סעראפימאָװי- 
טשעס העראַיַשע עפאָפּיי ,דער 
אײַזערנער שטראָם* איז ארײַן װי א 
קלאסיש װערק אין דער סאָװעטישער 


ליטעראטור. צוזאמען מיט מאקסים 
גאָרקין איז סעראפימאָװיטש געװען 
אײנער פון די אקטיװסטע שעפער 
פונעם סאָציאליסטישן רעאליזם. 
גאונדזער דאָר, -- האָט געשריבן 
י. לונאטשארסקי, -- קאָן אָנרופן 
ניט קיין סאך נעמען, אָבער ער קאָן 
זײ אָנרופן מיט שטאָלץ -- דאָס 


8* 


זײַנען גראָד די נעמען פון די 
מענטשן, װאָס זײַנען געװען די 
גרויסע גרונטלייגער פון דער פראָי 
לעטארישער ליטעראטור. אזא איז 
מ. גאָרקי, אזא איז א. סעראפימאָ- 
וויטש". 


-+ אין 


1913 אין. איך װילנע 
דערשינען די ערשטע אופלאגע פון 
דאָװיד ‏ בערגעלסאַנס ראַמאן ?;נאַך 
אלעמען", װאָס פארנעמט א צענטראל 
אָרט סײַי אין דעם שרײַבערס 
ביַאָגראפיע, סײַ אין דער געשיכטע 
פון דער מאָדערנער ייִדישער פראָזע. 
די װערס פונעם ראָמאן באשטיט 
ניט בלויז אין דעם, װאָס אין אים 
איז מײַסטערהאפט געשילדערט דער 
ביין'האשמאַשעס פון דער אלטער 
װעלט, נאָר אויך דערין, װאָס ער 
װעקט א בענקשאפט צו א צוייט, 
אינהאלטפול לעבן מיט טעטיקע 
מענטשן, װאָס דארפן קומען און 
פארבײַטן די װילנלאָזץ העלון פון 
;נאָך אלעמען". 

+ עס װערט 100 יאַר זינט ס'איז 
געבוירן געװאַרן דער שרײַבער שלוױי 
מע'זאנוול װאָס איז 
באקאנט פסעװדאָנים 


ראפאַפאַרט, 
אונטער דעם 


ש. אנ--סקי (געשטאָרבן דעם 8 נאָד 
יאבער 1920). זײַן ליטערארישע טעַ- 
טיקײַט האָט ש. אנ--סקי אָנגעהויבן 
אין די נײַנציקער יאָרן פונעם פאָריקן 
יאַרהונדערט, צוערשט אין רוסיש, 
שפּעטער אויך אין ייִדיש. זײַנע 
װערק, דעריקער די כראָניק װעגן די 


זיבעציקער יאָרן אונטערן נאָמען 
, פּיאָנערן", האָבן ביז הײַנט א 
דערקענטעניש-װערט. גרויס אין 


ש. אנ--סקיס בײַטראָג אלס פאָרשער 
און זאמלער פון ייִדישן פאָלקלאָר 
און אױיך אלס דראמאטורג. זײַן 
פיעסע דער דיבוק" אין איבער" 
געזעצט און געשפילט געװאָרן אף א 
סאך שפּראכן. 

ש. אנ--סקיס ליטערארישע שא- 
פונג האָט אף זיך געטראָגן דעם 
שטעמפל פון זײַנע פאָלקיסטישע און 
עסערישע אָנשווּנגען. 

-+ ...און ס'װאַלט דעם סאַד די 
ערד באנאכט דערציילט+ -- אזוי 
הייסט אָשער שװוארצמאנס ערשטע 
אָפּגעדרוקטע ליד. זי איז דערשינען 
מיט 50 יאָר צוריק אינעם זשורנאל 
,די ייִדישע װעלט". 

אָפּפרישנדיק האָט דורכגעקלונגען 
פאר יענער צײַט דאָס באגײַסטערטע 
ליבע'געשאל פונעם יונגן דיכטער, 
װאָס לאָזט װיסן ,מיט א בליץ א 
האלבע װעלט: זי האָט מיך ליב! זי 
האָט מיך ליב!". 


אין אָנהײב 
װעג האָט שווארצמאן דעריקער גע- 
שריבן לידער װעגן נאטור און ליבע. 
פּאַטענציַעל אָבער האָט מען שין 
אויך דאן געקאָנט דערשפּירן דעם 
זינגער פון מוירדים, װאָס לאָקערן 


פון זײַן שעפערישן 


נאָך דעם סוינע ;מיט ביקס אין 
האנט און ווארעם בלוט אין הארצן". 

-+ מיט 100 יאָר צוריק, אין 
53, ואָט אין גקאַלימעװאסער* 
(מקולימבשר-*) זיך אַָנגעהױבן דרוקן 
מענדעלע מױכעריספאַרימס טזדאָס 
קליינע מענטשעלע* -- דאָס ערשטץ 
װערק פון קריטישן רעאליזם אין 
דער מאָדערנער ייַדישער ליטע- 
ראטור. מענדעלע מױכערספאָרים 
פארצייכנט אין דער אװטאָביאָגראפיע 
(1889) פאָלגנדיקס: ,,פון דעמלט אָן 
האָב איך זיך פארליבט אין ייִדיש 
און האָב די שפראך צו מיר פאר- 
קנאסט אף אײביק און האָב איר 
געגעבן די בסאָמים און קרײַטעכצער, 
װאָס איר קומט, און זי איז געװאָרן 


א שיינע באכיינטע פּריצטע און האָט 
מיר געבוירן א סאך זין". אין סקאָל- 
מעוואסער", װוּ דאָס װערק איז 
פארעפנטלעכט געװאָרן, טרעט דער 
שרײַבער צום ערשטן מאָל ארויס 
מיטן נאָמען מענדעלע מױכער- 
ספאָרים. דער דעמלט שוין באקאנ- 
טער העברעישער שרײַבער שאָלעם- 
יאנקעו אבראמאָװיטש האָט נאָך 
ניט געפויעלט בא זיך צו שטעלן 
זײַן נאָמען אף א װערק, געשריבן 
אין פּראָסט ייִדיש. ער האָט נאָך 
אליין מיסטאמע ניט כוישעד געװעף 
אז אים איז באשערט צו װערן דער 
גרונטלייגער פון דער יוישער 
ליטערארישער שפראך, אנטדעקן אין 
איר אלץ כיינען און פארבן. 


דָאס קְלֵינֶע מֶענְטֶעלֶע / 
אַ לֶעבֶעְסְבֶּעשְרייבתֶג 


ינתכ אַנדה+ הקיף * 


גציהק: ברפעה; ז 


טקנרכלי טוכר ספרים 


+ דעם ו פעװראל װערט 50 יאַר 
דעם זיכטער שלוימע רויטמאן. זײַנע 
צרשטע לידער זײַנען אָפּגעדרוקט 
געװאָרן אין 1933, אינעם כארקאָװער 
זאמלבוך ,ליטקאָמיוג", 

די קריטיק האָט זײער װארעם 
אופגענומען רויטמאנס אײגנארטיקע 
און קאָלאָריטפולע דיכטונג. 

א באזונדער אָרט פארנעמט אין 
ש. רויטמאנס שאפונג די ליריש- 
פילאָסאָפישע לין. דער זיכטער 
באמיט זיך שטענדיק אויסדריקן דעם 


אָטעם פון אונדוער צײַט. זײַנע 
פּאָצּמעס ;דער יעגער", ,װײַנגערט- 
נער", קװאָס הײסט א ברודערל", 
;דער האַניקטרעגער" אא. זײַנען א 
װיכטיקער צושטײַער אין דער ייד 
שער סאָװעטישער דיכטונג. 


באגײַסטערן די מענטשן, רופן זיי צו העלדנטאטן 


אין נאָיאבער פאָריקן יאָר האָט זיך געעפנט א גרויסע אויסשטעלונג, געװידמעט דעם 30-יאָריקן יוביליי פון 
דער מאָסקװער אָפּטײלונג פונעם פארבאנד פון די סאָוועטישע קינסטלער. 

אף דער אויסשטעלונג זײַנען עקספּאָנירט ארום 2000 װערק -- בילדער, סקולפּטורן, צייכענונגען, פלאקאטן. 
פיל פון זי זײַנען געװידמעט דעם קאמף פון די סאָװעטישע מענטשן פארן קאָמוניזם. 

צוזאמען מיט די באװוּסטע מײַסטערס -- נ. אנדרײיעװ, ס. געראסימאָו, אי. גראבאר, א. דיינעקאָ, ב. יאָהאנ- 
סאַן, ק. װאָן, װ. סעראָװ, ב. פּראָראָקאָו, ס. קאַנענקאָו, ב. קאָנטשאלאַװסקי, די קוקריניקסן, דעני, יעפי" 
מאָװ, מאָאָר, פאװאָרסקי --- באװײַזן זײיער שאפונג א גרויסע צאָל יונגע מאָסקװער מאַלער און סקולפּטאָרן. 

אף דער אויסשטעלונג קומען פאָר קעסיידערדיקע דיסקוסיעס און שטרײַטן. א ר עקספּאָנאטן, אין װעלכע 
עס קומען צום אויסדרוק פאָרמאליסטישע טענדענצן, רופן ארויס אומצופרידנקײַט בא די באזוכער. זיי װײַזן אַף 
אז דער מענטש זעט דאָ אויס פארקריפּלט, דערנידעריקט. דאָס האָט א שײַכעס צו די װערק פון ה. פאלק (!א 
נאקעטע", ,א נאטיורמאָרט"), פ. ניקאָנאָװ (,געאָלאָגן"), א. פּאָלאָגאָווא (, מוטערשאפט"), א. ואסנעצאָו (,א פרי- 
שטיק"י) אא. מיט אופגעבראכטקײַט ריידן די באזוכער ועגן די אזויגערופענע אװערק" פון די אבסטראקציאָניסטן. 
דאַס איז פּוסטע שמירערײַ, אָן א זין, אָן אן אינהאלט און פאָרם. 

די אויסשטעלונג האָבן באזוכט די אָנפירער פון דער פּארטיי און רעגירונג. אין זײַן שמועס מיט די קינסט- 
לצר האָט נ. ס. כרושטשאַװ זיך ארויסגעזאָגט װעגן א ריי װיכטיקע פרינציפן פון דער סאָװעטישער קונסט. ער 
האָט באטאַנט, אז א בילד דארף דערהויבן דעם מענטשן, באגײַסטערן אים און פירן צו העלדנטאטן. 

װעגן די בילדער פון די אבסטראקציאָניסטן האָט ניקיטע סערגײיעװיטש אָנגעװיזן, אז אזא ,שאפונג" איז 
פרעמד דעם פאָלק. 

מיר ברענגען דאָ רעפּראָדוקציעס פון דרײַ בילדער, װאָס זײַנען עקספּאָנירט אף דער אויסשטעלונג. 


א באפעל אָנצוהייבן די אטאקע. קינסטלער פ. מ. שוכמין. 


=יי יי עי יי רשיי יי יי 


דער סקולפּטאָר י. טשײַקאָוו, 


קינסטלער מ. אקסעלראָד, 


א קרימער פייזאזש. 


קינסטלער מ. גאַרשמאן 


= טע 


- זןן וו וו 


א ליד וועגן באמבוק-שטעקעלע 


ווערטער פון ש. דריז, מוזיק פון ר. באַיארסקאיא, 


:0 בי === פמט ײֿ אע שיט יט = :05 = = = ב 2 
+=נון == זיען עקט ןה דענע צען 
== 


== װ אע )טוט ןיבו = 
רעש ו רייא 9 
יי = = == = : 


חוםט - 3144 


א === יי 
עג - {0? 4684 -מננה טן לאח. מם - != {ם 9 
=-=; 2 =- = 
== : 

אט זיר 


==ב = 


בעטעט טי 
אט קיר יו עס == בה = פכט == 


:695 ?!======ב 
ׁ 
| 


א ליד װועגן באמבוק-שטעקעלע 


עטי-מעני, 

מעני מיילעכס, 
הערט א לידעלע 
א פריילעכס: 


אײַזאײַ, א שטעקעלע, 
אײַ:אײַ, א שטעקעלע, 
אײַדאײַ, א שטעקעלע, 


איי:איי! 


וואקסן וואקסט עס 
אין װיעטנאם, 
אין די װעלדער 
בא דעם יאם. 


רעיפרען 


די וויעטנאמער 
פון דעם מאכן 


הונדערט טויזנט 
גוטע זאכן. 


רעפרען 


סיאיז באמבוק 
א װוילע זאך: 
סײַ א װיגל, 
סײַ א דאך, 


סּײַ א בענקל 
פאר א פרײַנט, 
סײַ א שטעקן 
פאר א פײַנט! 


אײיי-אײַ, א שטעקעלע, 
אײַזאײַ, א שטעקעלע, 
אײַ:אײַ, א שטעקעלע, 


אײַזאײַ! 


עי ע, 0 וי ייט 


6 
צו אונדזערע לייענער 


די רעדאקציע באקומט א סאך בריוו מיט אָנפראגעס וועגן דעם, וו מע קאָן 


אבאָנירן זיך אף ,סאָװעטיש היימלאנד". 


מיר טיילן מיט, אז אלע אָפּטײלונגען פון ;סאָיוזפּעטשאט", די פּאָטשטיאָפּ- - 
טיילונגען, וי אויך די געזעלשאפטלעכע פּרעסע-פארשפּרייטער אין די אונטערנע- 
מונגען און אנשטאלטן נעמען אָן דעם אבאָנעמענט אף אונדזער זשורנאל. 


(אהץװםס? 608510888) תהאתאקפז שעד0088ס 


0 21676:סווח 001038) 8גזקס 


)40 6606008026 836:86( 


עט ח.= ד/סעח /חעאס4008?21 80דסטתמדאתבּע 


2670ק86 .8 קסזאהמסק 2881 1 
,גאסצק .? ,קסתתװות .ם ,2068 .} ,פקזאסז .8 :הוחסההסאתסי 
401 .ס ,גאוו 602 .1 ,שׂחסד ז 
68 ה .21 פק8ד6א6ס 0186170186011:11 


.17 ,1600082 .חץ ,קד116 ,2100882 :8ת12וקצאג ווווואגתסק ססקה 
09 11 -- מק8זסקאסס /018670186101 ;8:27-91 8 -- קסזאהתסן 28::1תת :411ס/16260 


42 5 -- זאווזווקא 1 זוובּכסח זעתסתדס :3:96:07 8 -- זעבּסקת 0126 


קס1סצון 11 מסזאגתסק הומאססטעא6ד זע 028607860602ת2 


(8)1006 .ה .טס .7026108!/;4 דגאקסע) .ת 1963 10/1 דבמסת א סאגסאחהסת 


2 .388 .חסא 50 1168484 


יה ,/1 2222 4188 ית ;עצַם 


21000020081202032 פוווועוס1תס8סקן 2װ4/108 3 לאג הוו2קחסהזוד 080488אס10א 


-חסא 50 1168 6 
= 


ש 
/ע 


: 
- א ה א 2 ס? תה8א6ד608?6י-+ | 
: 


. 8 ק טמ א ס ח 8 


.(טזס86סהן) עזעת 8 .הע אס את 6 סא שא 
.(ו68008838) הא התהפה .תסםחתבּם .א 8 א ש סמ ס זע 


-קשאת. .// ,848סקץז .א ,גמואת8ז .0 ושאכסח 4 אאמדס 
.60:108ת16 .3 ,48נט 


קסאסו 4 הקוזגס 


-344 .111 ,החהּואקססטתח3ב ,דס ע ו8838אסס8ס 
.48/18אטתץ!11 .א {סזסמואץבּבּק .א ,םכסז 


2438 8גא{עסאמד 

.0868ת46 280867 סאטתסאס .8 ס כ ‏ 86 .3 
.ועק8זגט .עאטטעװסץז.א 

אומד8דס ‏ 11114661646כן)!-סווקץדהקסזאת 


.אד1606 6א8א סתכּסצוש! .0 ./אסקא אסססות .תע 
-86סמטת606א/ .3 פזכּסח 0 .8 טסעט .= 
.604 סחפ 6 טתסזבּסאהה .אג אק סט.ת 


.148:1160 .ת. סזכּסח ס תאמהאואסחססט 


ס} צט 872118016 צ1ס11סטק 806מח ער (16112המחז 15ם 1 


116114896 10(6019 ?000021100 


= += 


בתסס. 16ט14ס-10)604100190ח1 
הזסס.11016טס-גופ001נץ//:פנןוזח 


מ008100ט0? 16069סז? 116011886 106 0